קאצקע ציקער
כ'האב נישט געהערט די גאנצע אבער דער פרעזענטער הערט זיך אביסל פלאטשיג (עמיצער וואס צאלט צו טוהן דער ארבעט). ער פרובירט צו איבערפרעגן ליפא וואס האט אים געפירט צו מאכן דער "שטות" און וואס האט אים געפירט "תשובה" צוטוהן וכו'. איך מיין אבער אז ליפא דרייט זיך קונצליך ארויס און איך באקום דער אימפרעשאן פון ליפא אז ער איז אויסן דא צופארציילן איבער א סארט עקזיסטירנדע קאנספיראציע פון א כנופיה גבירים (מסתמא די זעלבע וואס האבן אים געטשעפעט אין חדר) וואס באיקאטירן אים ווען ער גייט ווי כאילו אט"ד און הייבן אים צוריק אויף ווען ער סטאַפט גיין אין קאלירטע בגדים. 😂 נאר צוליב וואס ער איז אן איש ציבור און גיבט די אינגווארג א שלעכטע עקזעמפל.
ס'איז א בושה, ווייל איך האב געמיינט אז ס'איז כאטש יא דא אפאר ארטיסטס ביי אונז וואס קענען זיך אויסהאלטן אליינס, אהנע דזשודזשמענט.