Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
172 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 230 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8703
פרייטאג יוני 26, 2015 11:14 am#285291
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
די תכלית פון היסטוריא איז אויפצודעקען די היינטיגע מציאות. אנדעריש איז דאס סתם אלטע פארשטויבטע נערישקייטען. נאר אז מ'קען אפלערנען אויף דער צוקונפט לוינט זיך עס. דעריבער האט עס א פלאץ אויסצושמועס'ן די זאכען.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:02 pm#292909
@ליטוואק פון בודאפעסט די מיינסט צו זאגן אז דא לערנט מען היסטאריע אליבא דהלכתא
געוואלדיגע געדאנק!!!!

מען זאגט נאך פון א חסידשע רבי ער האט געהייסן הרב יואל טייטלבוים זצ"ל פון די באקאנטע סיגעטער גזע ער האט נאך די קריג געהאט עפעס מיט די גדולי ליטא אויך איז אפשר האסטו געהערט פון עהם (איך מאך סתם א ווערטל)
הוא היה אומר אז מען דארף לערנען נ"ך (א זאך וואס מען האט ביי געוויסע חסידישע מקומות נישט געהאלטן) פארוואס האט ער געזאגט אז היסטאריע חזרט זיך איבער יעדער פאר יאר און מען דארף זיך לערנען וואס נישט צו טיהן ודפח"ח
דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:09 pm#292910
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די תכלית פון היסטוריא איז אויפצודעקען די היינטיגע מציאות. אנדעריש איז דאס סתם אלטע פארשטויבטע נערישקייטען. נאר אז מ'קען אפלערנען אויף דער צוקונפט לוינט זיך עס. דעריבער האט עס א פלאץ אויסצושמועס'ן די זאכען.

איך טו אביסל אנדערש, איך קוק אויף די היינטיגע ליטוואקעס, און דורך דעם פארשטיי איך די אמאליגע...
דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:19 pm#292915
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
טאקע ריכטיג. אז מ'נעמט די העלדען און די שטרעבונגען פונ'ם חסידישע ציבור, זעט מען וואס מ'איז מחשיב און וואס מ'האט מקבל געווען. ווען מ'זעט די העלדען און די שטרעבונגען פונ'ם ליטווישע ציבור, זעט מען וואס מ'איז מחשיב און וואס מ'האט מקבל געווען.
איהר זענט געליידענט צוצושטעלען דער סקולענער רבי מיט הרב שטיינמאן און דערנאך קען מען שמועס'ן. אין קענשאפט פון תורה, אין ארנטליכקייט אין געלט (רייסען געלט פון פארצרה'טע אידען פאר מוסדות וואס עגזיסטירען נישט?!), אויסגעהאלטענער הדרכות עפ''י תורה, אחריות פאר אנדערע אידען, און הכנעה צו תורה בכלליות.
(פארצופאל איז הרב שטיינמאן נישט מיין העלד, אבער פאר'ן ציבור יא, און אויפצוווייזען דער חילוק צווישען דרכי התורה און דער אנדערע דרך איז ער גענוג)
דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:32 pm#292929
די כאפסט אן יסודות'דיגע חילוקים. די גדולים "ליגען" און לערנען און די רבי'ס (סקולען) "ליגען" און עבודה און אביסל צדקה. הצד השווה שבהן אז ביידען'ס מקורבים קענען זיי פארדרייען א קאפ וואס זיי נעמען נאכדעם אן באמונה שלימה.
דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:56 pm#292993
און דאס האב איך געמיינט. מיט'ן 'ליגען' אין צדקה רייסט ער (נישט זיין גבאים און נישט זיין קינדער, ער אליינס זאגט עס אלס א סגולה פאר שטערבליכע קראנקע) געלט פון פארצרה'טע מענטשען פאר מוסדות וואס עגזיסטירען נישט. איך בין נישט זיכער וואס דער עבודה איז, תפלה האט געזעצען און מהלכים. איך ווייס נישט וואס דער עבודה פון מאכען ניגונים איז, אבער ווען מ'קוקט אין ספרי מוסר ויראה במאערקט מען נישט קיין שום חלק פון זיין סדר היום. ס'איז א באנקראטער קולטור, און מ'דארף נאכפארשען די היסטאריע און ריכטיגוויאזוי מ'קען פארשטייען ווען די זאך האט זיך אנגעהויבען, אויף וואס איז עס געגרינדעט, און עס אויסמיידען אין די חלקים פונ'ם ציבור ווי ס'איז נאך נישט איינגעווארצעלט.
מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:35 pm#293183
פארוואס ביי דיינע זאכען פארמאכסטו ס'מויל. אזוי זענען די ליטוואקס ?י

l viewtopic.php?f=4&t=9384 l
כאטש ביזטו מודה אז מהאט געדארפט בטל מאכען די קהילות
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:32 pm#307713
איך וועל מקיים זיין מוצא פי, און ממשיך זיין אצינד מיט אונזער געשיכטע. וויבאלד עס איז אריבער עטליכע חדשים פון די פריעדיגע פארזעצונג, וועל איך בלויז דערמאנען די ליינער וואו מיר האבן געהאלטן ביים לעצטן פארזעצונג.

דער מצב פונעם רבי'ן ווערט וואס אמאל ערגער און ערגער, בשעת פון איין זייט סטראשעט ער מיטן אריבערגיין צום קריסטנהום אויב מען וועט אים נישט איבערלאזן, און פון די אנדערע זייט איז ער געווארן שטארק דעפרעסט פון זיין ברודער'ס פטירה (אויף אזוי ווייט אז לויט איין גירסא האט ער פרייטאג-צו-נאכטס ביי קידוש אויסגעגאסן די וויין און אראפגעווארפן דעם בעכער). ווידער פון די אנדערע זייט לעבט דער רבי אין חשדות אויף אלע זיינע ארומיגע, ער איז חושד אז מען וויל אים פאר'סמ'ען אדער שעדיגן... די גבאים מיט די רביצין האבן ענדערש געוואלט ראטעווען דעם כבוד פון דעם הויף, ווי דער געזונט פונעם רבי'ן גופא.

די גבאים מיט די רביצין האבן דאן מטכס עצה געווען, און מיט די הילף פונעם רבי'נס נאנסטער מענטש – דער דאקטער אלמוגן פון ליעווי, וועמען מען האט אונטערגעשמירט אז ער זאל מיטארבעטן מיטן הויף – האט מען ארויסגענארט דעם רבי'ן אויסער די שטאט, וואו ער האט געשמאק פארברענגט מיטן דאקטער, בשעת דער דאקטער גיבט אים צו טרינקען אן איינשלעפערונגס געטראנק, פון וואס דער רבי פאלט אריין אין א טיפן שלאף.

גראד דאן קומען די גבאים אן, מען בינדט צו דעם רבי'ן און אינאיינעם מיט די רביצין לאזט מען זיך ארויס אין וועג.

א פארכאפונג אויפן רבי'ן!


אצינד ליינט ווייטער

די געשיכטע מיט די פארכאפונג האט זיך אפגעשפילט אויף א מאנטאג, כ"א טבת, עטליכע וואכן נאך חנוכה פון יאר תרכ"ט לפ"ק. יענעם פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אינאיינעם מיטן פארשלאפענעם רבי'ן, עס האט אבער גענומען מער פון צוויי טעג, ביז מען איז אנגעקומען צום גרעניץ קיין אוסטריה, וואו מען האט געזאלט ברענגען דעם רבי'ן קיין סאדיגורא.

וואס האט גענומען אזוי לאנג ביזן אנקומען צום גרעניץ?

ווי נאר מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, נאך אינעם זעלבן טאג, בשעת דער רבי איז נאך געשלאפן און געפירט געווארן אויף די וועגן צום גרעניץ, איז די נייעס ארויסגערינען אויף די גאס און די חסידים האבן שוין געוויסט אז מען האט פארכאפט דעם רבי'ן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע און פון דארט ביז די פאליציי און באעערדע איז דער וועג זייער נאנט. די גוי'אישע צייטונגען האבן גראד אנגעהויבן צו העצן, אז מען האט פארכאפט די ראבינער וויבאלד ער וויל זיך שמד'ן, און די חסידים לאזן אים נישט...

עס איז געווארן א ויצעקו און א סענזאציע אין די גאנצע געגנט. אלע האבן געפאדערט צו וויסן "וואו געפינט זיך דער ראבינער?" – א זאך וואס קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין תשובה. די צייטונגען וואס ווערן צוטירט אין פארשידענע מקורות, ליינען זיך זייער שרעקליך, מעלדנדיג איבער א קידנעפינג, א מענטש פארכאפונג און גניבה. א תקופה נאך די פאסירונג, האבן זיך די צייטונגען נאכנישט געקענט אריאנטירן און כסדר געשריבן איבער די דאזיגע פאסירונג מיט גרויס אויפברויז און פארריבל אז אזאנס האט פאסירט.

צווישן די גוי'אישע בעאמטע איז מען אויך נישט געשלאפן. נאך אינעם זעלבן מאנטאג פון די פארכאפונג, האט דער פאליציי הויפט "פרעפעקט" - וואס ליאווי האט זיך געפינען אונטער זיין אויפזוכט – געשיקט א טעלעגראם צום אינערן מיניסטער "מייהיל קאגאלניציאנא", אז די אידן ווילן אפהאלטן דעם ראבינער פון זיך טויפן און דעריבער האט מען אים פארכאפט. דער פאליציי הויפט האט געוויסט צו דערציילן זייערע פלענער, אריבערצופירן דעם ראבינער דורכ'ן טייך, קיין יאסי, און פון דארט אריבערגיין דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דער אינערן מיניסטער האט נישט פארשווענדעט קיין צייט און תיכף געלאזט וויסן די אינפארמאציע פאר די פאליציי אין יאסי, באפעלנדיג אז מען זאל גראד ארעסטירן די פארברעכער און זיי ברענגען צו גערעכטיגטקייט.

עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג, וואס פלעגט זיך קאנטערטרירן אויף געזעץ און געריכט, דער בריוו אויסטויש צווישן דעם אינערן מיניסטער און די פאליציי שעף פון יאסי. דארט איז פאבליצירט אן ענטפער וואס די פאליציי הויפט פון יאסי האט צוריקגעשיקט פארן אינערן מיניסטער, נעמליך אז ער האט שוין באקומען די אינפארמאציע איבער דאס פארכאפונג שוין פון פריער און אז דער רבי איז שוין אנגעקומען קיין יאסי, נאר וויסנדיג אז מען זוכט זיי, זענען זיי אנטלאפן אינמיטן נאכט קיין בוטשאן.

אינעם זעלבן צייטונג איז פאראן א בריוו פון די פאליציי פון בוטשאן, וואו זיי מעלדן אז מען האט פארשטערקערט די זוך אקציע נאכן רבי'ן און אז לויט זייער אינפארמאציע איז דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...). עס איז אויך פאראן א בריוו פון די פאליציי פון פאלטישאן, אז ער וועט פארזיכערן אז קיינער וועט נישט אריבערגיין דעם גרעניץ דורך זיין גלילות.

צווישן די בריוו פון די רעגירונגס איינגעשטעלטע, ווערט אויך אויפברענגט דעם חשד אז מעגליך אז מען האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן. זיי האבן שוין געהאט די אינפארמאציע אז דער רבי געפינט זיך שוין אין באקאווינע, אבער האבן אויך געוויסט אז דער רבי איז נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דעריבער האט מען זיך קאנצטערטריט בעיקר אויף יענעם ראיאן.

עס דארף באמערקט ווערן, אז אין אלע בריוו ווערט כסדר דערמאנט דעם פאקט, אז דער רבי איז פארכאפט געווארן מיטן ציל, אים נישט צו דערלאזן זיך טויפן און אריבערגיין צום קריסטהום. דאס ווייזט ווי אומקראנט די אמאליגע נייעס זענען געווען, בשעת היינט איז קלאר אז דער ליעווער האט אזעלכע מחשבות קיינמאל נישט געהאט. אדרבה, נאכדעם וואס ער איז באפרייעט געווארן און האט געהאט די געלעגנהייט צו טון וואס ער האט געוואלט, איז אים קיינמאל נישט אויפגעקומען אויף די געדאנק זיך צו שמד'ן, טראצדעם וואס אנדערע האבן געלייגט פיל האפענונגען דערויף. עס ווייזט נאר דערויף, אז די שמועות אין גאס האבן אזוי געלויטעט, דאס איז געווען וואס די קריסטן האבן פראבירט צו פראפעגאנדירן און דאס איז געווען די מעגליכע אפיציעלע תירוץ פון די גבאים מיט די רביצין.

במשך פון די צוויי טעג, פון מאנטאג, כ"א טבת תרכ"ט, ביז די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, האט דער גאנצער געגנט געקאכט ווי א קאך לעפל, אלע האבן געוואלט וויסן וואו דער רבי איז און וואס עס האט פאסירט מיט אים. אויך די רעגירונג בעאמטע האבן געארבעט פיבערהאפטיג אפצושטעלן דעם סקאנדאל און אפירזוכן דעם רבי'ן אים צו באפרייען.

עס זענען אפילו פארגעקומען ארעסטן אויף מענטשן וועמען מען האט פארדעכטיגט אין האבן א פארבינדונג מיט דעם סקאנדאל. צווישן אנדערע זענען ארעסטירט געווארן: ניסטאר וועקסלער פון ליעווע – דער אויפזעער אויפן הויף; מרגליס סימון רייזנער פון יאסי; חיים לייב דיימאנט פון בוטשאן – ביי וועמען מען האט געפינען אן ערלויבעניש אריבערצופירן דעם רבי'ן דעם גרעניץ, וויבאלד ער איז זייער קראנק; מארקא (מאיר) פיינסער – דער מעיאר פון ליעווע; נפתלי רעטשער פון בראטשקאוויץ און לייב הערמאן פון קאהאל – ביי וועמען מען האט געפינען דאקיומענטירטע פלענער ווי אזוי צו פארכאפן דעם רבי'ן מיט געוואלד. לויט ווי עס קוקט אויס, זענען געווען פארמישט הויכראנגיקע פערזאנען, ביי וועמען מען האט געשמירט מיט שוחד, אז זיי זאלן מיטארבעטן מיט די פלענער.

די דאזיגע אידן, ווי אויך פילע אנדערע וועמען מען האט ארעסטירט, האט מען גענומען אויף אויספארשונג און פראבירט צו דערגיין ביי זיי וואו אצינד דער רבי געפינט זיך. פון דארט האבן די בעאמטע גענאשט זייער אינפארמאציע, וואס זיי האבן געשריבן אויף די אויבנדערמאנטע בריוו. עס איז געווען א רעדע אז מען האט מעגליך גע'הרג'עט דעם רבי'ן, נאכן זען אז מען זוכט אים ארום.

טראץ די אלע זוכערייען און איבערקערענישן, האט מען נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויפן רבי'ן מיט זיינע פארכאפער. גאנצע צוויי טעג האט זיך די שירה געוואגלט אויף וועגן און שטעגן, באהאלטן פון די זוכנדע אויגן פון געזעץ, בשעת דער רבי געפינט זיך אונטער די אויפזוכט פון זיינע גבאים מיט די רביצין.

וואס עס איז אלס פארגעקומען מיטן רבי'ן אין די דאזיגע צוויי טעג, איז נישט קלאר. ר' בערניו זעלבסט האט דערציילט שפעטער פאר די משכילים אין טשערנאביץ, אז אינמיטן וועג האט ער זיך אויפגעכאפט פון שלאף, און כאפנדיג וואס עס קומט דא פאר, האט ער זיך גענומען שרייען פאר הילף און אלס רעזולטאט דערפון האבן אים די גבאים פראבירט צו הרג'ענען. אנדערע ווערסיעס זענען פאראן, אז ווען ער האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף, האט די רביצין שיינדל אנגעהויבן צו וויינען און פרעגן פון איר מאן, פארוואס ער מאכט איר אן אזעלכע בושות און פארוואס דאס אלעס קומט זיך איר.

במשך פונעם וועג, האבנדיג א חשד אז מען איז אויף זייערע שפירן, האט מען פארשטעלט דעם רבי'ן ווי א פרוי, און אזוי איז מען ווייטער געפארן (פרעגט מיר נישט וואס מען האט געטאן מיט זיין בארד...). אין אן אנדערן פאל האט מען באהאלטן דעם רבי'ן אין א פאסט וואגאן, וואו מען פירט פאסט פון איין ארט צום צווייטן. אזוי האט מען ארומגעפירט דעם רבי'ן, ביז מען האט געקענט שווערצן דעם גרעניץ.

אין די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, איז ענדליך געלונגען פאר די פמליא אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, אונטער די אויגן פון די וועכטער, און די רבי איז געפירט געווארן דורך די גבאים קיין אוסטריע. דערווייל האט מען פון גארנישט געוויסט און מען האט ממשיך געווען צו זוכן דעם רבי'ן מיט זיינע פארכאפער.

הערשט א טאג שפעטער, איז ארעסטירט געווארן א אידישער בעל-עגלה מיטן לעגאלן נאמען 'יאסיף סין לייב' (יוסף בן לייב). ער האט דערציילט פאר די אויספארשער, אז נעכטן ביינאכט האט דער ראבינער געשווערצט דעם גרעניץ דורך מיהיילן. מען האט תיכף געלאזט מעלדן דערפון דעם אינערן מיניסטער, וועלכער האט גענומען די געשיכטע זייער פערזענליך און איז געשטאנען אין שפיץ פון די זוכערייען. ער איז געווארן אויסער זיך פון כעס אז אזאנס האט געקענט פארקומען. אין א בריוו וואס ער האט דאן געשריבן, דערמאנט ער אז די פאליציי פון בוטשאן האבן זיך אויפגעפירט ריכטיג, בשעת זיי האבן פארשטערקערט די וואך אין זייער גרעניץ, אבער די גרעניץ וועכטער פון מיהיילן זענען דורכגעפאלן און מען דארף זיי באשטראפן. עס איז דאן פארגעקומען אן אויספארשונג איבער די אקטיוויטעטן פון די וועכטער ביים גרעניץ אין מיהיילן. דער אינערן מיניסטער האט זיך נישט אפגעשטעלט דערמיט, ער האט נאך ווייטער פארארבעט מעשים, דורך דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אוסטריע, אז מען זאל צוריקשיקן דעם ראבינער אויף אויספארשונגען.

פרייטאג פארטאגס, כ"ה טבת תרכ"ט לפ"ק, איז דער ליעווער רבי אנגעקומען מיט די גבאים און רביצין שיינדל צום הויף פון זיין ברודער – דעם זעלבן הויף וואו זיי פאטער האט דארט געפירט ביד רמה. אצינד איז ער אנגעקומען צו דעם הויף ווי אן ארעסטאנט, געצווינגענערהייט.

מען האט דעם ליעווער רבי'ן אריינגענומען אין א צימער און אים פארשפארט!

פארזעצונג קומט אי"ה
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:52 pm#307823
חקרן האט געשריבן:
פארזעצונג קומט אי"ה


אי"ה?! ער וויל, אם ירצה ATUB @חקרן ATUB ,

מיר ווארטן און האפן אויף נאך און נאך,

און א דאנק פאר די יעצטיגע.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 5:42 pm#307883
איך האב מורא אז עס איז פארקערט...

חקרן וויל, די שאלה איז גאט וויל... דערפאר האט עס גענומען אזוי לאנג.
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:03 pm#445843
חקרן האט געשריבן:דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...)

דער ערשטער שאצער רבי הרה"ק ר' יואל זצוק"ל וואס ווי באקאנט האט זיין שווער הרה"ק ר''ר מאיר'ל פרעמישלאנער געזאגט אויף אים גאר גרויסע זאכן, איז אוועק אין יאר תר''מ, לכאורה האט ער אין יאר תרכ''ט (וואס די מעשה איז געשען) שוין געפירט זיין הויף אין שאץ, אדרבה אויב איינער קען עס באשטעטיגן.
חקרן האט געשריבן:עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג,.....

אפשר ברענגסטו ארויף די צייטונג?
דינסטאג יאנואר 26, 2021 11:57 pm#466127
יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!
מיטוואך יאנואר 27, 2021 12:16 am#466129
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

m https://youtu.be/Jxv68RrwAV8 m
מיטוואך יאנואר 27, 2021 10:08 am#466136
וואו קוקט אויס מעכטיג, האט איינער אלע ארטיקלען צוזאמען אויף א פי.די עף.?
מיטוואך יאנואר 27, 2021 11:46 am#466140
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
איינער האט די pdf פון דוד אסאף בוק

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 27, 2021 3:55 pm#466152
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

https://youtu.be/Jxv68RrwAV8


זייער אינטערעסאנט.

לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.

זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.
מיטוואך יאנואר 27, 2021 5:38 pm#466155
יא יא, ס׳איז א שטארקע מוסר השכל פאר געוויסע מענטשן ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט אין דעם אשכול. (יענע מענטשן דרייען זיך אבער נישט דא...)
מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:40 pm#466167
איז דא אייניקלעך פון אים?
מיטוואך יאנואר 27, 2021 10:12 pm#466170
לויט ווי ער זאגט דארט האט ער נישט געהאט קיין קינדער, נישט אדורך געקומען מוז זיין רעבעצין (טאכטער פין ר' מאטעלע טשערנאבלער), און זי פלעגט מאכן מיט אים געשעפטען אז נאר אויב ער ביהעווט באקומט ער פין איר, און שפעטער נאך דער פארכאפונג האבן זיי מער נישט געוואוינט צוזאמען. חוץ דער משרתת וואס האט געהאט א קינד וואס אפילו אויב עס איז געוועהן זיינס איז דאס קינד געשטארבן צוזאמען מיט די מאמע.
דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:38 pm#466382
InkedCapture_LI.jpg
אקארשט יעצט געפונען א בילד פון די נייע איבערגעמאכטע מציבה פונעם רוזינער זצ"ל, און זיין זוהן דער לעווער רבי ליגט מיט אים, באקרוינט מיט די זעלבע טיטלען ווי זיין טאטע און ברידער
דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:59 pm#466383
אישתישבי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

https://youtu.be/Jxv68RrwAV8


זייער אינטערעסאנט.

לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.

זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.

זיין רביצין איז געווען א טיפיקל ספויל'ד' ברעט. פון די פרינצליכע טשערנאבלער גזע. זי האט געהאלטן אז ס'קומט זיך איהר אלעס. און זי האט אומפארשעמטערהייט געמאכט ..."יד אחת"... מיט די גבאים אקעגן איהר מאן. דאס איז געווען דער אנהייב פון די צרות...!
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:04 pm#483165
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
חקרן האט געשריבן:אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.

יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?

מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.

דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.

ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.

נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.

נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".

א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.

אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.

עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.

צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.

א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.

אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
W WOW wשוין לאנג נישט געהאט satisfaction זאז א

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk