פארומס › ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15440
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג מערץ 17, 2024 4:20 pm#555206
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
עמרם #
נאר דעס אז מ'שטיצט א גאון וואס ברענגט א פסק פון רב קוק (גראדע זאגט ער יא אז מ'קען זיך סומך זיין אויף אים) איז געווען זייער אינטערעסאנט פאר מיך

שקר! ער שרייבט "נישט" אז מ'קען זיך פארלאזן אויף עם.

ער ברענגט עם צו צוזאמען מיט'ן אבני נזר אז כלים וואס מ'קויפט פון א מומר איז מחוייב טבילה, און דעריבער האבן כלים פון א מומר די זעלבע דין ווי כלים פון א גוי וואס איז אויך מחוייב טבילה ווען מ'קויפט עס פונעם גוי, און דעריבער קומט אויך ארויס א קולא למעשה אז ווען דו עסט אין כלים וואס באלאנגען נאך פארן גוי און פארן מומר איז עס מותר בלא טבילה, עד כאן וואס ער ברענגט צו פונעם דעת כהן.

אבער ער דינגט זיך קלאר אויף דעם און פירט אויס פארקערט ווי רב קוק אז היות רוב פוסקים האלטן אז ווען מ'קויפט כלים פון א מומר דארף מען עס נישט טובל'ען, און א מומר האט נישט א דין ווי א גוי כלפי דעם דין, ממילא וועט מען "נישט" האבן די קולא און מ'טאר נישט עסן אין א כלי וואס באלאנגט נאך צום מומר...

@עמרם, כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט א ע"ה, פאר דו ברענגסט צו א תשובה און דו ווילסט אראפרייסן דעם גאב"ד דערמיט, זיי מוחל און לערן קודם דורך דעם שטיקל וואס דו צייכנסט צו.. ווייל ס'שטייט קאפויער ווי דו זאגסט..

א פרייליכן פורים..
זונטאג מערץ 17, 2024 9:50 pm#555246
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
בכלל נישט קיין צושטעל, אויף ר' טובי' האט סאטמאר געהאט לעגיטימע טענות.....

מיר געקאסט א לאך, דו מאכסט אפ וואס הייסט לעגיטימע טענות און וואס נישט.

ווען דושינסקיא רבי איז זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד וואס האט בכח תורתו הברורה גע'פסקנ'ט אז מען טאר נישט גראבן אין בית שמש, און מען האט אים נעבעך אויסגעצאפט די לעצטע טראפ בלוט און אים כמעט אימפיטשט. איז איינמאל דער דושינסקיא רבי זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד האט אים דער רב געזאגט אז דו ווילסט קענען מיר זיך מפלפל זיין אין לערנען א גאנצע נאכט, אבער דו ווילסט מיר זאגן וויאזוי צו פירן די שטאט? פארדעם בין איך דא רב.

ער האט בכח תורתו געהאלטן און מכריע געווען וואס איז לעגעטים, און די בלאט מיט זייער ליצנות האט וואך איין וואך אויס געמאכט ליצי ליצנות פון די כבוד התורה פונעם גאב"ד, געלייגט בילדער פון "הגה"צ גאב"ד שליט"א" דערנעבן "הגאון הגדול פוסק הדור הראב"ד שליט"א" און דערנאך האט שמואל ווידער געפרעגט וואס האב איך געטאן שלעכט???? מיט נאך צענדליגער אזעלכע ביליגע ליצנות.
די זעלבע גאב"ד וואס די בלאט האט געשריבן אויף אים פוסק הדור פון אנפאנג....

זאלן זיי מיר נישט קומען פארקויפן קיין לאקשן אז זיי מיינע א פינטעלע כבוד התורה. ביליגע באנדיטן מחוצפים מאז ומקדם זענען די ארוינים מיט זייערע נאכשלעפערס.
זונטאג מערץ 17, 2024 10:44 pm#555251
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
איך זעה אז זייער פראפאגאנדע מאשין ארבעט נאך גאנץ פיין.

ס'איז זייער גוט צו האבן @מן הסתם דא אויף ק"ש אזוי קענען מיר האבן א שטיקל באגריף וויאזוי די פארמאכטע חסידים פון מהר"א (נישט אלע חסידי מהר"א זענען אזוי פארנאטיש...) קוקן אן די חסידישע וועלט...

@מן הסתם לאמיר קראכן דיין "באבעל" רבי משה שטערנבוך איז גאב"ד אין דער בלאט און אין די נייע מקוה אין די הויז פון מהר"א.

און די וועלט איז רבי משה שטערנבוך נישט גאב"ד ירושלים!!!!!
זונטאג מערץ 17, 2024 11:00 pm#555252
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
וואס הייסט ער איז נישט גאב"ד? ער האט געווינען מיט א רוב ביי די וואוטס אינערהאלב די הנהלה העדה החרדית.

ער איז א גאון, ער איז די הויפט פונעם בית דין. אין יודיש מיינט דאס גאון אב בית דין.. קראך אוועק.

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
זונטאג מערץ 17, 2024 11:11 pm#555253
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
אינטערסאנטער #
ווען דושינסקיא רבי איז זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד וואס האט בכח תורתו הברורה גע'פסקנ'ט אז מען טאר נישט גראבן אין בית שמש, און מען האט אים נעבעך אויסגעצאפט די לעצטע טראפ בלוט און אים כמעט אימפיטשט. איז איינמאל דער דושינסקיא רבי זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד האט אים דער רב געזאגט אז דו ווילסט קענען מיר זיך מפלפל זיין אין לערנען א גאנצע נאכט, אבער דו ווילסט מיר זאגן וויאזוי צו פירן די שטאט? פארדעם בין איך דא רב.

ער האט בכח תורתו געהאלטן און מכריע געווען וואס איז לעגעטים, און די בלאט מיט זייער ליצנות האט וואך איין וואך אויס געמאכט ליצי ליצנות פון די כבוד התורה פונעם גאב"ד, געלייגט בילדער פון "הגה"צ גאב"ד שליט"א" דערנעבן "הגאון הגדול פוסק הדור הראב"ד שליט"א" און דערנאך האט שמואל ווידער געפרעגט וואס האב איך געטאן שלעכט???? מיט נאך צענדליגער אזעלכע ביליגע ליצנות.

שקויעך טאקע פארן מיר צוהעלפן און אזוי גוט ארויסברענגען, דאס האב איך דאך טאקע געשריבן.

אז פונקט ווי ער איז געווען סענסעטיוו ווען ס'געקומען צו זיין רבנות, און מ'האט זיך נישט געטארט טענה'ן מיט עם אין לערנען צו מ'מעג אויפגראבן אפאר כנענים אין א פלאץ ווי ער איז נישט רב, בית שמש איז נישט ירושלים, ס'איז אזוי ווי דער דיין פון אנטווערפן וועט זיך טענה'ן מיט'ן אנטווערפענער רב צו מ'מעג אויפגראבן א גוי'אישע בית הקברות אין שטראסבורג, און דער אנטווערפענער רב וועט שרייען אויף דושינסקיא רבי אז דא בין איך רב. יא יא ביסט טאקע רב, אבער ס'מיינט נישט אז דו ביסט רב אין גולובנציץ..

פארשטאנטא?

און יעצט לאמיר צוקומען לענינינו אין קרית יואל, דארט האט ר' טובי' פארשטאנען אז ער מעג זיך מחולק זיין און טרינקען דאס בלוט פונעם רב..

אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס איז דאס אנדערש פון שמואל ווידער.. ? הא...?


א גוטן פורים אינטערעסאנטער..
זונטאג מערץ 17, 2024 11:38 pm#555261
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
זעהט נישט אויס צו זיין עדה פינאנצירטע...
זונטאג מערץ 17, 2024 11:57 pm#555264
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
וואס הייסט ער איז נישט גאב"ד? ער האט געווינען מיט א רוב ביי די וואוטס אינערהאלב די הנהלה העדה החרדית.

ער איז א גאון, ער איז די הויפט פונעם בית דין. אין יודיש מיינט דאס גאון אב בית דין.. קראך אוועק.

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
לכבודך וועל איך נאך אמאל איבערשרייבן.

אין "די וועלט" איז רבי משה שטערנבוך נישט גאב"ד י"ם!!!!!
מאנטאג מערץ 18, 2024 2:09 am#555281
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
ארונים דעקלערן קריג קעגן יונתן שווארץ, ער האט דאס געפאוסט

📎 Screenshot_20240318-020506_WhatsApp.jpg
מאנטאג מערץ 18, 2024 8:28 am#555293
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מיין ברודער #
פאשקעוויל, די פאקט איז אז די קהלא קדישא איז סובסידייזט פון די קאסע פון די עדה.. פלאצן זאלסטו..
מאנטאג מערץ 18, 2024 9:24 am#555295
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מיין ברודער #
מן הסתם #

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
זעהט נישט אויס צו זיין עדה פינאנצירטע...
זעהט נישט אויס ווי ס'שמעקט דיר, כ'פארשטיי דיין ווייטאג...
מאנטאג מערץ 18, 2024 9:25 am#555296
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
לאכעדיג #
מן הסתם #
וואס הייסט ער איז נישט גאב"ד? ער האט געווינען מיט א רוב ביי די וואוטס אינערהאלב די הנהלה העדה החרדית.

ער איז א גאון, ער איז די הויפט פונעם בית דין. אין יודיש מיינט דאס גאון אב בית דין.. קראך אוועק.

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
לכבודך וועל איך נאך אמאל איבערשרייבן.

אין "די וועלט" איז רבי משה שטערנבוך נישט גאב"ד י"ם!!!!!

נישט מעלה ומוריד וויפיל מאל דו שרייבסט עס... פלאצן זאלן אלע סיקריקים..
מאנטאג מערץ 18, 2024 10:12 am#555300
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
אויב רוב ככל, דאן פארוואס זענען נישט פאראן קיין אונטערשריפטן?
מאנטאג מערץ 18, 2024 10:28 am#555307
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
וואס מיינט אירעלעווענט ?
ביטע ענטפער נארמאל, איך ווייס פשוט נישט וואס די ווארט מיינט
און ביטע נישט גיין פרעזענליך, איך האב גארנישט קעגן אייך
מאנטאג מערץ 18, 2024 10:30 am#555309
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
וואס הייסט פאשקעוויל ? ס'איז נישט ארויס פון די עדה'ס אפיס ?

און פארוואס דארף איך פלאצן ?
קענסט זיך אפשר באציען שענער צו חברים ?
מאנטאג מערץ 18, 2024 10:32 am#555310
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
מיין ברודער #
מן הסתם #

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
זעהט נישט אויס צו זיין עדה פינאנצירטע...
זעהט נישט אויס ווי ס'שמעקט דיר, כ'פארשטיי דיין ווייטאג...
איך מיין אז ס'איז דא א צווייטע, מיטן נאמען "העדה"
יענץ איז (אויך) פון די עדה החרידית ?

פון וועלכע ווייטאג רעדסטו ?
מאנטאג מערץ 18, 2024 11:50 am#555316
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מיין ברודער #
מן הסתם #
וואס מיינט אירעלעווענט ?
ביטע ענטפער נארמאל, איך ווייס פשוט נישט וואס די ווארט מיינט
און ביטע נישט גיין פרעזענליך, איך האב גארנישט קעגן אייך
קוקסט מיר נישט אויס ווי אזא בטלן, פרעג דיך נאך וואס ס'מיינט...

וואס פאלטיר ביי אז איינער גייט דא פערזענדלעך? ביסט אויך סענסעטיוו ? אהא..
מאנטאג מערץ 18, 2024 11:52 am#555317
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מיין ברודער #
מן הסתם #
מיין ברודער #
מן הסתם #

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
זעהט נישט אויס צו זיין עדה פינאנצירטע...
זעהט נישט אויס ווי ס'שמעקט דיר, כ'פארשטיי דיין ווייטאג...
איך מיין אז ס'איז דא א צווייטע, מיטן נאמען "העדה"
יענץ איז (אויך) פון די עדה החרידית ?

פון וועלכע ווייטאג רעדסטו ?
וועלכע ווייטאג? וויפיל ווייטאגן פארמאגסטו? מער ווי איינס?
פרייטאג מערץ 22, 2024 3:49 am#555749
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
ארטסקרול האט ארויסגעגעבן א הגדה פון רבי משה שטערנבוך און זיי שרייבן אויפן דעקל אז ער גאב"ד ירושלים.
פרייטאג מערץ 22, 2024 11:49 am#555769
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
לאכעדיג #
ארטסקרול האט ארויסגעגעבן א הגדה פון רבי משה שטערנבוך און זיי שרייבן אויפן דעקל אז ער גאב"ד ירושלים.
בילד ביטע ?
פרייטאג מערץ 22, 2024 11:59 am#555771
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
לאכעדיג #
ארטסקרול האט ארויסגעגעבן א הגדה פון רבי משה שטערנבוך און זיי שרייבן אויפן דעקל אז ער גאב"ד ירושלים.
I just checked, doesnt say
https://www.artscroll.com/Books/HRSTH.html
דינסטאג מערץ 26, 2024 12:13 am#555939
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מן הסתם #
וואס הייסט ער איז נישט גאב"ד? ער האט געווינען מיט א רוב ביי די וואוטס אינערהאלב די הנהלה העדה החרדית.

ער איז א גאון, ער איז די הויפט פונעם בית דין. אין יודיש מיינט דאס גאון אב בית דין.. קראך אוועק.

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
דיינע קלעימס זענען דיספיוטעד דורך אסאך, און ווילאנג דאס איז די קעיס איז ער נישט ירושלימ'ער רב אפגעזען ווי שטארק דו ווילסט אדער ווי גערעכט דו ביסט.
דינסטאג מערץ 26, 2024 12:45 am#555941
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
עמרם #
לאכעדיג #
ארטסקרול האט ארויסגעגעבן א הגדה פון רבי משה שטערנבוך און זיי שרייבן אויפן דעקל אז ער גאב"ד ירושלים.
בילד ביטע ?
אהרונים און עדה'ניקעס גייען אויפהערן נוצן ארטסקרול סידורים
דינסטאג מערץ 26, 2024 12:51 am#555942
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
איך פארשטיי נישט, טוט נישט די עדה רעפרעזענטירן די סיקריקים ?
דינסטאג מערץ 26, 2024 1:55 am#555947
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
סוף טוב הכל טוב #
אהרונים און עדה'ניקעס גייען אויפהערן נוצן ארטסקרול סידורים
זיי האבן עס קיינמאל נישט גענוצט.
דינסטאג מערץ 26, 2024 10:47 am#555972
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
לאכעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
אהרונים און עדה'ניקעס גייען אויפהערן נוצן ארטסקרול סידורים
זיי האבן עס קיינמאל נישט גענוצט.
געוואוסט אז דער עולם פארשטייט נישט צו קיין סארקאזם... 😉