Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • מעגן פרויען דרייווען ?

קאווע שטיבל • מעגן פרויען דרייווען ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1570
מיטוואך יאנואר 17, 2018 10:58 am#393635
ווען ער טראכט ווען פון דער וועלט וואס קומט וואלט ער אוודאי נישט צוגעלאזט דעם רשעות פון נישט ערלויבן פרויען צו דרייוון. דער פראבלעם איז אז ער טראכט פון זיין לאחר-פטירה אימעדזש אויף עולם הזה.
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:10 pm#393638
לשיטת בעלז איז דער רבי גערכט. אבער לענ״ד איז דער רוזינער דרך מער צוגעפאסט צום היינטיגען דור און איהרע טשעללענדשעס. און דער בעלזער רבי ווייסט דאס גאנץ גוט. דער פראבלעם איז אז אין אנדערע ענינים האט ער יא אדאפטירט דער רוזינער דרך ווי צום ביישפיעל לערנען חומש מיט מיידלעך, לערנען מיט בחורים לימודי חול (מונטריאול), שייטלען, פטור ווערען פונעם טערקישן טלית, א שיינעם מאדערנעם שוהל וואס שפיערט זיך ווי אין א האטעל אדער לופט פעלד, עסען מיט עסצייג, והרבה כאלו. כמיין אז ער האט פשוט מורא פון נאך א אנלויפעניש מיט די קיצוניים אין ירושלים, ב״ב, און וויליאמסבורג. וואס זאל איך אייך זאגען: it’s sad.
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:18 pm#393639
אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:20 pm#393640
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

אוי אוי :P
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:49 pm#393647
מ'קען לאזען בחורים לערנען לימודי חול, און די אלע זייטיגע זאכען. שייטלעך זענען נאכאלס אין שפאן מיט די פרומערע עלעמענט פון די חסידישע גאס. נאר דאס קען ער נישט זע'ען אז אין גאס זאלען הייסען בעלזער חסידים די מקילים. זיי וועלען ווערען ווי ליובאוויטש, די מאדערנע חסידים. ער איז א פולקאמע חלק פון די גאס, נישט קיין עכטע אייגענארטיגע מענטש, און ער וויל זיין כבוד אין גאס, ופשוט.
מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:05 pm#393650
וואס איז דאס שיטת רוזין?
מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:07 pm#393651
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה
מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:00 pm#393655
בן אדם האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה

צו ס'געפלט יא וואס בעלזער רב טוט אדער נישט, קומט עם קרעדיט פאר זיין היבש אן אייגענארטיגער אינדיפענדענט מנהיג וואס מ'טרעפט נישט ביי אנדערע מנהיגים.

און ניין איך בין נישט קיין בעלזער און נישט קרוב לזה.
פרייטאג יאנואר 19, 2018 8:53 am#393773
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט? דער בעלזער רבי וועט צולאזן אז א בעלזער חסיד מיינט אפגעפארן? אלע זיין אויבער חכמות זענען גוט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אבער מקריב זיין די חיצוניות וועט ער קיינמאל נישט. ער איז נישט סואיסיידעל (איך האף).

גיט אפגעטייטשט שיטת בעלזא מהרי"ד השני
פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:27 am#393779
געזען די וואך א חסידישע פרוי מיט בלויז א טיכל אראפלייגן אירע קינדער ביי ילד וילדה אין בארא פארק. נישט קיין ספרדי אדער בעל תשובה. א היימישע מאנרוי אידיש. wow
פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:30 am#393780
עס איז זייער נישט שיין, אזא אויפפירונג. מ'מעג נישט גיין בלויז א טיכל.

מ'דארף גיין שיך און שטרימפ, א בלוזקע וכו'.

בפרט ימי השובבי"ם.
פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:51 am#393782
אוודאי נישט קיין בעלת תשובה, א בעלת עבירה :oops: :oops:
פרייטאג יאנואר 19, 2018 12:25 pm#393784
בן אדם האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה

ווי קומט דא אריין התאחדות טישל? אפשר ווייל רוב חברי התאחדות הרבנים לעבן אויך מיט שיטת רוזין?
פרייטאג יאנואר 19, 2018 12:28 pm#393786
און דו לעבסט נישט מיט שיטת רוזין?
פרייטאג יאנואר 19, 2018 12:56 pm#393791
בן אדם האט געשריבן:וואס איז דאס שיטת רוזין?

שיטת רוזין איז די שיטה פון די הייליגע רוזינער קינדער פון איבער 150 יאהר צוריק אין גאליציע וועלכער האבען געהאלטען אז דאס אידישע געמיינדע זאלל זיין מער אינטעגרירט מיטן גענעראלער געזעלשאפט. און דאס וועט ברענגען טובות ברוחניות ובגשמיות. דער סאנדזער רב זצוק״ל איז געווען גאר דערקעגן כידוע. אויך די בעלזער רביים , טראץ דעם וואס זיי האבען שטארק געהאלטען פון די רוזינער צדיקים, זענען ניט מיט געגאנגען מיט אט דעם מהלך. היינט זעהן רוב מנהיגי ישראל אז דאס איז דער איז דער מהלך וואס וועט קען האלטן אידען ביז משיחן.
פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:15 pm#393792
אין סאטמאר האט מען געהאלטן אז די מחלוקת איז ווייל מ'האט געהאלטן די רבי גרעסער ווי די תורה, ד.ה. אויב די רבי וועט הייסן עובר זיין א הלכה וועט מען ענדערש פאלגן דעם רבי'ן ווי די תורה, עכ"פ אזוי האט ער חושש געווען (לויט געוויסע חוקרים איז דאס געשען נאך די לעווער פרשה וואס אפאר חסידים האבן נישט אויפגעגעבן זייער אמונה אינ'ם רבי'ן). ס'איז נאר אינטרעסאנט צו זען צו ביים סאטמאר רבי'ן איז נישט געווען / נאך אלס די סארט אמונה. והראיה, דאס גאנצע תורת הקנאות און וואס ס'האט מיט געברענגט מיט זיך, איז דאס נישט קעגן די תורה?

אבער היינט איז סאטמאר (בעיקר די אויפגעקלערטע וואס קענען זיך נישט דערזען מיט א באשעפער אן סאטמאר) אויפגעקומען מיט א נייע סברה. אז די רוזינער שיטה איז לכאורה די זעלבע פון זייערע היינטיגע רבי'ס, נעליך, צו לעבן מיט לוקסוס אינדערצייט ווען די 'פארגלייבטע' חסידים האבן נישט קיין לחם לאכול. ובזה יצאו ידי שניהם; איינס, אז די רוזינערס זענען אפגעפרעגט, און צוויי, אז די פריערדיגע סיגוט-סאטמארע צדיקים זענען געווען די הייליגסטע, אבער די היינטיגע זענען שוין ר"ל אפגעפארן צום רוזינער דרך - ממש קעגן וועמען די פריערדיגע האבן לוחם געווען!
פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:31 pm#393793
בן אדם האט געשריבן:און דו לעבסט נישט מיט שיטת רוזין?

אפשר טאקע יא, אבער איך בין טאקע מתיר פרויען רייטן אויף פערד, כשיטת רוזין – אדער דרייוון א קאר.
פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:25 pm#393800
איך האלט אז די גאנצע בריוו פונעם בעלזער איז געפערליכע קלאפ פאר די חסידישע סיסטעם

ביז היינט איז דרייוון געווען א אומאפיציעלע אנגענומענע זאך ד.ה. אז ווען געוויסע האבן מקיל געווען, איז עס נישט געווען אפיציעל אפגעפארן נאר מער אזא קלות זאך, (לדוגמא: אמאל פלעגט בעלז מאנסי אפיציעל אננעמען קינדער פון שטובער וואס די מאמע האט געדרייווט, היינט איז עס מער לימיטעד) ד.מ. ס'איז נישט געווען א אפיציעלע שטעלונג פון די פארטיי בנוגע דרייוון, די פרומע פיליאלעס האט געהאט שטרענגערע רולס, און די אפענערע ברענטשעס האבן זיך צוגעשטעלט צו די עלטערן פון די מוסד אין די געגענט.


יעצט איז עס געווארן א דאקומענטירטע שיטה פון בעלז
פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:39 pm#393801
תנא קמא האט געשריבן:געזען די וואך א חסידישע פרוי מיט בלויז א טיכל אראפלייגן אירע קינדער ביי ילד וילדה אין בארא פארק. נישט קיין ספרדי אדער בעל תשובה. א היימישע מאנרוי אידיש. wow

תנא קמא: פון ווי ווייסטו וואספארא שפראך/אקצענט די פרוי רעדט. אויב דו האסט זי נאר געזעהן אראפלייגן די קינדער...!
פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:53 pm#393802
ראובן האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה

ווי קומט דא אריין התאחדות טישל? אפשר ווייל רוב חברי התאחדות הרבנים לעבן אויך מיט שיטת רוזין?

ראובן: גאנץ וויליאמסבורג לעבט מיט די שיטה. די געגנט איז דאך ידוע פאר די העדקווארטערס פון די היימישע לוקסוס סטייל. געוויסע משפחות דארט זענען די טרענד סעטטערס.

אויף די היימישע, אונגערישע וויליאמ-פעסטער שפראך הייסט דאס ..."פלאנץ"... מיט א קמ"ץ רפה. אזוי ווי די ליטווע(--)קעס זאגן ארויס א קמ"ץ...!

אינטרעסאנט אז אויף ענגליש הייסט דאס ממש אזוי..."Flaunt"...צו ווארפן זיך אין פנים מיט'ן לוקסוס.!
מוצ"ש יאנואר 20, 2018 9:42 pm#393828
תורה ומדע האט געשריבן:לשיטת בעלז איז דער רבי גערכט. אבער לענ״ד איז דער רוזינער דרך מער צוגעפאסט צום היינטיגען דור און איהרע טשעללענדשעס. און דער בעלזער רבי ווייסט דאס גאנץ גוט. דער פראבלעם איז אז אין אנדערע ענינים האט ער יא אדאפטירט דער רוזינער דרך ווי צום ביישפיעל לערנען חומש מיט מיידלעך, לערנען מיט בחורים לימודי חול (מונטריאול), שייטלען, פטור ווערען פונעם טערקישן טלית, א שיינעם מאדערנעם שוהל וואס שפיערט זיך ווי אין א האטעל אדער לופט פעלד, עסען מיט עסצייג, והרבה כאלו. כמיין אז ער האט פשוט מורא פון נאך א אנלויפעניש מיט די קיצוניים אין ירושלים, ב״ב, און וויליאמסבורג. וואס זאל איך אייך זאגען: it’s sad.

שייטלעך האט נאך ר' אהרע'לע בעלזער ז"ל מתיר געווען, אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס ער האט געטוישט נאך די מלחמה. לכאורה האט ער פארשטאנען אז ס'איז אן אנדערע וועלט פון אמאל און מ'דארף בוחר זיין הרע במיעוטו טאמער וויל מען נישט אלעס פארלירן.
דינסטאג אפריל 17, 2018 1:28 am#399982
Re: מעגן פרויען דרייווען ?
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.

דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה

ווי קומט דא אריין התאחדות טישל? אפשר ווייל רוב חברי התאחדות הרבנים לעבן אויך מיט שיטת רוזין?

ראובן: גאנץ וויליאמסבורג לעבט מיט די שיטה. די געגנט איז דאך ידוע פאר די העדקווארטערס פון די היימישע לוקסוס סטייל. געוויסע משפחות דארט זענען די טרענד סעטטערס.

אויף די היימישע, אונגערישע וויליאמ-פעסטער שפראך הייסט דאס ..."פלאנץ"... מיט א קמ"ץ רפה. אזוי ווי די ליטווע(--)קעס זאגן ארויס א קמ"ץ...!

אינטרעסאנט אז אויף ענגליש הייסט דאס ממש אזוי..."Flaunt"...צו ווארפן זיך אין פנים מיט'ן לוקסוס.!

לויט ווי איך פארשטייט האבן אין רוזין נאר די רביס געלעבט מיט לוקסוס נישט די חסידים
דינסטאג אפריל 17, 2018 8:35 am#400001
עיין במכתב של הרהק מסטראפקוב על זקנו הרהק מצאנז שכל המחלוקת על רוזין היה שקר שגבאים רשעים רימו זקנו
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 2:50 am#427826
אז מ'רעדט פון פרויען דרייוון, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ערשטע מענטש צו דרייוון א קאר איז געווען א פרוי - Bertha Benz...
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:13 am#427854
Gimpel האט געשריבן:עיין במכתב של הרהק מסטראפקוב על זקנו הרהק מצאנז שכל המחלוקת על רוזין היה שקר שגבאים רשעים רימו זקנו

Where can i see it?