תרמבא מענטש מיט מאראל און געפיל וואלט לכאורה זיך נישט געקענט נעמען דערצו, צו גיין הרגענען א צווייטע מענטש, לאז רעליגיע אין א זייט, מצד די מענטשליכע געפיל, ס’איז א שאלה צו מ’זאל גיין הרגענען יענעם אדער גארנישט טון און דער מערדער וועט דיך הרגענען אבער דאס ליגט אין זיינע הענט, ער קען אפמאכן נישט צו הרגענען, דאס הייסט ס’איז א שאלה פון קום ועשה קעגן שב ואל תעשה, פאר א שטארק מאראלישע מענטש קען זיין גרינגער זיך צו לאזן געשעדיגט ווערן ווי גיין בידיים יענעם שעדיגן, ווען די שאלה וועט זיין אויב ער זאל זיך צוריק האלטן פון אונטערווענירן ביי א צווייטן דאס הייסט אז ביידע צדדים זאל זיין שב ואל תעשה דאן וואלט שוין געווען שווער זיך צו לאזן שעדיגן אפילו א שטארק מאראלישע מענטש.
וואס איך וואלט געטון ווייס איך נישט, ס’איז גרינגער נישט צו טראכטן און האפן אז ס’זאל נישט געשעהן ווי זיך פארשטעלן אזעלכע שווערע דילעמעס…
ווי באקאנט מאכט תוס׳ די חילוק בפסחים כה: ו
ביומא פב.
איך האב עס טאקע אויסגעברייטערט לרציחה וואס איז שוין פון די מצות שכליות ועפ״י נארמאטיוו מאראליטעט. (פאר׳ן טעאיסט זענען למעשה ביידע אומריכטיגע מעשים: השתחוויה לצלם ורציחה. מ׳קען טאקע זאגן אז רציחה איז ״נאך מער״ אומריכטיג
(ולגבי מיתת בי״ד וכדומה הא׳מיר צוגעברענגט אפאלאגעטישע מהלכים, ועיין לדוגמא כאן ובעוד תגובות בהאשכול שם), אבער שטארק אומריכטיג זענען ביידע, ועד כדי מסירת נפשו.)
חדשיםאין הקב”ה בא בטרוניא על בריותיו, ער שיקט דאך נאר א נסיון וואס מען קען דערהייבן. וועגן דעם האט מען דאך נישט געשלאגן חנני’ וכו’. איז אזוי, דער וואס קען נישט דערהייבן צו מאכן די דעסיזשען זיך צולאזן אפהאקן די הענט און פוס איז פארזיכערט אז ער גייט נישט באקומען די נסיון. איי עס איז יא דא מענטשן וואס האבן באקומען די נסיון און זיי האבן זיך יא געביקט? מוז זיין אז בכגון דא איז עס געווען מותר, ווייל ווען עס איז אסור און די באשעפער ווייסט אז ער גייט זיך נישט קענען איינהאלטן וואלט ער דאך נישט געגעבן די נסיון. איי וועסטו פרעגן אז אפשר האט ער די כוחות און ער נוצט עס נישט אויס? אז דער באשעפער ווייסט אז ער גייט נישט נוצן די כוחות, פארוואס געט ער די נסיון, אין הקב”ה בא בטרוניא? אלא מאי אז עס איז זיכער דא א סיבה להתיר און מען דארף עס נאר טרעפן.
דער רמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ד איז קעגן דעם געדאנק פון ״נסיון״ ע״ש. (דאס גייט אין איינקלאנג מיט זיין טעזע אין יענע פרקים אז ג-ט ופעולתו (בלשון מושאל) איז
נישט פרסונלית.)
און אז מ׳גייט יא מיט א מער ״ממשיות׳דיגע״ מהלך פון אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו, איז לכאורה די געדאנק אז ס׳איז ענליך צו לעוו וויגאטצקי׳ס באקאנטע ZPD געדאנק פונעם
זוֺין פון פּראַקסימעל דעוועלאפּמענט אין עדוקעישאן. והיינו, אז ווען מ׳לערענט דעם תלמיד דארף עס זיין נישט צי שווער אז ער קען עס נישט גרייפן אבער נישט צי גרינג אז עס איז אים נישט טשעלעדזשינג; ער קען מיט יגיעה אבער ער איז נאכנישט דארט. ולכאורה כן הוא בזה: ס׳נישט אז דער מענטש קען דאס נישט מאכן אבער עס איז אים טשעלענדזשינג גענוג אז עס איז שייך דורכפאל.
ידיעה מכחשת הבחירה איז שוין אַן אלטע קשיא בכלל.
און ווי צוגעברענגט פונעם רמ״א איז אָלטימעטלי דאס אלעס למעשה אַן אונס און עס איז נישטא קיינע סענקשאנס דערויף טאמער טוהט מען נישט וואס מ׳ברויך דערין.
***
אין
די אשכול האט מען געשמועסט איבער יהרג ואל יעבור (און אָנגערירט אויף מאבד עצמו לדעת בזה).