אויסגעהערט די אלבום אפאר מאל. מיינע גראשן.
די מוזיק איז אבנארמאל שיין. די דעקל איז זייער קריעטיוו. 2 3 ניגונים זענען בא'טעמ'ט פארן אויער. דאס איבריגע איז טאלאנט געמישט מיט חרוסת.
איך האב בהחלט נישט קיין פראבלעם מיט א ניגון וואס איז ווילד, כל זמן ס'איז א חידוש און סאיז שיין און בא'טעמט. מיין פראבלעם איז מיט געהאקטע ניגונים, מאדנע פעלער, קריאזע ווערטער וואס זענען פורחות באויר אן קיין הענט און קיין פוס.
די טענה אז דאס איז ארט, נעמט מיר ארויס פון די כלים (ניש ממש). עס איז א בזיון פאר טאלאנט צו זאגן אז מען קען דאס נישט דערליווערן אויף א נארמאלן טאץ, און עס איז מזיוף מתוכו, ליפא אליין האט אזויפיל ניגונים מיט אומגעהויערע טאלאנט, און דאך זענען זיי מיושב'דיג, די ווערטער זיצן אויפן גראם, די געבוי פונעם ניגון און די ווערטער זענען פאכמאניש אין קלין.
נעם אזאלכע ניגונים ווי: כי הם חיינו וארך ימינו, די שול ניגון, דמיונות, ארעם רייך, נאך איין שבת, שלא עשני גוי, אחרון חביב, שטיי אויף, קיין עין הרע, אל תדון, אל תאמר לכשאפנה, סימן טוב סאיז א גוטע שידוך (מיכאל שניצלער), משה רבינו (מונה 4).
דערנאך זיין לשון קודש'ע ניגונים: יגדל אלוקים, ארזי הלבנון, יגיע כפיך, נודה לשמך בתוך אומני, דע לך שע"פ הדיבור, אך טוב וחסד (פילהרמונה אך טוב), המה כרעו ונפלו (שרולי גינזבער/ אברהם פריד). ועוד ועוד.
די אלע ניגונים זענען סאליד, מען קען דאס הערן און הערן און נישט מיד ווערן.
-באקומען אין אישי-