Under maintenance
הויפט זייט » וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15316
מיטוואך יוני 15, 2022 2:53 pm#502269
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:אקעי סאיז דא א צדיק וואס עסט קנאבל מוצאי שבת איינמאל בין איך געזעסן ביי מלוה מלכה און בשעת ער האט זיך געגרייט צו עסן די קנאבל געט ער א ווארף די קנאבל צו איינער פון די חסידים ויהי לפלא.

שפעטער זאגט מיר דעי חסיד אז ער האט בשעת מעשה געטראכט פארוואס די רבי באקיקט נישט די קנאבל פון ווערם , ווי נאר ער האט דאס געטראכט איז געקימען צו פליען די קנאבל

איך וואלט געזאגט אז עס איז סך הכל געלונגען
פארוואס באקיקט ער טאקע נישט די קניבל פון ווערעם?

האט ער א מנהג פון ווארפן קנאבל? אדער איז דא געווען די ערשטע אין לעצטע מאל?

ניין ער האט נישט אזא מנהג . בכלל דעי רבי איז באוויסט צו זיין א אדם גדול מאוד מיט אפענע אויגן
מיטוואך יוני 15, 2022 7:59 pm#502293
מעג מען וויסן ווער די רבי איז?
זאלן נאך אידן הנאה האבן
מיטוואך יוני 15, 2022 8:12 pm#502299
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מעג מען וויסן ווער די רבי איז?
זאלן נאך אידן הנאה האבן

אוודאי . אבער בעפאר איך גיי זאגן בין איך זייער נייגעריג וועם דו טראכסט אז איך מיין ...
מיטוואך יוני 15, 2022 8:22 pm#502300
שפילער: די ערשטע רבי אדער בעל מקובל וואס וועט מיר זאגן זאכן (פרטים) פון מיין פערזענליכן לעבן וועלכע זענען נישט באוואוסט על פני השטח וועל איך האלטן אז ער האט רוח הקודש. ביז דאמאלס האלט איך אז ס'איז אלעס בעלאוני און פאנטאזיעס. אדער אן אג'ענדא.

ס'איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט באמת געהאט שטארק אהבת ישראל. אבער מ'הט פארקויפט מעשיות פון זיין רוח הקודש. א ראיה אז ער האט געהאט רוה"ק. ער האט געפרעגט מענטשן..."געוועין אין וואאסער"? דאס דארף צו זיין א ראיה אז ער האט רוח הקודש. איך קען אויך פרעגן מענטשן. רוב וועללן ענטפערן אז ניין.

ביי יענעם אדמו"ר זצוק"ל איז זיך פארלאפן א מעשה אז איינער וועלכער האט ..."געשפיעלט"...מיט זיין סעקרעטערי איז געקומען צו דעם אדמו"ר אלס פראטעקטאר צו הערן וואס איהר גורל וועט זיין . ווען זי וועט ווערן אויס ..."עגונה"...! (וואס זי האט געזאגט פאר איהר מאן. און וואס ס'האט אנגעהויבן אלע ..."צרות"...וועל איך יעצט נישט זאגן.). און דער רבי האט עפ"י פקודת הגבאים ( ווייל ער האט איבערגעלאזט א ..."שיינע"..מטבע) גערעדט ..."ספעשל שיין"...צו דעים מענטש. שטאטס גוט אויסשייגעצן איהם...! הגע בעצמך. אויב די רבי וואלט געהאט רוח הקודש וואלט ער דאך געדארפט די ערשטע מינוט וואס יענער איז געקומען וויסן ווער ער איז...!

איך (האב געקענט) קען אן אנדער'ן רב/אדמו"ר וואס ער וואלט מיט זיין אייגענעם שכל (אן רוח הקודש) דערגאנגען ווער יענער פארשוין איז. און איהם גוט אויס געשייגעצט..).
מיטוואך יוני 15, 2022 8:27 pm#502301
קענסט רוהיג ארויסשרייבן וועם דו מיינסט ווייל יעדער ווייסט...

אויך פלעגט ער צוגיין צו מענטשן האסט געדאווענט? און ווען יענער האט שוין געדאווענט האט ער באווינדערט די רוח הקודש עפעס אזוי
מיטוואך יוני 15, 2022 8:34 pm#502302
נאכאמאל: איך מאך נישט אוועק די גדלות פון יענעם אדמו"ר וועלכער איז געווען א צדיק יסוד עולם. וואס האט אין רוסלאנד מקיים געווען מצות מילה פאר טויזנטער אידישע קינדער מיט מסירות נפש. וואו ער האט פאקטיש געשפיעלט מיט זיין לעבן. אבער רוה"ק? קאמ אן.!
מיטוואך יוני 15, 2022 11:24 pm#502308
געהערט א ווארט: די רבי ווייסט אלעס, אבער ווען מ'זאגט אים ווייסט ער בעסער
דאנערשטאג יוני 16, 2022 1:19 am#502313
Re: וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?
כרם זית האט געשריבן:נא בינעך נייגעריג פון וועם מען רעד. קען איינער פורש בשמו זיין?
אפשר מיינט ער דאראג רבי.
אדער גאר א משפיע און נישט א רבי

Sent from my SM-G950W using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:59 am#502330
.
דאנערשטאג יוני 16, 2022 9:57 pm#502388
שפילער האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מעג מען וויסן ווער די רבי איז?
זאלן נאך אידן הנאה האבן

אוודאי . אבער בעפאר איך גיי זאגן בין איך זייער נייגעריג וועם דו טראכסט אז איך מיין ...

איך האב קיינעם אין מיינד
איך קען כמעט נישט קיין רביס און איך פאראינטערעסיר מיך כמעט נישט אין זיי
פרייטאג יוני 17, 2022 4:32 pm#502447
berlbalaguleh האט געשריבן:שפילער: די ערשטע רבי אדער בעל מקובל וואס וועט מיר זאגן זאכן (פרטים) פון מיין פערזענליכן לעבן וועלכע זענען נישט באוואוסט על פני השטח וועל איך האלטן אז ער האט רוח הקודש. ביז דאמאלס האלט איך אז ס'איז אלעס בעלאוני און פאנטאזיעס. אדער אן אג'ענדא.

ס'איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט באמת געהאט שטארק אהבת ישראל. אבער מ'הט פארקויפט מעשיות פון זיין רוח הקודש. א ראיה אז ער האט געהאט רוה"ק. ער האט געפרעגט מענטשן..."געוועין אין וואאסער"? דאס דארף צו זיין א ראיה אז ער האט רוח הקודש. איך קען אויך פרעגן מענטשן. רוב וועללן ענטפערן אז ניין.

פארוואס ער האט יא אדער נישט געזען קיין שלעכטס אויף יענעם ווייס איך נישט

א צווייט מעשה האט זיך פארלאפען ביי יענעם אדמו"ר, געווען א איד וואס האט יארן געווארט אויף א קינד
געווען איז ער שבת ביים אדמו"ר און ביי די טשאלענט האט ער געבעטן "רבי א ביין", פרעגט די רבי אין א רויטע מעדעלע איז נישט גיט?!?
פרייטאג יוני 17, 2022 4:55 pm#502449
הקטן: איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא מוסיף זיין. איך האב דאך אויך געזאגט אז זיינע ברכות און וואונטשן זענען מקויים געווארן. ווייל ער איז געווען א צדיק. און ער האט מכניס געווען טויזנטער אידישע קינדער בבריתו של אברהם אבינו מיט מסירות נפש ממש. אבער רוה"ק האט ער נישט געהאט. און די אלע מעשיות וועגן רוה"ק פון איהם איז ריינע פאנטאזיעס. דאס איז געווען מיין נקודה. לא פחות ולא יותר...! איך קען א סאך קינדער (בליעה"ר) אין מיין משפחה און אנדערע
...!וועלכע הייסן חיים זאנוויל. און זענען געבוירן נאך וואס די עלטערן האבן מתפלל געווען אויף זיין ציון
פרייטאג יוני 17, 2022 7:40 pm#502456
רוה"ק, וועס עך נישט...

ער האט יענעם געזאגט נישט א ינגעל נאר א "מעדעלע" און א "רויטע"
און דאס איז וואס יענער האט געהאט - ותו לא מידי !
זונטאג יוני 19, 2022 12:16 am#502470
מרדכי מרדכי האט געשריבן:מעג מען וויסן ווער די רבי איז?
זאלן נאך אידן הנאה האבן

גאב"ד מאקאווא פון ארץ הקודש
דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:05 am#502811
שפילער האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:אקעי סאיז דא א צדיק וואס עסט קנאבל מוצאי שבת איינמאל בין איך געזעסן ביי מלוה מלכה און בשעת ער האט זיך געגרייט צו עסן די קנאבל געט ער א ווארף די קנאבל צו איינער פון די חסידים ויהי לפלא.

שפעטער זאגט מיר דעי חסיד אז ער האט בשעת מעשה געטראכט פארוואס די רבי באקיקט נישט די קנאבל פון ווערם , ווי נאר ער האט דאס געטראכט איז געקימען צו פליען די קנאבל

איך וואלט געזאגט אז עס איז סך הכל געלונגען
פארוואס באקיקט ער טאקע נישט די קניבל פון ווערעם?

האט ער א מנהג פון ווארפן קנאבל? אדער איז דא געווען די ערשטע אין לעצטע מאל?

ניין ער האט נישט אזא מנהג . בכלל דעי רבי איז באוויסט צו זיין א אדם גדול מאוד מיט אפענע אויגן

אז ער האט אפענע אויגן האט ער דאך נישט געדארפט באקוקן די קנאבל, ער האט מרגיש געווען מיט זיין כח הקדושה אז ס'האט נישט קיין ווערים......
דאנערשטאג יוני 23, 2022 11:51 am#502821
געוועהן א רבי וואס האט נישט געגעבן די האנט פאר איינער וואס האט געדארפט א מקוה.

ר' מנשה רייזמאן פארציילט פין ר' אהרן בעלזער מעשיות כאילו ער האט אלעס געוויסט. אינטערסאנט, חוץ ווען דער גבאי האט אים אויסגענארט און געזאגט אז עס איז טאג און ער קען נאך דאווענען מנחה. ווי אויך איז אינטרעסאנט אז ר' אשר ווייס מיט זיין גאנצע ווייס איך וואס, גלייבט אויך אין קלויזענבורגער רבי'ס מופתים בכל לבבו.
דאנערשטאג יוני 23, 2022 5:58 pm#502853
תרמב האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:אקעי סאיז דא א צדיק וואס עסט קנאבל מוצאי שבת איינמאל בין איך געזעסן ביי מלוה מלכה און בשעת ער האט זיך געגרייט צו עסן די קנאבל געט ער א ווארף די קנאבל צו איינער פון די חסידים ויהי לפלא.

שפעטער זאגט מיר דעי חסיד אז ער האט בשעת מעשה געטראכט פארוואס די רבי באקיקט נישט די קנאבל פון ווערם , ווי נאר ער האט דאס געטראכט איז געקימען צו פליען די קנאבל

איך וואלט געזאגט אז עס איז סך הכל געלונגען
פארוואס באקיקט ער טאקע נישט די קניבל פון ווערעם?

האט ער א מנהג פון ווארפן קנאבל? אדער איז דא געווען די ערשטע אין לעצטע מאל?

ניין ער האט נישט אזא מנהג . בכלל דעי רבי איז באוויסט צו זיין א אדם גדול מאוד מיט אפענע אויגן

אז ער האט אפענע אויגן האט ער דאך נישט געדארפט באקוקן די קנאבל, ער האט מרגיש געווען מיט זיין כח הקדושה אז ס'האט נישט קיין ווערים......

נו ער האטטאקע נישט געקיקט אפשר וועגן דעם...