פנחסבןאלעזר ווען ער זאל ווערען דער ממשיך, וואלט ער זיך געפירט פונקט ווי זיין טאטע.
ס'קוקט נישט אויס אזוי. זעה ווי ער שרייבט:
מושי שיק"בתלמוד התורה הילדים היו צועקים לי ברסלב משיגינע, התביישתי בפעילות של אבי שלא היתה מקובלת.
"לא אשכח את תפילת ראש השנה באומן. ילד שזוכה לראות את האלפים עוברים בשורה אצל אבי, מנשקים את ידו ביראת כבוד. זה היה מחזה מרשים מאוד. אבל כשחזרנו הביתה לדירה והיינו רק שנינו, הוא לקח סבון, שטף היטב את ידיו ואמר: 'אני מקווה שהפרענקים לא הדביקו אותי באיידס'. את יודעת מה זה עושה למוח שלי? מה קורה כאן?".
קענטליך אז ער האט שוין געפיהלט אפשיי צו געוויסע פון זיין טאטנ'ס התנהגותער, אלס קינד.
אבער איך וויל ווייזן אז דיין תגובה פארמאגט אין זיך עלעמענטן פון מאנופולאציע.. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזראויב אזוי, וואס איז דער גרויסע אלארם זיינע? זיין טאטע האט געשלאגען מורדים, און לוחם געוועהן קעגען די וואס האבען אים געשטערט, משתיק געוועהן מאלעסטירטע, דאס איז אלעס סטאנדארטע הנהגות פין אלע חריידישע מנהיגים. מיט איין זאך איז ער געוועהן אייגענארטיג, ער האט זיך איינגערעדט ער האט א פתרון פאר אלע פראבלעמען, און עס געדריקט. אלע מנהיגים רעדען זיך איין זיי פארשטייען און קענען לעזען אלע פראבלעמען, אבער זיי דריקען נישט די נארישע בויכוויי. ער האט יא געדריגט אלעס, און מפיץ געוועהן.
זיך מאכענדיג ווי דו אפפראווסט נישט. אבער נאכדעם ריקסטו אריין אזעלכע סטעיטמענטס ווי:
פנחסבןאלעזרנישט צו זאגען, אין זיינע קונטרסים זענען דא אסאך פערל ווערטער און גוטע עצות.
און די זעלבע מיט יואלי ראטה. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזר און דא קומט אריין ר' יואלי ראטה. ער גייט אין דער מהלך, רעדט זיך איין אז אלע פראבלעמען קען ער לעזען.
אבער דו ענדיגסט:
פנחסבןאלעזראון אסאך מאהל האב איך דער הרגשה. ביי אונז רעדט מען נישט די אלע זאכען וואס יואלי ראטה רעדט וועגען, ווי צ.ב.ש. אריין געבען מוט און קוראדזש אין די בחורים און מיידלעך אז זיי קענען פירען א שטוב, קענען ברענגען פרנסה. צו ער זאגט אמת'ע זאכען צו נישט? מן הסתם נישט, אבער מוט אין קוראדזש גיבט ער זיכער אריין, ממילא העלפט עס.
נאכדעם ווייטער, חוזר לראש, דרייט ווידער אויס דעם דאשיק:
פנחסבןאלעזרוואס דער מהראש האט געטוהן מיט אפאר פרענקען, טוט יואלי ראטה מיט אונזערע שוואכערע מוחות, וואס אונז ווארפען אוועק פיקט ער אויף, און הייבט זיי, און ברענגט אריין א רוח החיים. קען מען דאס קריטיקירען אלץ א קולט? מען קען.
און דאן, עוד הפעם מיט די שבחים:
פנחסבןאלעזראבער וואס איז בעסער פאר זיי, זיי זאלען בלייבען ביי אונז אויף די פרינדזעס, אדער ביי אים אויף דער פעדעסטעל?
זאל מיר מוחל זיין דער בנש"ק'ל, אבער זיין טאטע האט מער אויפגעטוהן פין אים. מיט זיין גזענות כעס און אלע מדות מגונות וואס ער שרייבט, האט ער אויפגעשטעלט עפעס, איבערגלאזט עפעס. דער בנש"ק'ל לאזט גארנישט איבער חוץ א וועלט מיט טענות און השמצות.
אלזא, א גראדער מענטש זאל אובבאכט געבן ווי אזוי ער ווערט נשפע פון דיינע ווערטער.. אפגעזען וואס דו האלטסט באמת, טוט א פתלתול'דיגע גערעדאכץ נישט ארבעטן EITHER WAY. שוין, גענוג גערעדט.