פארומס › בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס

בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15652
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:29 pm#541973
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
ישראל הלוי #
בדרך כלל הולכים אחר לישנא בתרא.


לאמיר האפן אז די גזירת החינוך געזעצן מיט די נייע גיידליינס ארויפגעלייגט דא אויף קאווע שטיבעל וועלן נאכלאזן און בטל ווערן אין די גאר נאנטע צוקונפט להנאת די אלע נייע מעמבערס וואס ווארטן בכליון עינים צו ווערן אנגענומען מאחורי הפרגוד 😉
פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:10 am#542101
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
נאה דורש #
sorry for english I do not have yiddish stickers on my laptop.

I have been here since the start, and still have no access, I never asked for access since I am not writing a lot, so I have a question , if I write in english is it also counted, or only yiddish?
דא האנדעלט אייך אן
https://www.amazon.com/gp/product/B09LH1JQPL
זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:49 am#542163
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
קליינע צדיק #
עמקות התם #
זעה איך אזוי ביי די תקנות שרייבט מען נאר נאך 50 און ביי די אשכול פון מאחורי שרייבט מען אפאר 100
אויב איינער קען ביטע אריינקומען אנפילען דעם תמימתדיגע שואלים וואס זיי ווארטען נאך אז דעם וואסער פין זייער קואווע זאל שוין ווערן הייס.... און געבן אביסעל פארשטאנד און דעם גאנצע סוגיא.

איך האב אויך געהאט די קשיא און פארדעם געבעטן די מנהל פאר רשות אריין,
אבער קוק צוריק אויף די מנהל'ס תשובה וועסטו זען אז אפי' מיט 90 תגובות איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין,
ששש. איך וויל נישט קאליע מאכן די ביזנעס. איך בין שוין אינעווייניג. ס'איז גארנישט דא קיין "מעדזשיק". מענטשן לופטערן סתם זאכן. אמאל העלפט מען פאר "נצרכים". אפשר זאגט איינער עפעס א דזשאוק וואס פאסט נישט אין "מלפני". זאגט ער עס דארט...
מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:21 am#542298
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
קידוש #
איך שרייב שוין 2 יאר צום גוטען מיט 200+ תגבות,

אפשר איז שוין יעצט מיין באשערטע מינוט?
@אנאנים

אויכעט א גרויסען יישר כח פארן כסדר פארבעסערען און פארשענערען קאווע שטיבל

קידוש
מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm#542344
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
קידוש #
קידוש #
איך שרייב שוין 2 יאר צום גוטען מיט 200+ תגבות,

אפשר איז שוין יעצט מיין באשערטע מינוט?
@אנאנים

אויכעט א גרויסען יישר כח פארן כסדר פארבעסערען און פארשענערען קאווע שטיבל

קידוש
די צוויי יאר איז נישט קיין מעלה, פארקערט, ווי לענגער די שרייבסט מיט בלויז 200 תגובות ווייזט עס אז דו ביזט ווייניגער אקטיוו.
מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:26 pm#542653
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
איך בין שוין געווען דארט ,האסט גארנישט פארפאסט
מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:09 pm#547189
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
עמקות התם #
[ציטאט אראפגענומען]

כג) שינויים אין איינטריט-פרינציפן צו פריוואטן פארום "מאחורי הפרגוד"

דער פריוואטער פארום איז ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס, און פילע חברים זענען שוין געהאלפן געווארן מיט עצות טובות ומועילות.

1) אנגעפאנגען פון היינט קען מען באקומען איינטריט צו דעם פריוואטן פארום נאר נאכ'ן שרייבן 50 זאכליכע הודעות. דאס איז טאקע ווייניגער ווי די 75 הודעות וואס מען האט געדארפט שרייבן ביז יעצט, אבער פון היינט און ווייטער וועלן מיר באטראכטן א הודעה ווי "זאכליך" בלויז אויב זי איז געשריבן געווארן קלאר און צו דער זאך, אן גראבע גרייזן וואס פארשווערן דאס לייענען, און פארמאגט א מינימום פון 100 ווערטער (אויף זיך אויס'משל'ען אין קאפ: דער דאזיגער פאראגראף האט פונקט 100 ווערטער).

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז מיר גייען נישט ציילן יעדעס ווארט פון יעדע הודעה, נאר מיר שטעלן אוועק די ציפערן ווייל מיר האלטן אז איינער וואס האט שוין צוגעשטעלט ארום 50 פון אזעלכע "זאכליכע" הודעות קען פאררעכטן ווערן ווי אחד מן החבורה אויף א פארנעם אז מיר זאלן קענען אפשאצן צי ער איז גענוג אחריות'דיג צו קענען שרייבן איבער הייקעלע טעמעס. די פופציג זאכליכע הודעות דארפן זיין אין אן אקטיוון צייט-אפשניט, נישט אויסגעצויגן איבער לאנגע חדשים און יארן.

2) די פיר זאכליכע הודעות אין דעם פריוואטן פארום וועלכע פלעגן מוזן געשריבן ווערן אין לויף פון יעדן צייט-אפשניט פון צוויי וואכן כדי אנצוהאלטן צוטריט ווערט אויסגעברייטערט צו ערלויבן א צייט-אפשניט פון דריי וואכן, אבער די הודעות מוזן אויך נאכפאלגן די פריערדערמאנטע פרינציפן פון "זאכליכע" הודעות. כדי אנצוהאלטן צוטריט מוז מען אויך רעגלמעסיג שרייבן אין די אפענע פארומס.

3) נאכדעם וואס איר ווערט באשטעטיגט אריינצוקומען צו דעם פריוואטן פארום (דורך @גבאי) קענט איר אויסוועלן צי איר ווילט דארטן שרייבן מיט אייער געווענליכן ניק אדער איר ווילט א ספעציעלן ניק פאר דעם. אויב איר ווילט א באזונדערן ניק, וועט דער באזונדערער ניק האבן צוטריט נאר צו דעם פריוואטן פארום, און דער געווענליכער ניק וועט האבן צוטריט נאר צו די אפענע פארומס. (הוספה: זע ווייטער אות לז)

4) נאכדעם וואס א מנהל האט שוין באשטעטיגט אז א חבר האט שוין געשריבן די נויטיגע צאל הודעות, דארף נאך דער אחראי מידת הדין באשטימען צי ער קען אנגענומען ווערן. אויב איר האט סיי וועלכן פראבלעם מיט דעם פריוואטן פארום ביטע זיך מעלדן צו א מנהל.
זעה איך אזוי ביי די תקנות שרייבט מען נאר נאך 50 און ביי די אשכול פון מאחורי שרייבט מען אפאר 100
אויב איינער קען ביטע אריין קימען אונפילען דעם תמימתדיגע שואלים וואס זיי ווארטען נאך אז דעם וואסער פין זייער קואווע זאל שוין ווערן הייס.... און געבן אביסעל פארשטאנד און דעם גאנצע סוגיא
און איצט האט מען עס געהעכערט אויף דריי-פיר הונדערט זאכליכע תגובות... (@אנאנים דאס איז די סיבה פ"וו ס'האט זיך מיר געדאכט אז איך בין שוין קוואליפיצירט)
ווען ס'וועט קומען די צייט, וועל איך אי"ה אפעלירן.
אפשר מאכט מען אז עס זאל גיין אוטאמאטיש?
איך האב נישט קיין נערוון צו אפלייען.
דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:04 am#547237
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
[ציטאט אראפגענומען]
וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו וויסן וואס איז די גדר פון "אקטיוו" ??
זונטאג מערץ 3, 2024 11:46 pm#552611
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
סאיז א מורהדיגע פראבלעם פאר מענטשן וואס גלייכן צי ליינען אבער שרייבן איז נישט זייער פאך, איך בין מורהדיג אקטיוו מיטן ליינען אבער איך בין נישט קיין שרייבער סא בפשטות האב איך נישט קיין טשאנס און מאחורי סוואלט ווען געדארפט זיין א שטיקל מהלך פארדעם,
מאנטאג מערץ 4, 2024 7:48 am#552667
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
מייערן #
סאיז א מורהדיגע פראבלעם פאר מענטשן וואס גלייכן צי ליינען אבער שרייבן איז נישט זייער פאך, איך בין מורהדיג אקטיוו מיטן ליינען אבער איך בין נישט קיין שרייבער סא בפשטות האב איך נישט קיין טשאנס און מאחורי סוואלט ווען געדארפט זיין א שטיקל מהלך פארדעם,
איך געפין מיר אינעם זעלבן פעקל
מאנטאג מערץ 4, 2024 11:51 am#552715
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
ס'איז דא א מהלך דערפאר, ווי דער מנהל האט שוין געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
מאנטאג מערץ 4, 2024 12:55 pm#552743
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
האניג #
ס'איז דא א מהלך דערפאר, ווי דער מנהל האט שוין געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
סא דא איז די נקודה. סדא מענטשן וואס געבן צי מיטן שרייבן און סדא וואס מיטן ליינען און לייקען איז וואס זיי געבן צי, אין ווען זיי וועלן שרייבן וועט עס נישט זיין צוגעגעבן, וק״ל
מאנטאג מערץ 4, 2024 1:37 pm#552756
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
אפשר קען מען גיין אויף א מהלך אז דער וואס שרייבן איז נישט זיין פאך זאל צאלן מעמבערשיפ צו האבן עקסעס צו מאחורי
מאנטאג מערץ 4, 2024 2:48 pm#552800
Re: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
מייערן #
האניג #
ס'איז דא א מהלך דערפאר, ווי דער מנהל האט שוין געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
סא דא איז די נקודה. סדא מענטשן וואס געבן צי מיטן שרייבן און סדא וואס מיטן ליינען און לייקען איז וואס זיי געבן צי, אין ווען זיי וועלן שרייבן וועט עס נישט זיין צוגעגעבן, וק״ל
קוקסט מיר גראדע נישט אויס דא ווי עמיצער וואס קען ממש נישט שרייבן...