Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
172 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 230 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8703
מאנטאג יוני 22, 2015 9:22 am#284192
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'טראכט טאקע אריין, אפילו מ'וועט נישט גיין אזוי ווייט ווי ר' בערל, און מ'וועט אנקוקען די עשירות בבית ריזין אלס א לשם שמים זאך, קען נאך זיין נישט עפעס העכער'ס. איך בין נישט דארט געווען, אבער ס'קען זיין אז אויף צו דערהויבען דער מוט פון א דערדרוקטע פאלק, האט ער איינגעפיהרט א פרינצליכע אויפפיהרונג אז מ'זאל דינען דער באשעפער מתוך גדלות והרחבת הדעת. איך בלייב ע מתנגד, דער תורה דארף נישט קיין צוהעלפער'ס, אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה. אבער עכ''פ ביי חסידים האט מען נישט אזוי גערעדט, און ס'איז גאנץ מעגליך געווען די כוונה פונ'ם ריזשינער.

פעמים שהיא נכללת ועולה בבחינת ומדרגת הקדושה... כגון דרך משל האוכל בשרא שמינא דתורא ושותה יין מבושם להרחיב דעתו לה' ולתורתו, כ(יומא עו ב): "דאמר רבא: חמרא וריחא כו'", ... אזי נתברר חיות הבשר והיין שהיה נשפע מקליפת נוגה ועולה לה' כעולה וכקרבן. וכן, האומר מילתא דבדיחותא לפקח דעתו ולשמח לבו לה' ולתורתו ועבודתו שצריכים להיות בשמחה, וכמו שעשה רבא לתלמידיו, שאמר לפניהם מילתא דבדיחותא תחלה ובדחי רבנן.

רבא מבבל
תניא פרק ז'

וואס ווייסט אינזער ליטוואק וואס רבא האט נישט געוויסט?
מאנטאג יוני 22, 2015 11:45 am#284244
רבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.
מאנטאג יוני 22, 2015 1:38 pm#284273
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל דא מגיב זיין אויף דיין מאמר פון נעכטן (מאנטאג) איבער וויאזוי ראכמיסטרטיווקא פארט היינט. ראשית כל וויל איך נישט פארקריכן פון די נושא וואס דער פותח האשכול האט אנגעהויבן. נאר דאך. א קליינע באמערקונג איבער דעם ענין פון די ראחמיסטריווקא חסידות. בכלליות ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף דעם היינטיגן מצב און דעם עתיד פון ראכמיסטריווקא חסידות. איך וואונדער מיך וויאזוי דו אלס ליטוואק האסט עס אזוי גוט און ריכטיג אפגעשאצט. ווייל הגם דער רבי שליט"א איז גאר אן איידעלער איד. פארגעס פון ארויסנעמען די גארבידזש. דאס איז נישט מער ווי ליצנות. איך פלעג מיט עטליכע יארן צוריק, זייענדיג א שכן מיט די ראחמיסטריווקא רבי אמאל אריינפאלן פרייטיג צו נאכטס צו זיין טיש. און איך האב באמערקט דאס געוואלדיגע עניוות און איידלקייט מיט וועלכן ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. ממש אזוי ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...אבער זיינע בנים זענען שוין גאנץ אן אנדערע פרשה. זיי טוען שוין אפ כל מיני רשעות. סיי אין די תלמוד תורה. און סיי אין אנדערע פלעצער. זיי זענען גארנישט הינטערשטעליג פון זיייערע סקווערער קאזינס...!
מאנטאג יוני 22, 2015 1:39 pm#284274
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
אויף Yiddish Book Center קענט איר אראפלאדענען א PDF פונעם יידיישן ביכל "דער חסידיזם און זיינע פירער", געשריבן דורך פראפעסאר שמואל אבא האראדאצקי. אינעם בוך שילדערט ער די היסטאריע פון חסידיזם מיט א היפש אביעקטיוון בליק. א סך אינפארמאטיווע לשון הרע'לעך און שגץ שטיק קענט איר דארט קונה זיין. מער צום סוף באשרייבט ער קודם דאס ריזשענער מלכות, און דערנאך דעקט ער ברייט די בערניו סאמאטוכע.

לייגט אריין אין דעם טייטל-באר "דער חסידיזם און זיינע פירער", און דאס בוך וועט ארויפקומען מיט עטליכע אפציעס וויאזוי דאס צו לייענען.
מאנטאג יוני 22, 2015 2:24 pm#284287
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק. עפען דער בלאט פונ'ם בוך, און קאפ''י דער נאמען פונ'ם בלאט. דערנאך אין דיין תגובה, קלי''ק אויף URL און פעיס'ט אינ'ם באקס וואס עפענט זיך. א גרויסע ייש''כ.
ר' בערל איך בין א נייגעריקע אויף פארשידענע קולטורען און איך האב באמערקט די צוויי זאכען אויף ראכמעסטריווקא און טשערנאבעל
מאנטאג יוני 22, 2015 2:30 pm#284288
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבא האט דען געזאגט אז מ'דארף זיך פירען מלכות'דיג? אזוי לערנט מען דען א שטיקל גמרא?
ס'שטייט נאר אז מ'דארף אביסל גשמיות זיך צו קענען לעבען אין דער וועלט. אבער פון דארט ביז מלכות? וואס עפעס?
דער תניא זאגט נאר אז נאך דעם וואס מ'טוט עס לשם שמים ווערט עס דערהויבען. אבער דאס האט נישט מיט די עבודה עצמה און נישט מיט די סבה אויף צו טוהן די עבודה.

ליטוואק, האסט נישט גוט געלערנט פשט אין הקטן.
רבא האב איך געברענגט אלס ראי אז נישט אלע דרכי עבודה דארפ'ן שטייען אין תורה זעלסבט, נאר מלאה הארץ קינינך
מאנטאג יוני 22, 2015 2:31 pm#284289
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
תושבע''פ איז דען נישט תורה?
מאנטאג יוני 22, 2015 2:55 pm#284296
ליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס ATUB @רוח קדים ATUB ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.
מאנטאג יוני 22, 2015 3:10 pm#284300
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך
מאנטאג יוני 22, 2015 3:10 pm#284301
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדם האט געשריבן:ליטוואק, דער האראדעצקי איז נישט געווען קיין מתנגד נאר א משכיל. און דאס איז די סיבה פארוואס @רוח קדים ברענגט עס דא, ער איז מסתם דער זעלבער משכיל. אלזא, אויב דאס איז דיין הנאה איז לייען עס געזונטערהייט.

אפגעזען צי האראדאצקי אדער איך אדער ביידע אדער קיינער זענען יא צי נישט משכילים, זע איך נאך נישט פארוואס דאס מוז זיין "די סיבה" פאר'ן ברענגען. מיר קענען ביידע רואיג זיין מתנגדים צי אפילו חסידים.

קוקסט אויס אביסל פארווייטאגט.

ליטוואק, די לינק ווי איך זע גייט נאר צום הויפט בלאט, נישט איבער דעם בוך ספעציפיש.
מאנטאג יוני 22, 2015 3:16 pm#284303
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.
מאנטאג יוני 22, 2015 3:52 pm#284306
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק.

דא האט איר א לינק [זייטס מוחל, און געבטס אפ א דאנק...].
מאנטאג יוני 22, 2015 4:54 pm#284330
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תושבע''פ איז דען נישט תורה?

זיכער יא! פארדעם ברענג איך דאס.
און פארדעם ברענגט דאס די גמרא
אבער ורבא מנא ידע?
איז דאס הלכה למשה מסיני?
וואס מיינסטו?
מאנטאג יוני 22, 2015 5:44 pm#284350
כנראה ס'פעלט דא עיקרי הדת. דער סמכות פון רבא איז נישט ווייל ער איז געווען א צדיק און וואס ער זאגט איז גערעכענט אין הימל. אלס וואס שטייט אין גמרא איז גערעכענט פאר הלכה למשה מסיני. הייסט'ס אז יעדער סברא הלכה אדער חידוש מוז זיין פון א גמרא. דאס איז אדער ווי מאנכע זאגען אז אלע מסקנות פון ש"ס איז הלכה למשה מסיני און ס'איז נאר געשריבען דרך פלפול אויף צו קענען ריכטיג ארויסברענגען די זאך. אדער ווייל די חותמי התלמוד האבען צוזאמענגעברענגט אלע ריכטיגע סברות און יסודות און געקליבען אין איין פלאץ, ווייל אזוי האבען די שפעטערדיגע גערעכנט מיט דעם, און ממילא איז יעדער סברא וואס האט נישט קיין יסוד אין גמרא חשוד אלס נישט ריכטיג.
יעצט איינער וואס האט אויך א ססברא וויאזוי זיך צו פיהרען, אפילו אויב ער איז א גרויסע צדיק, איז אויך משועבד צו א גמרא. ווען רעק"א זאגט א חידוש פרעגט מען גלייך "וואס איז זיין ראיה?" ווייל ס'איז נישט יתכן אז א סברא זאל זיין ריכטיג אן א יסוד אין ש"ס.
לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוךאון מסורה געשטימט.
מאנטאג יוני 22, 2015 7:11 pm#284376
נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.
מאנטאג יוני 22, 2015 7:41 pm#284384
רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.

הוא אשר דיברתי: אז איך זעה דעם רבי'ן עסן א סטעיק און פארטרונקען מיט א קאלט גלעזל ביר, דארף איך נישט אריינטייטשן קיין העכערע זאכן. נאר פשוט די רבי האט הנאה פון די וועלט. ער מעג אויך...!
מאנטאג יוני 22, 2015 7:47 pm#284387
הקטן האט געשריבן:נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.

עזאס, קעסענעם.
מאנטאג יוני 22, 2015 7:52 pm#284389
פריעד באטשי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:נעם-טא-דאם
איך פארשטיי נישט קיין ווארט.

עזאס, קעסענעם.

פריעד באטשי: דו מעגסט שרייבן אויף א שפראך אז אונז גאליציאנער (מלשון גאלא) זאללן אויכעט פארשטיין... :lol:
מאנטאג יוני 22, 2015 11:22 pm#284448
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
ער האט גערעדט צו מיר, אבער איך קען נישט קיין אונגאריש און איך בין נישט פון גאליציא.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:23 pm#284450
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:29 pm#284453
רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.

גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט.
למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?
מאנטאג יוני 22, 2015 11:31 pm#284454
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדם האט געשריבן:

כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.

ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...
מאנטאג יוני 22, 2015 11:36 pm#284456
שש משזר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק.

דא האט איר א לינק [זייטס מוחל, און געבטס אפ א דאנק...].

אביסל ווינדער איך מיר אויף הרב שש שליט"א. איך ווייב אז די ביכל דערמאנט טאקע נישט אמשינאוו נאר טשערנאביל, אבער דאך ווינדערט עס מיר. כ'האב געקלערט עם אנצופרעגן אין אישי אבער איך מיין אז ס'בעסער דא ברבים (האסט דעך שוין אניוועי אפאר מאל זיך אויסגעבראכן אויף מיר ברבים, נו זאל שוין זיין נאכאמאל). מ'ווארט צו הערן.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:38 pm#284458
רוח קדים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:The ability to entertain an idea without accepting it is the hallmark of an educated mind.
מ'קען ליינען א בוך פון א משכיל אן ווערען א משכיל.
ובכל אופן, ביי ענק איז יעדער מתנגד אוטומאטיש א משכיל, עי' ערך אליאך

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז מ'קען ווערן א משכיל פון דעם ביכל. ער פרעדיגט נישט קיין השכלה דארט, אבער ס'איז פשוט אז א משכיל קען מען נישט אלעס גלייבן. ער איז דא אויף אפצופרעגן רבי'ס אויף זיין מהלך. ער קען צומאל רעדן געפערליך אויף רבי'ס וואס זענען באמת יא געווען הייליג. זיין בלינדער פיינטקייט צו רבי'ס זעט מען קלאר וואס אינדערצייט וואס די צדיקים פאר זיינע צייטן וואס ער האט נישט געקענט מאכט ער זיי גרויס, איז אבער די רבי'ס און זיינע צייטן (וואס אגב זענען זיי געווען זיינע נאנטע קרובים) האסט ער געפערליך.

כ'הער. ס'טייטש איינער וואס שרייבט אז מענטשן זענען עקשעלי געווען מענטשן, עמען קען מען נישט גלייבן – נגיעות. אז מ'איז געפלויגן אין הימלען, זיך געטראפן מיט משיח'ן, אליין געווען משיח, מחיה מתים געווען, אוועקגעלייגט שונאי ישראלים, געקענט די שפראך פון דער גאנצער בריאה, זיך געקריגט לשם שמים און געהאט העכערע כוונות אין יעדער מענטשליכער תאווה – דאס איז ריזענעבל, דאס איז בלי שום נגיעות, דאס איז וואס מאכט סענס, דאס איז וואס מ'קען און מ'דארף גלייבן ואסור להרהר אחריהם.

ס'איז עקשעלי יא דא ווער ס'זאל לאכן...

די דארפסט האבן דער קשיא פארוואס האראדעצקי האלט יא פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האבן אויך געזאגט גרויסע זאכן אויף זיך.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:38 pm#284459
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
בן אדם האט געשריבן:
רוח קדים האט געשריבן:בכלל קען מיר אפשר איינער זאגן ביז וועלכן יאר לסדר העולם זענען בלינדערהייט געווען אלע מחלוקות, מעשי זמרי, קאלטבלוטיגקייט, גאווה, תאוות, גענגסטער שטיק, געלט און אמעראצעס "העכערע זאכן", און ביי וועלכן יאר זענען די אלע אויבנדערמאנטע אריינגעפארן אין דער זאנע פון מענטשליכן פארשטאנד.

אמונה פשוטה, אמונת צדיקים האט אויך א גבול.

גוט, דאס האב איך געמיינט. כ'האב הנאה אז האסט דיך גוט ארויסגעברענגט.
למעשה פרעגסטע א גוטע קשיא. איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אויך ענטפערן אויף דעם. בכלל וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה זמרי, און וואס פנחס האט אפגעטון, און וואס ס'האט זיך געענדיגט מיט 24000 גאנץ אומשולדיגע קרבנות, האסט א הסבר?

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט. זאל שוין זיין אז די דאזיגע תגובה איז אן ענטפער צו מיין שאלה, צייגט דאס דאך פונקט דאס פארקערטע. א נשיא פון כלל ישראל וואס האט מזנה געווען. זיינע חסידים האבן געהאלטן אז וויבאלד דער רבי זינדיגט מסתם איז דאס העכערע זאכן און ס'באלאנגט אזוי.

פנחס ווידער איז געווען דער צאנזער רב, טאקע געווען א ווילדן קנאי, אבער ער האט כאטש געמיינט דעם אייבערשטן. ער איז דערפאר ארויס בחרב ובחנית אנטקעגן די קינדער פונעם ריזשענער.

כ'האב באמת נישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט דא.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:41 pm#284462
שוין איך צו צוריק. ביזט נישט קיין.... ביזט א צאנזער חסיד מיט א צאנזער תורה.
מאנטאג יוני 22, 2015 11:57 pm#284466
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
שוין, סליחה שנפגשנו. גיי מאך משוגע א צווייטן. איך בין טייט אין עטענשאן, איך קעמיך נישט אזוי ערלויבן צו זיך ווארפן דערמיט. נעקסט טיים.  

א גוטע נאכט און א שמחת תמיד.
דינסטאג יוני 23, 2015 12:01 am#284468
בן אדם האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רוח קדים, טוט'ס א טובה און לייג א לינק.

דא האט איר א לינק [זייטס מוחל, און געבטס אפ א דאנק...].

אביסל ווי דער איך מיר אויף הרב שש שליט"א. איך ווייב אז די ביכל דערמאנט טאקע נישט אמשינאוו נאר טשערנאביל, אבער דאך ווינדערט עס מיר. כ'האב געקלערט עם אנצופרעגן אין אישי אבער איך מיין אז ס'בעסער דא ברבים (האסט דעך שוין אניוועי אפאר מאל זיך אויסגעבראכן אויף מיר ברבים, נו זאל שוין זיין נאכאמאל). מ'ווארט צו הערן.

כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.
קענסט אריינקומען קלארער?
דינסטאג יוני 23, 2015 5:38 am#284522
.
דינסטאג יוני 23, 2015 5:39 am#284523
.
דינסטאג יוני 23, 2015 8:28 pm#284718
אינטערסאנט איז אז מ'רעדט און מ'רעדט פון סאדיגורא און מע דערמאנט נישט די ווארט וואס סאטמאר רב פלעגט זאגן

אזוי האב איך געהערט פון אידן וואס האבן געהערט מפיו של הרב מ'סאטמאר, המלחמה של הרבי מ'צאנז נגד ה'סאדיגורים הי' בשביל שהתחיל אז הנהגה שהרבי הוא למעלה מהתורה חלילה והרבי מ'צאנז לחם בחירוף נפש נגד דעה פסולה כזו

נאך עמיצער ווייסט פון אזא מימרא?
דינסטאג יוני 23, 2015 8:30 pm#284720
די דעה פסולה אז די פארגלויבקקייט אין רבי'ס איז אפילו העכער די תורה ר''ל איז נעבעך בזמנינו און א דור בלי דעת שטארק נפוץ
דינסטאג יוני 23, 2015 8:36 pm#284722
איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט איז אז מ'רעדט און מ'רעדט פון סאדיגורא און מע דערמאנט נישט די ווארט וואס סאטמאר רב פלעגט זאגן

אזוי האב איך געהערט פון אידן וואס האבן געהערט מפיו של הרב מ'סאטמאר, המלחמה של הרבי מ'צאנז נגד ה'סאדיגורים הי' בשביל שהתחיל אז הנהגה שהרבי הוא למעלה מהתורה חלילה והרבי מ'צאנז לחם בחירוף נפש נגד דעה פסולה כזו

נאך עמיצער ווייסט פון אזא מימרא?

נישט דעם ווארט פונקטליך. אבער אן ענליך ווארט אין די זעלבע בחינה ווערט נאכגעזאגט בשם כ"ק האדמו"ר מסאטמאר בעל הדברי יואל זצוק"ל. אז בעיקבתא דמשיחא וועלן זיין רעבעס וועלכע וועלן עובר זיין אויף איסורי תורה און זיי וועלן פארן אום שבת און די חסידים וועלן זיי פארענטפערן און נאך שטופן דעם וואגן...!
דינסטאג יוני 23, 2015 8:37 pm#284723
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
די ווארט שטייט נאך פון פריערע פינעם סאטמאר רב, עניוועי עס קוקט נישט אויס אז מיר האלטן ווייט פון דעם
דינסטאג יוני 23, 2015 10:39 pm#284758
.
דינסטאג יוני 23, 2015 10:44 pm#284761
אויב אזוי וואלט שוין די מלחמה געדארפט געשען נאך ביים ריזינער.
דינסטאג יוני 23, 2015 11:22 pm#284776
מען דארף זיין א
טיפש
און שיכור
חולה מסוכן
ועוד ועוד
צו פארטייטשען אזעלכע הבלים אינעם הייליגען גאון וצדיק זצוק''ל
דינסטאג יוני 23, 2015 11:42 pm#284783
זה מבואר היטב בויואל משה
דינסטאג יוני 23, 2015 11:48 pm#284787
diff האט געשריבן:זה מבואר היטב בויואל משה, אני לא חושב שהוא היה כזה

אתה לא למדת הויאל משה מימיך
דען א ווינדער דו רעדסט אזוי?
מיטוואך יוני 24, 2015 9:38 am#284841
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
ליטוואק,

אסאך רבי'ס קומען אין אלע שטעט יעדער שבת, בארא פארק, ווילי, אין אויך לעקוואד, וכו'... אלע מיני רבי'ס, גרויסע קליינע, אין אויך wanna be's...
אלע האבען אביסעל שחצנות, מיט זייערע מנהגים, אלע קומען מיט גבאים אזוי ווי איר זאגט.
אבער קיינער טראכט נישט אריין אזוי טיהף אין דעם ווי ענק.
קיינער איז נישט offended, אין מען פארט וויטער.

די פראבלעם איז ענק ליטוואקעס. די שנאה איז דארט. לערענטס ענק אויס אביסעל ווי אזוי מען נעמט אויף רעבעליך אויף א שבת פין די וויליאמסבורגער יודעליך. עס פעלט אביסעל ריכטיגער הכנסת אורחים.

ואהבתך, מיט אלע דיינע צידרייטע משלים, איז נאר א תוצאה פין אריינלערנען טיהף פשט אין שטותים, וואס א געוועטליכע יודל טראכט נישט צוויי מאל.
And this my freind is called שנאת ישראל
נעבעך אויף ענק

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
מיטוואך יוני 24, 2015 10:10 am#284847
אהבת ישראל פאדערט אז ווען איינער קומט ביי מיר אין שטוב מוז איך אננעמען זיין משוגעת'ן ווי נארמאל? מ'האט מיר פארקויפט אז דער טשערנאבעלער רעבע איז א נארמאלער מענטש, און איך האב געגלייבט און איך גלייב אז מסתמא איז דאס געבויט אויף עפעס. מסתמא איז ער גאנץ נארמאל, איידעל וכדו'. אבער וויבאלד ער איז פון די גזע, ממילא ווען ער איז געווארען א רעבע און מאכט א מסע מלכות מיט זיין נאכפאלגער, ווערט ער די זעלבע שחצן ווי אלע אנדערע. אוודאי זענען אלע רעבע'ס שחצנים, אבער אזוי האבען זיי אנגעהויבען. ר' לייבוש פון אנטווערפען (איך בין נישט זיינ'ס א חסיד, איך רעד סתם פונדערויסען) האט אנגעהויבען מיט אן אנדערע מהלך און אזוי איז ער מער ווייניגער געבליבען. אבער די טשערנאבעלער אייניקלאך, ברגע זיי זענען אריין אין רעביסטיווע מיט די מעגליכקייט פון זיין אזוי, זענען זיי גלייך אריינגעפאלען. מיר האט נישט געשטערט זייער משוגעת'ן מיט ואהבתך (איך בין א ליטוואק, איך פיהר נישט אויס די ברכה מיט'ן חזן בכלל, איך ענטפער אמן געהעריג, פארשטייט זיך שטילעהייט אין א שול וואס פיהרט זיך נישט ווי מיר), אבער א ווייז אויף וואס פארא מענטשען מיר האבען צו טוהן איז דאס.
מיטוואך יוני 24, 2015 10:26 am#284850
די אלע זאכן וואס ליטוואק טענה'ט, האלט איך אויך אזוי (אין הארצן). אבער ווען א ליטוואק זאגט עס, איז עס שוין א פראבלעם.
מיטוואך יוני 24, 2015 10:46 am#284858
ס'איז מסתמא דא פילען פאר די פראבלעמען.
מיטוואך יוני 24, 2015 11:06 am#284863
אין חכם כבעל הניסיון...
מיטוואך יוני 24, 2015 11:37 am#284869
בן אדם האט געשריבן:די אלע זאגן וואס ליטוואק טענה'ט, האלט איך אויך אזוי (אין הארצן). אבער ווען א ליטוואק זאגט עס, איז עס שוין א פראבלעם.

אבער דיין הארץ האט דאך נישט קיין צלם דערין, ממילא מעגסטו....
מיטוואך יוני 24, 2015 6:01 pm#284925
ליטוואק שיין העלמיר אויסזעהן ווען מען וועט אפ'פסקענען די גזע למעלה בקודש לויט וויאזוי די היינטיגע גדעלים פירן זיך אין די ליטא, עס איז א שאנדע צו מייחס זיין חלילה צו די הייליגע גדולים פון די ליטא אזא נארישע און שחצנותדיגע מהלך וואס די היינטיגע ליטפישע גדעלים האבן גענימען.

די דורות פאלן נישט נאר ביים המון נאר פי כמה ביי די וואס זיצן ביים שרביט הזהב
מיטוואך יוני 24, 2015 6:32 pm#284933
פארוואס זאל א ליטווישע זיין משועבד צו מענטשען וואס קומען פון זיין מדינה? דא רעדט מען פון אייניקלאך און מענטשען וואס זאגען זיי פיהרען זיך אזוי ווי זיי האבען געזעהן ביי זייער זיידע'ס.
אויכ'ט מ'קען ליינען די היסטוריא און די מעשה'ס פון פריערדיגע טשערנאבעלער רעבע'ס, און ס'שטימט טאקע לויט'ן היינטיגע גאנג.

אגב, אז מ'נעמט די גרעסטע שחצן פון אלע ליטווישע ראשי ישיבות און די גרעסטע ענוותן פון אלע חסידישע רעבע'ס און מ'שטעלט זיי צוזאמען, שטייט דער ליטווישער נאך אלס אסאך קלענער אין שחצנות. ס'נעמט נאך אסאך צייט ביז מ'וועט אניאגען אונזער חסידיש'ער שוועסטער-קינדער.
מיטוואך יוני 24, 2015 7:29 pm#284949
ליטוואק און די אנדערע חברים:

איך בעט נאכאמאל, ביטע נישט פארוואנדלען דעם הערליכן היסטארישער אשכול אין א מנשה-לוסטיג סטייל שמוץ-באד. אויב איר ווילט, קענט איר באוואשן שיינדלען, אויב איר ווילט, באוואשט דעם סאדיגורער אדער דעם ליעווער אליין. פארוואס זאלט איר שמועסן שלא לגופו של ענין און פארשמירן אזא שיינעם אשכול מיט פאליטיק? - אויב איר ווילט דוקא, דאן עפנט א באזונדערן אשכול, ליידנט אהין מנשה לוסטיג וחבריו און פראסקעט אייך אויס עד אשר יצא מאפכם, אבער לאזט מיין לאט קלין ביטע...

האלט דעם דאזיגן אשכול פאר דעם ספעציפישער געשיכטע און די היסטארישע פאקטן ארום, שמירט נישט ארום אין אנדערע זאכן.

א גרויסן דאנק פארן צוהערן צו מיינע ווערטער.
חקרן
מיטוואך יוני 24, 2015 7:44 pm#284953
זאג מיר נישט אז האסט נישט געוויסט וואס קומט. יעצט זיי מוחל תבוא אמו ותקנח את הצואה