Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה

מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1612
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:22 am#38942
מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
מעלות אויסגאבע, א אויסגאבע פאר פרויען דורך פרויען, די איינציגסטע אויסגאבע וואס יעדער לויבט אין רימט, א אויסגאבע וואס וואלט זיך נישט געדארפט שעמען אפילו בימי תנאים ואמוראים ואנשי כה"ג.

אבער לדעתי ולדעת אסאך אנדערע, ברענגט מעלות חורבנות אין אסאך אידישע שטיבער, אנגעהויבן מיט דעם וואס זיי זענען די פאן טרעגער פון ראדיקאלע אידישקייט, זיי דינייען קאמפליטלי אז עס איז 2012, אין זיי האבן א גרויסע השפעה אויף אינזער'ע ערליכע תמימות'דיגע נשים צדקניות

אין נאכדעם די וועג וויאזוי זיי ענטפערן אויף בריוון און שאלות פון תמימותדיגע פרויען, איין באקאנטע בריוו וועגן טשעקן די מאנ'ס סעלפאון האט זיך ארימגעדרייט, אין האט יעדן נארמאלע אינגערמאן אין אפילו נארמאלע פרויען זייער אויפגעברויזט.

גראדע ביי מיר קויפט מען עס נישט, נישט ווייל כ'לאז נישט נאר ווייל זי איז פשוט נישט אינטערעסירט.

איך בין נישט געקומען אוועקמאכן זייערע גוטע חלקים, ס'וואלט נאר געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס דער ציבור דא האלט איבער דעם, צו זעט איר אז ס'זאל אייך אפעקטירן אייער לעבן?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:50 am#38946
גערעכט מער ווייניקער. אבער מעלות איז א געמישטע קללה. זי איז די איינציק פארבליבענע אויסגאבע וואס לייגט א דגוש אויף א ריכטיקן אידיש איר קאלום מאמע לשון איז א גאר געלונגענע. אויך האט זי גוטע סחורה פאר קינדער ווי די פארמעסטן וואס זאגט דער שניי מענטש וכדומה מיינע קליינטשיקע זענען אין זיבעטן הימל צו זעהן זייער נאמען אין מעלות. אויך דארף מען איר קרעדיטן פארן אריינברענגען צווישן דעם גאר פרומען עולם אז עס עקזיסטירט אזאלכע מושגים ווי OCD וכדומה אבער קלאר זי טוהט אסאך שאדן אויך מיט איר פאנאטישקייט.

אגב דער אשכול געהערט נישט ממש אין פרגוד.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:11 am#38954
געהערט אפשר טאקע נישט אין מאחורי, אבער איך האב ליעב צו דוסקוסירן אזאלכע זאכן דא צווישן אינגעלייט.
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:40 pm#39555
איך האלט אז יצא שכרו בהפסדו. ווי אויבנדערמאנט, קלערט עס אביסל אויף די פרומע, און די וואס זענען ווייטער פון דעם ווייסן אז זיי זענען נישט ריכטיג ווען זיי זענען נישט ריכטיג. זייער אידיש איז אויסנאמליך בא׳טעמ׳ט צו ליינען, גאר גוטע סחורה פאר די קינדער, בקיצור די איינציגסטע געלונגענע אידישע מאגאזין.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:17 am#39606
א אייגנארטיגע אויסגאבע, מיט פילע אויסנאמליכע שטריכן.

ועיי"ש ותמצא נחת,
זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:31 am#39640
סדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:20 am#39644
אין א געזעלשאפט וואו טראכטן איז טריפה, איז אן אויסגאבע וואו עס ערשיינען טראכטנדיגע מאמרים ווערד באגריסט צו ווערן, אפגעזען פון וואס די מסקנות זענען. גענוג האבן אנגעהויבן זייער טראכטן קאריערע אין ״מעלות״ און זענען שפעטער געווארן פולקאמע משכילים רחמנא ליצלן.
"מעלות" האט טאקע גינסטיגע אפעקטן לטובת עקסטרעמיזם, ווייל צוליב דער לאגישער שפראך און שכל הישר וואס ווערט דארטן מאניפעסטירט, באטראכטן עס געוויסע ווי א "טאטע-פיגור", און פארלאזן זיך אויף אלע עקסטרעמע מסקנות פון דער רעדאקציע.

עס מוז אויך דערמאנט ווערן די היפאקריטסטווע וואס שרייט אזוי הויך. די הויפט רעדאקטארין איז דאך קלאר אנגעלייענט מיט משכיל'ישער און אידישיסטישער ליטעראטור, און זי האט די גאל אונטערצורייסן אנדערע אויסגאבעס און זאגאר די וואס זענען נישט אזוי מיליאן פראצענט פרום ווי א. כ"ץ'ס ארטיקלען שטעלן פאר. ס'ארא בושה!
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:07 pm#39676
נולד מאוחר האט געשריבן:סדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.


וואס מיינסטו מיט עקסטרעמיזם?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:51 pm#39690
וואס הייסט זי איז קלאר אנגעליינט מיט משכילישע ביכער?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:52 pm#39691
DotCom האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:סדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.


וואס מיינסטו מיט עקסטרעמיזם?

איך האב שוין זייער לאנג נישט געליינט סא איך קען דיר נישט געבען א משל.
איך געדענק זיי פלעגו אלץ אריינלייגן אונטער 'אז נדברו' די איינשטיינישע אויסטרעפען פין ספעציעלע פאנדזשעלויס אין שפיטאל ביים געבוירן אדער פאר די קלינינג לעדיס פאנדזעלויס וכדומה.
דאס איז נישט די ריכטיגע סחורה, כוועל דארפן אויפזיכען דוגמאות פין זייער עקסטרים השקפות.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:00 pm#39714
זעהט נישט אויס אז די האסט לאנג נישט געליינט , ווייל די חודש האבען זיי וועגן די פאנזשעלאו'ס פאר שפיטעלער......
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:41 am#39908
ראשעקאל האט געשריבן:זעהט נישט אויס אז די האסט לאנג נישט געליינט , ווייל די חודש האבען זיי וועגן די פאנזשעלאו'ס פאר שפיטעלער......

ניין כהאב נישט געליינט די וואך. מוועט מיזן זאגן אז זיי מאכן חזרה.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:47 am#39910
יאנקל האט געשריבן:אין א געזעלשאפט וואו טראכטן איז טריפה, איז אן אויסגאבע וואו עס ערשיינען טראכטנדיגע מאמרים ווערד באגריסט צו ווערן, אפגעזען פון וואס די מסקנות זענען. גענוג האבן אנגעהויבן זייער טראכטן קאריערע אין ״מעלות״ און זענען שפעטער געווארן פולקאמע משכילים רחמנא ליצלן.
איז דאס ערענסט אדער א וויץ?

יאנקל האט געשריבן:עס מוז אויך דערמאנט ווערן די היפאקריטסטווע וואס שרייט אזוי הויך. די הויפט רעדאקטארין איז דאך קלאר אנגעלייענט מיט משכיל'ישער און אידישיסטישער ליטעראטור, און זי האט די גאל אונטערצורייסן אנדערע אויסגאבעס און זאגאר די וואס זענען נישט אזוי מיליאן פראצענט פרום ווי א. כ"ץ'ס ארטיקלען שטעלן פאר. ס'ארא בושה!

פארוואס איז עס היפאקריטסטווע אז איינער ליינט ביכער אין קריגט זיך דערויף?
איך זאג נישט דאס "אונטערצורייסן אנדערע אויסגאבעס און זאגאר די וואס זענען נישט אזוי מיליאן פראצענט פרום ווי א. כ"ץ'" וויזט אויף קליינקעפיג קייט. אבער איר ליינען משכילישע ביכער,פארשטייט זיך מיט א ספעציעלע היתר מסתם פין רב טויבער איז נישט קיין סתירה.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:40 pm#63984
איך האב קוים באקומען די אזוי לאנג ערווארטעטע אויסגעגארטע צוטריט צו מאחורי הפרגוד און שוין האב איך וואס צוצולייגן, און דוקא נישט אין ענין וואס באלאנגט דא. (בעצם דארף מען ארויסטראגן דעם אשכול פארנט פונ'ם פרגוד לקיים מש"כ והוקענום נגד השמש).
דער עולם דארף פארשטיין אז די עקסטרעמע און צומאל זינלאזע מיינונגען וואס מען באגעגנט אין די מעלות קומט עפ"י רוב פון ליינער און פרעמדע שרייבער וואס נוצן אויס די איינציגסטע נארמאלע און פרומע אויסגאבע צו לאזן לופטערן זייערע בויך וויי. למשל דאס וואס מען האט א צייט צוריק געברענגט דא א בריוו וועגן אנטון די קינדער דענים (צו וואס דעיניש האט געלינקט אויבן) איז געשריבן געווארן אין א בריוו פון א ליינער. אדער למשל דאס וואס יאנקל האט געשריבן אז זי רייסט ארונטער אנדערע אויסגאבעס, דאס קומט נישט פון די מעלות רעדאקציע אדער זייערע אייגענע שרייבער'ס, נאר פון בריוון וואס ליינער שיקן אריין. פאקטיש האבן זיי כסדר אזעלכע בריוו וואס זענען מעורר עס הרבים אנצוטון רעגן מאנטלען און אנטון די גוי'טע א שפיצל און שווארצע שטרימפ אז זי זאל נישט פאר'סמ'ן די אויגן פון דאס צוויי חדשימ'דיג בעיבי. דאס צייגט אויף די נארישקייט פון דער פרומער עולם, און נישט פון די מעלות רעדאקטארין. הגם דאס אריינשטעלן ווייזט אויך אויף עקסטרעמיזם. אויב איר וועט קוקן אויף די ערשטע צען יאר ווען עס זענען געווען פיל ווייניגער בריוו און ארטיקלען פון יעדן מעכל און רעכל וועט איר זען אז זיי פרעדיגן אינגאנצן נישט קיין פרומקייטן. עס איז אמת אז מעלות בעצם האט געוויסע עקסטרעמע שטריכן, אבער לויט ווי איך געדענק אינדארסירן זיי כמעט נישט קיין ספעציפישע לעכערליכע פרומקייטן.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:24 pm#65189
איך ווייס נישט פין איינער וואס זאל פרום ווערן וועגן די מעלות,
מ'קען ענדערש קאלט ווערן פין די שוואכערע אידישע ליינווארג ווי ווארעם ווערן פין די מעלות

אבער איך לאז עס נישט אריין אין שטוב וועגן די שלום בית שמועסן וואס זיי פלעגן האבען ברבים
איך דארף נישט מיינע קינדער זאל מיך מחנך זיין מיט שלום בית פין די מעלות

איך הער אז זיי האבען אויפגעהערט מיט דעם, אבער דער סעלפאן בריוו האט מיך באוואויגן ווייטער צו שטיין ווייט דערפון
נישט וועגן מיין ווייב זעהט נישט מיין סעלפאן, נאר ווייל מיינע קינדער דארפן נישט וויסן אז ס'איז א אישו
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:26 pm#65225
קלאר האט געשריבן:איך ווייס נישט פין איינער וואס זאל פרום ווערן וועגן די מעלות,
מ'קען ענדערש קאלט ווערן פין די שוואכערע אידישע ליינווארג ווי ווארעם ווערן פין די מעלות

אבער איך לאז עס נישט אריין אין שטוב וועגן די שלום בית שמועסן וואס זיי פלעגן האבען ברבים
איך דארף נישט מיינע קינדער זאל מיך מחנך זיין מיט שלום בית פין די מעלות

איך הער אז זיי האבען אויפגעהערט מיט דעם, אבער דער סעלפאן בריוו האט מיך באוואויגן ווייטער צו שטיין ווייט דערפון
נישט וועגן מיין ווייב זעהט נישט מיין סעלפאן, נאר ווייל מיינע קינדער דארפן נישט וויסן אז ס'איז א אישו

סיי ווייסן שוין סייווי און אז זיי וויסן נאך נישט קענען זיי געוואר ווערן פון אנדערע פלעצער איך האלט עס איז א שטיקל טיפשות נישט אריין צו נעמען די מעלות וועגן דעם
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 4:41 pm#65279
אויב די שאלה איז צו עס לוינט זיך אריינצוברענגען די "מעלות" אין שטוב צי נישט, איז דער ענטפער אז יא.

די מעלות איז פון די איינציגע אויסגאבעס אין אידיש וואס איז ווערט די פינף דאללאר. זיי לייגן דגוש אויף די קוואליטעט פון די ארטיקלען און שרייבערס, און מאכן זיכער ארויסצוגעבן אן אויסגאבע מיט תוכן. ווי אויך, אזויווי יאנקל האט שוין ארויסגעברענגט, איז עס לכאורה די איינציגע אויסגאבע אין די היימישע געמיינדע וואס נעמט אריין די ליינער אין ענינים פון "מחשבה". (בדרך אגב, א ווערטל וואס ליגט מיר אין זכרון פון די "קורץ און שארף" אפטיילונג פון די מעלות: אז איר מאכט איינעם טראכטן אז ער טראכט וועט ער אייך ליב האבן, אז איר מאכט אים באמת טראכטן וועט ער אייך פיינט האבן).

זייערע חינוך ארטיקלען צום ביישפיל זענען זייער באלערנד, און אונזער געמיינדע וואלט פארדינט ווען מער מענטשן ליינען דאס. צב"ש געדענק איך אן ארטיקל בעפאר פסח וואס האט ארויסגעברענגט אז מען קען אמאל זען בחור'לעך וואס קומען צום סדר מיט צענדליגער חסיד'ישע תורות אבער ווייסן נישט דעם פשוטן טעם פארוואס מען עסט מצה. ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויסלערנען די קינדער וואספארא מצוה איז א דאורייתא, א דרבנן, א מנהג, א.א.וו., די קומענדיגע חודש איז געווען א בריוו וואס האט זיי קריטיקירט אז "זיי ברענגען אראפ די חשיבות פון א מנהג ישראל", אבער זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס.

אמת, זיי קומען גאר אפט צו עקסטרעמע מסקנות, אבער פאר די וואס אפרישיעטן ארומצונעמען א נושא מיט סברה און שכל, איז עס זייער א געשמאקע אויסגאבע.

בעצם איז גלייך זיך אויסצולערנען צו קענען פארנעמען ווען א צווייטער מענטש האט אנדערע דעה אויף א נושא, דער פראבלעם איז נאר ווען יענער וויל נישט טראכטן און ער טוט דיך נאר פארשרייען און אינטימידעיטן מיט כלומר'שטע פרומקייט, אבער אז עמיצער טראכט נארמאל און לאגיש און גרייכט אן אנדערע מסקנא מעג מען פארדייען. אויב קענט איר נישט פארנעמען צו הערן און ליינען אביסל פרומערע השקפות זענט איר מיט גארנישט בעסער ווי א צווייטער שמאלער מח וואס האלט אז אלע אויסער זיין קרייז זענען גוים.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 4:43 pm#65281
זייער גוט געשריבן, נח געציל.
דארפסט אריינקמען דא אפטער!

נח געציל האט געשריבן:די מעלות איז פון די איינציגע אויסגאבעס אין אידיש וואס איז ווערט די פינף דאללאר.

זעקס דאללער איז עס אויך ווערד?
ווייל די פרייז איז שוין היינט 6
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:00 pm#65288
שמעקעדיג האט געשריבן:זעקס דאללער איז עס אויך ווערד?
ווייל די פרייז איז שוין היינט 6

שוין עטליכע יאר וואס עס קאסט זעקס דאלאר. אנדערש ווי יעדע נארמאלע אויסגאבע אויף דער וועלט, האט "מעלות" קיין איין ווארט נישט גערעדט איבער דעם וואס זיי זענען ארויף די פרייז. בסך-הכל, אויב איינער האט גענומען די מי איבערצוקוקן זיין גראסערי-רעסיט האט ער געקענט באמערקן אז די נייע "מעלות" באר-קאוד רעכנט זעקס דאלאר אנשטאט פינף.
עס איז א פלא אז אן אויסגאבע פון אזא קאליבער זאל זיך אזוי ווייניג רעכנען מיט די טאשן פון אירע לייענער, גאר א סך פון זיי משפחות מיט גאר ווייניג פארדינסטן, און נישטאמאל שפירן פאר וויכטיג מסביר צו זיין פארוואס זיי זענען געצווינגען ארויפצוריקן דעם פרייז מיט אזויפיל ווי %20.

צוריק צום ענין. ווי נח געציל האט שיין מבאר געווען, "מעלות" איז א גוט-אויסגעארבעטע אויסגאבע, און טראץ די אויסערליכע פרומקייט פאלט אריין דא-דארט קריטישע באטראכטונגען וואס זענען גוט פאר צידה לדרך אין אונזער געזעלשאפט. נישט ווייניג פאלט אריין גראבע השכלה, ווי דער צווייטער וויץ וואס איז ערשינען אין דעם "אנדערע זאגן"-קאלום פון חודש חשון:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:04 pm#65289
יא, ווען איך האב דאס געזען, האב איך געוואלט אריינשיקען פארן מערכת, גאנץ הייד פארק....
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:25 pm#65808
שוין עטליכע יאר וואס עס קאסט זעקס דאלאר. אנדערש ווי יעדע נארמאלע אויסגאבע אויף דער וועלט, האט "מעלות" קיין איין ווארט נישט גערעדט איבער דעם וואס זיי זענען ארויף די פרייז. בסך-הכל, אויב איינער האט גענומען די מי איבערצוקוקן זיין גראסערי-רעסיט האט ער געקענט באמערקן אז די נייע "מעלות" באר-קאוד רעכנט זעקס דאלאר אנשטאט פינף.

גראדע איז די עמי אויך לעצטנס ארויף פון פיר דאלער ביז פיר פופציג און איך געדענק נישט ער זאל שרייבן עפעס דערוועגן. יעצט פאלט מיר איין אז אויפ'ן דעקל שטייט סייווי די פרייז (אזוי ווי עס פלעגט זיין אויף די מעלות איידער זיי זענען אראפ פון וועג און אנגעהויבן לייגן קאלירפולע דעקלעך) ממילא האלטן אפשר די רעדאקטארן אז עס פעלט נישט אויס עקסטער ארויסצושרייבן.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:34 pm#65811
ווען זיי זענען ארויף פון 4 צו 5 איז געווען א גאנצער הסבר.

יא ס'האט מיר אויך געבאדערט דאס אויסנארן דעם עולם. ס'א שייגעץ שטיק.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:10 pm#66243
פותחים בכבוד האכסניא: יישר כח פאר'ן "קאווע שטיבל".
אני הקטן בין געווען א "מעלות פעען" פאר לאנגע יאהרן, און געהאלטן אז דאס וועט האלטן אידישקייט אין אמעריקא, איך האב עס געקויפט און געשטיצט, און געפיטערט מיין ווייב און קינדער דערמיט.
היינט - ווען מיין געזונדל איז אונטערגעוואקסן - בין איך געגאנגן צום ווייטן קאנטראסט, איך פיהל אז איך האב געמאכט א פאטאלע טעות, מיט'ן אריינעמען די מעלות אין מיין שטוב נישט אזוי ווייט, נאר מיט'ן גיין נאך דו אידילאגיע וואס ווערט דארט געפרעדיגט.
צום ענין: די "חסרונות" פון די "מעלות" איז וואס א צווייטע צייטונג - ווי די שטערן, שפאקטיוו ודומיהן - האט נישט, ("דאוינט געט מי ראנג" איך רעד נישט פון "דער גוי" און "דער בלאטע" וואס איז לכתחילה געמאכט מאנעווירן אידישקייט לויט די געשמאק פונ'ם פארטיי, אפגעזעהן וואס מען דארף פארקוקן דערוועגן)

די "מעלות" (צו חסרונות ווי אנדערע רופן עס) איז ווי א ווארימל וואס גייט שטייטליך אריין אין קאפ פון די ליינער אז: היינט איז נישט מעגליך צו זיין א איד, די מעשיות ארטיקלן עצות און הומער וואס ווערט דארט געשריבן איז מיט איין ציהל צו טרייבן די מענטש אויף א משהו העכער ווי ער קען.
אין קורצן גערעדט: ער וויל - פאר יעדען פרייז - אז אויף "מיינע פיס" זאל איך צופאסן מיין זיידנ'ס שיך, אנשטאטס צוצופאסן שיך צו "מיין פיס" אז איך זאל גיין מיט מיינע שיך אויף דעם "וועג" ווי מיין טאטע און זיידע זענען געגאנגן, מוז איך זיין ביזי צופאסן מיין טאטע'נס שיך צו מיין פיס אפגעזעהן ווי די פיס וועלן מיך (נישט) טראגן.
(בדרך צחות: "צא הלחם ב"אמאל"ק מחר" גיי און זיי לוחם מיטן יצר הרע וואס פארפירט דיך מיט אמאל'קע צייטן, אמאל איז געווען...! איי איז דאס געווען א דור דעה...! וואס ווייסן מיר היינט...! א פינסטער דור...! ווי אזוי קוקט אויס אונזער שבת, יו"ט, תפילין,דאווענען...! נאר ענדרשט "מחר" זעה ווי עס וועט דיך ברענגן מארגן.

די שטערן ווייטער, קומט נישט אריין אין מיין לעבן, ער געבט מיר נישט קיין פאלטשע וועגן צו טראכטן.

פארוואס שרייב איך? ווייל עס טוט טוט מיר וויי, עס זעהט אויס ווי פשוטע זאכן אבער אז מקוקט אויפן אויטקאם זעהט מען אז ס'איז זייער ביטער.
ווילסט זאגן א מעשה פון א צדיק?! דארפסטו עס רילעיטן צום היינט! ווילסט געבן א געדאנק א עצה?! דארף עס ארבעטן היינטיגע צייטן.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:47 pm#66251
שלום עליכם
איך בין גראדע אן אייניקעל פון בעל "המכריע" - יא ס'איז א נאמען פון ספר.
יהא בואך לברכה, שלינג א טרינק קאווע,לייען און לייק, און -וואו דיין ניק זאגט פאר - זיי מכריע אונזער שווערע טעגליכע שאלות.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:40 pm#66265
"שאל אביך...זקיניך ויאמרו לך" האט גארנישט מיט רילעטן צו דעם "היינט" סארי, באט וועלקאם.
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:05 pm#70337
סתם אינטערסאנט...
איך האב גהערט פין עטליכע גראסעריס איינס אפילו פין בארא פארק אז דע מערסטע גייענדיגע פעיפער איז דע מעלות

איך ווער משיגע פאר איר שרייבערעריי כאטש איך אגרי נישט מיט אלעס וואס זי שרייבט אבער איר קלארקייט ווי אזוי ענטפערט יעדעם בריוו איז זי א חד בדרא
זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:07 pm#70339
מערסט גייענדע אידישע חודש'ליכע פעיפער.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:44 pm#113401
איך בין אן ערליכע ליינער פון די מעלות, איך קויף עס כמעט חודש'ליך. כאטשיג איך שטיי בהשקפה אויף אן אנדערעם פלאנעט ווי מרת. ראטה, טו איך שעצן איר לאגישן צוגאנג צו איר אייגענטארטיגן מהלך אין אידישקייט, חוץ פון די געבענטשטע שינויים וואס זי האט אריינגעברענגט ביים עולם (תחת מסווה של פרומקייט כמובן), אזויווי פעמעניזם (כאטשיג זי טרייבט פיל מאל איבער), פסיכאלאגיע, מעסיגע חינוך הילדים ועוד. אבער דער עיקר וואס כ'גלייך פון מעלות איז אז אנדערש פון רוב היימישע אויסגאבעס, שרייבן זיי כמעט נישט קיין ליגנט מיטן חשבון אז מען קען דעם עולם סיי ווי פארקויפן באבקעס. עס דערקענט זיך אז די רעדאקציע פון מעלות האלט זיך צו א סטאנדארט, און פרובירט דורכזיפן אז וואס עס שטייט דארט זאל זיין באגרינדעט אין מציאות.

אבער אין די מעלות פון די חודש איז ערשינען אן ארטיקל וואס כ'האב זיך ממש גע'חידוש'ט צו לייענען, כ'האב געשפירט אז עס פאסט באמת נישט פארן מעלות אזא טיפשות'דיגן ארטיקל. איך באציה זיך צום ארטיקל מיטן קעפל "א געזונטער קלאפ" פון ש. הירש. שרייבט מרת. הירש ווי פאלגנד:

maalos1.jpg
maalos1.jpg (135.48 KiB) געזען געווארן 1586 מאל


maalos2.jpg
maalos2.jpg (151.02 KiB) געזען געווארן 1586 מאל


maalos3.jpg
maalos3.jpg (112.64 KiB) געזען געווארן 1586 מאל


maalos4.jpg
maalos4.jpg (112.58 KiB) געזען געווארן 1586 מאל


פארזעצונג אין קומענדיגן תגובה.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:45 pm#113403
maalos5.jpg
maalos5.jpg (115.61 KiB) געזען געווארן 1584 מאל
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:50 pm#113407
כ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.

אה, נאך איין נקודה וואס כ'האב ארויסגענומען פון דעם ארטיקל איז אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר מענטשן צו פארשטיין די פשוט'ע מושגים פון טעכנעלאגיע, וואס איז דאס אינטערנעט, וואס איז דאס אימעיל, וואס איז דאס א בראוזער, און וואס איז דאס די וועב. אז נישט, קוקט מען אויס ווי די מרת. הירש און אירע נארישע נסיונות און קבלות.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:53 pm#113409
מאראל פון די מעשה: קהלה-קאנטראלירטע אינטערנעט סערוויס קומט מייט א זייטיגע באונאוס פון טראסקענען שאפעס נעבן קינדער כדי זיי צו מאכן קלאטשן פאר פרייד.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:01 pm#113414
נאך א מאראל פון דער מעשה: איגנאראנץ און תמימות העלפט נישט נאר פאר אמונה, נאר אויך מרבה צו זיין אידישע פרנסות.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:02 pm#113416
נ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:02 pm#113417
זי הייסט כ"ץ, כ'מיין.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:05 pm#113422
זר זהב האט געשריבן:זי הייסט כ"ץ, כ'מיין.

כ"ץ איז איינער פון אירע פען-נעמען. זי הייסט יונגרייז.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:25 pm#113449
פון די אנדערע זייט איז גאנץ קאמיש ווי זי משל'ט אויס דעם מאן מיט די לאנגע בארד "ער איז א גרויסער קנאי גייט צו אלע הפגנות קעגן די מדינת הציונים". (אגב יידל די מעלות רעדאקטארין איז מרת יונגרייז - כהן נישט ראטה. ווען איך האב איר ג'אימעילט לעצט איז איר אימעיל געווען יעשיבע נעט און זי האט טאקע נישט קיין אינטערנעט צוטריט ווען איך האב איר פרובירט צו געבן לינקס, קען זיין די דעטאלן פון דעם נארישן ארטיקל זענען נישט גראד געזויגן פון פינגער).
דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:02 pm#113510
יידל האט געשריבן:נ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.

מרת מעלות פערזענליך הייסט יונגרייז, איר מאן איז די ראש הכולל אין סאטמאר מאנסי (ר' חיים יהושע) ער שרייבט אסאך די תורה ארטיקלען . מעשיות פון צדיקים - א.ד.ג. די ערשטע פאר פעדזשעס יעדן חודש.
איר טאכטער הייסט ראטה, א גרויסע שרייבער, און זי שרייבט אסאך ארטיקלעך אין די מעלות.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:20 pm#113518
יידל האט געשריבן:כ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.

ווי עס זעהט אויס, ווען עס קומט צו די ענינים פון האקן קעגן אינטערנעט איז די שכל הישר נישט ערלויבט אריינצורעדן.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:59 pm#113534
זי איז נישט דער איינציגסטער. רוב אזעלכער וואס באקומען זייער אינפארמאציע איבער טעכנאלאגיע פון צעטלעך אין שוהל און סיטיפילד דרשות ליידען אויף די צימישעניש, א חלק פון די כללותדיגער מהלך פון די מערכה וואס האט באשאפען אזא מאנסטער וואס רופט זיך "אינטערנעט", וכמדובר כמה פעמים.

למעשה קומט ארויס פון דעם א טובה, ווען פארשידענע תמימים פרעגן מיר אן ווי האסטו דאס אדער יענס, קען מען ענטפערן (בערך ווי משה געציל האט ערגעץ מסביר געווען), נעה, איך האב אימעיל אויף מיין קאמפיאטער, און פעיסבאק אויף מיין טעלעפאן. אינטערנעט? חס ושלום!.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:19 pm#139413
א נייער דרגה אין טפשות. און וואס איז דער והמבין יבין? איך מיין זי לאזט דא קיין סך פאר די אימעזינאציע.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:20 pm#139414
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:27 pm#139421
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:49 pm#139440
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:42 pm#139475
מאדנע, אבער לעצטענס באקום איך א שלעכטער געפיל צו מיין באליבטע מעלות.
WELL, עס איז אפשר א גוטע זאך צו פייטן טעכנאלאגיע, אבער אויף א נארמאלע אופן. הער אויף איבערצוטרייבן אז עקסידענטס פאסירן וועגן ווידעאו קליפס פון א קעמרע, און נאך פילע מעשיות וואס מען זעהט 'אפן' דעם יד ה' ווי ער איז ברוגז אויף טעכנאלאגיע, טראץ אונזער הסתרת פנים! ווער מיר נישט קיין "אכשר דרא'ניק", און הער אויף גיין אזוי עקסטרעם מיטן קאפ אין וואנט אריין.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:50 pm#139482
ס'מיר געווען באליבט ביז אין די אנהויב סמ'ך יארן. זינט זיי האבן געטוישט דעקל האט עס איינגענומען א ירידה
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:18 pm#139496
ואני הקטן נתגדלתי על ברכי מעלות, און ס'אפשר א בחינה פון בירא דשתית מניה לא תשדי ביה קלא, אבער הא גופא איז ווייטאגליך ווייל מעלות איז געווען דאס איינציגסטע אשר אמרנו בצילו נחיה און ס'איז דורכאויס לחם כזבים.
כ'רעד נישט פון די באטריבנע השקפות און אותות ומופתים ווי שוין אויסגעשמועסט דא. די א"ג באלערנדע ארטיקלען זענען אנגעפיקעוועט מיט גרייזן און עמי-הארצות, און ס'גאנצע בריאה באטראכט מיט היינטצייטיגע חרדישע ברילן. אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).
כ'ווייס נישט צו אין לויף פון די יארן האט זיך מעלות געטוישט צו איך האב זיך געטוישט, אבער אמאל פלעג איך דאס גלייכן און היינט קען איך קוקן נאר אויפן דעקל.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:42 pm#139498
הערשי זאגסט גוט. גראדע די מאמע לשון קאלום האלט איך איז לויבנסווערד. אינדערצייט וואס אלע חרדישע אויסגאבעס מאכן פון אונזער מאמע לשון א קריפל, פרובירט די מעלות אנצוהאלטן איר ארגינאלקייט און שיינקייט. מען האט שוין געשמועסט דא אז מעלות קומט זיך קרעדיט אויף אריינברענגען גייסטישע מחלות ווי או סי די א.ד.ג. אלס א פאקט ביים גאר פרומען ציבור. אןיך איז די מעלות א נעסטל פון פעמאניזם וואס איז נישט בנמצא ערגעץ אנדערש ביי חרדים וחרדות לדבר השם.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:13 pm#139578
הערשי האט געשריבן: אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).

נו, לאז אונז נישט מיט'ן צינג אינדרויסן, גיב ארויס עפעס פרטים.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:45 am#139654
זייער שיין אויסגעשמוסט דא
ס'איז דא משפחות וואס מ'ווארט שוין ראש חודש אויף 12:00 פאר די מעלות...

מיינע צוויי סענטס:
לייענדיג די בריוון דארט האב איך באמערקט אז חוץ זייער עקסטרעמיזם, זענען זיי זייער שטארק מיט זייערע מיינונגען, טאמער איז דא א בריוו פון א לייענער וואס שרייבט עפעס קעגן זיי אדער דיסעגריט מיט זיי, ענטפערן זיי אפ זייער שארף, אסאך מאהל וועלן זיי אטאקירן דעם שרייבער(מיט ווערטער) און מאכן ליצנות פינעם בריוו, בעסיקלי אז וואס זיי האבן געזאגט/געשריבן איז פסוק וחתום, מ'טאר נישט האלטען אנדערש.

איין ארטיקל וואס איך פלעג זייער ליב האבן צו לייענען איז געווען פון צ. הירש, עפעס אזוי ווי א חינוך ארטיקל, ער פלעגט דארט שרייבן זייער שיינע געדאנקען ווי אזוי צו פירן א שבת טיש, א יו"ט, חוהמ"ד מיט קינדער, און בכלל די רילעישאנשיפ פון די טאטע מיט די קינדער ווי אזוי דאס דארף צו ארבעטן, ער שרייבט געשמאק, מיט הומאר, און היפש עדזשאסטעט צו 2012 (ווען איך האב עס געליינט איז נאך געווען 2012)

אינטערעסאנט אנצומערקן אז מעלות איז לכאורה די מאסט פאפעלער מעגעזין ביים היימישען אלטרא ארטעדאקסישען עולם.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:47 am#139655
ס'איז. ס'פארקויפט מער ווי די שטערן. בעליוו איט אר עלס