Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה

מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1612
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:05 am#139701
מער? כמעט צוויי מאל אזויפיל.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:15 am#139704
זיי מאכן געלט אויך, אדער איז עס מער לשם מצוה אדער האבי?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:36 am#139713
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:זיי מאכן געלט אויך, אדער איז עס מער לשם מצוה אדער האבי?


ס'איז א פעטיש.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:37 am#139715
אריין אין פעטיש אשכול...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:57 am#139719
איך מיין אז מ'קען שוין טוישן קעפל צו: מעלות - א קללה אין שטוב!
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:16 pm#147201
אודה ולא אבוש, מעלות איז נישט מיין פעיוואריט אויסגאבע. און אויב איז עס געווען מיין באליבסטע צייטשריפט אלץ בחור'ל האט זיין בא'חנ'שאפט שוין לאנג אויסגעוועפט ווען כ'האב אויף דער עלטער איינגעזען אז חוץ די עקסטרעם אויסגעהאלטענע אידיש און די עקסטרעם אומאויסגעהאלטענע פעמעניזם, פארקויפט עס נישט באמת ווער-ווייס-איך-וואס. אבער אין יידל מקפח שכר כל בריה, און אז מעלות טוט צו דער זאך דארף מען זיי אויסרופן לשבח און עס ווארעם באגריסן משום על תמנע טוב. כלפי מה דברי אמורים? איינער פון די נענסטע זאכן צו מיין הארץ איז סייענס, אדער ווי קאווע שטיבל רופט עס, וויסנשאפט. סיי פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט ("שאו מרום עיניכם, וראו מי ברא אלה", "מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית") און סיי פון א סעקולארן וויסנשאפטליכן שטאנדפונקט טוט די שטודיע פון חכמה ערפילן גאר א וויכטיגן תפקיד. למעשה אבער, צוליב פארשידענע סיבות, באקומט דער דורכשניטליכער חסידישער אינגעל גאר א שוואכן ערציאונג אין געביט פון סייענס. דערפאר בין איך גאר ווארעם צו סיי ווער עס טוט בענין זה. איך געדענקט ווי אלץ קינד האב איך געקויפט יעדן איינציגסטן יפה בעתו, און ווי כ'האב אויספראבירט אלע זיינע עקספערימענטן ווי מאכן אייגענע פאפיר און אן אייגענע פלאשלייט. אזוי אויך געדענק איך ווי די ערשטע קאלום אינעם צייטשריפט (ז"ל) און שפעטער אינעם שטערן וואס איך פלעג ליינען יעדעם חודש איז געווען חייקל אלצווייסער. ווען חייקל איז פארשוואונדען געווארן האט עס מיר זייער וויי געטון. דערפאר בין איך געווארן איבערראשט ווען כ'האב געזען אינעם נייעם מעלות פון חודש תשרי אז זיי האבן אריינגעלייגט אינעם קינדער אפטיילונג א נייע קאלום, "נחום דער חכם", וואו קינדער קענען אריינשיקן זייערע שאלות בעניני "נפלאות הבורא און אלגעמיינע ידיעות", און נחום דער חכם וועט ענטפערן. די חודש האט נחום דער חכם מסביר געווען פאר זיינע קינדער דאס ענין פון bouyancy, וויאזוי זאכן האלטן זיך אויף די וואסער און זינקען נישט איין. דער ארטיקל איז הערליך אראפגעלייגט מיט א קלארקייט אזוי אז א פילע א קלענערער קינד זאל דאס פארשטיין, באגלייט מיט א זיסע און פשוטע עקספערימענט וואס נחום דער חכם ווייזט פאר זיינע קינדער צו ערקלערן זיינע ווערטער. קודאס, מעלות!
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:09 am#147243
מסתם איז דער קאלום איז דער כשר חזיר פיסל וואס די מעלות שטעלט צו פאר די "אויפגעקלערטע" ליינער מ'זאל חלילה נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער. יידל, לאז דיך נישט אריינכאפן אין דעם נעץ! פארקויף נישט דיין נשמה פאר א נזיד המדע!
זונטאג דעצעמבער 08, 2013 1:11 pm#166948
אט איז א בריוו די חודש אין די מעלות, א ברכה צו מאכן אויף יעדן ווארט!
(אגב - "אלקיו" איז א גרייז - עס דארף שטיין אלהיו מיט א ה')

.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:48 am#204962
איך האב פונקט די וואך באגעגענט דעם ״נחום דער חכם״, און איך האב געטראכט אז עס איז ראוי לברכה. איך קען קוים ווארטן אז איינער זאל טרעפן דארטן סתירות צו אפענע מאמרי חז״ל, און עס זאל דארט ווערן א דעבאטע ארום דעם.
דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:36 pm#214911
איבער די מעלות פון די חודש וואו הרב י הלוי באשרייבט יוסיפון.

l viewtopic.php?f=8&t=6886&p=214784&hilit= l מעלות#p214784
זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:10 pm#215238
לדעתי איז י. הלוי צי אויפגעקלערט פאר די מעלות... אינטערעסאנט אז זיי לאזן עס אריין.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:47 pm#215243
חקרן האט געשריבן:לדעתי איז י. הלוי צי אויפגעקלערט פאר די מעלות... אינטערעסאנט אז זיי לאזן עס אריין.


ATUB @חקרן ATUB , איך האב שוין לאנג נישט געליינט די מעלות, אבער לויט ווי איך געדענק איז י. הלוי אלעמאל געווען די פרומסטע ארטיקל אינעם מעלות (וואס איז די פרומסטע אידישע אויסגאבע). איך קען נישט זעהן וואס איז שייך צו זיין אויפגעקלערט אין זיינע ארטיקלן. אפשר ביסטו מער מרחיב און ערקלער וואס דו מיינסט ווען דו זאגסט אז ס'אויפגעקלערט. דו מיינסט אז א פופציג יעריגע יוד איז פלוצלינג געווארן אויפגעקלערט?



.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:01 pm#215246
איך מיין אז דו רעדסט פון ב. הלוי, בשעת איך רעד פון י. הלוי.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:06 pm#215247
חקרן האט געשריבן:איך מיין אז דו רעדסט פון ב. הלוי, בשעת איך רעד פון י. הלוי.


קען זיין. כ'האב פריער געזאגט אז כ'האב שוין לאנג נישט געליינט. איז אפשר קענסטו מסביר זיין וואו שטעקט די אויפגעקלערטקייט פון י הלוי. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די מעלות זאל אדורך לאזן עפעס וואס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:15 pm#215249
חקרן האט געשריבן:איך מיין אז דו רעדסט פון ב. הלוי, בשעת איך רעד פון י. הלוי.

די רעדסט פון די שבתאים ארטיקל

טאקע א ווינדער אז די מעלות האט עס אריינגעלאזט
זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:16 pm#215250
באשרייבונג אויף יוסיפון, צווישן זיי זאכן וואס איך וואלט זיך נישט געראכטן צו ליינען אין מעלות - איך געדענק נישט פונקטליך וואס, אבער ליינענדיג האט עס מיר געמאכט אזא רושם.

באשרייבונג איבער די דענמע סעקעטע - איבערבלייבענישן פון די שבתאים. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מעלות איך זעה אין מעלות א באשרייבונג אויף א גוי'אישע סעקטע, ווער רעדט נאך פון א שמוציגע פאלק וואס טוען אפ די ערגסטע וד"ל.

אן ארטיקל מיטן נאמען 'מילתא דבדוחתא אין די תורה' לכבוד חודש אדר. ברענגט ארויס אז די תורה רעדט טייל מאל הומעריסטיש און וואו מען זעט עס...

נישט אז די זאכן שטערן מיר. לגמרי נישט, אבער אז אין מעלות זאל עס שטיין איז עס מיר א חידוש.

...
ווייט פיש האקט - ברוך שכוונתי.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:34 pm#215279
דאס באשטעטיגט דאס וואס מיר ווייסן שוין פון לאנג, אז די פרומסטע אידן זענען די גרעסטע אפיקורסים.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:40 pm#215280
שוין, כ'זעה אז עס איז צייט צוריק אנצוהייבן צו קויפן די מעלות.
מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:10 am#215288
איך האב מיר געווינדערט פריער זעהנדיג ער קויפט אויך די מעלות :?:
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:24 pm#219497
:lol:
זונטאג אפריל 19, 2015 4:53 pm#267443
אלס א שטענדיגער און געשוואוירענער ליינער פון מעלות נאך פון תשנ''ז און מיין נאמען האט שוין פיגורירט דארט מער ווי איינמאל, וועל איך צולייגן מיינע פאר פארזשאווערטע צענט צום אלטן שמועס.

לדעתי איז מעלות א וואונדערפולע און לויבנסווירדיגע אויסגאבע בעיקר מיט דאס וואס פילע האבן שוין ארויסגעברענגט, נעמליך ''מחשבה''. מעלות לערנט אויס הונדערטער קינדער און ערוואקסענע - אין א סאסייעטי וואו טראכטן איז שטארק אונטערדרוקט - צו טראכטן זעלבסטשטענדיג און אדורכטון נושאים פון אלע צדדים. דאס זעלבע איז בנוגע די פרומקייט וואס ווערט נישט געפיטערט אויף א ווילדן אופן ווי ''אזוי האט דער רביזכרונלברכה געזאגט'' נאר מיט טיפע געדאנקען און חומר למחשבה וואס האט שוין בעבר געפירט צו דיסקוסיעס אין ספרי מחשבה ווי רמח''ל כוזרי און מורה וואס איז כידוע - סם החיים.

אין איי וועלט טענה'ן געוויסע אז מעלות דירעקטירט צו לינקס,  דאס איז מעגליך, אבער עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט די הערליכע ארטיקלען וואס זענען שוין געלאפן פאר עטליכע יאר צוריק, ווי דער הפלא'דיגן ארטיקל איבער די גריכישע אימפעריע און די רוימישע אימפעריע  (וואס האט געצויגן קריטיק פון די יושבי חשך), ראסיזם, און נאך פילע, (די וואונדערליכע עשרת השבטים סעריע איז אויך ווייט נישט ארטאדאקסיש כידוע). דער פרומער מהלך וואס די ארטיקלען נעמען אן איז אומפארמיידליך פאר אזא אנערקענטע אויסגאבע ווי זיי (אין זייערע סאמע ערשטע אויפלאגעס זעט מען נאך גאר אן אנדער שפראך ווען זייער קונדשאפט איז נאך נישט געווען אויסגעקלארט), און עס איז מערקווירדיג וויאזוי די ארטיקלען זענען געשריבן אויף א וועג וואס טוט נישט פארדרייען קיין פאקטן נאר ענדערש זיי פארהוילן אבער אויף א וועג וואס איז משתמע לתרי אנפין פאר די וואס ווייסן, (א קליינע דוגמא ביי נחום דער חכם'ס ארטיקל ווען ער האט געשריבן איבער די זון און די וועלט ווי ער האט זיך הערליך ארויסגעדרייט פון בארירן די שרעקליכע פראגע פון ווער דרייט זיך ארום וועם.

אין אונזער סאסייעטי איז אוממעגליך צו אנגיין אויף א ליבעראלערן פארנעם, ופוק חזי מה נעשה בצייטשריפט און שטערן ועוד. דער קלוגער מהלך וואס מעלות האט געפירט זיך זעלבסט צו דערקלערן אלס רבנישע אויטאריטעט אזש שיינע אידן האבן נישט קיין פראבלעם דאס צו ציטירן און רעקאמענדירן איז גאר באגריסנד.

איך אליין ליין דאס ווייניגער און ווייניגער אבער איך האלט אז דאס איז א וויכטיגע זאך אין אזא פארמאכטן קולטור צו ליינען אביסל העכערע קוואליטעט שרייבעריי און בעיקר, נוצן דעם מח.
זונטאג אפריל 19, 2015 5:17 pm#267453
אויב איז דער אפשאצונג ריכטיג, וואלטן זיי ביי געוויסע ענינים געדארפט אננעמען דעם מיטל פון סייג לחכמה שתיקה, נישט טאנצן מיט די רעכטע עקסטרעמיסטן. ווי צב"ש פארציילן מעשיות ווי אזוי איינע איז געהאלפן געווארן ווייל זי האט מער נישט געקוקט קיין קליפס אויף איר קעמערע. ווער רעדט נאך פון די נארישע מערכה אקעגן קאמפיוטער'ס, אנשטאט נעמען די מענטשליכע מיטל וועג און אינקארעדזשן פילטערס, שרייבט מען כסדר מיט די בת היענה מענטאליטעט אז מען ווערט געהאלפן שלא כדרך הטבע מיט אלע מיני ישועות אויב ווארפט מען אוועק דעם קאמפיוטער מיטן סמארטפאון מיטן קעמערע וואס קען רח"ל כאפן קליפס, מען זאל ליבערשט לעבן ווי אין דער מיטל אלטער. דאס איז גענצליך איבריג, די עקסטרעמיסטן וואלטן צופרידן געווען אן די מערכה.
זונטאג אפריל 19, 2015 5:34 pm#267456
מעלות, פונקט ווי אלע אנדערע אויסגאבעס, קעיטערט צום קליענטעל. זיי שרייבן וואס די ליינער ווילן הערן נישט וואס זיי האלטן (אינגאנצן) באמת. צוליב דעם האבן זיי פאר א גאר לאנגע תקופה געלאזט זייערע ליינער אריינשוקן זייערע פריוואטע הבטחתי ונושעתי פורים מופתים, טראץ דעם וואס זיי אליינס זענען לכאורה נישט קיין שטארקע גלייבער דערין. די זעלבע איז מיט די ישועות צוליב'ן ארויסווארפן די מייקראוועיוו, אדער דאס וואס איר זעהט דא.
זונטאג אפריל 19, 2015 5:38 pm#267458
איך האב זיך מעגליך נישט גוט ארויסגעברענגט, עס זענען דא צוויי חלקים, די פרוי וואס שרייבט די השקפה ארטיקלען איז זייער פרום און הייליג און האט נאר א קאמפיוטער אן אינטערנעט וכו' אבער דער צד הטוב איז אז דאס גייט צו אויף א ראציאנאלן אופן מיט יישוב הדעת און מיט פארשטענדעניש צום 'פרעמדן' עולם אויך.

דערנאך זענען דא די ארטיקלען בענייני מדע וואס זענען באמת הפלא'דיגע ארטיקלען מיט גאר א געוואגטע ברייטקייט (וואס צומאל איז א בזיון פאר אזעלכע ארטיקלען צו ערשיינען אין אזא אויסגאבע אין די צייט וואס זיי פארדינען א מער מכובד'דיגן ארט ).
זונטאג אפריל 19, 2015 4:47 pm#267462
זיי נישט נאריש מרת מעלות איז א פרום ווייבעל מיט שוואצע זאקען און מיטן גאצע שמנה בגדים וואס קימט פין דע פרימסטע שטיבער הן מצד האב והן מצד האם, נאר איין זאך זי איז נישט קיין בלינדע פרימע מיט א פארמאכטע קאפ נאר פארשטייט פינקליך וואס און פארוואס, איינמאל די פארשטייסט עס איז שוין נישטא קיין שום קשיות.

ביי איר אינדערהיים איז קיין אינטערנעט נישט פארהאן (אזוי האט מיר איינע פין אירע צעגעקימענע געזאגט) , אירע קינדער איז זי מחנך אויפן זעלבען וועג מיט דע לבוש, זי איז נתגדל געווארען אז ציונות איז חזיר טרייף , ביי איר אראפ געקיקט דע אלע וואס זייער לעבען איז נאר עולם הזה, זי האלט א לכתחילה דארף מען בלייבן א גאנץ לעבען ביי תורה

יעצט וואס ווילסטי זי זאל שרייבען?
זונטאג אפריל 19, 2015 5:03 pm#267471
הוגה ,וואספארא חומרה איז דא בנוגע דעם מייקראוועיו? כ'האב נאכנישט געהערט דערפון.
זונטאג יוני 19, 2016 7:43 pm#338329
און וואס לערנט מען ארויס פון די מורא'דיגע מעשה?
זונטאג יוני 19, 2016 8:40 pm#338339
Re: מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
אז ס'דא מענטשן וואס ס'לוינט נישט צו נעמען זייער שירעם.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:14 pm#348732
אלטס בחור פלעג איך עס אויסליינען מדאשקע לדאשקע, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט קען איך עס נישט נעמען אין די האנט, סדא נאך אזעלעכע וואס האבען די עקספיריענס מיט די מעלות?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:38 pm#348826
קאמענטירער האט געשריבן:אלטס בחור פלעג איך עס אויסליינען מדאשקע לדאשקע, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט קען איך עס נישט נעמען אין די האנט, סדא נאך אזעלעכע וואס האבען די עקספיריענס מיט די מעלות?

אני הקטן.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 5:57 pm#357070
מעלות איז נישט די בעסטע, גאנץ שיין
איך וואלט נישט געזאגט "אין גומרין עליו את ההלל"
אבער אז עס קומט צוצוגלייכן קינדליין צו מעלות איז מעלות א סאך מעלות מער פון קינדליין
די קינדליין שטופט סחורה אן קיין געהעריגע מקורות
די קינדער כאפן עס אפשר נישט
אבער איך ווען איך נעם עס אין האנט זעה איך ווי ער שטופט זיינע אגענדעס אפגעזעהן צו די מקור איז נאמן אדער נישט

בפרט אז ער פאמפט דארטן רבי'ס, וואס דארפן מיינע קינדער וויסן אז האדמו"ר מהאצענפלאץ גייט אדער האט חתונה געמאכט
לאז די רבי גארביטש פאר'ן בליק, וואך כל העולם,
קינדער דארפן האבן ריינע מאטריאל, אן קיין שקר
ממש ווי די מלמדים וואס רעדן איין די קינדער באבקע"ס און נאכדעם ווען מ'ווערט עלטער דראפט מען אלעס
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:10 pm#357087
שמעקעדיג האט געשריבן:אט איז א בריוו די חודש אין די מעלות, א ברכה צו מאכן אויף יעדן ווארט!
(אגב - "אלקיו" איז א גרייז - עס דארף שטיין אלהיו מיט א ה')

מ'דארף מער פין אזעלעכע מעשיות! דעס געט חיזוק אין א וועלט ווי היינט!
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:21 pm#357089
מיש-נייעס: דו ביסט גערעכט. אבער איינס פון די טעמים פארוואס קינדליין איז אזוי פאפולער ביי קינדער, (פון דערוואקסענע ווייס איך נישט.) איז ווייל ער געט זיי א סאך סחורה אויף די קינדערישע לעוול. פארשטייצעך, ס'קומט אויכעט געמישט מיט די היינטצייטיגע אגענדאס, ווי די צייכענונג אין וועיטינג רום פון קינדער דאקטאר. וואו ס'איז דא טאטעס און יונגלעך. אבער נישט קיין מאמעס. און די צייכענונג פון פ' ויצא וואס ער רופט אן יעקב טרעפט זיך מיט רחל ביים ברונעם. אבער מ'זעהט אלץ און א יעדן אויסער רחל. זי איז עפעס א זכר פון א מענטשליך געשטאלט ווייט אוועק אין האריזאנט, מיט א קליינע סטאדע שעפעלעך...!

ס'איז אזוי ווי רש"י ברענגט דעם משל פון דעם דאקטער וואס האט יענעם אנגעזאגט וואס ער זאלל נישט טון...,"שלא תמות כדרך שמת פלוני"...! ווייל זיי האבן געזעהן וואס א פאר פאררוקטע בעלי תשובה האבן אנגגעדרייט אויפ'ן שטערן/שפאקטיוו. זיי האבן גענומען א שיינעם אידישליכן מעגעזין וועלכער האט געברענגט וועלטליכע ידיעות פאר די אידישע קינדער. און זיי האבן געמאכט א קאליקע פון איהם. ולא נתקררה דעתם...זיי וויללן איהם נאכאלץ אונטערברענגען...!
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:50 pm#357180
berlbalaguleh האט געשריבן:מיש-נייעס: דו ביסט גערעכט. אבער איינס פון די טעמים פארוואס קינדליין איז אזוי פאפולער ביי קינדער, (פון דערוואקסענע ווייס איך נישט.) איז ווייל ער געט זיי א סאך סחורה אויף די קינדערישע לעוול. פארשטייצעך, ס'קומט אויכעט געמישט מיט די היינטצייטיגע אגענדאס, ווי די צייכענונג אין וועיטינג רום פון קינדער דאקטאר. וואו ס'איז דא טאטעס און יונגלעך. אבער נישט קיין מאמעס. און די צייכענונג פון פ' ויצא וואס ער רופט אן יעקב טרעפט זיך מיט רחל ביים ברונעם. אבער מ'זעהט אלץ און א יעדן אויסער רחל. זי איז עפעס א זכר פון א מענטשליך געשטאלט ווייט אוועק אין האריזאנט, מיט א קליינע סטאדע שעפעלעך...!

ס'איז אזוי ווי רש"י ברענגט דעם משל פון דעם דאקטער וואס האט יענעם אנגעזאגט וואס ער זאלל נישט טון...,"שלא תמות כדרך שמת פלוני"...! ווייל זיי האבן געזעהן וואס א פאר פאררוקטע בעלי תשובה האבן אנגגעדרייט אויפ'ן שטערן/שפאקטיוו. זיי האבן גענומען א שיינעם אידישליכן מעגעזין וועלכער האט געברענגט וועלטליכע ידיעות פאר די אידישע קינדער. און זיי האבן געמאכט א קאליקע פון איהם. ולא נתקררה דעתם...זיי וויללן איהם נאכאלץ אונטערברענגען...!


האסט א פוינט
מוצ"ש אפריל 29, 2017 8:47 pm#369396
בילד
מוצ"ש אפריל 29, 2017 9:41 pm#369399
כל הכבוד פאר מעלות
מאנטאג מאי 01, 2017 6:32 pm#369650
:D
דינסטאג מאי 02, 2017 9:03 am#369681
מיר געפעלט דאס מערסטע ווי זיי ווייסן אונטערצושרייבען "משפחת טירנויער" פונקט ביי אזא ווארט! זיי וואלטן קיינמאל נישט בטעות געלייגט "ראובן" נאך אזא דזשאוק! :lol:
דאנערשטאג מאי 04, 2017 8:42 am#369856
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בילד


מאמענט
דאנערשטאג מאי 04, 2017 3:27 pm#369906
Re: מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
דאס מוז שוין זיין אן אונטערגעשטעלטע מעשה. איינער גייט ארום פאדערען פון די אויסגאבעס אז מ׳זאל שרייבען דערוועגען, און מעלות איז געווען דער נחשון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:28 pm#369917
ס'איז נישט אונטער געשטעלט. מאמענט האט א קאלום ווי זיי ציטירן אונטערעסאנטע אויסצוגן, מודעות און אנאנסן פון ווי עס לאזט זיך נאר.
פרייטאג מאי 05, 2017 9:15 am#370007
ווען נישט ATUB @ראובן ATUB דערמאנט דא די מעלות וואלט די מאמענט נישט געוויסט דערפון, די מעלות האט עס געשריבן און ראובן האט עס מפיץ געווען.
פרייטאג מאי 05, 2017 12:31 pm#370066
פשוט אזוי.
פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:39 pm#418201
.
מיטוואך פעברואר 06, 2019 11:31 pm#424040
פארווערטס באשרייבט מעלות


m http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... %A4%D6%BC/ m
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 12:08 pm#424057
מיין טענה צו ר' יהושע כהנא שליט"א איז, אז אויב ווילל ער רעדן א נארמאללן אידיש. נישט א אידישיסטישן, באלשעווויסטישן יידיש. דאמאלס מוז ער---ווי ער טוט טאקע אליינס--- אריינמישן ווערטער פון לשה"ק/ העברעאיש . ווי ער טענה'ט...! אנישט. האט עס א פנים ווי א גוף אן א נשמה. אזוי ווי די אידישיסטן (די פיוריסטן) האלטן...!

אויך. ער (ר' יהושע כהנא שליט"א) טענה'ט אז דאס גערעדטע אנטווערפענער אידיש איז די נאנטסטע צו ריין אידיש. אן אריינגעמישטע ווערטער פון א פרעמדע שפראך. אזוי ווי ענגליש אדער מאדערן היברו. פרעג איך איהם א קשיא. אז די אנטווערפענער אידן זאגן פאר א ביה"כ/שאוער, ..."באאדע ציממער"...נישט באד שטוב...! אויך זאגן זיי , ווען זיי וויללן זאגן אז מ'גייט איהם אויפפיקן..."ער וועט מיך אפ-הויללן"...!

דער תירוץ איז... אז אויב מ'לעבט און מ'אטעמט א תורה'דיגן לעבן. קענמען רעדן א ..."היימישן"... נארמאללן , זאפטיגן און לעבעדיגן אידיש. משא"כ (מה שאין כן. פאר די אומוואוסנדע. און תינוקות שנשבו, ל"ע) אויב מ'לעבט און מ'אטעמט א פאר'גוי'אישטן פוסטן, אמעריקאנער לעבן. רעדט מען א אידישיסטישן /באלשעוויסטישן יידיש...!

די איינציגע מענטשן וועלכע רעדן נאך א זאפטיגן אידיש און זענען נישט מער קיין היימישע אין חיצוניות, זענען די אפגעפארענע היימישע יונגלעך און מיידלעך. וועלכע ווערן אנגערופן אויף די פאפולערע שפראך, או. טי. די.'ס...!

ס'איז זייער געשמאק צו הערן פון מאל צו מאל איינער וואס זעהט לגמרי (אינגאנצן) נישט אויס ווי א איד. ווען ער מאכט אויף זיין מויל און ס'קומט ארויס א שיינע, זיסע זאפטיגע, היימישע שפראך. דאס איז ממש מוזיק פאר די אויערן...דער תירוץ איז, אז אין פנימיות פון זייער נשמה זענען זיי נאכאלץ היימישע, וואוילע לעכטיגע אידישע קינדער. פון וועם דער אייבישטער האט א סאך נחת. זיי האבן נאר צייטווייליג (א ריין אידיש ווארט) געביטן זייער חיצוניות...! א גוטן טאג...!
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:42 pm#424089
זיי זענען אנציקט פון אנטווערפענער אידיש, ווייל זיי ווייסען נישט אז אלע ווערטער וואס אין אמעריקא בארגט מען פון ענגליש און אין א"י פון לשוה"ק, נעמען זיי פון פלעמיש. וויבאלד דער עולם קען נישט קיין פלעמיש, מיינט מען אז עס איז אידיש. עס איז פונקט אזוי אומריין ווי סיי וועלכע אידיש.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 8:23 pm#424098
נאך איין ווארט צו ר' יהושע כהנא שליט"א. און די אלע מבינים אויף די אידישע שפראך...ביטע אפטייטשן אויפ'ן היימישן לשון דאס ווארט אין אידיש..."אומאייגננוציג"...וואס איז דער אפטייטש פון דעם ווארט. אויך. וויאזוי זאגט מען דאס ווארט אויף ענגליש...?!...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:23 am#483205
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך איין ווארט צו ר' יהושע כהנא שליט"א. און די אלע מבינים אויף די אידישע שפראך...ביטע אפטייטשן אויפ'ן היימישן לשון דאס ווארט אין אידיש..."אומאייגננוציג"...וואס איז דער אפטייטש פון דעם ווארט. אויך. וויאזוי זאגט מען דאס ווארט אויף ענגליש...?!...!

איך זעה אז ר' יהושע כהנא און ר' בעריש פייגלשטאק האבן זיך נישט אנגערופן. וועלל איך מיך מוזן אנרופן...דאס ווארט..."אומאייגננוציג"... איז אידיש. אין ענגליש זאגט מען עס...Selfless...די פארקערטע פון סעלפיש...!