Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס

בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 67 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15652
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 9:10 pm#512188
בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
נאכ'ן זיך מוטשענען א לענגערע צייט ווי אזוי אנצונעמען נייע מעמבערס אין מאחורי הפרגוד, פירן מיר בע"ה איין א נייעם סיסטעם וואס וועט ערמעגליכן אננעמען פרישע מעמבערס יעצט און אינעם צוקונפט.

יעדער מעמבער וואס האט שוין געשריבן אן ערך פון דריי-פיר הונדערט זאכליכע תגובות, און איז אין אלגעמיין אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און איז שוין פארהייראט, קען אפּלייען צו ווערן אנגענומען.

מיר זענען מבטל דעם פארהער וואס מיר האבן געמאכט ביז היינט. אנשטאטס דעם האבן מיר אויפגעשטעלט א ועד פון דריי וועטעראן מעמבערס וואס וועלן מחליט זיין אויב דער אפליקאנט שיינט צו זיין גענוג אחריות'דיג, ערוואקסן און באזעצן צוצוגעבן צו מאחורי.

מיר וועלן נישט מוותר זיין אויף די פאלגענדע פונקטן, און מיר וועלן נישט מאכן קיין שום אויסנאמען:
  • נאר א מעמבער וואס האט שוין צוגעגעבן צו קאווע שטיבל אויף א ניכר'דיגע וועג, צי ס'איז 3-4 הונדערט נארמאלע באזעסענע תגובות וואס געבן צו צום שמועס אין פארשידענע טעמעס, צי ס'איז לענגערע ארטיקלען אדער תגובות.
  • נאר א מעמבער וואס איז אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און שרייבט דא רעגלמעסיג.
  • נאר א מעמבער וואס מאכט אונז נישט קיין פראבלעמען, טראָלט נישט, רייסט נישט אייביג אראפ, און אין אלגעמיין דארף מען אים נישט מעקן.
  • נאר א מעמבער וואס איז מעיד אויף זיך אז ער איז (אדער איז געווען) פארהייראט.
  • נאר א מעמבער וואס דער ועד פון מאחורי וועט מחליט זיין אז ער איז ראוי אנגענומען צו ווערן, ואין אחר החלטתם כלום.
מ'וועט קענען אנהאלטן מעמבערשיפ אין מאחורי נאר אויב מ'איז ווייטער אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי. אויב מ'איז נישט אקטיוו וועט מער פארלירן מעמבערשיפ אן קיין שום ווארענונג, און מ'וועט נישט קענען באקומען פרישע מעמבערשיפ צו מאחורי פאר 3 חדשים פון זיין אקטיוו.

ווער עס קומט דאס אלעס נאך, און איז גרייט זיך צוצושטעלן, זאל שיקן צו kaveshtiebel@gmail.com די פאלגענדע אינפארמאציע:

ניק:______
דאטום ווען רעגיסטרירט:______
סכום תגובות:______
שוין אמאל געהאט צוטריט צו מאחורי?: יא/ניין
חתונה געהאט, אדער געווען פארהייראט?: יא/ניין
רעגלמעסיג אקטיוו אויף ק"ש?: יא/ניין

אויב האסטו געשריבן ווייניגער ווי 300 תגובות, האסטו געשריבן לענגערע ארטיקלען?: יא/ניין, לינקס צו די ארטיקלען:


מעמבערס וואס קומען נישט נאך די אויבנדערמאנטע תנאים זאלן בכלל נישט מטריח זיין מיט קיין בקשות. מיר פארשטייען ווי שטארק דו ווילסט צוטריט, אבער ס'איז מובן מאליו אז ס'קען נאר אנגיין אויב דער וואס איז נהנה איז אויך מהנה אנדערע. מ'קען נישט זיין קיין נעמער אן אויך זיין א געבער.

הצלחה רבה.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 9:47 am#512240
דורכאויס די תקופה ווען מיר האבן נישט געקענט אננעמען קיין נייע מעמבערס האבן זיך פילע מעמבערס געוואנדן צו מיר אז זיי ווילן ווערן אנגענומען אין מאחורי. כ'קען נישט יעצט איבערגיין די אלטע בקשות, דערפאר, ווער עס קומט נאך די אויבענדערמאנטע פונקטן זאל מיר ביטע נאכאמאל שיקן א בקשה.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 7:52 pm#512471
מעמבערס וואס קומען נישט נאך די אויבנדערמאנטע תנאים זאלן מיר בכלל נישט מטריח זיין מיט קיין בקשות. כ'קען פארשטיין ווי שטארק די ווילסט צוטריט, אבער ס'איז מובן מאליו אז ס'קען נאר אנגיין אויב דער וואס איז נהנה איז אויך מהנה אנדערע. מ'קען נישט זיין קיין נעמער אן אויך זיין א געבער.
מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 8:18 pm#512926
דערמאנונג: אויב קומסטו נישט נאך די אויבענדערמאנטע תנאים, שרייב נישט צו מיר מוטשענען צו קענען באקומען צוטריט צו מאחורי. מיר מאכן נישט קיין שום אויסנאמען!
מאנטאג מאי 22, 2023 10:24 am#525646
מנהל האט געשריבן:נאכ'ן זיך מוטשענען א לענגערע צייט ווי אזוי אנצונעמען נייע מעמבערס אין מאחורי הפרגוד, פירן מיר בע"ה איין א נייעם סיסטעם וואס וועט ערמעגליכן אננעמען פרישע מעמבערס יעצט און אינעם צוקונפט.

יעדער מעמבער וואס האט שוין געשריבן אן ערך פון דריי-פיר הונדערט זאכליכע תגובות, און איז אין אלגעמיין אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און איז שוין פארהייראט, קען אפּלייען צו ווערן אנגענומען.

מיר זענען מבטל דעם פארהער וואס מיר האבן געמאכט ביז היינט. אנשטאטס דעם האבן מיר אויפגעשטעלט א ועד פון דריי וועטעראן מעמבערס וואס וועלן מחליט זיין אויב דער אפליקאנט שיינט צו זיין גענוג אחריות'דיג, ערוואקסן און באזעצן צוצוגעבן צו מאחורי.

מיר וועלן נישט מוותר זיין אויף די פאלגענדע פונקטן:

* נאר א מעמבער וואס האט שוין צוגעגעבן צו קאווע שטיבל אויף א ניכר'דיגע וועג, צי ס'איז עטליכע הונדערט נארמאלע באזעסענע תגובות וואס געבן צו צום שמועס אין פארשידענע טעמעס, צי ס'איז לענגערע ארטיקלען אדער תגובות.

* נאר א מעמבער וואס איז אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און שרייבט דא רעגלמעסיג.

* נאר א מעמבער וואס מאכט אונז נישט קיין פראבלעמען, טראָלט נישט, רייסט נישט אייביג אראפ, און אין אלגעמיין דארף מען אים נישט מעקן.

* נאר א מעמבער וואס איז מעיד אויף זיך אז ער איז (אדער איז געווען) פארהייראט.

* נאר א מעמבער וואס דער ועד פון מאחורי וועט מחליט זיין אז ער איז ראוי אנגענומען צו ווערן, ואין אחר החלטתם כלום.

מ'וועט קענען אנהאלטן מעמבערשיפ אין מאחורי נאר אויב מ'איז ווייטער אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי. אויב מ'איז נישט אקטיוו וועט מער פארלירן מעמבערשיפ אן קיין שום ווארענונג, און מ'וועט נישט קענען באקומען פרישע מעמבערשיפ צו מאחורי פאר 3 חדשים פון זיין אקטיוו.

ווער עס קומט דאס אלעס נאך, און איז גרייט זיך צוצושטעלן, זאל זיך מעלדן צו מיר.

הצלחה רבה.
וואס ליגט שוין אין די מאחורי וואס א יעדער וויל אזוי שטארק ווערן אריינגעשווערצט ? וואס קען מען דארט ליינען וואס מיר וויסען נישט אלץ פארהייראטעטע אינדעווידואלען ?
מאנטאג מאי 22, 2023 10:30 am#525648
מה זה מאחורי הפרגוד? מ'קען דארט זען מער ווי אין די בית יהודה חומש אויף די פרשה פון ער און אונן?
מיטוואך מאי 24, 2023 9:57 am#525965
קאך לעפל :lol:
בית יהודה חומש רעדט פון עבירות, אין מאחורי רעדט מען פון מצוות! :)
פרייטאג יוני 16, 2023 3:08 am#528606
איז עס אפיקורסות אויב מ'פרעגט פארוואס דארף מאחורי זיין מאחורי הפרגוד?
כ'מיין מ'רעדט דא פון ערוואקסענע מענטשן. מיר ווייסן שוין די אלע סודות התורה וואס מ'האט (פרובירט) צו באהאלטן פון אונז.
רוב פון אונז קענען מיט איין קוועטש פון א קנעפל אנקומען צו זען דאס וואס אונזערע עלטערן האבן אפילו נישט געויסט אז עס איז פאראן.
מיר קענען ליינען ראמאנטישע באשרייבונגען אויף אלע שפראכן.
מיר קענען וואטשען ווידעאוס פון אלע סארטן סוגים ומינים.
מיר קענען נאכקוקן אינפארמאציע אויף יעדע סארט פראקטישע אדער טעכנישע שאלה אין דער סוגיע.
מיר קענען שרייבן וואטסעפס און זיך פארבינדן מיט אלע מינים ממינים שונים.
פ"וו מאכט מען אזא גרויסער ביג דיל פון דעם גאנצן מאחורי אינסטיטוציע?

אידאס נישט שיריים פון אונזערע עלטערן'ס באהאלטן דעם גאנצן נושא?
זענען מיר נאך אלץ סטאק אין די 1950'ס?
בחורים זענען כמעט נישט דא אוף דעם פארום. און אויב יא, גלייבט מיר ער קען זען אסאך בעסערע סחורה ווי אפאר היימישע געשרייבעכצער אויף מאחורי. און אפילו אויב נישט, לאז איהם לעבן! לאז איהם לייענען. איינער טיילט דיר איין וואס צו לייענען? לאז דעם בחור לייענען וואס ער וויל! ווער זענען מיר איינצוטיילן פאר א בחור וואס ער מעג און וואס ער טאר נישט ליינען?!
פרייטאג יוני 16, 2023 1:00 pm#528649
ענדליך רעדט שוין איינער צו די זאך.
פרייטאג יוני 16, 2023 5:28 pm#528675
אמר אביי האט געשריבן:ענדליך רעדט שוין איינער צו די זאך.
צענזורירט מען איהם...
אגב, ס'נישט אישית ס'איז אישות.
פרייטאג יוני 16, 2023 5:37 pm#528677
אין די אלגעמיינע וועלט פאר מען גייט אריין אין עפעס וואס האט מיט עדאלטס פרעגט מען דיר אויב דו ביסט 18 מען פרעגט דיר נישט צו דו ביסט חתונה געהאט...

בקיצור אבטח האסט א נקודה .

אבער דו דארפסט פארשטיין אז מען קען נישט לאזן אפן אזא פלאטפערמע ס'פאסט נישט און אויך זאכן קענען ליקן ממילה חתונה געהאטע מענטשן און אויך וואס שרייבן צו די זאך דא מען זעהט אז מען קען זיי טראסטן לאזט מען זיי אריין
פרייטאג יוני 16, 2023 5:48 pm#528679
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:
אמר אביי האט געשריבן:ענדליך רעדט שוין איינער צו די זאך.
צענזורירט מען איהם...
אגב, ס'נישט אישית ס'איז אישות.
אבער האסט געכאפט וואס כ'האב געמיינט אפילו ס'איז נישט געוועהן גוט געספעלט. און פארשטייט זיך אז כ'האב נישט פארמעקט קיין איין ווארט פון דיין טענה, נאר ווי די האסט זיך צוברייטערט צו רעדן עניני אישות כנגד תקנות המקום. זיי מוחל ליין איבער די תקנות המקום און שטעל דיך צו.
פרייטאג יוני 16, 2023 5:50 pm#528680
שפילער האט געשריבן:אין די אלגעמיינע וועלט פאר מען גייט אריין אין עפעס וואס האט מיט עדאלטס פרעגט מען דיר אויב דו ביסט 18 מען פרעגט דיר נישט צו דו ביסט חתונה געהאט...

בקיצור אבטח האסט א נקודה .

אבער דו דארפסט פארשטיין אז מען קען נישט לאזן אפן אזא פלאטפערמע ס'פאסט נישט און אויך זאכן קענען ליקן ממילה חתונה געהאטע מענטשן און אויך וואס שרייבן צו די זאך דא מען זעהט אז מען קען זיי טראסטן לאזט מען זיי אריין
און וואס איז די פוינט פון דארפן האבן עטליכע הונדערט תגובות לפי"ז?
פרייטאג יוני 16, 2023 6:13 pm#528681
שפילער האט געשריבן:אין די אלגעמיינע וועלט פאר מען גייט אריין אין עפעס וואס האט מיט עדאלטס פרעגט מען דיר אויב דו ביסט 18 מען פרעגט דיר נישט צו דו ביסט חתונה געהאט...

בקיצור אבטח האסט א נקודה .

אבער דו דארפסט פארשטיין אז מען קען נישט לאזן אפן אזא פלאטפערמע ס'פאסט נישט און אויך זאכן קענען ליקן ממילה חתונה געהאטע מענטשן און אויך וואס שרייבן צו די זאך דא מען זעהט אז מען קען זיי טראסטן לאזט מען זיי אריין
שפילער: ביי אונז, עפ"י תורה און אפילו אין די אלגעמיינע וועלט האט א חתונה געהאטער מענטש א סטאטוס ווי א געסעטלטער, ערנסטער מענטש. ס'איז נאר אין די לעצטערע יארן פון פאליטישע קארעקטנעס אז מ'זאגט (מס שפתיים) אז ס'איז נישט קיין חילוק וואס איינעם'ס מעריטל סטעטוס איז. ווייל ביז נישט לאנג צוריק האבן אינשורענס קאמפעניס און קאר רענטל קאמפעניס דאס גענימען אין באטראכט. זיי האבן געגעבן געוויסע דיסקאונטס און פוינטס פון טראסט פאר א מענטש וואס איז חתונה געהאט.
פרייטאג יוני 16, 2023 6:38 pm#528685
ר' בערל יו געט די פאונט גלייב איך מאחורי איז נישט קיין אינשורעס אדער א קאר רענטל סאיז אינפורמציע און ביי אונפארמאציע איז נישט דא אזא זאך אונעם כדור העולם אז מען זאל עס געבן געבעיסט אויף סטעטוס נאר אז ביסט אן עדאלט איז עדאלט נישט קיין חילוק וויפל ווייבער דו האסט
זונטאג יוני 18, 2023 12:37 am#528705
שעפטאל האט געשריבן:
איינער האט מיך אמאל גע'אישי'ט אז מאחורי שלאפט, ס'שאד אפי' פראבירן אריינצוגיין.
אבער ס'קוקט שוין אויס ווי עפעס זאפטיג גייט יא אהן דארטן
אדרבה, אפשר זאל איינער וואס האט צוטריט אהין, מעתיק זיין די מפתח האשכולות פון מאחורי דא, העמיר זעהן צו ס'דא אויף וואס זיך מפציר צו זיין..
זונטאג יוני 18, 2023 1:37 am#528720
דער פאקט אז מ'קען דא אין דעם אפענעם פארום יא רעדן איבער לגבטQ. וואס אידאס א לעגא געים אדער עניני אישות?
וואס האב איך שוין געשריבן, כ'האט אביסל אוועקגעמאכט דעם גאנצן טאבאא איבער די נושא, און ארויסגעברענגט אז עס נישט ווער-ווייסט-וואס און מ'מעג עפענען די טויערן פאר יעדן. (איך האף אז אין מאחורי איז אויך פאראן א צענזור און עס ליגן נישט סתם בילדער פון מ'טאר אפילו נישט טראכטן)
אין קורצן, דער פארמאכן איז א אלט-מאדישע זאך, מאכט נישט קיין סענס מיט א וועלט פון טוויטער און וואטסעפ, איז גורם אז ק"ש ווערט פארשלאפן און טרוקן, איז מרחק נייע מעמבערס, אה יא נאך איין זאך עס גיבט אזא געפיל פון גרויסקייט פאר די אלטגעסעסענע דא...
זונטאג יוני 18, 2023 4:06 am#528734
אבטח ולא אפחד: מ'קען מיך (אפשר) אנרופן פון די אלט געזעסענע. נאר איך געב דיר אוועק די גאנצע חשיבות מיט דעם גרויסקייט. קוק ווי מ'פראקט אריין אין מיר. מ'מעקט מיינע תגובות _(וועלכע זענען צומאל א ביסל שארף. אדער נאריש...) און מ'סטראשעט מיט "אויסשפארן"...נאדיר די גאנצע גדולה...לאל.
זונטאג יוני 18, 2023 11:39 am#528751
יין שרף האט געשריבן: מען נעמט נישט אן קיין נייע מעמבער אין די 30 טעג פון ווען ער קאמפלימענט אדער נעמט זיך אן פאר די מנהל
כ'מאך א קאונט דאון...
כ'גלייב אז דו ביסט זייער אקטיוו דארטן. כ'קען קוים ווארטן...
פרייטאג יוני 30, 2023 12:48 am#530061
איינעראליינס האט געשריבן:
איך האלט אז עס מעג ווערען אביסעל לויזער דעי תקנה. ספעציעל דעיס אס מען דארף האבען אפאר הונדרעט תגובות..

איך מיין נישט יעדער איז א שרייבער וואס קען שרייבען
איך פארשטיי נישט, ס'איז אזוי שווער צו שרייבן א פאר נארמאלע שורות דא דארט?

מ'קען אנקוקן די צוטריט צו מאחורי אלס א אפרישיעשען פארן שרייבן, פארוואס דארף מען דיר אלעס צושטעלן אז דו קענסט נישט געבן גארנישט פון דיין זייט?

סאך הכול וויל מען אז דו זאלסט צוגעבן צו די פלאץ, אז דו קענסט נאר נעמען נישט געבן פארוואס זאל מען זיך צושטעלן צו דיר?

און ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס מאחורי זאל זיין פארמאכט, די נאמען פון קאווע שטיבל וועט ווערן מער פארשמירט ווי ס'איז, מ'וועט טענה'ן אז ס'איז א שמוציגע וועבזייטל אפילו מאחורי איז נישט געמאכט פאר קיין שמוץ, אבער מ'וועט אזוי טענה'ן.

והשנית, ס'וועט אנברענגען א פלייץ פון בחור'לעך און קליינע מוחות וואס וועלן מאכן א חורבן פון קאווע שטיבל אזוי ווי ס'געשעהט אויף אייוועלט יעדע בין הזמנים, און אסאך מאל אינמיטן זמן אויך...
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:36 pm#534179
מנהל האט געשריבן:נאכ'ן זיך מוטשענען א לענגערע צייט ווי אזוי אנצונעמען נייע מעמבערס אין מאחורי הפרגוד, פירן מיר בע"ה איין א נייעם סיסטעם וואס וועט ערמעגליכן אננעמען פרישע מעמבערס יעצט און אינעם צוקונפט.

יעדער מעמבער וואס האט שוין געשריבן אן ערך פון דריי-פיר הונדערט זאכליכע תגובות, און איז אין אלגעמיין אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און איז שוין פארהייראט, קען אפּלייען צו ווערן אנגענומען.

מיר זענען מבטל דעם פארהער וואס מיר האבן געמאכט ביז היינט. אנשטאטס דעם האבן מיר אויפגעשטעלט א ועד פון דריי וועטעראן מעמבערס וואס וועלן מחליט זיין אויב דער אפליקאנט שיינט צו זיין גענוג אחריות'דיג, ערוואקסן און באזעצן צוצוגעבן צו מאחורי.

מיר וועלן נישט מוותר זיין אויף די פאלגענדע פונקטן:

* נאר א מעמבער וואס האט שוין צוגעגעבן צו קאווע שטיבל אויף א ניכר'דיגע וועג, צי ס'איז עטליכע הונדערט נארמאלע באזעסענע תגובות וואס געבן צו צום שמועס אין פארשידענע טעמעס, צי ס'איז לענגערע ארטיקלען אדער תגובות.

* נאר א מעמבער וואס איז אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און שרייבט דא רעגלמעסיג.

* נאר א מעמבער וואס מאכט אונז נישט קיין פראבלעמען, טראָלט נישט, רייסט נישט אייביג אראפ, און אין אלגעמיין דארף מען אים נישט מעקן.

* נאר א מעמבער וואס איז מעיד אויף זיך אז ער איז (אדער איז געווען) פארהייראט.

* נאר א מעמבער וואס דער ועד פון מאחורי וועט מחליט זיין אז ער איז ראוי אנגענומען צו ווערן, ואין אחר החלטתם כלום.

מ'וועט קענען אנהאלטן מעמבערשיפ אין מאחורי נאר אויב מ'איז ווייטער אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי. אויב מ'איז נישט אקטיוו וועט מער פארלירן מעמבערשיפ אן קיין שום ווארענונג, און מ'וועט נישט קענען באקומען פרישע מעמבערשיפ צו מאחורי פאר 3 חדשים פון זיין אקטיוו.

ווער עס קומט דאס אלעס נאך, און איז גרייט זיך צוצושטעלן, זאל זיך מעלדן צו מיר.

הצלחה רבה.
האו עבאוט נאך א צאל לייקס למשל הונדערט פופציג לייקס, ווערט מען אנגענומען?
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:50 pm#534803
זאגסט א גוטע געדאנק, אז איינער האט 150 לייקס איז א סימן אז ער שרייבט נישט צו שלעכט, אבער מצד שני וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן עפענען נאך א ניק, מיט איין ניק וועט ער אפטראללן 150 תגובות און מיט די צווייטע וועט ער אלעס אפלייקן...

די עצה וואלט לכאורה געווען אז בנוסף פון די 150 לייקס זאל עס די מנהל דארפן באשטעטיגן, ס'זאל נישט זיין אוטאמאטיש.
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:23 pm#534816
תרמב האט געשריבן:זאגסט א גוטע געדאנק, אז איינער האט 150 לייקס איז א סימן אז ער שרייבט נישט צו שלעכט, אבער מצד שני וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן עפענען נאך א ניק, מיט איין ניק וועט ער אפטראללן 150 תגובות און מיט די צווייטע וועט ער אלעס אפלייקן...

די עצה וואלט לכאורה געווען אז בנוסף פון די 150 לייקס זאל עס די מנהל דארפן באשטעטיגן, ס'זאל נישט זיין אוטאמאטיש.
גערעכט, ועוד 150 תגובות וועלכע זענען סתם געטראללד וועט מען סייווי פטור ווערן פון גאנצעם שטיבל, קם לי' בדרבה מיניה, אלס טראלל. סא דער חשש איז נישט צו גרויס!
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:30 pm#534818
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:זאגסט א גוטע געדאנק, אז איינער האט 150 לייקס איז א סימן אז ער שרייבט נישט צו שלעכט, אבער מצד שני וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן עפענען נאך א ניק, מיט איין ניק וועט ער אפטראללן 150 תגובות און מיט די צווייטע וועט ער אלעס אפלייקן...

די עצה וואלט לכאורה געווען אז בנוסף פון די 150 לייקס זאל עס די מנהל דארפן באשטעטיגן, ס'זאל נישט זיין אוטאמאטיש.
גערעכט, ועוד 150 תגובות וועלכע זענען סתם געטראללד וועט מען סייווי פטור ווערן פון גאנצעם שטיבל, קם לי' בדרבה מיניה, אלס טראלל. סא דער חשש איז נישט צו גרויס!
אזוי ווי איינער האט דא לעצטענס געטון...
מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:09 am#534843
איך ווארט שוין איבער צוויי יאר צו ווערן אנגענומען אין מאחורי, איך האב אבער נישט קיין פיר הונדערט תגובות ווייל איך האב נישט ליב צו סתם געבן א קאטשקע א תגובה יעדע פינף מינוט, איך מיין אז מאחורי עקסעס דארף זיין מער געבויט אויף די תוכן וואס מ׳שרייבט, און ווייניגער אויף די פינקטלעכע נאמבערס פון תגובות.

ואת שנלע״ד כתבתי.
מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:42 pm#534877
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך ווארט שוין איבער צוויי יאר צו ווערן אנגענומען אין מאחורי, איך האב אבער נישט קיין פיר הונדערט תגובות ווייל איך האב נישט ליב צו סתם געבן א קאטשקע א תגובה יעדע פינף מינוט, איך מיין אז מאחורי עקסעס דארף זיין מער געבויט אויף די תוכן וואס מ׳שרייבט, און ווייניגער אויף די פינקטלעכע נאמבערס פון תגובות.

ואת שנלע״ד כתבתי.
האסט שוין געשיקט א בקשה צום מנהל?
מיטוואך אוגוסט 30, 2023 6:00 pm#534899
איך האב איהם געבעטן אפאר חדשים צוריק און ער האט מיך געזאגט אז איינער פון די תנאים זענען אז מ׳דארף האבן דריי פיר הונדערט תגובות, איך האב נישט קיין טענות אויף די
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:17 am#535644
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך האב איהם געבעטן אפאר חדשים צוריק און ער האט מיך געזאגט אז איינער פון די תנאים זענען אז מ׳דארף האבן דריי פיר הונדערט תגובות, איך האב נישט קיין טענות אויף די
איך און איך גלייב אז דער ציבור איז גרייט אז מ'זאל דיר אריינלאזן

אבער מיר ווענדן זיך צו דיר אז אפשר שרייבסטו אביסל מער, דו שרייבסט דאך אזוי גוט און דו האלסט שוין ביי איבער 250 תגובות, ס'דארף שוין נישט זיין אזוי שווער, נעם דיך שרייבן אפטער, דו קענסט!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:12 pm#536918
שטיי איך דא עלענד אליין אויף די פינסטערען געוועב, ווי א כינעזער אין א אתרוג מארק, און שריי אין וויין, ביטע גיבטס מיר עקסעס צו די מאחורי הפרגוד, ואין פוצה פה ומצפצף..
ביטע אנא שמע שוועתי, איך וויל ח"ו נישט ציקומען צו דארפן אריינבליקען אין א גמרא מסכת נדה..
שכח אדאנק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:07 pm#536925
איך מיין אז איר זענט נאכנישט גענוג היימיש דא. מיט א קנאפע 38 הודעות קומט מען נישט אן אין מאחורי. און לויט ווי איך פארשטיי איז עס נישט נאר די בלויזע מספר הודעות, די פארלאנגטע מספר הודעות דארף זיין זאכליך אויך.