פארומס › ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15440
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 1:32 pm#508202
נעקסט לעוועל
באהעלפער
ווער איז יעצט די העכסטע ווארט אין די עדה?
כרגע איז עס דאכזעך די עקסטרעמע קנאים וואס מאנופילירן
באט יוזשעלי איז עס דער וואס האט די מאה
ביי מחלוקת שרייען זיי די העכסטע, מיט פאשקעווילן אין שטינק באמבעס וכו', אבער נישט ביי תורה'דיגע אין הלכה'דיגע החלטות, וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין ווען קיין שום ערנסטע רב נישט וועלן - עכ''פ דערווייל - אננעמן די גאב''ד פאסטן ווייל יעדער פארשטייט אז ס'איז א פגיגע אין ראב''ד, אין ער וועט סיי וויי אזוי בלייבן אטאמאטיש די העכסטע אטאריטעיט אין די עדה
זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 1:48 pm#508207
signout

כבין א שטיקעלע אמעהארעץ
פארוואס איז א פגיעה צי אנעמען די פאסטן פון גאב"ד ? סעדאך ביז יעצט אויך געווען ?
זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 6:09 pm#508230
ר' שאול פערלשטיין האט שוין מסביר געווען אין ראדני ביים גענעראל פאזאמלונג ווי ער האט מבטיח געווען אז מהרז''ל באקומט עס צירוק, די געווינס איז אז אלעס בלייבט ביים אלטן
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 2:53 pm#508280
כ'האב נעכטן געגעבן א היטש פאר א צאלמער האט מיך שיין מסביר געוועהן אז די עדה זוכט א גאב"ד וואס איז פאנדרעיסער און א איינער וואס איז וועט פארברייטערן די עדה און רבי משה שטרנבוך איז ווייט פון א פאסיגער קאנדידאט פאר די פאזיציע. ער לייגט צו אז אין די צייטן פון רבי יצחק טובי' איז צוגעקומען איבער הונדערט מוסדות על טהרת הקודש בעיקר נייע מוסדות ער האט געשטיפט זיינע מענטשן צו עפענען אפילו אן א חשבון צוזאגענדיג אז ער וועט זיך זארגן פאר די פאנדרעיזינג וואס ער האט טאקע אנגעהאלטן. אויך האט געעפענט א רשת פון כוללים בעיקר אין בית שמש מיט הונדערטער אינגעלייט.
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 3:35 pm#508283
תנחום

סאו איך וואלט רעקאמענדירט מאיר מרדכי בערקאוויטש פאר גאב''ד ירושלים.
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 9:52 pm#508325
מיליאנער
סאו איך וואלט רעקאמענדירט מאיר מרדכי בערקאוויטש פאר גאב''ד ירושלים.
וואס איז שלעכט מיט יענעם טשאלמער?
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 11:41 pm#508331
באהעלפער
וואס איז שלעכט מיט יענעם טשאלמער?
ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן גיין נאך געלט ביי שחרית
דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 8:51 am#508346
שמעון וואלף
באהעלפער
וואס איז שלעכט מיט יענעם טשאלמער?
ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן גיין נאך געלט ביי שחרית
ער קען ווייטער גיין פאר די עדה, און וועט זיין איין חודש אין שטוב...
דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 9:29 am#508348
מיליאנער
תנחום
כ'האב נעכטן געגעבן א היטש פאר א צאלמער האט מיך שיין מסביר געוועהן אז די עדה זוכט א גאב"ד וואס איז פאנדרעיסער און א איינער וואס איז וועט פארברייטערן די עדה און רבי משה שטרנבוך איז ווייט פון א פאסיגער קאנדידאט פאר די פאזיציע. ער לייגט צו אז אין די צייטן פון רבי יצחק טובי' איז צוגעקומען איבער הונדערט מוסדות על טהרת הקודש בעיקר נייע מוסדות ער האט געשטיפט זיינע מענטשן צו עפענען אפילו אן א חשבון צוזאגענדיג אז ער וועט זיך זארגן פאר די פאנדרעיזינג וואס ער האט טאקע אנגעהאלטן. אויך האט געעפענט א רשת פון כוללים בעיקר אין בית שמש מיט הונדערטער אינגעלייט.
סאו איך וואלט רעקאמענדירט מאיר מרדכי בערקאוויטש פאר גאב''ד ירושלים.
בעסערע עצה, מ'זאל אויפנעמן לעיזער קעסטנבוים אזוי האט מען א רב און מ'דארף נישט קיין פונדעיזינג.
דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 5:42 pm#508380
אדער משה דוד נידערמאן...
עט מען קענען נעמען געלט פון דער מדינה על טהרת הקודש..
דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 10:55 pm#508411
ס'דא איינער וואס איז שוין אינעם עדה א לאנגע צייט, און ער וואלט געווען זייער פאסיג.
ר' משה שטערנבוך שי'
אויסער אויב מ'זוכט טאקע עפעס דיפרענט, דעמאלטס זאל מען ווייטער זוכען ביז משיח'ס טאג...
מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 11:18 pm#508499
באהעלפער
ס'דא איינער וואס איז שוין אינעם עדה א לאנגע צייט, און ער וואלט געווען זייער פאסיג.
ר' משה שטערנבוך שי'
אויסער אויב מ'זוכט טאקע עפעס דיפרענט, דעמאלטס זאל מען ווייטער זוכען ביז משיח'ס טאג...
פאסיג מיט וואס? חוץ זיין גאונות האט ער עפעס קוואליפיקאציעס צו דעם פאסטן?

און לאמיך פארשטיין א פשוטע זאך. פארוואס זאל א קהילה פון רובא דרובא חסידי'שע אידן אויפנעמען א ליטווישע רב? אין בי"ד איז גוט ס'זאל זיין ליטווישע אויך ווייל אזוי איז עס מער קאלערפול. אבער ווען האסטי געהערט אז חסידים זאלן אויפנעמען א ליטווישע רב? און ברענגט נישט קיין ראי' פון רב בענגיס ווייל דאן איז די עדה געווען גאנץ אנדערש ווי היינט
דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:49 am#508514

זייער רופן זיך "לכל" מקהלת האשכנזים, פארוואס זאלן נישט ליטווישע זיין א אפשען, און אויב ווילן זיי נישט קיין ליטווישע, זאלן זיי אראפנעמען דעם "לכל".
(וואס איז עניוועי א ליגענט ווייל יהדות החרדית האשכנזית, באשטייט פון לפחות 400k משפחות, און מקסימום 10k משפחות זענען אינטער די עדה, און אפילו אויב זאל מען רעכענן גאנץ סאטמער לכל ענפיה האלט מען סה"כ ביי 20k)
דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 1:13 am#508519
שמעון וואלף
באהעלפער
ס'דא איינער וואס איז שוין אינעם עדה א לאנגע צייט, און ער וואלט געווען זייער פאסיג.
ר' משה שטערנבוך שי'
אויסער אויב מ'זוכט טאקע עפעס דיפרענט, דעמאלטס זאל מען ווייטער זוכען ביז משיח'ס טאג...
פאסיג מיט וואס? חוץ זיין גאונות האט ער עפעס קוואליפיקאציעס צו דעם פאסטן?

און לאמיך פארשטיין א פשוטע זאך. פארוואס זאל א קהילה פון רובא דרובא חסידי'שע אידן אויפנעמען א ליטווישע רב? אין בי"ד איז גוט ס'זאל זיין ליטווישע אויך ווייל אזוי איז עס מער קאלערפול. אבער ווען האסטי געהערט אז חסידים זאלן אויפנעמען א ליטווישע רב? און ברענגט נישט קיין ראי' פון רב בענגיס ווייל דאן איז די עדה געווען גאנץ אנדערש ווי היינט
די ארגינעלע ירושלימער זענען ליטוואקס.וחוץ מזה אלע חסידישע האבן זייער רבי, און א ליטוואק אלץ רב איז זיי נישט מעלה או מוריד

אבער די קשיא במקומו עומדת. אויפנעמען א רב איז נישט סתם א joke אדער א שם בלי בן (ס'איז יא but whatever).

Why in the world זאל מען אויפנעמען א year old 95 פאר אזא position? לו יהא ער איז יא qualified און ער האט אלע qualifications צו זיין רב.. אז אין אפאר יאר ארום זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל ביי square one?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:26 pm#509040
געזען איינעם שרייבען הגראב''ד...
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:22 pm#509046
[ציטאט אראפגענומען]
דער טיטל האט ער געהאט נאך פאר ער איז געווארן ראב"ד.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:36 pm#509048
גירא בעינא דשיטנא...
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:28 am#509074
מצפצף
[ציטאט אראפגענומען]
דער טיטל האט ער געהאט נאך פאר ער איז געווארן ראב"ד.
סגן נשיא
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 11:35 am#509145
שמעון וואלף
מצפצף
[ציטאט אראפגענומען]
דער טיטל האט ער געהאט נאך פאר ער איז געווארן ראב"ד.
סגן נשיא
ווען מ'האט אים אויפגענומען פאר ראב''ד האט מען אים אויך געמאכט פאר נשיא
מאנטאג אפריל 10, 2023 7:46 pm#521058
קודם. כל פאר ווער סע ווייסט היסטאריע אז מען האט קיינמאל נישט אויפגענומען ר' משה שטערנבוך אלס ראבד, ער האט זיך אליינס באקרוינט
מאנטאג אפריל 10, 2023 7:48 pm#521059
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
מאנטאג אפריל 10, 2023 7:49 pm#521060
מ'קען נישט דא אזוי שרייבן. ביטע לייען דורך אונזערע תקנות. די נעקסטע פארלעצונג וועסטו ווערן אויסגעשפארט.
מנהל
מאנטאג אפריל 10, 2023 7:52 pm#521061
מגייט נישט אויפנעמען קיינעם אלס גאב"ד בחייו פונעם "פוסק הדור" ר' משה. זיי קענען נישט אויפנעמען א אינגערע ווי עם, ס'וועט צי שטארק צעשאקלען די שוין שוואכע אינסטוטציע עדה החרדית.
מאנטאג אפריל 10, 2023 7:53 pm#521062
שערי יושר
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.
מאנטאג אפריל 10, 2023 8:01 pm#521066
שערי יושר
מגייט נישט אויפנעמען קיינעם אלס גאב"ד בחייו פונעם "פוסק הדור" ר' משה.
זיכער נישט. קודם גייט מען אנהויבן באטיטלן א צווייטן אלס פוסק הדור מ'וועט שמירן און צאלן אלע צייטונגען און מאגאזין אזוי ווי מ'טוט יעצט.. דערנאך ווען ס'וועט שוין זיין צוויי פוסקי הדור וועט מען קענען יענעם אויפנעמען.
מאנטאג אפריל 10, 2023 8:03 pm#521068
ווער זענען די קאנדידאטן אויף וועם מען לייגט א אויג?
מאנטאג אפריל 10, 2023 9:10 pm#521069
נחמן אינדארסקי
שערי יושר
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.
דו זאגסט צוויי פאקטן וואס קען טאקע זיין אמת, אבער ס'איז לכאורה דא נאך חלקים פון די מעשה וואס דו פארציילסט נישט. קען טאקע זיין אז ער האט זיך אנגעהויבן אינטערצושרייבן 'ראב''ד' און קען זיין אז ס'איז נישט געווען א אפיציעלע מעמד הכתרה. אבער די מעשה האט זיך לכאורה נישט אנגעהויבן און געענדיגט דא.

אויב איז די מעשה פונקט אזויווי די לייגסט עס אראפ דאן קען זיך ר' משה יעצט אנהייבן אינטערשרייבן 'גאב''ד' און שלום על ישראל. (ער איז יעצט נענטער צום גאב''ד פאזיציע ווי דאן צום ראב''ד פאזיציע).
מאנטאג אפריל 10, 2023 9:19 pm#521070
דער אינדארסקיא האט דא עפעס אן אגענדע, אבער קענסט נאך אלץ שרייבן מיט דרך ארץ אויף גדולי הדור, בפרט אויף הרב דושינסקיא וואס איז זייער געשעצט.
איך האב אים נישט פארהערט צו וויסן צי ער איז טאקע א ת"ח, אבער ער איז זיכער א גאון אין מדות.
מאנטאג אפריל 10, 2023 11:17 pm#521081
שערי יושר
ווער זענען די קאנדידאטן אויף וועם מען לייגט א אויג?
סע דא וואס זאגען די חידא ווייס
אנדערע זאגן סעראדאהעלי
מפי השמועה
מאנטאג אפריל 10, 2023 11:23 pm#521083
יין שרף
אבער די קשיא במקומו עומדת. אויפנעמען א רב איז נישט סתם א joke אדער א שם בלי בן (ס'איז יא but whatever).

Why in the world זאל מען אויפנעמען א year old 95 פאר אזא position? לו יהא ער איז יא qualified און ער האט אלע qualifications צו זיין רב.. אז אין אפאר יאר ארום זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל ביי square one?
אגב ווי אלט איז ער
מאנטאג אפריל 10, 2023 11:44 pm#521085
נחמן אינדארסקי
שערי יושר
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.
שװער צו גלײבן ממש אזױ , דער איד אידאך א פיקח. מהאט נישט געהעכערט די געהאלט ? סאיז א פראמױשן קומט דאך מיט א רעיז
דינסטאג אפריל 11, 2023 12:12 am#521091
שערי יושר
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
נישט ממש אזוי, אבער טאמער ביסטי די עלטסטע רב אין בי"ד און אפיציעל די סגן ראב"ד און איצט איז נפטר געווארן דער פריערדיגע ראב"ד איז נישט אזוי שווער זיך אליין צו קרוינען. אליין קרוינען מיינט אויך טאמער שטייען דערינטער די קינדער אדער אנדערע מיט אינטערעסן.
אבער באמת בין איך נישט אזוי זיכער אז נחמן אינדורסקי איז גערעכט ווייל מיר ליגט אין זכרון אז מ'האט אים יא אויפגענימען אלץ ראב"ד די זעלבע צייט ווען מ'האט אויפגענימען רי"ט פאר גאב"ד.
נאר דאס יא. מ'זעהט ווי מ'קען זיך אליינס קרוינען אלץ פוסק הדור איז נישט אזוי אומפארשטענדליך וויאזוי מ'קרוינט זיך אליין אלץ ראב"ד
דינסטאג אפריל 11, 2023 12:45 am#521096
נחמן אינדארסקי
יין שרף
אבער די קשיא במקומו עומדת. אויפנעמען א רב איז נישט סתם א joke אדער א שם בלי בן (ס'איז יא but whatever).

Why in the world זאל מען אויפנעמען א year old 95 פאר אזא position? לו יהא ער איז יא qualified און ער האט אלע qualifications צו זיין רב.. אז אין אפאר יאר ארום זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל ביי square one?
אגב ווי אלט איז ער
97 בליעה"ר
דינסטאג אפריל 11, 2023 2:58 am#521101
נחמן אינדארסקי
קודם. כל פאר ווער סע ווייסט היסטאריע אז מען האט קיינמאל נישט אויפגענומען ר' משה שטערנבוך אלס ראבד, ער האט זיך אליינס באקרוינט
אין דער בלאט זאגט ר' מאיר בראנדסדארפער זון אז זיין טאטע האט עם געקרוינט ראב''ד אן קיינעם פרעגן
דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:31 pm#531877
C/p
ברעיקינג! קומענדיגן זונטאג פרשת עקב י״ב אב הבעל״ט, גייט פארקומען אן אפשטימונג אין הנהלת עדה החרדית וואו זיי גייען שטימען צו אויפנעמען:

הגאון הגדול המפורסם רבי בנימין לאנדא שליט״א, דומ״צ קהל טאהש בארא פארק - אלס גאב״ד ירושלים ומרא דארעא קדישא.

הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט״א, גייט געקרוינט ווערן נשיא העדה החרדית.

הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט״א, גייט אויפגענומען ווערן אלס ראב״ד ירושלים.

אזוי אויך האט די ועד הפועל פון די עדה החרדית באשלאסן אז יעדע צעטל, קול קורא אדער מודעה וואס גייט ערשינען פון ביד״צ עדה החרדית, גייט קודם ערשינען די חתימה פונעם נשיא העדה החרדית און דערנאך די חתימה פון גאב״ד ירושלים.
דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:39 pm#531879
וואס גייט פאר? אויף קול סאטמאר מעלדט מען ר’ משה אלס גאב”ד.
דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:38 pm#531883
*"ומלכי צדק מלך שלם"*

מיט גרויס עקסטאז און אייפער, התרגשות און איבערראשונג נעמען אויף בני היהדות הנאמנה פון איבער די גארער וועלט דעם לאנג ערווארטעטע פריידיגן היסטארישן בשורה איבער'ן התמנות פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור שליט"א אלס גאב"ד ירושלים.

מרן ראש הישיבה משיירי כנסת הגדולה הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה ד'לאנדאן האט ביי זיינע דברות קודש און דברי הספד אויף רבינו הגדול מרן הגאב"ד בעל ה"שערי טובי'ה" זצוק"ל אויף א לייוו-הוקאפ אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אויסגערופן נאכ'ן ברייט ארומרעדן איבער דעם גאב"ד זצ"ל, און דערציילט וואו ער האט געהייסן הרה"ח ר' שלמה פאפנהיים אים אויפצונעמען פאר ירושלימ'ער רב.

האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעשריגן מיט א קול רמה: "שוין א יאר צייט וואס איז נישטא קיין רב אין ירושלים, אבער באמת איז יא דא, רבי משה שטערנבוך איז דער ירושלימ'ער רב צו אפציעל אדער אומאפיציעל, ער איז דער רב און ער וועט פירן די עדה החרדית ווייטער פאר לאנגע יארן".

גלייך דערנאך האטט דער יו"ר הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א אויסגערופן בשם די הנהלת העדה און בשם אלע הונדערטער אידן החונים תחת דגלו של העדה החרדית אז "אונז זענען אלע מקבל די פייערדיגע ווערטער און די ציווי פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אונז וואונטשן מיר אן אז דער רב שליט"א זאל פירן מיט א שטארקייט דעם "עדה החרדית" פאר לאנגע יארן און אונז אלע קעגן פירן משיח צדקינו".

"דאס יהדות החרדית שרייט אויס "ברוך השם אז לא השבית לנו גואל, און אונז זענען אלע מקבל מרות מיט חרדה און יראה פון רבן של ישראל רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגה"ק הגאב"ד שליט"א מרא דארעא דישראל".

אונז וואונטשן מיר אלע אן "ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור".
דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:01 pm#531885
ישחקו הנערים בפנינו.
דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:29 pm#531886
"גלייך דערנאך האטט דער יו"ר הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א אויסגערופן בשם די הנהלת העדה און בשם אלע הונדערטער אידן החונים תחת דגלו של העדה החרדית"

נאר הונדערטער אידן?? כ'האב געמיינט אז די עדה החרדית פארפיגט איבער דעם חרדי'שן ירושלים'ר ציבור פון צענדליגער טויזענטער משפחות?!?!
דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:25 pm#531889
נישט נאר אלע ירושלימער אידן, נאר אויף גאנץ ארץ ישראל... ווען רבי יצחק טוביה איז אוועק האט מען איהם איבעראל באטיטלט "מרא דערא דישראל".
פרייטאג יולי 21, 2023 9:55 am#531919
ווער ווערט למעשה גאב"ד?
פרייטאג יולי 21, 2023 10:32 am#531921
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב
דער עסער
ווער ווערט למעשה גאב"ד?

ווער ס'פארמאגט א שטערקערע מיליטער. מ'האמיר דאך א כלל, כל דאלים גבר!!
פרייטאג יולי 21, 2023 12:17 pm#531926
מיינסט כל דאלים גאב"ד.
פרייטאג יולי 21, 2023 2:12 pm#531931
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב
איך אויך
מיינסט כל דאלים גאב"ד.

ע' פנים לפעטש
פרייטאג יולי 21, 2023 8:01 pm#531963
לכאורה וויאזוי מעג מען אויפנעמען א נייע רב אין די ניין טעג? נאר די הלכה איז, אז אויב מען טרעט עס אן פארדעם איז נישט קיין פראבלעם...
מוצ"ש יולי 22, 2023 10:30 pm#531968
.
📎 IMG_20230722_223001_401.jpg
מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:18 pm#550360
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
ס'איז ארויס א צעטיל פון די עדה החרידית ווי הגאון ר' משה שליט''א, ווערט נאכאלץ באטיטלט מיט די ראב''ד טיטל (נישט אז ס'מאכט אים א משהו קלענער) 📎 דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
📎 דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:23 pm#550366
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
עמרם #
ס'איז ארויס א צעטיל פון די עדה החרידית ווי הגאון ר' משה שליט''א, ווערט נאכאלץ באטיטלט מיט די ראב''ד טיטל (נישט אז ס'מאכט אים א משהו קלענער)
דעת תורה בחירות להעיריות אד''ר פ''ד.jpg
נישט סתם אז עס שטייט ראב"ד נאר ער איז אין איין שורה מיט די עלטערע חברי הבד"ץ געווענליך קומט די גאב"ד צום סוף אין א אייגענע שורה
און איך מיין אז די ראב"ד האט אויך א עקסטערע מקום החותם געווענליך

עמוק עמוק
מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:42 pm#550371
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
דרך אגב זעה איך צוויי בראנדסדארפערס אבער נישט ר’ משה וואס איז די מעשה מיט אים? די ליטווישע זענען זייער צוגעצויגן צו אים אבער ביי די חסידישע געבט ער זיך עפעס נישט איין, איינער ווייסט מה פשעו ומה חטאתו?