מאנטאג מערץ 26, 2012 9:24 pm#3029
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:וואס איז געשען אין די 1970'ס און 1960'ס אז ס'האט אזוי ארויף געשאסן? די ווארל ווייד וועב, ניין?
די געשלעכטליכע רעוואלוציע.
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:וואס איז געשען אין די 1970'ס און 1960'ס אז ס'האט אזוי ארויף געשאסן? די ווארל ווייד וועב, ניין?
amechiya האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.
ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.
טאקע אלס הרחק מן הכיעור האלט איך אז די זאלסט ארויסשליידען דיין טעלפאון פון דערהיים, די האסט נישט קיין אהנונג ווי מ'קען אלס אנקומען נאר מיטן דייעלען צען דידזיטס, תסמר שערות אנוש וויפיל אידישע נשמות זענען שוין פארוואלגערט געווארן ליידער צוליב דעם טריפה'נעם טעלעפאון.
טאמער מוזט עס האבן לצורך פרנסה זאלסטו אינסטולירן א פילטער וואס זאל אויס זיפן די קול אשה'ס און אנדערע כיעורים ל"ע און עס האלטן אין א פארשפארטע שאפע א די בני בית און די קינדער זאלן ח"ו צו דעם נישט קענען צוקומען.
איך האף אז דו פארשטייסט די חילוק, און טאמער נישט ביטע רייס איין ביי "חננו מאתך דעה בינה והשכל".
יידל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יידל האט געשריבן:טו איך אבער מוחה זיין אויף דיין ליצנות פון א גדול בישראל. מ'קען זאגן די זעלבע נקודה אבער מיט א רעספעקטרענדער טאן.
ליצנות? חס וחלילה! הרני מוסר מודעה מכאן ולהבא אז טאמער זעט עס אויס ווי איך מיין חוזק צו מאכן מיין איך נאר צו אילוסטרירן ווי רידיקעלעס ס'איז אז די עסקנים פירן די רבנים אריין אין באד און מאכן חוזק פון זיי בפני כל עם ועדה.
גוט, שכויח פארן ערקלערן.
געפילטע פיש האט געשריבן:גיי איך דאווענען מעריב אין לאקאלן בית המדרש זע איך אויפן טיש א ליפלעט פון קופת העיר, מיט א גרויס בילד פון הגר"ח קניווסקי ווי ער לייגט געלט און פושקע, אויפן בעק קאווער ווער איך איבעראשט צו זען ס'שטעעט דארטן אז מ'קען מנדב זיין אויף kupat.org, איך ווער שוין אינגאנצן צומישט, איז עס יהרג ואל יעבור צו נישט???
רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?
ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.
יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.
1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.
איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..
1. אונזער אלערגי צו אזוינע ענינים איז א נייע ערשיינונג וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער (בורקעס וכדו'). אין תנ"ך, אין משניות און גמרא, זעהט מען פיל מאמרים וואס היינט וואלט מען געשריגן "פוי שייגעץ ארויס". מען האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז קינדער פארשטייען דברים בן איש לאשתו. ווען די משנה זאגט בן חמש למקרה שטייט נישט אז מ'זאל אויסלאזן "והאדם ידע את חוה". אין די צייטן פון חזקיהו המלך שטייט בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת איש ואשה שלא היו בקיאין בהלכות טומאה וטהרה. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע חלקים פון הלכות טומאה וטהרה? ווען מ'דערציילט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט ד' חלקי ש"ע ביי די בר מצוה, ווילסטו זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע סימנים יו"ד ח"ב?
בנוגע נאקעטע בילדער... פון די כרובים ביז שער בלעטער, נישט נאר האבן מיר נישט געמאכט אן עסק פון נאקעטקייט און ראמאנטישע אילוסטראציעס, מיר האבן גאר דוקא גענוצט אזעליכע געשטאלטן, און אין די הייליגסטע מקומות ביי אונז.
עס זענען דא וואס ווילן מסביר זיין אז אונזער היינטיגע עקסרעמקייט אין די ענינים איז א תוצאה פון די לאנגע גלות וואס מיר האבן געשמאכט אין קריסליכע לענדער. ביי די קריסטן טאר דער גלח נישט חתונה האבן ווייל איינער וואס איז נאנט צו גאט טאר נישט עוסק זיין אין אזעליכע נידעריגע אקטיוועטעטן שבן איש לאשתו. ווי אויך איז סעקסועלע באציאונגען ביי זיי אפיציעל ערלויבט נאר בהכרך און אויך נאר כדי צו האבן קינדער (נוסח גור). פארשטייט זיך אז אויב אידן האבן געוואלט אז דער אנשטענדיגער גוי זאל זיי רעספעקטירן האבן זיי געמוזט מיטהאלטן מיט אזעליכע שטימונגען. און אזוי האבן אזעליכע ווינטן אנגעהויבן בלאזן ביי אונז ביז היינט...
היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst.
2. אזעליכע וואס האבן אדיקטיוו טענדענסיז זענען טאקע פונקט ווי קינדער ווען עס קומט צו די אינטערנעט, אלקאהאל, און פעין קילערס וכדו'. זיי דארפן טאקע אן אנדערען צוגאנג צו אזעליכע זאכן. זיי זאלן זיך דורכדעדן מיט א דאקטער און אן אדיקשען ספעציאליסט.
3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.
4. אויב ווילסטו בויען אזא אידישקייט וואס קען זיך נאר האלטן אויב דער עולם ווערט געהאלטן סטופיד און פארשפארט אין א קלאזעט גוד לאק טו יו.
צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.

קאווע טרינקער האט געשריבן:כמובן, אז די דיינים האבן געפסקנט אז דאס הייסט נישט אראפגעפאלן ווארום מ'האט אים גלייך אויפגעהויבן

John Doe האט געשריבן:
Nuff said
קאווע טרינקער האט געשריבן:געזעהן די בילדער, ס'איז דא דארט א שיינע מנין נארמאלע-רבנים.
אבער אפאר יונגע ראצערס ניטאמאל נישט נסמך להוראה פארשמירען די האלב-נארמאלע פנים.
איך זעה דארט יונה כהן פון קול מבשר. אגב, מ'קען אים פאלאוען אויף טוויטער....
שרגא האט געשריבן:..
בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions.
פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.
שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?
שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?
יידל האט געשריבן:שרגא, איך זייטיג מער ווייניגער מיט דיר, נאר איין הערה'לע. דו שרייבסט: "אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן". לענ"ד איז אינטערנעט נישט בכוח צאם צו ווארפן די אידישע סיסטעם. סך הכל קען עס ווערן אביסל קלענער, אבער די וואס קלאמערן זיך נאך אין די אלטע דרך, האבן קע"ה 12-15 קינדער, און אפילו אויב העלפט פאלט חלילה אוועק, וועט דער וואוקס ווייטער אנגיין. די סיסטעם איז שטארק ב"ה, די איינציגסטע זאך וואס קען זיך טוישן דורכן אינערנעט איז די דראפ אוט רעיט.

שרגא האט געשריבן:בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions.
יעצט האסטו מיך פארלוירן. איך האב דיר, לענ"ד, זייער קלאר געענטפערט אויף אלע דיינע פראגעס און אבזערווירונגען, יעצט אנשטאט ענטפערן קלאר, געסטו א שלעפ ארויס א סטעיטמענט פון טאש וואס איז גרייט ווען מ'איז נישט קלאר וויאזוי צו ענטפערן און: "דיין גאנצע תשובה איז cliches און knee jerk reactions", וואס אגב דארפסטו נאכקוקן זייער קלארע דעפיניציע, ווייל ווי ווייט איך קען נאר טראכטן, קומט עס דא לגמרי נישט אריין. אדרבא, ווייז מיר וועלכע זאכן וואס איך האב געזאגט איז א קלישעי אדער אן אויטאמאטישע רעאקציע. אויב ווילסט, קענסטו אנפרעגן אין שפראך ווינקל און כ'וועל דיר גערן מסביר זיין זייער באדייט.
איז דאך א סימן אז ווילסט נישט קיין ערנסטע דעבאטע, נאר סתם שיסן קשיות, אויף וואס דו ווילסט קיין תירוץ, און אייגן-באשאפענע פאקטן, סאו לאמיר דיך נאר אין א ווארט ענטפערן אויף אייניגע פון דיינע באמבע קשיות, וואס וועט האפנטליך זיין גענוג צו פארענטפערן אלע אנדערע. נאר כ'וועל עס מאכן קורץ ווייל כ'ווייס אז עס מאכט נישט אויס און ביסט נישט אינטערעסירט צו הערן נאר צו רעדן.פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.
פאקט: קענסער איז שוין דא כ'ווייס-וויפיל-יארן און די מענטשהייט גייט נאך אן. מסקנא: קענסער שעדיגט נישט.
סאו האסט געמיינט אז די וועלט האט שוין יעצט געדארפט זיין אריינגעשלינגען אין א שווארצן לאך? גלאבעל ווארמינג קען איך אננעמען אז דו האלטסט פאר א פאקט, ריכטיג? און עס גייט שוין אויך אן א היפשע פאר יאר, ריכטיג? איי די וועלט שטייט נאך? נאר עס האט שוין טאקע געמאכט שאדן, טייל זעט מען שוין, טייל האלט זיך אינמיטן פארמירן, טייל וועט ווערן נאך ערגער בקרוב, אבער ווען די רעזולטאטן וועלן שוין זיין אינגאנצן קלאר פאר יעדן, וועט שוין זיין זייער נישט גוט. יעצט פארשטייסטו דעם נמשל מיט'ן אינטערנעט?
שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?
ווער האט געבעטן די חכמים צו מאכן גדרים וסייגים? זענען אידן געווען בעיביס?שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?
פראגע איז וואס דו מיינסט דא "אונזערע". דיינע? ניין. אידישקייט'ס? יא.
זאג דו מיר וועלכע זאך נאך איז געווען אזא געפאר פאר אידישקייט? קיינער, דו אויך נישט, וועט לייקענען אז דער אינטערנעט איז דאס שמוציגסטע פלאץ וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט אויף דער וועלט. און איך האף אז דו טענה'סט נישט אז אמאל וואלט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז יעדער יונגערמאן, ווייבל און בחורל איז גענוי 5 סעקונדעס אוועק פון די געמיינסטע בילדער און ווידיאס און אפיקורסישע געשרייבעכצער? נאר די היינטיגע עקסטרעמיסטן באדערט אזא נארישע זאך? נאך ערגער ווי איין פריערדיגע רוחניותדיגע צרה, השכלה, איז די צרה ביי יעדן אין טאש און ניטאמאל דארף מען שאפן ביכער אונטער'ן טיש אדער האבן א חבר אן אויפגעקלערטן. סאו וואס פארשטייסטו נישט אז ערליכע אידן ווילן דאס פרובירן קאנטראלירן?
נאר דער ענטפער אויף אלע דיינע קשיות איז איין קשיא: אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן? ווי גרויס וועט זיין דיין צער, פון 1 ביז 100?
דארפסט מיר נישט געבן דעם ענטפער, נאר פארשטיי אז דו האסט נישט וואס אריינצורעדן אין מערכות פון אנדערע קולטורן, פונקט ווי מיין טאטע האט נישט וואס אריינצורעדן צי די ניקס זאלן אויפנעמען דעם יאפאנעזער שפילער. פונקט ווי ער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א מעטס פען ווען די מעטס סאקט אריין יאר נאך יאר.
קיינער קען דיך נישט אפהאלטן פון טאן וואס דיין הארץ גלוסט, די זעלבע מעגסטו לאזן אנדערע גיין אויף דעם וועג וואס עס גלוסט זיי, און פארשטיי אז דער ערליכער איד און דער "חסידישער פען" ווייטאגט.
טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.
שרגא האט געשריבן:טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.
לייק איי סעד, ס'קוקט נישט אויס ווי א דעבאטע איז דא אינטערעסאנט. נאר קלער מיך ביטע אויף ווי עס ליגט די שוואכקייט אין מיין באגריף פון היסטאריע. קעיר טו עקספלעין? כ'בין דא צו הערן.
אבי גערעדט האט געשריבן:אין די היינטיגע עדס, רעדן זיי שוין אפיציעל איבער קויפן טיקעטס. יא רבותי!!עס גייט קאסטן געלט
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פלאן פון bmg משגיח איז אוועקצושטעלן מדריגות
בחורים קיין טעלפאון
בני תורה טעלפון קיין טעקס
בעלי בתים טעקט אבער נישט אינדערהיים