Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
188 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 988 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #162
מאנטאג מערץ 12, 2012 10:51 pm#1248
טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
ביי אונז היימישע אידן גייט שוין אן א מערכה כבידה קעגן דעם אינטערנעט א שיינע צאל יארן.

וואס איז דער פראבלעם דערמיט? יעדער קען זאגן און אנווייזן א צווייטע סיבה וואס עס איז שלעכט דערמיט אדער וואס פארשידענע מענטשן האבן געטון שלעכטס דורך דעם מאנסטערישן אינטערנעט.

אין אייוועלט האט חברינו קרעמער צוגעברענגט א לינק איבער די אנגייענדע מערכה נגד האינטערנעט. איך ציטיר זיין לשון:

קרעמער האט געשריבן:אויב JDN ווייסט וואס זיי רעדן, האט מען שוין קובע זמן געווען פאר די גרויסארטיגע אסיפה כללית נגד האינטערנעט, עס וועט פארקומען ערב ראש סיון אין שעי סטאדיום:
http://www.jdn.co.il/news/53127
דינסטאג מערץ 13, 2012 11:39 am#1289
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
איך קען בשום פנים ואופן נישט זעהן וויאזוי זיי וועלן קענען צאם שלעפן 42,000 מענטשען. אבער ווער ווייסט?? אפשר אויב יאסי געשטעטנער וועט זיך אריינלייגן וועט ער יא מצליח זיין איבערצורעדן עולם-גולם. איך האב אויך נישט געגלייבט אז אזוי פיל מענטשען וועלן שיקן בריווען צו דעם פלארידע גאווערנער אז מ'זאל לאזן לעבן הגה"ק מארטין גראסמאן זיעועכי"א.
דינסטאג מערץ 13, 2012 11:46 am#1290
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
אינו דומה שיקן בריוולאך להשתתפות באסיפה
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:30 pm#1297
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
ראש הקהל גאר א גוטע פוינט מיט א שיינע צושטעל

איך וועל נישט דארט זיין אי"ה פון די אזוי גערופענע 42,000 און האלט נישט פון דער אסיפה קיין כי הוא זה נישט
ווייל ס'דא אפאר עסקנים וואס ווילן גרויס מאכען האדמו"ר מסקולען והאדמו"ר מסקווירא, אז זיי זאלן אריינגיין און די היסטוריה
ביכער כאילו זיי האבען געפירט דיר אידישקייט בימיהם, דארף איך נישט זיין זייער בעזעם צו דעים,

האדמו"ר מסקולען איז א וואוילי יוד ואיש צדיק חוצ מזה, אבער חברה רילעקס, ער פירט נישט אידישקייט
והאדמו"ר מסקווירא זעכער נישט, ווייל דער גרויסע עסקן איז א סקווירא, און האט נגיעות צו זיין רבי, איז ער נאכנישט
א נאטראלע רבי מ'זאל אים דארפן אויסהערן...... בכלל לפענ"ד איז א מיסטעיק מ'האט אריינגעמישט א רבי מיט א חסידות אינדערמיט,
וואס עפעס ער מער פון עני אנדערע רבי........
און רבי מתתיהו סאלאמאן הוא ג"כ איש צדיק, דא ניצט מען עים נאר פאר א שטעקען פאר די ליטווישע חדר

עמער ווארטן מיט געדולד און זעהן ווי סאך שוואך נערוויגע מענטשען ס'דא

בכלל דארפן די סערווירער פון דער קאווע שטיבעל אפשר מאכען א באזונדערע אשכול נאר פון דער אסיפה
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:38 pm#1300
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
הרב איש האמת, דיין אמת גיסט איבער..
אויב דעס איז דיין פראבלעם דא, וועלכע רב/אדמ''ר/משפיע וועסטו פאלגן??
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:50 pm#1306
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
ס'דא גענוג צדיקים ומשפיעים בדורינו לא אלמן ישראל ב"ה
אבער זיי האבן נישט קיין עולם, מיט א פאמפע מיט אלעס
שיינע בעקיטשעם מיט פענסי קארס מיינט נאכנישט הייליגקייט

פונקט יעצט געהערט אן עובדא וואס הצדיק מטאלנא ירושלים זצ,ל האט געזאגט,
אז היינט מיינט מען אז אן ערליכע יוד, איז דער וואס האט א פענסיער אוטא פון א צווייטער,
זאג איך, איך בין דער ערליכסטער און הייליגסטער, איך פאר מיט דער אוטא בוס....

קען נישט ארויסגעבען מיין צדיק ומשפיע מחשש גילוי, אבער איין זאך יא,
וועסט עים נישט טרעפען און די וואך, און דער בליק, נאכדערצו א רבי וואס איין פעידזש איז ער נאכנישט בארואיגט

שוין מער נישט דא היינט קיין משה רבינו'ס, און אויף מיין חשבון ארויף, זאלעמען נישט באצווינגען אויפן עולם, איינער וואס אויף שטייט דער יודישקייט, ודי בזה
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:57 pm#1309
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
ס'איז מיר נישט קיין חילוק ווער ס'איז, אבער אויב ער גייט אויך רופן צום אסיפה קומסטו, יא?
דינסטאג מערץ 13, 2012 1:24 pm#1311
רעזערוויאט דעם דאטום: טעכנעלאגיע אסיפה באשטימט אויך כ"ח אייר
יא עס איז א פאקט! נאכן שווער ארבייטן וואכן לאנג, ארומלויפנדיג צו עשירים וואס ווילן אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכיה, איז ענדליך אנגעקומען די מאמענט, און די נייעס איז ארויס אין די גאס. ועד איחוד הקהילות למען טוהר המחנה האט געלאזט וויסן אז מען האט אפגעדינגען די שעי / סיטי פילד סטעדיום אין קווינס ווי די מעכטיגע אסיפה אויף טעכנעלאגיע וועט פארקומען זונטאג, כ"ח אייר, מאי דעם צוואנציגסטען למספרם.

די סטעדיום פארמאגט 41,800 זיצן, אין ס'איז צום האפן אז אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן וועלן זיך ווארעם אנרופן אין זיך באטיילגען אינעם אסיפה. די מטרת האסיפה וועט זיין צו פראמאטען דעם באנוץ פון פילטערס, ווי אויך וועט געלאנטשט ווערן א טעכנעלאגיע האטליין ווי מ'וועט קענען אריינרופן פאר טעקניקעל אסיסטענס מיט פילטערס (א שטייגער הרב אברהם שר'ס האטליין).

ליינט אלע דעטאלן דא: m http://lakewoodlocal.com/2012/03/12/int ... iti-field/ m
דינסטאג מערץ 13, 2012 4:30 pm#1325
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
גוט מארגן אמעריקא
מען גייט פראמאטן פילטערס
איר ווייסט וויפיל טויזענטער אידן נוצן פילטערס היינט צוטאגס, וגם אני הקטן בתוכם

וואס ווילסטו מיט די אסיפה?
די אלע חסידות'ער וואס זענען צוטיילט די רבי'ס קען מען נישט רופן, ס"ה וועט מען רופן די רבי'ס וואס ס'איז נישטא בכדי חסידותם לחלוק, נו וואס קלערסטו, פארוואס זאל פאר א וויזניצער חסיד אנגיין אז סקולענער רבי רופט א אסיפה?

דאס אז דו האסט צוזאמען גענומען אלע רבנים, קען איך אביסל פארשטיין, ווילסט פארלאנגן יעדער זאל טון, וואס ווילסטו אבער פון די מענטשן?
מיינע רעיונות לויפן אביסל ווי וואס איש אמת שרייבט
דינסטאג מערץ 13, 2012 4:31 pm#1326
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אלס די מארגנים זעה איך נישט קיין חסרון, סקולענער רבי און רבי מתתיהו סאלאמאן זענען גאר א געלונגענע סעט דאס צו מארגן זיין, א חסידישער צדיק און א ליטווישער גדול. די עסקנים זענען אויך פיינע אידן, די שאלה איז נאר די מטרה, וועט מען עפעס אויפטון?
דינסטאג מערץ 13, 2012 5:08 pm#1336
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
געוואלדיגע נייעס! ברוך שמסר עולמו לשומרים. 
ווי קאפערניקוס שרייבט זענען די צוויי גדולי ישראל, הרה״ק מסקוליען שליט״א און הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט״א די פאסיגסטע אויסוואל פאר אזא כלל ישראל זאך. 
וואס שרייבער שרייבט אז יעדער נוצט שוין עניוועי פילטערס איז פשוט נישט אמת. די אסיפה וועט אי״ה ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דעם ענין, אזוי אויך די שעדליכקייט פון אינטערנעט אויף די טעלעפאנס וכדומה. 
איבער די וואס זענען סקעפטיש איבער די באטייליגטע, איך האלט אז מוסדות התורה זאלן ארויסגעבן א באפעל אז אלע עלטערן מוזן גיין. נאר מיט אן אחדות, מיט יעדנס באטייליגונג, וועלן מיר קענען מצליח זיין. אבער באמת הער איך אז עס איז דא א פלאן אהערצוברענגען הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט״א. אויב וועט דאס טאקע אויסגעפירט ווערן וועט דאך אוודאי יעדער טאטע וועלן גיין און מיטנעמען די קינדער גרויס און קליין, צו זען דעם גדול הדור משיירי כנסת הגדולה, און עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם אנצופילן דעם זאל. 
דינסטאג מערץ 13, 2012 5:12 pm#1337
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
,
דינסטאג מערץ 13, 2012 5:39 pm#1339
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
וואס איז די גרויסע גליק פון אן אסיפה אין אזא נושא? גייט מען דען אסר'ן אינטערנעץ? גייען אפילו עשירים מער נישט קענען האבן די קלוגערע טעלעפאנען? גייען רבי'ס פון היינט און ווייטער מער נישט דונגען די אנגעלאדענטע אוטא'ס מיט די דוד'לעך?

די המון עם פאלגט שוין אויס כהיום הזה אונטער דרואונג פון די חדרים. די איינציגע וואס פייפען זיך אויס זענען די רבי'ס און די עשירים - און פאר זיי וועט נישט העלפן קיין פודנו ומצילנו.
דינסטאג מערץ 13, 2012 7:02 pm#1347
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אפשר וועלן די ת״ת און בתי חינוך מיטשיקן אלע קינדער צו דעם גרויסן אסיפה, ווייל זיי וועלן דאך דארפן איבערגעבן אין חדר אדער אין שולע אז מען האט דעם אינטערנעט...

אן עזרת נשים וועט זיכער צוגעשטעלט ווערן, מען דארף דאך די נשים צדקניות אויך מסביר זיין דעם חומר הדבר, און ווער דען וועט מציל זיין די מענער מן החטא?

איך קלער אז 40,000 זיצן איז נישט גענוג.
מאנטאג מערץ 19, 2012 7:38 pm#2082
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
ארי פרענקל אויף קול מבשר (האט ער א פעיסבוק פעידזש) זאגט אז די החלטה און מטרה פון די אסיפה וועט געזאגט ווערן ביים ענדע... ער געט דאס בשום אין אופן נישט ארויס.
למעשה, לכל מאן דבעי למידע, איך גיי נישט נאר אויב ר' הערשל שכטר די ראש ישיבה, וועט דארט זיין.
אגב, ער האט באזוכט לעצטענס אין בעלזא שוהל. כ'בין נייגעריג וואס ער האט מגיב געווען.
מאנטאג מערץ 19, 2012 7:46 pm#2083
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קאווע טרינקער, די מיינסט ר"י ישבה אוניווערזיטעט? נעה, ער איז נישט חלק פון "כלל ישראל" אפילו אויב עמי מאגאזין מאכט אינטערוויוס מיט אים (אייגענטליך, ווער ווייסט אויב נישט צוליב דעם האט מען דעם עמי אין חרם געלייגט?)
מאנטאג מערץ 19, 2012 8:07 pm#2087
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
די אלע אסיפות וועלן גארנישט אויפטאן, ס'איז בלויז נאך א מיטעל צו קאנטראלירן די ביסעל אידן וואס הערן זיך נאך צו, אבער עולם כמנהגו נוהג און מ'קען נישט אפשטעלן די פארשריט פון די וועלט.
מאנטאג מערץ 19, 2012 10:00 pm#2098
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
איך ווייס שוין נישט וואס צו טראכטן. קודם בין איך געווען ענטוזיאסטיש פאר דעם גרויסן מעמד, און איך האב געהאלטן אז אט אט קומט שוין די ישועה. בכלל דער געדאנק פון צוזאמעננעמען די צוויי גדולי ישראל פון די חסידישע און ליטווישע לאגערן, הרה"ק מסקוליען שליט"א און הגאון ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א (לרפו"ש), און צוזאמעננעמען "כלל ישראל", איז זייער א שטארקע, און איך האב באמת געהאפט אז דורך דעם וועט ארויסקומען א ישועה אויף דעם עתיד.
אבער יעצט הער איך יש אומרים אז דאס גאנצע ווערט בלויז געפירט דורך עסקנים, און מ'מאכט לצנות פון אונז. איך האב אויך געהערט די אינטערוויו אויף "קול מבשר" פון ארי פרענקעל, און ס'איז געווען א דיזעסטער, ער זאגט גארנישט חוץ אדווערטייזן "מצוין שרייבארבעט", און דער עיקר, וואס מ'ערווארט ביי דעם מעמד - זאגט ער איז א "סורפרייז"...!!
מאכט מיר נישט קיין סורפרייזעס, איך מאך סורפרייזעס פאר מיינע קליינע קינדערלעך אז זיי זאלן זיין וואויל... מיר זענען נישט קיין קעלבעלעך, און אז דו ווילסט אז מיר זאלן זיך באטייליגן, דאן זענען מיר פולשטענדיגע שותפים, און טייל מיט וואס דא גייט פאר!
דינסטאג מערץ 20, 2012 10:50 am#2128
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
לאדיך אפ האט געשריבן:קאווע טרינקער, די מיינסט ר"י ישבה אוניווערזיטעט? נעה, ער איז נישט חלק פון "כלל ישראל" אפילו אויב עמי מאגאזין מאכט אינטערוויוס מיט אים (אייגענטליך, ווער ווייסט אויב נישט צוליב דעם האט מען דעם עמי אין חרם געלייגט?)

ניין, איך מיין די ראש ישיבה פון ישיבת רבי יצחק אלחנן...
sounds better
דינסטאג מערץ 20, 2012 4:32 pm#2152
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
בילד
דינסטאג מערץ 20, 2012 9:16 pm#2172
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
די אלע אזויגעריפענע רבנים און אזויגעריפענע עסקנים וואס ווילען מאכען די מסיבה האבן נאר איין פראבלעם!!! אין דאס איז אז זיי פארקויפען פאר זייערע קעלבעלעך א פארדרייטע יודישקייט און זיין לאזען נישט זייערע חסידים'לעך טראכטן פאר זיך אליינץ. די אינערנעט מאכט ווייזען אז די ציאניסטישע פראפעגאנדע איז פאנגט זיך נישט אהן און לאט זיך נישט אויס!! אין מ'קען זעהן די אלע וועבסייט'ס ווי עהרליכע יודען זענען מפרסם די עהרליכע דעת תורה, וואס ווערט נישט באשריבען אין די שמיציגע טרייפענע פארטייא'ישע צייטונגען. דאס האבען זיי מורא!! זיי האבן מורא מ'וועט זיך עפענען די אויגען!!!
דינסטאג מערץ 20, 2012 9:52 pm#2177
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
נ"ק עסקן - די האסט דיין אייגענע אשכול ווי די קענסט פירלען און שרייען וויפיל די ווילסט. פליז סטעי אוט אף נארמאלע דיסקוסיעס...
דינסטאג מערץ 20, 2012 11:44 pm#2186
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג? וועלכע שפראך גייט מען דארט רעדן?
מיטוואך מערץ 21, 2012 10:49 am#2210
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
פרענקל, אויף קול מבשר, זאגט אז ס'גייט זיין דארט קינדער אויך. נו, וואס קען מען שוין רעדן דארט.....
למעשה, הער איך אז ס'גייט זיין דארט פרי ווייפיי, ממילא זאל נישט זיין קיין צוריקהאלט פאר קיינעם צו ערשיינען.

זאת ועוד, מימי האט מען מיר אויסגעלערענט, און דאס איז פון די איינציגסטע זאכן וואס כ'האלט נאך אלץ אזוי, אז א צעטעל אן קיין נאמען איז א פאשקעוויל. ס'איז מסתבר אזוי אויך. ווארום, אז דו ביסט נישט גרייט צו נעמען די היץ, ווייזט דאס אז דו האלסט נישט אזוי בכל לב ונפש.
הנוגע לעניננו, אויף קיין איין צעטעל האב איך נישט געזעהן קיין נעמען ווער זענען די איחוד הקהילות?... כ'בין נייגעריג ווער פון מיין קהילה (דארט ווי איך פארלאנג אן יארצייט-עליה) איז מיין שליח אין כנסת אויף טעכנעלאגיע איינגעלעגענהייטען? ווער האט אים געשטעלט? איז ער די זעלבע שליח וואס ביקור חולים ד'בארא פארק האט געשטעלט אין יעדע בית המדרש פון א חודש פאר זייער דינער אויף ביז א שעה נאך די דינער?
מיטוואך מערץ 21, 2012 10:51 am#2213
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
ברוין האט געשריבן:ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג?

ס'איז מסתמא דא גרייט א נדבן אויף שירעמעס.
מיטוואך מערץ 21, 2012 11:06 am#2217
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
יאנקל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג?

ס'איז מסתמא דא גרייט א נדבן אויף שירעמעס.

Lol

קען דען זיין אז פאר אזא כינוס שם שמים זאל מען פון הימל אונז באגיסן?...
מיטוואך מערץ 21, 2012 11:12 am#2220
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
פונקט פארקערט. אויב עס רעגנט וועלן די רבנים קענען זאגן "די הימלען וויינען פאר פרייד".
מיטוואך מערץ 21, 2012 11:15 am#2223
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אזוי? ס'איז נישט דא קיין דאך?
טאקע א משוגעת פון א זאל.
קאנטינענטאל האט יא דאך, און - לויט באריכטען - איטס סטילל אוועיליבעל
מיטוואך מערץ 21, 2012 7:13 pm#2264
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
ברוין האט געשריבן:ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג?

די עסקנים האבן ארלעדיגט אז די סיקעטס זאלן זיין גילטיג אויף סיי ועלעכע מעטץ געים (חוץ די פלעי אופס) אויב די מעמד וועט געקענסלט ווערן צוליב רעגן.
מיטוואך מערץ 21, 2012 11:33 pm#2285
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
עס איז דא אזא חקירה: וואס איז די ציל פון צענזור? ממה נפשך, איז דאס וואס יענע זאגט אמת, זיי מקבל את האמת ממי שאמרו. ווידער אום זאגט יענער ליקגנט, צייג אויף אז יענער זאגט ליגנט! פארוואס פארשטאפסטו יענעם'ס מויל? דער תירוץ איז אבער אז עס איז אויך דא ליצנות. און ליצנות איז נישט אמת. עס איז אבער אויך נישט ליגנט. מען קען עס נישט אויפווייזן און נישט אפפרעגן. מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די סתירה וואס פיל פרעגען: דער רמב"ם פסקנ'ט אז ולא תתורו אחרי לבבכם רעכנט אריין לייענען מינות וכפירה. דער רמב"ם אליינס האט דאך דורכגעלערנט פיל ספרי מינות וכפירה? נאר די תירוץ איז - יש ויש. ס'איז דא אזוינע ספרי כפירה וואס פארציילן די א.ג. "פאקטן". דאס קען מען דאך זען צו ס'אמת צו נישט. אזוינע ספרים האט דער רמב"ם געלערנט. אבער די פראפאגאנדע ספרים - דאס גייט אריין און לא תתורו.

צום ענין: דער עולם דא טויגט זייער צו מאכן ליצנות. מ'טרייבט שפאס אויפן חשבון פון די רבנים/עסקנים/מארגני האסיפה / די ספאנסערס וכדו'. אבער לאמיך אייך אלע זאגן א קליינעם פונקט: ליצנות קען דער צווייטער צד אויך טרייבן. דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. משא"כ סברות - דאס קען נאר זאגן דער וואס זיין צד איז מסתבר. אלזא, יענקל, ידען, רואיק, קאווע טרינקער וכו' - לאמיך הערן מיט אן ערנסקייט: פארוואס איז אינטערנעט אן פילטער נישט קיין סכנה פאר אידישקייט?
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:20 am#2288
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
יידל האט געשריבן:עס איז דא אזא חקירה: וואס איז די ציל פון צענזור? ממה נפשך, איז דאס וואס יענע זאגט אמת, זיי מקבל את האמת ממי שאמרו. ווידער אום זאגט יענער ליקגנט, צייג אויף אז יענער זאגט ליגנט! פארוואס פארשטאפסטו יענעם'ס מויל? דער תירוץ איז אבער אז עס איז אויך דא ליצנות. און ליצנות איז נישט אמת. עס איז אבער אויך נישט ליגנט. מען קען עס נישט אויפווייזן און נישט אפפרעגן. מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די סתירה וואס פיל פרעגען: דער רמב"ם פסקנ'ט אז ולא תתורו אחרי לבבכם רעכנט אריין לייענען מינות וכפירה. דער רמב"ם אליינס האט דאך דורכגעלערנט פיל ספרי מינות וכפירה? נאר די תירוץ איז - יש ויש. ס'איז דא אזוינע ספרי כפירה וואס פארציילן די א.ג. "פאקטן". דאס קען מען דאך זען צו ס'אמת צו נישט. אזוינע ספרים האט דער רמב"ם געלערנט. אבער די פראפאגאנדע ספרים - דאס גייט אריין און לא תתורו.

צום ענין: דער עולם דא טויגט זייער צו מאכן ליצנות. מ'טרייבט שפאס אויפן חשבון פון די רבנים/עסקנים/מארגני האסיפה / די ספאנסערס וכדו'. אבער לאמיך אייך אלע זאגן א קליינעם פונקט: ליצנות קען דער צווייטער צד אויך טרייבן. דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. משא"כ סברות - דאס קען נאר זאגן דער וואס זיין צד איז מסתבר. אלזא, יענקל, ידען, רואיק, קאווע טרינקער וכו' - לאמיך הערן מיט אן ערנסקייט: פארוואס איז אינטערנעט אן פילטער נישט קיין סכנה פאר אידישקייט?

קודם כל, איך האב דיר שוין געזאגט אז איך הייס נישט ״יענקל״ נאר ״יאנקל״. נעקסט טיים אז דו שרייבט ״יענקל״ איז עס כאילו דו האסט גערעדט צו א צווייטן...
צום ענין, איך קען נישט רעדן וועגן אנדערע, אבער איך קלער אז כו״ע מודה אז אינטערנעט איז א זאך וואס דארף פארמאגן פרינציפן, דער עולם איז נאר זייער סקעפטיש איבער דער אזויגערופענער ״כלל ישראל״ אסיפה. און דאס איז נישט נאר דער עולם ״דא״, נאר וואו דו גייסט איז דער עולם סקעפטיש.
איך וואלט געזאגט אז אינטערנעט אן א פילטער איז נישט נאר א סכנה פאר אידישקייט, נאר פאר מענטשליכקייט. דער פאקט איז אבער אז די רבנים גייען מיט דעם קאפ אין וואנט, און כאפן נישט אז נישט תקנות מיט סטראשונגען איז דער ענטפער, נאר ״חינוך״. און איך וועל בל״נ מאריך זיין איבער דעם אין דעם אשכול איבער דער סכנה פון אינטערנעט.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:21 am#2305
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אה, יענק.... עהממ, כ'מיין *יאנקל*. עדליך הער איך שוין עפעס א זאכליך גערעדאכטס. לאמיר דאס אביסעלע צולייגן. דו ביזט מודה אז אינטערנעט אן א פילטער איז א פראבלעם. דו ביזט מודה אז מען דארף עפעס טון. דו טענה'סט נאר אז תקנות מיט סטראשענונגען איז נישט דער וועג, נאר חינוך. האב איך צו דיר צוויי פראגעס:
א. וואס מיינט חינוך? ביטער ערקלער און פארברייטער דעם נקודה.
ב. פון ווייסטו אז דער אסיפה גייט זיין צו איינשטעלן תקנות? ווי ווייט איך ליין און הער, קוקט מיר אויס א דער אסיפה גייט זיין אט דאס: מחנך זיין דעם עולם.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:21 am#2306
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אז יידל בעהט, אין מסרבין לגדול.
מאז ועד עתה בין איך בעד א פילטער, די מקומות וואס די פילטער בלאקירט זענען עלול אוועקצושלעפען די מענטש פון אהבת אשתו, און אהבת התורה והמצוות, וואס אין ביידע פון זיי דארף מען זיין דבוק. און אויך איז דאס א שור המועד מזיק צו זיין די פרנסה.
גראדע, די היינט נאכטיגע ליל-שישי-נאר-מענער-איווענט, איז דווקא יא לרוחו. דהיינו מומחים וועלן זיין דארט, און ווער ס'קומט אהין מרצונו קען נהנה זיין עצה ותושיה ווי אזוי צו אינסטאלירן א פילטער וכדומה. (אלץ א אן-ליין פארקויפער קומט מיר אויס צו האנדלען אסאך מיט אנדערע אינגעלייט וואס באנוצען זיך מיט די מתנה טובה, די אינטערנעט, און צוליב אומוויסענקייט ווייסען זיי פשוט נישט וויאזוי צו מתקן זיין א פילטער וואס שטערט זיי נישט די ארבעט. אסאך מאהל איז עס די בעל-הבית וואס וויל וויסען ווי אזוי צו זיין אן-טאפ פון די ארבעטער און ווייסט פשוט נישט וויאזוי). במאמר המוסגר, לויט די מודעה ווערט די איווענט צו געשטעלט דורך ארגון "לא תתורו". גאאאאאאאאאאאר א נארישע נאמען. ראוז-טעג פון די סאטמעעערע פאונדז'עלאויס איז שוין מער אן עלעגאנטע נאמען.
הער נאר ייידל טייערע. אז סקולענע רבי און רבי מתתיהו חיים רופט אן אסיפה ווייל זיי ווילען איבערגעבען א מעסעדזש לכל העם הנאספים, ווי איז שייך חוזק צו מאכן?
איך בין סך הכל מפקפק אויף די וואס זענען זיך מתיימר בשם "איחוד הקהילות", וואס איחוד ווען איחוד? אויב איז דאס איחוד הקהילות, ווער איז דא פארשטייער פון מיין קהילה? איז מיין רב הקהילה באקאנט מיט זייערע פעילות? וואס איז זייער טעלעפאון נאמבער? בנוגע וואס קען מען זיך מעלדן צו זיי? און סוף פסוק וועלעכע רב איז מנהל די פעולות האיחוד?
איך פארשטיי אז זיי ווילען מיט דעם לחץ-חברתי ארויפצווינגען אויף אונז צו אנטייל נעמען אין די אסיפה. איך וועל לכאורה מופיע זיין בהדרתי כדי קיינער זאל מיר נישט קענען נאך דעם איינרעדען ווי גרויס די התעוררת איז געווען ווען סקולענע רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און ווען חזן קאהן האט פארגעזאגט קל מלא רחמים, און ווען אברהם יעקב פרידמאן האט באגריסט די פאלאטישען, און ווען זופניק האט זיך באוויזען מיט די ספר תורה פון צאנזע רב ועוד ועוד.
איי יודעלע, איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:24 am#2308
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
היינט נאכטיגע ליל שישי איווענט? גארניקס געהערט דערפון.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:32 am#2312
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
אין בארא פארק, קלסבורג.
נאטיג מעידז'ער, עס הענגט פלאקטען איבעראל. און מאכנע חדרים האבן אהיימגעשיקט מודעות מיט די תשב"ר שלא טעמו טעם חטא.

בד"וו, איי טינק דעט די איידיע אוף ליל-שישי-נאר-מענער קומט פון גארמעי-גלאט. וואס האט געהאט אישי ציבור ומשמחי-לב במשך די אויפעפנונג וואך פאר בחורים וגם בתולות.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:32 pm#2319
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:00 pm#2322
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס! ברוך שמסר עולמו לשומרים. 
ווי קאפערניקוס שרייבט זענען די צוויי גדולי ישראל, הרה״ק מסקוליען שליט״א און הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט״א די פאסיגסטע אויסוואל פאר אזא כלל ישראל זאך. 
וואס שרייבער שרייבט אז יעדער נוצט שוין עניוועי פילטערס איז פשוט נישט אמת. די אסיפה וועט אי״ה ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דעם ענין, אזוי אויך די שעדליכקייט פון אינטערנעט אויף די טעלעפאנס וכדומה. 
איבער די וואס זענען סקעפטיש איבער די באטייליגטע, איך האלט אז מוסדות התורה זאלן ארויסגעבן א באפעל אז אלע עלטערן מוזן גיין. נאר מיט אן אחדות, מיט יעדנס באטייליגונג, וועלן מיר קענען מצליח זיין. אבער באמת הער איך אז עס איז דא א פלאן אהערצוברענגען הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט״א. אויב וועט דאס טאקע אויסגעפירט ווערן וועט דאך אוודאי יעדער טאטע וועלן גיין און מיטנעמען די קינדער גרויס און קליין, צו זען דעם גדול הדור משיירי כנסת הגדולה, און עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם אנצופילן דעם זאל. 

ר' חיים נחום וכל השאר, איך האלט א סקולענער רבי איז גאר א גרויסער צדיק, און איז אפילו א געוואלדיגער מארקעטינג טול, און איך גלייב אז זיי וועלן נישט האבן א פראבלעם אנפולן צוויי און פערציג טויזענט זיצן, און אדער אפילו צוויי און זעכציג טויזענט זיצן, אויב עס גייט נישט קאסטן געלט. עס איז אסאך פאן צו גיין צו אזא איווענט. האועווער, אויב האלטן מיר ביי אזא מצב אז מען דארף נוצן די מוסדות מיט די קינדער צו צווינגען די עלטערן צו קומען, דאן איז א ביטערע רחמנות אויף די עסקנים (נישט אז איך האב א ברעקל רחמנות אויף די זעלבסטפאבריצירטע עסקנים, נאר...) און דעמאלס איז א שאד יעדעס פעני וואס מען אינוועסטירט אין דעם (אפשר נישט, אזוי וועלן די עסקנים ביזי זיין מיט דעם און ווייניגער פייניגן אידישע קינדער).

די עסקנים וואס פירן אן דעם דאזיגן איווענט, זענען אויסן זיך גרויס צו מאכן, (אויך זייער רבין און גדול) און זענען טויזענט מייל אפגערוקט פון דעם עוורידש אינגערמאן וואס דארף עוסק זיין בישובו של עולם אויף צו ברענגען פרנסה.

אז א מוסד שיקט אהיים א צעטל וואס יעדער טאטע און מאמע מוז סיינען אז מען האט נישט קיין קאמפיוטער אינדערהיים, באלאנגען זיי אין שפיטאל אדער אין תפיסה, זיי האבן אינזין אלעס נאר נישט די חינוך פון די קינדער צו תורה און יראת שמים. עס זענען דא געוויסע מענטשן וועלכע האבן זיך געמאכט א פרנסה און א קאריערע פון האקן און פארפירן קעגן אינטערנעט, און זיי זענען פשוט ביזי זיכער מאכן אז זייער פרנסה גייט נישט אונטער.

די מענטשן זענען נישט אינטערעסירט אז מען זאל אויפהערן נוצן אינטערנעט, ווייל דאן גייען זיי ארויס פון ביזנעס, זיי ווילן מען זאל נוצן וואס מער, און דאן וועלן זיי האבן וואס מער צו טוהן און מאכן מער געלט. עס זענען דא וועגן וויאזוי מען קען באהאנדלען דעם אינטערנעט פראבלעם (און עס איז א פראבלעם) אבער דאס וואס זיי טוען איז נישט דער וועג. די זעלבע עסקנים זענען ביזי געווען פייטן קעגן פילטערס ביז א קורצע וויילע צוריק, ווייל עס וועט גורם זיין אז מען זאל נוצן דעם אינטערנעט מער, נאר יעצט ווען זיי זעען אז זיי האבן אינגאנצן פארלוירן די מערכה (אזוי ווי ערנסטע רבנים און עסקנים האבן זיי געווארנט) האבן זיי זיך מיישב געווען אז - היות זיי זענען דאך די תורה - גייען זיי אצינד אויסלערנען דעם עולם וויאזוי באנוצט מען זיך מיט דעם רק ע"פ תורה.

נאכאמאל, אינטערנעט מוז האבן א פילטער, אבער דער פילטער איז נאר גאר גאר גאר גאר א פיצי חלק פון דעם לייזונג. עס דאר אויך האבן דעם אקאונטעביליטי פראגראם (קאווענענט אייס), און אפילו דאס איז נאר בלויז א קליינטשיקע התחלה. יא, דער אמת'ער לייזונג איז חינוך. מחנך זיין דעם עולם, אבער נישט וויזוי צו נוצן דעם אינטערנעט ע"פ תורה, נאר ווי שוין געשריבן אין אסאך פלעצטער לגבי אסאך אנדערע עניינים. אז דער ערשטער זאך דארף זיין אז מען זאל זיין א איד, מען זאל וויסן וואס אידישקייט איז, מען זאל האבן א סיבה פארוואס "אליינס נישט צו וועלן" גיין ווי מען דארף נישט און זעהן וואס מען דארף נישט. דעמאלס העלפט א פילטער און די אנדערע גדרים און סייגים. אויב אבער דער יסוד איז נישט דא, דאן קענסטו לייגן וואס דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט, עס איז א ברכה לבטלה.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:09 pm#2323
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:15 pm#2324
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
amechiya האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים

:like :like
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:12 pm#2330
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.
הדד האט, ווי שטענדיג, אזו עלאקוואנט ארויסגעברענגט דעם געדאנק וואס יאנקל האט פריער דערמאנט וועגן חינוך. צו דעם שטעל איך קודם אויך צו דאס וואס איך האב אקורשט געענדיגט זאגן פאר מר. קאווע טרינקער. אבער איך וויל צולייגן נאך א נקודה. הירשל ציג האט ממש פריער ארויף געלייגט דא אין ק"ש א לינק צו א פאוסט זיינעם, ווי ער ברענגט ארויס אז געוויסע רבנים (וועלכער זענען פון די וואס זענען פארנומען אלץ צו זאגן פארן עולם וואס צו טון און בעיקר, וואס נישט צו טון) זענען נישט אין טאטש מיטן מציאות. זיי ווייסן נישט וויפיל יסודות אין אידישקייט ס'פעלט פאר פיל יונגעלייט. לויט דעם, קען מען נישט באשולדיגען די רבנים/עסקנים פארן אינוועסטירן אין די נישט ריכטיגע זאך - זיי ווייסן פשוט נישט אז אונטער דער אינטערנעט פראבלעם ליגט באהאלטן א פיל גרעסערן פראבלעם, וואס אויב מ'וועט נישט קעיר נענן דערפון וועט דאס אזוי אויפרייסן איין שיינעם טאג אז ס'כאפט א פחד נאר צו טראכטן דערפון!!
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 4:59 pm#2357
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
amechiya האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים

דו האסט נישט קיין 50 טויזענט חסידישע אידן אין אמעריקא, איך ווייס נישט צו צען יא (אזא סארט פון וואס דו רעדסט)
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:31 am#2436
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

טייל פון די פלענער:
דער פלאן לויטעט יעצט אז עס וועט קאסטן געלט אריינצוגיין, מעגליך צען דאלאר. מען פלאנט אנצופירן א ריזיגן קאמפיין אין די מוסדות אז די קינדער זאלן משוגע מאכן די עלטערן צו גיין, ווייל אלע משתתפים וועלן באקומען א טיקעט פאר וועלכע די קינדער וועלן באקומען א "ווערדפולע מתנה". מען ווייסט נאך בכלל נישט ווער עס גייט רעדן, בלויז אז "טויזנטער אידן וועלן צוזאמען זאגן די תפילת השל"ה."
די אדמורי"ם האלטן נאך דערווייל נישט ביים קאאפערירן. האדמו"ר בן-ציון ה"ש מבאבוב האט נאר געוואלט אונטערשרייבן לטובת דעם מעמד אויב דער סקווערער רבי האט שוין אונטערגעשריבן. אבער האדמו"ר מסקווירא צעגערט נאך.
עס איז נישט דא קיין פלאן וואס מ'וועט טון אויב ס'רעגנט. לכל היותר, אויב וועט מען אין די וואך-צוויי פאר דעם מעמד זען אויף דעם אינטערנעט אז עס גייט רעגענען יענעם טאג וועט מען ריקן דעם מעמד א טאג ארויף אדער אראפ.
די ארגאניזירער לייענען וואס מיר שרייבן אויף די פארומס, און זיי ווייסן אז דער עולם איז סקעפטיש. און עס טוט זיי וויי. וואס איך קען זיי נאר עצה'ן איז אז דער קאמפיין איז זייער קענטיג געבויט אויף דעם פרעמיס אז מיר זענען א באנדע בהמות, און גלאנציגע צעטלעך וועלן אונז פירן גלייך אין סטאדיום אריין. ביטע טוישט שוין די ריכטונג פון אייער קאמפיין, שרייבט נעמען פון מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם, גיט נישט ארויס אפילו נאך איין צעטל איידער איר האט א "מישען סטעיטמענט" און א פינקטליכן פלאן וואס איר גייט דארטן טון.
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:43 am#2439
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
WOW

קארל,

איך האב נישט קיין סאך וואס מוסיף צו זיין. איך האף אז דיין לעצטער פאראגראף זאל אנקומען צו די ריכטיגע אויערן.

איך האב אבער געהערט פון גאנץ א קראנטער מקור אז געלט איז דא, און מען דארף עס אויסגעבן!!

און דעריבער גיסט זיך אזעלכע שווערע געלטער פאר די גראפיקער, צייטונגען, און די ריזיגע פלאקאטן אויף די גאסן, און דערנאך קומט די גרויסע קאסטן פארן סטאדיום און די טראספארטאציע צו שלעפן די שאף אהין.

דערווייל וועלן א שיינע צאל אידן מאכן געלט און די נדבנים פון די געלטער וועלן שפירן אז זיי טוען אויף גרויסע זאכן פאר אידישקייט, און מיר וועלן דא שרייבן וואס אנדערע טראכטן און אויסווארטן דעם טאג.
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:47 am#2441
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קארל,

WOW WOW WOW
:o :o :o :o
ממש נישט צו גלייבען!!
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:00 am#2447
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קארל, לויט ווי דו זאגסט קען מען שוין טוישן די נאמען אויף סיטי FAILD.
:lol: :lol: :lol:
מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:20 pm#2524
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
די חברה געבן נישט אויף, גיימער אלע ווערן פלאמערס?
בילד
מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:38 pm#2528
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קארל האט געשריבן:דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

ווען וואס דו זאגסט איז אמת, איז עס טאקע א ביטער געלעכטער. אבער איך קען נישט גלייבן אז דו ווייסט וואס דו רעדסט. ס'זיצן אויף דעם די גרעסטע עסקנים [אין די ענינים] ביי כלל ישראל ווי ר' ישראל משה דירענפעלד און זיינס גלייכן. די חברה קומען נישט סתם אזוי אן קיין פלאן. די חברה לויפן שוין ארופ צו עשירים טעג און וואכן. דו האלטס אז איין עושר וועט ארויסשלעפן א פיפציגער פון זיין טיש אן וויסן פארוואס ער געט עס? און דא רעדט מען נישט פון הונדערטערס, ניטאמאל פון טויזענטערס, דא רעדט מען פון שווערע געלטער! ווי איך הער קאסט סיטי פילד איבער א האלב מיליאן דאלאר אפצודינגען! דאס רעכנט נישט אריין עדווערטייזמענט, טראנספארטאציע, סאונד סיסטעמס, בענקלעך, עסן/טרינקען וכו'.
קארל האט געשריבן:טייל פון די פלענער:

א סעקונדע נאר. האסטו נישט א מינוט צוריק געזאגט אז "עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער"?
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:25 pm#2538
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
יידל האט געשריבן:

וואס איך האב געשריבן האב איך געהערט פון איינעם וועלכער איז דירעקט אריינגעמישט אין דעם עסק, און איך שטיי אונטער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן.
דאס געלט קומט בעיקר פון איין גרויסן גביר וועלכער איז א שטיצער פון הרב סאלאמאן. יא, איך ווייס אז פארשידענע עסקנים און רבנים פרובירן צו שאפן געלט, אבער בעיקר קומט עס פון איין גביר.
זונטאג מערץ 25, 2012 11:34 am#2600
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.

די 600 (אדער מער) מענטשען וואס זענען געקומען ------ """""""נישט געצווינגענער הייט"""""""" ------- ליל שישי אין קארלסבורג (וואס כ"ק ר' יחזקאל ראטה האט גראדע משמיע געווען ברכת קדשו באותו מעמד) ווייזט אז דער וואס וויל און פארשטייט אז מ'דארף האבן א פילטער, וועט אויסנוצען די געלעגנהייט פון כאפן א שפאציר ליל שישי און הנאה האבן פון א טעכניקער בחנם.
לויט ווי איך הער פלאנען זיי צו מייסד זיין א פאון נאמבער ווי מ'קען רופן יעדע נאכט אויף עצות בנוגע אינטערנעט, און יעדע נאכט וועט א צווייטער טעכניקער מקדיש זיין מזמנו בחנם צו העלפן אידען וואס זיכען הילף.
וואספארא געלאנגענע רעיון דאס איז!
און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,
זונטאג מערץ 25, 2012 11:56 am#2605
Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח
קאווע טרינקער האט געשריבן:און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,

וועלעכע צעטל?