Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
צפת #
אקעי בעל-דרשן... ווייסטו וואס, לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, ר' יעקב יוסף שפילט א געים, ער פייגערט פאר כבוד און מאכט זיך משוגע אז ער וויל נישט, מען האט אים געבעטן, ס'איז אלעס א שפיל, מסכים.
אבער איך קען א רבי, וואס האט געפאדערט די רבי'סטעווע מיט כח, זייענדיג א תובע בפה אן קיין בושה. נאכמער; וויסנדיג אז די חסידים אין דעם שטאט דארפן אים נישט און ווילן אים נישט, האט ער גענומען זיין שווער, וועלכער האט איינגעשפאנט די גאנצע חסידות לכבודו. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז נאך איידער די קבורה האט ער געפינען פאר וויכטיג צו משוגע מאכן זיין שוועסטער, בעת שמתה מוטל לפניה און מען וויינט נאך אויפן פארלוסט פונעם נאר וואס פארשטארבענעם רבי'ן, און געזען דערצו אז זיין איידעם זאל זיין אין מאנסי... משוגע מטורף. נאך די ערשטע שבת איז ער אנגעקומען אין שטאט און פראבירט איבערצונעמען די זאך על אפם וחמתם פון די חסידים. ער האט זיך ניטאמאל געמאכט ווי ער דארף עס נישט. איגנארירט די בקשות אז מען זאל נאך צואווארטן איין שבת. ער האט עס געכאפט מיט כח און פאר בעקינג גענומען די שווער'ס חסידים וואס זאלן אים אנפילן די פארענטשעס.
דער יעניגער וואוינט אפילו נישט אין מאנסי, קומט נאר אריין אויף שבת, אבער דעם נאמען דארף ער "רחמסטריבקא מאנסי", אנדערש ווי דער צווייטער וואס וואוינט אין שטאט, איז אנגעבינדן מיט די חסידים וואס האבן אים ליב אהבת נפש און ווילן אים אויפן פלאץ.
און דו בהמה האלסט אז ס'איז לאגישער אז ער זאל האבן דעם נאמען, ווי דער רבי וואס וואוינט אויפן פלאץ און די חסידים פון דעם פלאץ ווילן "אים" האבן אלס רבי. קאקא.
אזוי נישט אייגנארטיג ביסטו? - ביסט א קוה פאר דיין חסידות און דו האסט נישט קיין אייגנארטיגע אידענטיטעט? - נאר וואס די חסידות וויל, דאס וועסטו דעקן אויף קאווע שטיבל, אפילו עס מאכט נישט קיין סענס? - אזא בהמה ביסטו? - כ'מיין אז ס'קומט זיך דיר נישט בעסערס. גיי טאנץ ווייטער פאר זיין קאר "את צמח דוד עבדך"...
ווען דיינע ווערטער וואלטן ווען געווען קרוב לאמת ממילא... נישט דא ווער זאל לאכן
צום ערשט ער האט גענומען די רעביסעווע מיט ביידע הענט ווי זיינע אלע ברודערס און רבי יעקב יוספ'ל אריינגערעכנט, נאר רבי יעקב יוסף האט געפראוועט עניוות פשוט די מהלך פון מכלומרש'ט אנטלויפן פון רעביסטעווע איז געווען א גוטע מארקעטינג סטראטעגיע וואס האט גראדע גאנץ גוט אויפגענומען ביים ציבור ביז ער האט געזעען אז ער גייט אראפ פון מאפע איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק פון יא אנעמען די אדמור"ת בעל כרחו ממש מיט געוואלדיגע מסירת נפש.. אזוי רעדט מען ווייטער פון אים גראדע זיין שוואגער פון תולדות מרדכי איז אויך געווארן רבי מיט געוואלד נאכן נישט האבן קיין ברירה...
נאך איידער די קבורה האט ער משוגע געמאכט דעם שוועסטער... א שאד בכלל צו ענטפערן דערויף ווייל די ווייסט אויך אז בשעת די שרייבסט דאס אז עס איז אומריכטיג חוץ טאמער ביזט אזא תמים אז די גלייבסט נאך
און לגבי דאס איבערנעמען די חסידים על אפם וחמתם און פאר בעקינג גענומען די שווערס חסידים... א גרויס חלק פון ראחמיסטריווקא אין מאנסי ווייקען זיך ביי האדמו"ר מהראי"ה און זענען דבוק אין אים באהבה גמורה, קוויטלען זיך ביי אים, רעדן זיך דורך מיט אים לעצה ותושיה, ער פירט א ריכטיגע רחמיסטריווקא רעביסטעווע מיט אייגענע מענטשן יא קען זיין די ערשטע שבת האט ער געהאט א ציבור חסידים פונעם שווער אבער פון דארט און ווייטער איז עס ראחמיסטריווקא ער האט זיין טאטנס חן א ליבליכע שמייכל צו יעדן, א ידען נפלא בתורה ובחסידות, זיכט בכלל נישט צו געפעלן און באקומען סימפאטיע פון די גאס א עכטע רחמיסטריווקא ממשיך, פירט זיין חצר שטיל און באשיידען, ווען ביי דעם ספרינג וועלי אדמו"ר איז דא מער ארומגעדרייטע היטן ווי נישט.. שמעקט און שטינקט פון וויזניץ דארט בפומבי, מ'וועט צילן צו באקומען די פנים פון די נרדף און אזוי באקומען סימפאטיע פון די גאס וואס איך מוז זאגן ארבעט גאנץ פיין אויפדערווייל.
ובזה יצאתי מיט די גאנצע פרשה אין ראחמיסטריווקא מאנסי און ספרינג וועלי בלי נדר, א אפגעפליקטע מחלוקה וואס עטליכע שרצים פרובירען אנצוצינדען.. די גאנצע מחלוקת איז סטופיד שבסטופיד איך לאך א גוטס פון די קליינקעפיגע סומאטאכע !!