פארומס › קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

218 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8703
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יאנואר 27, 2021 12:16 am#466129
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

m https://youtu.be/Jxv68RrwAV8 m
מיטוואך יאנואר 27, 2021 10:08 am#466136
וואו קוקט אויס מעכטיג, האט איינער אלע ארטיקלען צוזאמען אויף א פי.די עף.?
מיטוואך יאנואר 27, 2021 11:46 am#466140
איינער האט די pdf פון דוד אסאף בוק

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 27, 2021 3:55 pm#466152
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

https://youtu.be/Jxv68RrwAV8


זייער אינטערעסאנט.

לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.

זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.
מיטוואך יאנואר 27, 2021 5:38 pm#466155
יא יא, ס׳איז א שטארקע מוסר השכל פאר געוויסע מענטשן ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט אין דעם אשכול. (יענע מענטשן דרייען זיך אבער נישט דא...)
מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:40 pm#466167
איז דא אייניקלעך פון אים?
מיטוואך יאנואר 27, 2021 10:12 pm#466170
לויט ווי ער זאגט דארט האט ער נישט געהאט קיין קינדער, נישט אדורך געקומען מוז זיין רעבעצין (טאכטער פין ר' מאטעלע טשערנאבלער), און זי פלעגט מאכן מיט אים געשעפטען אז נאר אויב ער ביהעווט באקומט ער פין איר, און שפעטער נאך דער פארכאפונג האבן זיי מער נישט געוואוינט צוזאמען. חוץ דער משרתת וואס האט געהאט א קינד וואס אפילו אויב עס איז געוועהן זיינס איז דאס קינד געשטארבן צוזאמען מיט די מאמע.
דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:38 pm#466382
InkedCapture_LI.jpg
אקארשט יעצט געפונען א בילד פון די נייע איבערגעמאכטע מציבה פונעם רוזינער זצ"ל, און זיין זוהן דער לעווער רבי ליגט מיט אים, באקרוינט מיט די זעלבע טיטלען ווי זיין טאטע און ברידער
דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:59 pm#466383
אישתישבי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!

https://youtu.be/Jxv68RrwAV8


זייער אינטערעסאנט.

לויט ווי ער לייגט עס אראפ, איז דער גאנצע מעשה געקומען פין דעם וואס ווען מען האט אים אריינגעשלעפט צו כל נדרי קעגן זיין ווילען, האט ער געשריגן אויב מען לאזט מיך נישט אפ וועל איך גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און פין דעם איז ער קיינמאל נישט ארויס.

זיין רעבעצין האט לכאורה גוט חרטה געהאט פאר אים רודף'ן ווייל דערנאך האט זי אים פארלוירן אויף אייביג.

זיין רביצין איז געווען א טיפיקל ספויל'ד' ברעט. פון די פרינצליכע טשערנאבלער גזע. זי האט געהאלטן אז ס'קומט זיך איהר אלעס. און זי האט אומפארשעמטערהייט געמאכט ..."יד אחת"... מיט די גבאים אקעגן איהר מאן. דאס איז געווען דער אנהייב פון די צרות...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:05 pm#482936
@חקרן איז דא האפענונוג פאר נאך א פארזעצונג?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:09 pm#482961
חקרן: כ'בין זייער נייגעריג צי הערן ווייטער די מעשה, אפילו אויב ס'איז נישט אמת איז עס אינטרעסאנט צי הערן א דראמאטיש-ראמאנטיש-היימישע געשיכטע
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:07 pm#482993
לית דין בר נש
די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין?
כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.

יישר כח...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:37 pm#483001
ישראל קאפקע
גאר גאר אן אינטערעסאנטע נושא. און דער עולם לייקט אינגרויסן.
@חקרן, מיר זענען זייער נייגעריג אויפן המשך, לאזט אונז נישט ווארטן.

@srul kopke: and your soul' too/ Because it turns on with sympathy for murderers of innocent men, women and children... and turns off for their rescuers...!

di bist afile nisht kan (emesser) Yid. Oder a ger. oder a bal tchive...in an amhuuretz ouch...!
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:04 pm#483165
חקרן האט געשריבן:אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.

יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?

מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.

דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.

ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.

נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.

נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".

א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.

אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.

עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.

צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.

א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.

אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
W WOW wשוין לאנג נישט געהאט satisfaction זאז א

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 1:54 am#509656
איז נאך דא האפענונג אז @חקרן וועט ממשיך זיין?
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 10:47 am#509672
דאס איז נישט מיך
איז נאך דא האפענונג אז @חקרן וועט ממשיך זיין?
קענסט עס ליינען דא
מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:45 pm#545041
Re:
ליטוואק פון בודאפעסט #
לדעתי, איז דאס די יסוד פון די שיטה פון די מתנגדים, לויט ווי דער זון פון דער ח"ח ברענגט פון זיין טאטע אז ער האט געקוקט אמאל אין א חסידישע ספר און ער האט אראפגעלייגט זאגענדיג "איך האב תנאים און אמוראים, וואס דארף איך דאס?". טאמער חסידים האבען אנדעריש אנגענומען, האב איך מרמז געווען אז מיין חינוך איז נישט איינשטימיג מיט דער יסוד וואס איך האב ארויפגעלייגט אויפ'ן ריזשינער, אבער ס'מעגליך אז ס'איז געווען א גשמיותדיג'ער סברא לש"ש, נאר נישט מיט מיין חינוך און מסורה געשטימט.
די חסידי'שע ספרים איז געבויעט אויף זוה"ק. (ר' מאטל זילבער)
לדעתם – זעהט אויס – איז עס אזוי חשוב ווי גמרא.
מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:52 pm#545042
Re:
תרמב #
יעצט געענדיגט דורך צוליינען דעם אשכול, לדעתי פון די אינטערסאנטסטע אשכולות דא אין שטיבל, אבער ס’איז נישט פערטיג, @חקרן קום צוריק, ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן! לאז מיר נישט מיטן צונג אידרויסן! איך בעט דיר ברחמים!
יא, מורא'דיג געשמאק אראפגעלייגט הרב @חקרן, א שאד ס'איז נישטא קיין המשך, מיר איז די מערסטע אינטרעסאנט געווען אז טראץ וואס ס'איז אלץ געווען האבן די גבאים ווייטער פארדרייט א קאפ פאר די חסידים איבערן "הייליגן" רבי'ן וכו' וכו', ווער ווייסט וויפיל פן די היינטיגע רבי'ס גבאים ווייסן וועם זיי פיטערן און שטיצן אונטער און דאך דינען זיי די גאנצע פארפוילקייט
(און כ'מיין נישט די דבר ידוע אז גבאים זענען נישט קיין חסידים נאר זיי ווייסן וואספארא רשעים און בעלי מידות מושחתות די רבי'ס זענען)