Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15401
מאנטאג יולי 11, 2022 1:15 pm#503972
אלטע שיינע געשמאקע אשכולות
אין די צען יאר וואס קאווע שטיבל שטייט שוין לאוי"ט, איז שוין ארויפגעקומען צענדליגע טויזענטער רייכע, אינהאלטסרייכע, און באלערנדע אשכולות. ב"ה אז עס קומען נאכאלטס צו חדשים לבקרים שיינע נייע אשכולות, אבער די אוצר מלא וואס ליגט פארשטויבט אינעם קוימען איז פי כמה פון די פאר אקטיווע אשכולות וואס די נאקעטע אויג שטויסט זיך סתם אזוי אריין דערין.

אונזער ATUB @מי אני ATUB דרייט זיך טאקע אין די אלטע שאפעס, און שלעפט כסדר ארויס אלטע גוטע סחורה און לייגט צו דערויף זיינע הגאות, אזוי אז אסאך פיינע אשכולות ווערן אויפגעלעבט אדאנק אים.

אבער עס מאכט זיך אסאך מאל ביי מיר, אז אזוי נישטערנדיג אינעם קעלער טרעף איך א שיינע באשרייבונג אדער נושא, אבער איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין דערויף. נו, וויאזוי זאל איך עס אויפלעבן? כ'זאל סתם שרייבן א תגובה... "כוויל אויפלעבן די אשכול"? ס'האט דאך נישט קיין פשט.
(אגב עס פלעגט זיין א ניק דא ATUB @אשכולות אויפוועקער ATUB וואס פלעגט עס טון).
אבער די חסרון דערפון איז, אז מען באמוטשעט סתם די עולם צו גיין זען וואס דו האסט דא צוגעלייגט צום סוף פונעם שמועס, און צומאל דארף מען בלעטערן ביז די סוף פון אפאר בלעטער, און מען זעט בלויז ווי דו שרייבסט "אויפגעלעבט" וכדומה. עס דארף זיין א מהלך אויפצולעבן די יין ישן פון שטיבל אהן עס דארפן ארויפברענגען אויף די אקטיווע אשכולות אויבערפלאך, אז מען זאל גלייך גיין קוקן וואס דו האסט צוגעלייגט צום נושא. עס דארף זיין אן אשכול וואס איז מיוחד בלויז צו לינקען שיינע אלטע סחורה להנאת הציבור. אזוי אז ווען מען זעט ווי די דאזיגע אשכול קומט ארויף, קען מען גלייך גיין זען וועלכע ארטיקל איז געווארן געלינקט.

האב איך מחליט געווען צו עפענען אט דעם אשכול, אז ווען אימער איינער טרעפט אן אלטע שיינע נאכגעלאזטע אשכול, וואס ער האלט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, זאל ער עס קענען אהערברענגען דא. און די אשכול זאל דינען ווי א שטיקל מפתח צו קענען טרעפן אלטע שיינע גוטע סחורה.

איך בעט די עולם וואס וויל מגיב זיין דא, אז מען זאל נישט סתם אנפירקלען די אשכול מיט תגובות אדער מיט אבי אשכולות. נאר זיך האלטן שטרענג צום נושא, און נאר צוברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס האבן דיר געכאפט, און די וואלסט געוואלט אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן דערפון.

עס איז ראטזאם צו שרייבן א קורצע דיקריפציע פון וואס די אשכול רעדט זיך, באפארן לייגן די לינק. אזוי אז איינער וואס בלעטערט דורך די אשכול, זאל קענען אויסוועלן וועליכע נושא ער וויל זען, און וואו ער וויל אריינגיין.

איך וועל אנהויבן מיט איין באשרייבונג וואס האט מיר געכאפט, און עס איז אויך ענינא דיומא בענין פארן צום קאנטרי.
עס איז א שיינע ארטיקל ווי ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB (ז"ל) באשרייבט וויאזוי א היימישע אביוזער ניצט אים אויס, צו שלעפן א "קלייניגקייט" פאר אים צו די קאנטרי.
m http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... A8#p208261 m
מאנטאג יולי 11, 2022 1:38 pm#503973
נאך א שיינע אשכול פון @שטילע, ווי ער לייגט אראפ די מצב וויאזוי עס זעט אויס ווען איינער גייט אין מקוה ערב שבת און נעמט מיט עטליכע קינדער
l viewtopic.php?f=53&t=5477#p169486 l
מאנטאג יולי 11, 2022 1:44 pm#503974
א שטארקע אשכול וואס ברענגט ארויס אז "כפירה" איז גאר די ריכטיגע פראבלעם פון אינטערנעט.
l viewtopic.php?f=26&t=1478#p34778 l

אגב די פותח האשכול (די איינמאליגע ניק @פירש) האט נאך א ניק אין שטיבל, און ער איז אויך דער מחבר פון די באשרייבונג דא.
l viewtopic.php?p=501966#p501966 l

(איך ברענג עס נאך, צו ווייזן אז מען מעג דא אויכעט לינקען צו שיינע תגובות בתוך אשכולות)
מאנטאג יולי 11, 2022 2:02 pm#503975
דא טוט מען דורך די נושא, איבער די אינגל וואס האט אנגעבליך נישט באקומען די שנעלקע פונעם מלאך.
l viewtopic.php?f=4&t=3873 l
מאנטאג יולי 11, 2022 2:58 pm#503977
א מייסטער ארטיקל ווי @בענדזשאמין באשרייבט די ספיקות פון א טראכטער, און ברענגט ארויס א גאנצע כפירה דעבאטע וואס קומט פאר ביי אים אין קאפ בשעת קידוש.
l viewtopic.php?f=4&t=3808#p115432 l
מאנטאג יולי 11, 2022 3:03 pm#503978
נאך א מייסטערווערק פון ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB ווי ער באשרייבט זיין איבערלעבעניש ביים כינוס כלל ישראל, זיך פילענדיג בין פטיש לסדין, צעווישן די עקסטרעם פרימע און די עקסטרעם קילע
l viewtopic.php?f=26&t=3752#p114209 l
מאנטאג יולי 11, 2022 3:07 pm#503979
א באשרייבונג פון @מאראנצןזאפט אויף ידידינו ATUB @לעיקוואד ATUB נאך וואס עס איז נתגלה געווארן אז ער איז הרה"ג ר' יצחק לאווי שליט"א, פון לעיקוואד עיה"ת.
l viewtopic.php?t=8426#p258284 l
מאנטאג יולי 11, 2022 3:13 pm#503980
א שטארקע שטיקל פון @שטילע, וויאזוי ער האט מסדר געווען איינער מיט אן אי-ליגעל דרייוו וועי.
l viewtopic.php?f=24&t=10620&start=0#p337909 l
דינסטאג יולי 12, 2022 1:03 pm#504025
מען מוז אהערברענגען די 10,000'סטע תגובה פון ATUB @שמעקעדיג ATUB , ווי ער באשרייבט א שיינע חלום פון א "קאווע שטעטל"
l viewtopic.php?t=7473#p231552 l
מיטוואך יולי 13, 2022 11:25 pm#504113
@עצע שיטים א דאנק פאר די אלע לינקס ביזדערווייל זעט אויס אז איך בין דער איינציגסטער וואס רעאגירט מיט א תגובה איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלע לינק'ס ווי זאגט מען ביי אונז אין אמעריקע איי סטיל האופ טא דא סאו אבער אזוי דורכנישטערנדיג זע איך וועגן א אביוזער פון קאנטרי דאכצעך אז איך האב שוין געהערט אויסגעעקט די שטיקל דורכן בדחן ר יואל לעבאוויטש
דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:08 am#504125
גאר א שיינע שמועס איבער ווער עס האט שטערקערע טענות ביי א אמונה דעבאטע, און ווער עס האט די ידו על העליונה.
(בכלליות)
l viewtopic.php?f=4&t=1919#p46772 l

די עיקר שמועס הייבט זיך אהן אינמיטן, ביי א תגובה פון ATUB @יאיר ATUB
l viewtopic.php?p=48979#p48979 l
דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:14 pm#504138
די היסטארישע קאפיטל פון פרשת בערעניו, די זון פונעם רוז'ינער, ווערט דא שיין דערציילט און פארזעצונגען דורך ATUB @חקרן ATUB
הגם ער פירט נישט אויס די מעשה עד הסוף, איז עס דאך גאר א באלערנדע אשכול, און פאר מער קען מען זען א יוטוב קליפ וואס @רביה"ק ברענגט צו צום סוף, אדער קען מען זיכן אויף וויקיפידיע, עיין ערך מחלוקת צאנז-רוז'ין
m https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 03#p268385 m
פרייטאג יולי 15, 2022 7:42 pm#504205
יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 6:41 pm#504215
קידוש האט געשריבן:יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח

l viewtopic.php?f=24&t=9472#p296643 l
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:35 pm#505793
טיפע סייענטיפישע קאמיקס איבערגעזעצט אין אידיש
דורך ATUB @הציץ ונפגע ATUB ע"ה
l viewtopic.php?p=74162#p71239 l
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:37 pm#505794
א שיינע שמועס איבער די שנעלקייט פון לעכטיגקייט
l viewtopic.php?f=19&t=99#p720 l
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:29 am#505801
קידוש האט געשריבן:יישר כח @עצי שטים פאר די נוצבארע אשכול,
איך זיך אלטע אשכולת וואס מען שמועסט וועגען חברים, אין סאשעל לייף אויב איינער קען צו ווייזען ביטע,

יישר כח

האסט געבעטן און איך האב דעליווערד מעגסט עס עפרישיעיטען און כאטשיג געבן א לייק
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 3:31 am#505817
א עוואלושן דעבאטע
m http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p234497 m
זייט געווארנט, אז די צד האמונה ווערט פארגעשטעלט דורך ATUB @זוכער ATUB וואס קומט אריין זייער שוואך, און האט אויך ביים כוזרי אגומענט אשכול אריינגעקומען שוואך.

דא האט איר די אשכול וואס איז דן איבער די כוזרי ארגומענט. די באקאנטע טענה אז מעמד הר סיני איז זיכער פארגעקומען, ווייל 600,000 מענטשן האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן.
l viewtopic.php?p=487839#p487839 l
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 3:51 pm#505863
עצי שטים האט געשריבן:א עוואלושן דעבאטע
viewtopic.php?f=47&t=7583#p234497
זייט געווארנט, אז די צד האמונה ווערט פארגעשטעלט דורך @זוכער וואס קומט אריין זייער שוואך, און האט אויך ביים כוזרי אגומענט אשכול אריינגעקומען שוואך.

דא האט איר די אשכול וואס איז דן איבער די כוזרי ארגומענט. די באקאנטע טענה אז מעמד הר סיני איז זיכער פארגעקומען, ווייל 600,000 מענטשן האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 39#p487839


אוי איז עס געוועהן fun ביי די כוזרי אשכול....