Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • מעגן פרויען דרייווען ?

קאווע שטיבל • מעגן פרויען דרייווען ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1570
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:10 pm#37588
מעגן פרויען דרייווען ?
נאך די אשכול, פון "טוישן הוט", וויל איך עפענען אן אשכול איבער די סוגיא פון פרויען דרייווען בעז"ה
אדרבה לאזט הערן אייער מיינונג
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:13 pm#37592
מ׳רעדט שוין דערפון דא:
l viewtopic.php?f=13&t=1568 l
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:01 am#37646
דא רעדט מען פין א באגעבא? אדער באמפינג קאר אין די שאלה איז צי מדארף חושש זיין אז די שיטטעל וועט פליען.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:25 am#37664
דעתי בזה, פארשטייט זיך אז בדרך כלל איז צניעות'דיגער נישט צו דרייוון, אבער בנוגע צו עס איז א שטארקע אומ'צניעות, איז אזוי:
אזוי ווי א סך זאכן בנוגע צניעות, קען מען דרייוון סיי אויף א באשיידענע וועג און סיי ווי א שחצנית. אונזערע היימישע וויליאמסבורגער פרויען טוען יעדע דיפרענט זאך מיט א חוצפה און שחצנית, ווי צו זאגן איך בין אויפגעקלערט און איך פייף אויף יעדן, מילא דרייוון זיי אויך אזוי, זיי טוען עס "קיהל", און דאס איז נישט צניעות'דיג. אבער ס'פאראן אין זייער א סך קרייזן וואו פרויען דריין אן קיין טומל און מיט א נאטורליכע באשיידנקייט.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:45 am#37678
חאצקל האט געשריבן:אונזערע היימישע וויליאמסבורגער פרויען טוען יעדע דיפרענט זאך מיט א חוצפה און שחצנית, ווי צו זאגן איך בין אויפגעקלערט און איך פייף אויף יעדן.


WOW WOW WOW :oops: :cry: :shock: :?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:57 am#37683
אז מ'רעדט שוין צו פרויען מעגן דרייוון און אנטון הויזן, קען מען שוין עפענען אן אשכול צו פרויען מעגן רייכערן. וואס איז, נאר מענער מעגן גיין כאפן א ציגרעטל און זיך שפירן פעסט און אינדעפענדנט?! אין די גוי'אישע וועלט אין אמעריקא רייכערן היינט מער פרויען ווי מענער, עס איז ווארשיינליך געווארן א סטייל צו פערפארמען מיט א סיגערעט. א סך פון אונזערע נשים צדקניות וואלטן זיך מחי' געווען צו ערשיינען אויף די גאס מיט א סיגערעט. עס קען זיין זייער "קיל" און "טרענדי" .

אלס געזונטהייט אויס וואלט איך פאר קיין מענער אויך נישט געראטן צו רייכערן דעם פאר'סם'טן ציגארעטל וואס האט שוין אזוי פיל מענטשן קראנק געמאכט ל"ע, און זיכער נישט פאר קיין פרויען פאר וועמען עס שאפט נאך מער פראבלעמען ווי ביי מענער, ספעציעל ווען זיי האלטן אין אנדערע אומשטענדן (וואס איז ביי אונז אן אפטע ערשיינונג [נאך אן אשכול...]) וואס צופיל דערפון קען שאטן פארן עיבור, ווי אויך טוט עס שאטן פאר די הויט במשך די יארן און פארעלטערט דעם פנים מיט א פינף צען יאר וכו', אבער מיין פראגע באציט זיך לגבי אידישקייט צו עס קען געמאלט זיין אז א חרד'ישע פרוי זאל ארויסגיין אליין אדער מיטן מאן אדער פרענד כאפן א ציגרעטל להנאתה?

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עס קען זיין אין שטארקע קאנטראסט מיט צניעות, כאטש ס'זענען פאראן וואס קענען עס טון נאטורליך און באשיידן איז עס אבער מטבע רוב הנשים דאס צו טון מיט א וועג וואס ציט אויפמערקזאמקייט.

יעצט צוריק צום ענין פון דרייוון ביי פרויען.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:02 am#37687
איך קען גראדע צוויי היימישע פרויען וואס רייכערען.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:08 am#37689
די פראגע איז צו זיי זענען היימישע "פויגלעך" וואס מ'רופט "דראפ אוטס" אדער געהעריגע געזעצטע היימישע פרויען?
און בכלל, טוען זיי עס אין פאבליק, אדער נאר בצנעא?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:12 am#37692
שמעתי אז אשת האדמו"ר מספינקא אנטווערפן [א טאכטער פון ר' יענקלע] רייכערט אין בית הכבוד.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:23 am#37697
אפשר אין בית החיים, ווייל זי לעבט שוין נישט באלד דרייסיג יאר! און בכלל בין איך נישט אויסן דא צו פוינטן אויף אינדעווידואלן

וואס יא, כ'האב געהערט אז נאכן קריג האט זיך געקענט מאכן אז ערליכע פרויען זאלן אויך רייכערן וויבאלד זיי האבן זיך צוגעוואינט אין לאגער אדער הארט נאך דעם ווען עס איז געווען א מאנגל אין עסן אדער עס איז זיי געווען שווער צו פארנעמען די שווערע עסן וואס מ'האט זיי געפיטערט נאכן באפרייען
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:24 am#37699
חאצקל האט געשריבן:די פראגע איז צו זיי זענען היימישע "פויגלעך" וואס מ'רופט "דראפ אוטס" אדער געהעריגע געזעצטע היימישע פרויען?
און בכלל, טוען זיי עס אין פאבליק, אדער נאר בצנעא?

איינס יא, איינס נישט. פארשטייט זיך בצנעה.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:31 am#37701
מעג א מאן קייען גאם chewing gum בלעז"ז? קוק מיך נישט אן, האסט געזען די אוסר קול קורא פין די הויזן? צניעות גייט אן ביי מענער אויך.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:36 am#37703
פארפאלן, נולד איז גערעכט, מענער טארען אויך נישט רעדן אויף סעלפאונס אויפן גאס אדער שאקלען די הענט שטארק ביים וואקען.
כולנו למערכה נגד שמאלע געפאסטע בעקיטשעס!
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:36 am#37704
געפילטע פיש האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:די פראגע איז צו זיי זענען היימישע "פויגלעך" וואס מ'רופט "דראפ אוטס" אדער געהעריגע געזעצטע היימישע פרויען?
און בכלל, טוען זיי עס אין פאבליק, אדער נאר בצנעא?

איינס יא, איינס נישט. פארשטייט זיך בצנעה.

דראפ אוטס זענען מסתם דא הונדעטער וואס רייכערן, אבער פאר א "געהעריגע" פרוי איז עס טאקע א חידוש, אבער אויך נישט געפערליך וויבאלד ס'איז בצנעה
אגב ווייס איך פון צוויי אינגעלייט וואס וואלטן געוואלט אז זייער פרוי זאל רייכערן , טאקע צוליב די סיבות פארוואס עס איז נישט צניעותדיג צו רייכערן אין פאבליק...
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:37 am#37705
געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען גראדע צוויי היימישע פרויען וואס רייכערען.

מיינסט אוודאי "בלאזן" אויף די מאן....
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:41 am#37706
געפילטע פיש האט געשריבן:פארפאלן, נולד איז גערעכט, מענער טארען אויך נישט רעדן אויף סעלפאונס אויפן גאס אדער שאקלען די הענט שטארק ביים וואקען.
כולנו למערכה נגד שמאלע געפאסטע בעקיטשעס!

דו לאכט? ס'דא אידן וואס ווערן צעווילדעוועט ווען זיי זען געוויסע (יונגע) מענער, בעת פרויען ברענגט זיי נישט קיין שום הרהורים, ס'איז א דבר ידוע וואס 'מקען נישט דא אויסשמועסן
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:44 am#37708
למעשה, ווען גייען מיר זען אונזערע פרויען ווי דעוועלאפטע מענטשן, גייען מיט הויזן, זעצן זיך ביים רעדל און צינדן זיך אן א סיגארעט?...
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:57 am#37710
חאצקל האט געשריבן:למעשה, ווען גייען מיר זען אונזערע פרויען ווי דעוועלאפטע מענטשן, גגייען מיט הויזן, זעצן זיך ביים רעדל און צינדן זיך אן א סיגארעט?...

אפאר יאר נאכדעם וואס די מענער וועלן גיין אין קורצע הויזן, טי-שורט, און סענדלס ווען די זון באקט אויף הונדערט.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:28 am#37729
נולד מאוחר האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:למעשה, ווען גייען מיר זען אונזערע פרויען ווי דעוועלאפטע מענטשן, גייען מיט הויזן, זעצן זיך ביים רעדל און צינדן זיך אן א סיגארעט?...

אפאר יאר נאכדעם וואס די מענער וועלן גיין אין קורצע הויזן, טי-שורט, און סענדלס ווען די זון באקט אויף הונדערט.

Really. Can somebody explain to me what's so geferlach for women to" light up" they dress untzeniosdig. They talk loud on the cellphone ANY subject etc ??????
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:21 am#37734
אוי נאר דאס פעלט מיר אויס, איך וויל פטור ווערן פון די תשעה קבין, זאג איך איר, איך גיי כאפן א ציגערעטל, יעצט ווילסטו דאס אויך אוועק נעמען,
שוין, צוריק צום נושא פון דרייווען ביטע.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:48 am#37759
צניעות אוקעי, וואס טוט זיך מיט ונשמרתם "מאד" לנפשותיכם?, פראצענטיש די אלע מקומות ווי עס איז איינגעפירט די דרייוון ביי זיי איז דא סאך מער עקסידענטס א שטייגער ווי פלעטבוש ווי ס’דא יעדן טאג-אן קיין גוזמא-א עקסידענט, נאך אלעם זענען זיי קלי הדעת
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:05 am#37766
חכם מחוכם האט געשריבן:צניעות אוקעי, וואס טוט זיך מיט ונשמרתם "מאד" לנפשותיכם?, פראצענטיש די אלע מקומות ווי עס איז איינגעפירט די דרייוון ביי זיי איז דא סאך מער עקסידענטס א שטייגער ווי פלעטבוש ווי ס’דא יעדן טאג-אן קיין גוזמא-א עקסידענט, נאך אלעם זענען זיי קלי הדעת

האקסט אין קאפ. מענער זענען פיל ווילדערע דרייווערס און זענען פאראנטווארטליך פאר פיל מער עקסידענטס פערצענטואל.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:19 am#37771
יידל האט געשריבן:האקסט אין קאפ.


איין זאך מוזטו מודה זיין אין פלעטבוש איז דא סאך מער עקסידעטס ווי אין וויליאמסבורג/בארא פארק, דאס האט א ריזאן.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:19 am#37772
יידל, גראדע סטאטיסטיקס ווייזן אז פרויען מאכן מער עקסידענטן ווי מענער. די בינה יתירה קומט זיי אפנים נישט צוניץ בשעת'ן דרייוון און ביי די רויט לייט שמירן ליפסטיק...

כ'געדענק נישט יעצט וואו איך האב געזעהן דעם שטודיע, אבער איך גלייב אז מען קען עס גרינג מגגל זיין.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:22 am#37773
זיי עס ביטע מגגל, ווייל לעצטע מאל איך האב געליינט איבער דעם נושא איז מיר אויסגעקומען אז מענער זענען פערצענטואל מער פאראנטווארטליכט אויף עקסידענטן.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:28 am#37777
איך ווייס נישט ווי גוט זיי דרייוון. איך האב אבער שוין נישט איינמאל ארויסגעזאגט א מיאוס ווארט ווארטענדיג אויף א פרוי דרייווער זאל ענדיגן
איר פאראלעל פארקינג.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:45 am#37782
יידל האט געשריבן:זיי עס ביטע מגגל, ווייל לעצטע מאל איך האב געליינט איבער דעם נושא איז מיר אויסגעקומען אז מענער זענען פערצענטואל מער פאראנטווארטליכט אויף עקסידענטן.


א שנעלע זוך האט געוויזן דאס פאלגענדע.

m http://wiki.answers.com/Q/Who_has_more_ ... n_or_women m
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:46 am#37784
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי גוט זיי דרייוון. איך האב אבער שוין נישט איינמאל ארויסגעזאגט א מיאוס ווארט ווארטענדיג אויף א פרוי דרייווער זאל ענדיגן
איר פאראלעל פארקינג.

I think they are very good drivers. They know how to drive their husbands NUTS !!!
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:51 am#37786
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:זיי עס ביטע מגגל, ווייל לעצטע מאל איך האב געליינט איבער דעם נושא איז מיר אויסגעקומען אז מענער זענען פערצענטואל מער פאראנטווארטליכט אויף עקסידענטן.


א שנעלע זוך האט געוויזן דאס פאלגענדע.

http://wiki.answers.com/Q/Who_has_more_ ... n_or_women

כ'הער.
די טענה פון ונשמרתם איז אבער נאך אלץ לעכערליך, לענ"ד.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:07 pm#37796
ס'דא אסאך שטודיעס וואס זעען אויס ווי זיי זענען זיך סותר איינער די צווייטע, איינס זאגט אז פרויען זענען אינוואלווד אין מער עקסידענטס, אנדערע זאגן אז מענער האבן א 80% העכערע טשאנס צו שטארבען אין א קאר עקסידענט. אינשורענס פרימיומס זענען טאקע בדרך כלל ביליגער פאר פרויען.
אבער ס'איז נישט קיין סתירה, מענער זענען טאקע גורם מער עקסידענטס, אבער זיי דרייווען סאך מער מייל און זענען סאך לענגער אויפן ראוד, און אויב מ'קוקט פראצענטיש אויף ווי פיל עקסידענטס פער מייל וועלן פרויען האבן מער עקסידענטס, און דאס אז זיי צאלן ביליגער פאר אינשורענס איז ווייל זיי דרייווען ווייניגער.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:30 pm#37811
די ריזען פארוואס ס'איז דא מער עקסידענטס ווען פרויען דרייוון איז פשוט.
רוב דרייווערס זענען מענער און ווען יעדער פארט ווי א טעקסי דרייווער קומט מען זיך אויס איינער מיט די אנדערע.
יעצט קומט דא אריין די פאר פרויען וואס פארן אויפ'ן לימיט און זיי מאכן א חורבן צו דעם 'סיסטעם' פון די מענער דרייווערס.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:31 pm#37813
משה רוקח האט געשריבן:די ריזען פארוואס ס'איז דא מער עקסידענטס ווען פרויען דרייוון איז פשוט.
רוב דרייווערס זענען מענער און ווען יעדער פארט ווי א טעקסי דרייווער קומט מען זיך אויס איינער מיט די אנדערע.
יעצט קומט דא אריין די פאר פרויען וואס פארן אויפ'ן לימיט און זיי מאכן א חורבן צו דעם 'סיסטעם' פון די מענער דרייווערס.

נאך א פשט קען זיין, ווייל זיי גייען מיטן כלל "לעידיס פוירסט" ממילא שטופן זיי זיך אלס צו זיין די ערשטע.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:21 pm#37848
איך האלט אז עס איז מער אויסגעהאלטענער אז א פרוי זאל דרייוון ווי א מאן. ווען דרייוון וואלט ווען היינט ארויסגעקומען, וואלטן די רבנים געזאגט אז אויב איינער מוז צוקומען צו א קאר, זאל דאס די פרוי טון און נישט די מאן.

פונקט ווי מען זאגט פאר חסידי'שע יונגעלייט, אז ווען מען דארף גיין אין גראסערי איז עס מער אויסגעהאלטענער אז די פרוי גייט, וויבאלד דער מאן קען זיך מער אנזען מיט זאכן וואס וועלן אים שאדן, משא"כ פארן פרוי וועט עס נישט אזוי שטארק שאדן. פונקט אזוי דארף מען אנזאגן אין שטוב, אז אויב דארף מען דרייוון, זאל דאס דער פרוי טון, ווייל ווען דער מאן דרייווט קען ער זיך חלילה אנזען מיט זאכן וואס טויגן נישט.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:50 pm#37871
וואס נאך וואלט מען געזאגט?
אז די מענער טארן נישוט זיצן פון פארנט? צוליב צניעות?
און אויך אויסטון די ברילן בשעת מ'פארט, אוואו די פארצייטישע אידן?
אדער לכה"פ אנטון די מטושטש'דיגע גלעזער, כמובא באשכול אחר.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:37 pm#37944
די סוגיא פון פרויען דרייוון איז אזוי קודם איז עס געבויעט אויף די מעלות
1) זיי קענען אנקומען צו אלע סטארס און נישט ניצן דעם מאן פאר קאר סערוויס
2) מען קען טראגן די קינדער אין חדר ווען זיי פארשפעטיגן
3) זיי קענען גיין צו פארטיס חתונות וכו', דער מאן ווערט באפרייט
4) ווען מען פארט א לאנגע וועג קען מען האבן דעם בענעפיט פון 2 דרייווערס

חסרונות
1) עס קאסט נאך א קאר, אינשורענס, געז,
2) די פרוי פוצט מער אפ פון דערהיים, די קינדער זענען היים-לאז ווען מען קומט אהיים פון חדר וכו'
3) עס קאסט מער בעבי סיטערס געלט פאר אלע פארטיס סעילס
4) מער א כלליות'דיגער פראבלעם, שטאטע ראודס,
5) קליינע עקסידענטס קראכעס, דענטס, אין די מאסן (איך דארף נישט קיין סטאטיסטיק דערויף, איך האלט עס מיט טאג-טעגליך אין מעקעניק שאפ)
6) צניעות מטעם זיי ווערן ארויס גייערס און דרייען זיך אויף פיל פלעצער וואו זיי וואלטן נישט געדארפט אנקומען
7) צניעות וועגן כל כבודה בת מלך פנימה, אבער דאס קען מען נאך אריינקוקן וואס איז בעסער אז זיי זאלן ארום שפאצירן בתפארתן אויף די גאס לעיני כל
דאס איז נאר די מראה מקומות, ונא לעיין בכל זה.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:39 pm#37945
אחורי ארי ולא אחורי אשה איז זייער מסתבר ווען מען דרייווט אונטער א אשה
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:42 pm#37947
שמעתי פעם אז מען דארף אינזין האבן
והסר שט"ן מלפנינו
שט"ן ר"ת ש'חור ט'עקסי נ'שים
ווען מען דרייווט אונטער איינער מהנ"ל קען מען רואיג זאגן כפרות עוונות
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:00 pm#37959
אויס מענטש האט געשריבן:שמעתי פעם אז מען דארף אינזין האבן
והסר שט"ן מלפנינו
שט"ן ר"ת ש'חור ט'עקסי נ'שים
ווען מען דרייווט אונטער איינער מהנ"ל קען מען רואיג זאגן כפרות עוונות

איינער איז אמאל געבליבן שטעקן אונטער אזא דרייווער, זאגט ער: אדער איז יענער א שווארצער, אדער אן אלטער, אדער א פרוי.

ווען ער האט געפעסט די קאר כאפט ער א בליק זעהט ער אז עס איז אן אלטע שווארצע פרוי...
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:04 pm#37960
סתם פאר אינטערסאנטקייט, ביי די ליווישע איז די דרייוון נארמאל, אפילו ביי די ראש ישיבות, הרב מלכיאל קוטלער‘ס ווייב דרייווט אים ארום, קען זיין אז ער קען נישט וועגן די ביטול טערע
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:22 pm#37970
אין דער אלטער היים איז געווען אזא זאך ווי פרויען בעלי עגלות?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:54 pm#37986
אינטרעסאנט איז אז אמאל פלעגן אסאך מוסדות אריינעמען קינדער פון פרויען וואס דרייווען און עס ווערט מער און מער שטרענגער.
ביי די ליטווישע איז דאך די פרוי ריכטיג די זאך, איז פיל מאל דא איין קאר און די פרוי איז בעה"ב דערויף
א רחמנות אויף דעם בן תורה וואס דארף בעביסיטען ווען די פרוי גייט ארויס מיט אירע פרענדס גיי פארשטיי א ליטווישע קאפ.
איך בין זיכער אז ביי חסידים וואלטן די פרויען געהאט די שענסטע קאר וואס נאר מעגליך עיין ערך באגעבא קערידזעשס, במילא קען מען אביסל זאגן דעם ברוך שפטרני מענשו שלזה .
אבער איך ווייס נאכאלץ נישט אויב דאס איז מער מכריע ווי די מעלות וואס עס האט.
דער ווישניצער רבי פון מאנסי האט אין איינצעלנע פעלער מתיר געווען פאר פרויען צו דרייוון.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:53 pm#38016
אויס מענטש האט געשריבן:שמעתי פעם אז מען דארף אינזין האבן
והסר שט"ן מלפנינו
שט"ן ר"ת ש'חור ט'עקסי נ'שים
ווען מען דרייווט אונטער איינער מהנ"ל קען מען רואיג זאגן כפרות עוונות

טעקסי און נשים ביזטו גערעכט (עכ"פ ע"פ רוב) אבער שחור? דרייווען זיי אנדערש ווי ווייסע?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:59 pm#38022
זיי האבן נישט געטראפן קיין אנדערע נוטריקון פארן ש'.
אויב זארגסטו זיך פאר ראסיזם, לייג "שמעקעדיג" אנשטאט דעם.
איך וועל דיר מוחל זיין (אויב דו קלינגסט מיר ערב יוכ"פ)
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:05 pm#38029
זאגן אז א געוויסע עטנישע גרופע דרייווד אנדערש, אויב איז עס אמת, איז נישט ראסיזם, נאר ריאליזם, פונקט ווי זאגן אז פרויען דרייווען אנדערש ווי מענער איז נישט סעקסיזם, איך האב מיך נאר געווינדערט ווייל כ'האב קיינמאל נישט געהערט אזא סטעריאטייפ אדער געזען פון אייגענע עקספיריענס אז ס'זאל זיין אזוי.

איך לייג נישט שמעקעדיג און איך קלינג דיר נישט עיוה"ק, מוחל טובות...
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:20 pm#38037
אוי, כ'האב שוין געמיינט אז איך האב אריינגעכאפט א (געפילטע) פיש...
זאג נאר, געפילטע פיש ציטערן אויכעט אלול ?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:23 pm#38040
אוודאי!
געפילטע פיש האט געשריבן:חסידים דערציילען אז אפילו די פיש אין טייך האבן געציטערט אין די הייליגע טעג, אוודאי האבן זיי געציטערט, מאכט א חשבון וויפיל פיש אונז עסן מער אפ אין די חודש, אזא דרייסיג פערציג פארציעס פער קאפיטא, א קלייניקייט?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:28 pm#38121
חכם מחוכם האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, ביי די ליווישע איז די דרייוון נארמאל, אפילו ביי די ראש ישיבות, מלכיאל קוטלער‘ס ווייב דרייווט אים ארום, קען זיין אז ער קען נישט וועגן די ביטול טערע

די סיבה איז פשוט "אונזער מסורה" איז געבויעט נאך איידער קאר'ס זענען געווען אויפן ראוד.
משנה זיין? חלילה.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:55 pm#38179
בדרך רמז יש לומר טעם נכון על מה שנהגו בנות ישראל הכשירות שלא לנהוג רכב כי נקטינן להלכה מנהג ישראל תורה
שהשיינע אידן אינם נוהגים רכב {דרייווען}
והלא הנשים הם ג"כ שיינע אידן ודו"ק כי קצרתי מחמת עומק הענין
וגם שלא לבייש את מי שאין לו :roll:
איבער געטייטשט אויף אידיש:
מען קען זאגן א טעם פארוואס פרויען דרייווען נישט , ווייל ביי אונז איז אנגענומען אז שיינע אידן דרייווען נישט ...
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:38 pm#38202
און וואס איז מיט די וואס כולא עלמא מודה אז זיי זענען נישט קיין "שיינע" אידן (ליין: אידענעס), מעגן זיי יא דרייוון?
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:52 pm#38210
אסור כמו"ש לעיל שלא לבייש את מי שאין לו :roll: