Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » XKCD קאמיקס (אין אידיש)

XKCD קאמיקס (אין אידיש)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 28 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2566
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:30 pm#71239
XKCD קאמיקס (אין אידיש)
XKCD איז די נאמען פון א קאָמיקס-פּאַס וואס ווערט פובליצירט אויפן אינטערנעט דורך א טאלאנטפולן סייענטיסט און געוועזענע נאסא-איינגעשטעלטער רענדעל מונראו. די קאָמיקס זענען אפט גאר אינטערעסאנט און ענהאלטן בליציגע געדאנקען און שארפע רעיונות, און כדי דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל אויך קענען הנאה האבן פון זיי האב איך גענומען די מי צו איבערצוזעצן אפאר פון די אינטערעסאנטע קאָמיקס און זיי ארויפשטעלן דא. רענדעל ערלויבט פארשפרייטן און בעארבעטן זיינע קאָמיקס, בתנאי אז מען לייגט א לינק צו דעם XKCD סייט.

בילד
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:33 pm#71241
צען טויזענט
צען טויזנט

10000.png
10000.png (38.02 KiB) געזען געווארן 3566 מאל

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

הסבר:
אנשטאט מאכן יענעם שפירן ווי א נאר, קען מען נוצן די געלעגנהייט צו בארייכערן יענעם'ס ידיעות-אוצר און איינוועגס אויך הנאה האבן. "די דייעט-קאוק און מענטאס זאך" רעפערירט צו די אויפרייס וואס פאסירט ווען מען ווארפט אריין מענטאס און א פלעשל דייעט-קאוק.




"יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא" איז א טעאריע איבער די נאטור פון יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק.




די קאָמיק ברענג אויך ארויס דעם אינטערעסאנטן געדאנק אז מאטעמאטיש גערעדט ווערן יעדן טאג אן עווערעדזש פון צען טויזענט מענטשן געוואויר איבער סיי וואספארא געוויסע פאקטן.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:11 pm#71258
כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:15 pm#71295
הציץ ונפגע האט געשריבן:
צען טויזנט

בילד

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

צוליב אנפראגעס אין אישית: די קאָמיק ליינט מען פון רעכטס צו לינקס, פון אויבן אראפ.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:19 pm#71298
אויב ער רעדט פון א זאך וואס ביי די דרייסיג ווייסט עס שוין יעדער און דער אומוויסענדער איז שוין דרייסיג אדער אפילו ניין און צוואנציג, מינעמירט ער נישט מיטן פאקט אז צען טויזענט מענטשן ווערן היינט געוואויר דערפון.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:45 pm#71308
לאגיק שיפל
לאגיק שיפל

logic_boat.png
logic_boat.png (79.12 KiB) געזען געווארן 3515 מאל


הסבר: די קאָמיק איז א שפיל אויף דעם באקאנטן לאגישן חידה ווי איינער פארמאגט דריי חפצים אבער א שיפל וואס קען נאר טראגן צוויי. די חידה גייט אז געוויסע חפצים קענען נישט פארבלייבן אליינס מיט געוויסע אנדערע חפצים און מ'דארף קענען אויסרעכענען וויאזוי זיי אריבערצופירן דעם טייכל. אין אונזער חידה איז די געווענליכע פתרון ווי פאלגנד:
  1. נעם אריבער די ציג.
  2. גיי צוריק אליין.
  3. נעם אריבער די קרויט.
  4. נעם צוריק די ציג.
  5. נעם אריבער דעם וואלף.
  6. גיי צוריק אליין.
  7. נעם אריבער דעם ציג.

די אויפטו פון די קאָמיק איז אז דורכן איבערלאזן דעם וואלף, א ווילדע סכנה'דיגע חיה וואס ווערט געווענליך נישט געהאדעוועט דורך מענטשן, פארשפארט מען זיך 4 שטאפלן. די געדאנק אונטער דעם איז אז לאגישע חידות זענען לאו דוקא "לאגיש", עס איז בכלל נישט לאגיש פאר א מענטש צו האבן מיט זיך א וואלף. אויב איר וועט אבער פרובירן צו ענטפערן אזוי ווי די קאָמיק, פאר איינער וואס פרעגט די חידה וועט יענער זאגן אז דאס איז נישט די "ריכטיגע" ענטפער, כאטש דאס איז פיל מער לאגיש ווי די געווענליכע ענטפער.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:32 pm#71324
באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:07 pm#71432
יאיר האט געשריבן:באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

ריכטיג. עס איז אבער אויך ריכטיג (און מער קאמישער) צו פרעגן "פארוואס האסטו מעיקרא א וואלף?".
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:15 pm#71436
אויפפאדערונג פון פליכטן
אויפפאדערונג פון פליכטן

duty_calls.png
וואס ווילסטו? איך זאל אוועק גיין פון דעם קאמפיוטער? דאן וועלן זיי דאך ווייטער זיין אומגערעכט.
duty_calls.png (20.84 KiB) געזען געווארן 3485 מאל


הסבר: געוויסע מענטשן ווען זיי האבן א דעבאטע אנליין אויף א פארום, בלאג, טוויטער א.ד.ג., קענען זיי בשום אופן נישט אוועקגיין ווילאנג זיי זענען זיכער אז די מענטשן מיט וועם זיי דעבאטירן וועלן מער נישט איבער'חזר'ן זייערע אומגערעכטע טענות, כאטשיג אין פילע פעלער זענען די מענטשן פשוט'ע טראלס.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:30 pm#71437
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

ווער/וואס איז דאס?
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 2:25 pm#71455
יישר כוח הציץ פאר די קאמיקס. איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק. אויך בעפאר די עלעקשאנס האט ער געהאט א ריזיגע קאמיק ווי ער האט אפגעפרעגט די וואס האבן געברענגט ראיות ווער ס'וועט געווינען פון די היסטאריע, ברענגענדיג אויף יעדע איינציגסטע פרעזידענט עפעס מיט וואס יענע פרעזידענט איז געווען די ערשטע אין די היסטאריע.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:45 pm#71474
יידל האט געשריבן:איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק.

דא איז די אריגינעלע קאָמיק. איך האב עס אביסל פארענדערט, צוליב פארשידענע סיבות.

נוטרינאס

neutrinos.png
neutrinos.png (52.85 KiB) געזען געווארן 3464 מאל


הסבר: די קאָמיק האט מונראו ארויפגעלייגט א טאג נאך וואס די נייעס איז ארויסגעקומען איבער א נייע שטודיע וואס ווייזט אז די נוטרינא פארטיקל לויפט שנעלער ווי ליכטיקייט'ס שנעלקייט. זיין נקודה איז אז אנשטאט זיך טענה'ן איבער די געפינס מיט מענטשן וואס גלייכן אלץ צו ווייזן אז סייענס שטייט אויף וואקלנדע פיס, טוט ער וועטן $200 דאלער אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם שטודיע. אויך דא אין קאווע-שטיבלאיז שרגא געווען זיכער מיט זיך אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם געפינס. (אה ווי אינטערעסאנט עס איז צו לייענען אן אור-אלטע קאווע-שטיבל שמועס צווישן שרגא, יידל, יאנקל, פשוט-קאמפליצירט און געפילטע פיש...) צום סוף האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א טעות.

דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 4:32 pm#71492
אה, יעצט אז דו האסט געלייגט דעם קאמיק האב איך מיך דערמאנט וואו כ'האב עס געזען. ווען די נייעס איבער די נוטרינא פארטיקל איז ארויסגעקומען האט הרב נתן סליפקין געשריבן א בלאג פאוסט איבער טעותים ביי וויסנשאפטלער, און האט דארט צוגעלייגט די קאמיק
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:32 pm#71957
סטיווען האָקינג
סטיווען האָקינג

stephen_hawking.png
stephen_hawking.png (75.63 KiB) געזען געווארן 3418 מאל


הסבר: אין די ערשטע פּאַנעל זעט מען דעם בארימטן ענגלישער פיזיקער סטיווען האָקינג ווי ער רעדט - דורך זיין רעדן-מאשין - צו צוויי פון זיינע פריינט אז ער וויל אפשר גיין זען מיט זיי א מאָווי. די צוויי פריינט לויפן גלייך אוועק און אין דריטן פאל זעט מען א צייטונג באריכט אז האָקינג דער "קלוגסטער מענטש אין די וועלט" רעקאמענדירט מ'זאל זען מער מאָוויס. אין דעם לעצטן פּאַנעל זעט מען האָקינגס ווי ער זיצט עלנד. די קאמיק ברענג ארויס וויאזוי א בארימטער פיזיקער פרובירט צו סאָציאַלאָזירן ווי א פשוטער מענטש, און זיינע חבירים מאכן פון יעדעס ווארט א סענזאַציע.
א זייטיגע נקודה ווערט אויך ארויסגעברענגט - און "לעיקוואד" האט דערמאנט אן ענליכע נקודה, שרייבענדיג אז אלבערט איינשטיין און ריטשאַרד דאָקינס זענען גוטע סייענטיסטן אבער שוואכע פילאָזאָפער - אז ווען א גרויסער פיזיקער זאגט א דעה אין א טעמע אין וועלכעס ער האט נישט א גרעסערע באקאנטשאפט ווי סתם א מענטש, מיינט נאכנישט אז זיינע ווערטער זענען קדשי קדשים און אז זיי האבן א שטערקערן געוויכט ווי די דעה פון א פשוטער מענטש. די צייטונג באריכט'ס שרייענדיגע אותיות איבער דעם פיזיקער'ס דעה אין מאָוויס, דערמאנט אביסל די שרייעדיגע באריכטן איבער זיין מיינונג אין אנדערע טעמעס אין וועלכע ער פארשטייט לאו דוקא בעסער בלויז ווייל ער איז די וועלט'ס בעסטע פיזיקער.

stephen-hawking.jpg
stephen-hawking.jpg (77.6 KiB) געזען געווארן 3418 מאל
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:40 pm#72146
אינסטאַגראַם
אינסטאַגראַם

instagram.png
איך וועל רופן די פאליציי און זיי הייסן ארעסטירן טאַד פארן גנב'ענען, און דערנאך אריבעררוקן אלע מיינע זאכן צו די הויז אקעגן איבער די גאס. איך האף אז דארט זענען די באלעבאטים מער אחריות'דיג.
instagram.png (58.28 KiB) געזען געווארן 3389 מאל
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 2:49 pm#72808
אנליין-טרעקינג אפציע
אָנליין-טרעקינג אָפּציע

online_package_tracking.png
online_package_tracking.png (20.34 KiB) געזען געווארן 3348 מאל
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:59 pm#74162
באווייז
באווייז
proof.png
די פּראָקוראָר רופט גאָטפריד לייבּניץ.
proof.png (20.23 KiB) געזען געווארן 3317 מאל
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:14 pm#74167
:like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:33 pm#74181
יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

www.explainxkcd.com/wiki/index.php?title=1153:_Proof
מאנטאג אפריל 08, 2013 3:07 pm#102522
יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

ווי דו האסט מסתמא שוין געזען אין געפילטע פיש'ס לינק, לייבניץ איז דער מחבר פון קאלקולוס און לויט קאלקולוס ווערן זענא'ס פאראדאקסן - עכ"פ טייל פון זיי - פארענטפערט.

מען קען שפילן זענא'ס פאראדאקס כדי צו באקומען א בעסערע באגריף דערפון דא.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:08 pm#104010
בריק

bridge.png
און עס זאגט אסאך אז דיין ערשטע געדאנק זעענדיג דיינע חבירים אראפשפרינגען פון בריק איז 'מיינע חבירים זענען נישט נארמאל און כ'וויל נישט זיין ווי זיי" אנשטאט "זענען מיינע חבירים אין ארדענונג?".
bridge.png (37.23 KiB) געזען געווארן 3070 מאל
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:09 pm#154701
איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?
בילד
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:39 am#505805
רבונו דפריקען יונה, א מין מדריגה אין אהבת התורה, דער האט געווארט רואיג 9 יאר איינער זאל עס אים פארטייטשען!
פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:57 am#505808
געפילטע פיש האט געשריבן:האסט פארגעסן וועגן היוגא צ'אוועס.., אבער פיין פארטייטשט.

שוין.. איך טרעף שוין...
איך האב טאקע מיטגעהאלטן די דאמיניאן וואוטינג מאשין סומאטוכע, אבער עפעס איז מיר די נאמען היוגא צ'אוועס נישט געלעגן אין קאפ...
זונטאג אוגוסט 07, 2022 12:37 am#505887
דערמאנסט מיר א מעשה.
אין דייטשלאנד פאר די קריג איז געוועהן א צייטונג מיט דער נאמען, דער שטורמער. דער שטורמער פלעגט שרייבן קעגן אידן אסאך. אמאהל גייט א איד אויף דער באן, און זעהט און אנדערע איד, טראגט דער שמונה בגדים, און ליינט א צייטונג. קוקט ער נענטער, זעהט ער, נישט מער נישט ווייניגער, ער ליינט דער שטורמער.
וואס הייסט? שרייט ער קעגן אים, די ליינסט א צייטונג וואס בארעדט דיר אליין?
ענטפערט ער, איך ליין דער איד, זעה איך אלע צרות וואס טוט באטרעפט מיין פאלק, דא איז מען באפאלן א גרופע אידן, דא האט מען פארברענט א בית המדרש , דא האט מען געמאכט א פאגראם. קוק איך אבער אין דער שטורמער, זעה איך ווי רייך מיר זענען, ווי אונז קאנטראלירן דער געלט פין דער גאנצע וועלט!! ווערט מיר גוט אויפן הארץ. פרעג איך אייך, וועלכע צייטונג איז בעסער צו ליינען?