מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:08 am#544974
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאמיר דא אויסקלארן דעם ענין, רבי פנחס שלום האט נאך געוואוינט אין סקווירא, און ער איז דאן געווען די וויזשניצער רב פון וויליאמסבורג, רבי ישראל איז געווען אין בארא פארק, און רבי מענדל איז געווען אין מאנטריאל, אבער רבי ישראל איז געווען קלוגער פון אלעם, און האט גע'טענה'ט פארן טאטן אז ער מוז בליייבן אין מאנסי, צוליב זיין ווייב'ס מצב, מוז ער וואוינען נאנט צו זיין שווער.... בקיצור, בארא פארק האט שטארק פארפירט אז זיי דארפן א רב וואס זאל קומען וואוינען ביי זיי, און וויליאמסבורג האט זיך בכלל נישט געאיילט צו האבן א לאקאלער רב, (די סיבות קען זיך יעדער אליין מאכן וד"ל) אזוי האט מען געשיקט מהרפ"ש קיין בארא פארק, און ער איז געקומען פון סקווירא קיין בארא פארק!אבער א ווארט צו @אמאהל-געקענט, מיין נקודה איז געווען בנוגע דיין תגובה אז אין וויזשניץ האט עס נישט געהאט מיט די חלוקה נאר מיט די גברא, בין איך דער מסביר אז ס'האט יא געהאט מיט די חלוקה, וויזשניץ מאנטריאל האט נישט גענוג אנצופילן כדי חלוקה ווערסוס וויליאמסבורג, צו אפילו זיין אינגערע ברודער אין ארץ ישראל, די מאנטריאלער רבי דארף אקערן מיט וואס ער האט נישט, און א פלאץ וואס וואקסט נישט, אין למשל דער ווילאמסבורגער רבי האט שוין אזויפיל, אז ער זייעט שוין איין פאר די קומענדיגע דור אין בלומינגראוו.