Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

קאווע שטיבל • רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
172 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 230 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8703
דינסטאג אפריל 21, 2015 9:50 pm#268385
רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע)
אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.

יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?

מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.

דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.

ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.

נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.

נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".

א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.

אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.

עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.

צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.

א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.

אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:39 pm#268415
שיין געשריבן.

מיר ווארטן אויף די המשך הדברים!!!

[און אויב ס'וועט זיין וואס צוצולייגן נאך דיין באשרייבונג, עמיר ארויפשארן די ארבל. כ'האב היבש חומר אויף אים].
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:49 pm#268418
איך האף נאך היינט אי"ה צוצולייגן, ברצות ה'
מיטוואך אפריל 22, 2015 12:14 am#268424
גאר גאר אן אינטערעסאנטע נושא. און דער עולם לייקט אינגרויסן.
@חקרן, מיר זענען זייער נייגעריג אויפן המשך, לאזט אונז נישט ווארטן.
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:01 am#268431
ס'דא א ספר דובר מישרים ארויסגעגעבן דורך ר' אליהו חיים קארלבאך (שלמה'ס צווילינג ברודער ) ראש מכון זכר נפתלי, א ליקוט פון אלע תורות וואס ס'איז פארבליבן פון איהם, ס'דא דארט אסאך מער ווי אין נר ישראל.
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 am#268438
ווי געשמועסט אינעם פריעדיגן פרק, האט דער לעווער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, הרבנית מרת שיינדל, אלט זייענדיג בלויז פערצן יאר. שיינדל ווערט באצייכנט אין עטליכע מקורות, אלס אשה יפת תואר ויפת מראה, אפילו די משכילים וואס האבן איר פיינט געהאט שנאת מות, צוליב איר ראלע אין די נפילה פונעם לעווער, לויבן אויס איר שיינקייט, אויף אזוי ווייט אז א משכיל מיטן נאמען משה אורנשטיין שרייבט, אז ער האט איר געזען אין טשערנאביץ, און זעענדיג איר שיינקייט האט ער געקרעכצט זאגנדיג "וי ליה להאי שופרה דבלי בארעא". אויך שיינדל איז אויסגעוואקסן אין א רבי'שער הויף, אין דער טשערנאבילער הויף, וואס האט זיך אויך געפירט מיט א מלכות, כאטש נישט ווי רוזשין, אבער זי איז אויך אויפגעוואקסן אויף א גאלדענעם טאץ.

די ערשטע יארן פון זייער צוזאמענלעבן, איז די שלום בית אין שטוב געווען אויסערגעווענליך. ווי געשמועסט איז דער לעווער געווען בלויז פערצן יאר אלט ביי די חתונה, און זי איז מסתמא נישט געווען צופיל עלטער, טראצדעם וואס עס איז נישט באקאנט פונקטליך איר עלטער ביי איר חתונה. עס ווערט דערציילט אז דאס פאר פאלק האבן זיך זייער ליב געהאט, זיי פלעגן פארברענגען אינאיינעם אין די נעכט אויף די טאראסע פון זייער שטוב און בייטאג פלעגן זיי אינאיינעם ארויספארן אין וואלד שפאצירן, זיי זענען געזעצן אינאיינעם אין קאטש, איינגעשפאנט צו צוויי פערד, נוסח רוזשין. חסידים פלעגן שמועסן אז דער זיווג איז ביכולות צו ברענגען משיח'ן, וויבאלד דאס איז א שידוך צווישן בית דוד און בית שאול. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אין אנדערע הויפן, האבן זיי ארויסגעוויזן חיבה ברבים. אין קורצן, די שלום בית אין די ערשטע יארן איז געווען להפליא.

אבער ווי א יאר עס איז אריבער, האט זיך אנגעהויבן אנצוזען אן אנגעצויגנקייט צווישן זיי צוויי, וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. קיין קינדער האט דאס פאר פאלק נישט געהאט, א זאך וואס האט זיכער צוגעגעבן צום שווערן מצב. מען זאגט נאך פונעם רוזשענער אז ער האט געזאגט דריי טעמים פארוואס דאס פאר פאלק קען קיין קינדער נישט האבן, און די ערשטע סיבה איז צוליב דעם וואס ער איז פון בית דוד און זי איז פון בית שאול, אן אנדערן נוסח איז פאראן, אז זי איז די שורש נשמה פון מיכל בת שאול וואס האט נישט געקענט האבן קיין קינדער.

עס איז גאנץ מסתבר אז דאס נישט האבן קיין קינדער האט פיל צוגעגעבן צו זייער שלום בית פראבלעם, אבער דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם צווישן זיי. זי איז געווען א רביצין מיט אן אויער-רינגל, זי איז געווען א פעסטער כאראקטער מיטן גאנצן רבי'שן טראכט, בשעת ר' בערניו איז געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, ער איז געווען מער אן איידעלן רוזשענער נאטור.

וואס א יאר עס איז אריבער, אלס מער אנגעצויגן איז געווארן אין שטוב, ביז עס האט געהאלטן ביי א מצב אז ר' בערניו האט איר פשוט פיינט געהאט, עס איז געווען א שנאה פון אים אויף איר, און נישט אומזינסט, אז מיר וועלן באטראכטן איר אויפפירונג במשך די געשיכטע, וועלן מיר קענען אביסל מער פארשטיין וואס עס האט אים אזוי פארפיינטעט אין איר.

דער צווייטער פאקטאר וואס דער לעווער האט פארמאגט, איז פשוט, אז ער האט פיינט געהאט די רבי'סטעווע. דער לעווער האט געהאלטן אז די גאנצער הויף מיט די רבי'סטעווע איז א פשוט'ער וועג פון מאכן געלט, לעבן אין לוקסוס; מען רעדט איין די חסידים אז דער רבי איז גאט, יעדער באווארפט אים מיט גאלד און מען גלויבט אז ער פליעט אין הימל און פועל'ט ישועות, בשעת דער רבי איז פונקט אזא בשר ודם ווי יעדער אנדערער מענטש. אויף זיין פאטער האט ער קיין קושיות נישט געהאט, וויסנדיג אז ער איז געווען אן איש קדוש מאוד, אבער אויף דער עצם מושג פון רבי'סטעווע מיט רבי'שע הויפן, איז געווען אין זיינע אויגן א פאלשע דרך אין עבודת-השם און ער האט געהאלטן אז דער דרך החסידות באשטייט נישט פון מאכן א רבי'ן פאר א מלאך וואס קיינער באגרייפט אים נישט און ער קען טון וואס ער וויל.

דער לעווער האט קיין רבי נישט געוואלט זיין, ער האט געלאכט פון די גאנצע מעשה און זיך געוואלט ארויסדערזען פון דעם מאדנעם געשעפט פון רבי'סטעווע. צווישן די תורות פונעם לעווער זעט מען נישט איינמאל, ווי אזוי ער מאכט אוועק די רבי'סטעווע (און דאס איז שוין בלויז דער חלק וואס מען האט געדרוקט).

אין אן אנדערן ארט וואלט אזא הנהגה נישט געווען קיין גרויסער פראבלעם. מיר געפינען גענוג קינדער פון צדיקים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן נישט זיין קיין רבי'ס און זיי זענען טאקע געווארן ווי פשוט'ע מענטשן, אוועקגעפארן פונעם טאטע'נס הויף, געלעבט ווי אנדערע מענטשן וזהו. אבער נישט אין רוזשין... חסידים האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דעם רוזשענער'ס א קינד איז א פשוט'ער מענטש. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דעם חסידות, זענען אים די חסידים נאכגעלאפן, דער מלכות איז געווען אויפן העכסטן גראד און דער הויף האט זיך ווייטער געפירט. נישט איינמאל האט דער לעווער געשריגן ברבים אויף די חסידים "לאזט מיר אפ, איך בין א פשוט'ער בשר ודם פונקט ווי אייך, איך האב פונקט אזא יצר הרע, איך בין גארנישט העכער פון אייך", אבער די אלע ווערטער האבן גארנישט פועל געווען, עס איז בלויז אפגעטייטש געווארן אלס רבי'שע עניוות און בלויז פארשטערקערט זיין צדקות און קדושה אין די אויגן פון די חסידים.

בעצם, פארוואס האט דער לעווער נישט געקענט אויפגעבן די רבי'סטעווע, פארקלאפן די טירן, מער נישט אויפנעמען דעם ציבור און מער נישט פירן קיין טיש? פארוואס האט ער פשוט נישט געקענט פארמאכן דאס געשעפט און אנטלויפן? - דער ענטפער איז, אז ער האט פשוט נישט געקענט. אט דא קומט אריין די רביצין אין בילד, אבער מיר מוזן קודם מיחד זיין עטליכע ווערטער אויף די מהות פון ר' בערניו זעלבסט.

ר' בערניו איז געווען זייער א קלוגער און געלונגענער מענטש, אבער פארט א שוואכער כאראקטער. ער איז געווען געבויט פון אן איידעלן נאטור און ער האט זיך נישט געקענט קעגן שטעלן זיינע ארומיגע, בעסער געזאגט - ער האט פשוט מורא געהאט פון זיינע ארומיגע. די רביצין שיינדל האט גוט געקענט איר מאנ'ס שוואכקייט און זי האט דערויף געריטן מיטן גאנצן כח.

די רביצן שיינדל איז געקומען פון א רבי'שע שטוב, פון דער טשערנאבילער הויף, און האט חתונה געהאט מיט ר' בערניו, וויסנדיג אז ער איז א רוזשענער קינד און ביום מן הימים וועט ער זיין א גרויסער רבי, וואס דאס מיינט אז זי וועט נאטורליך זיין א גרויסע רביצין. זי האט בשום אופן נישט געוואלט דערהערן אזא סארט געדאנק אז איר מאן וועט קיין רבי נישט זיין. זי האט דעריבער געריטן אויף זיינע געהירן, אים געצווינגען צו פירן רבי'סטעווע מיט גוטן און מיט בייזן. לויט ווי דער לעווער האט שפעטער דערציילט פאר די משכילים אין טשערנאוויץ, פלעגט זי אים סטראשען אז זי וועט זיך דערווייטערן פון אים און זיך צוריקהאלטן פון געשלעכטליכע באציאונגען מיט אים און זיך נישט צושטעלן מיט וואס א אידישע טאכטער דארף זיך צושטעלן. זי האט נישט נאר געסטראשעט נאר זי האט טאקע געהאלטן ווארט... יעדע מאל ער האט געלאזט הערן עפעס א ווארט אז ער וויל קיין רבי נישט זיין, האט זי מקיים פסק געווען און זיך צוריקגעהאלטן פון אים, און אזוי אויך יעדע מאל ער האט זיך אויפגעפירט נישט ווי עס פאסט פאר א רבי, האט זי דאס נישט פארשוויגן.

באופן מסוימת האט זי דערמיט געהאט די שטיצע פון זיינע ברידער, די אנדערע רוזשענע קינדער, וועלכע האבן פארשטאנען אז א רוזשענער קינד איז העכער פון סתם מענטשן, און פארמאגט א העכערע כח. דער אויפפירונג פון זייער ברודער האט באיזה אופן עטוואס פארשעמט די רוזשענער דינאסטיע, זייענדיג אנדערש פון אלע אנדערע ברידער און ווייזנדיג אז א קינד פונעם רוזשענער קען זיין א פשוט'ער מענטש. עס איז דעריבער געווען נארמאל אז זי פלעגט פאר'מסר'ן איר מאן פאר זיינע ברידער, וועלכע פלעגן פראבירן משפיע זיין אויף אים און אים זאגן אז ער איז בעצם א העכערע נשמה און דעם טאטע'נס א קינד. זי פלעגט אויך כסדר שיקן בריוו צו איר ברידער קיין טאלנע, צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל, וועלכער פלעגט אויך פראבירן צו משפיע זיין אויף אים.

קיין גט איז נישט געקומען אין באטראכט, וויבאלד די ברידער און זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגערעדט דערפון, צוליב כבוד בית רוזשין אדער אנדערע חשבונות, זיי האבן געהאלטן אז עס איז בעסער ווילאנג ער איז מיט איר, אזוי האלט זי אים אין די ראמען, און זייענדיג א שוואכער כאראקטער, און נישט זיך קענענדיג שלאגן מיט זיינע ארומיגע, האט ער אויך געגלויבט אז עס איז בעסער אזוי, און אזוי האט ער נעבעך געלעבט זיין ביטערע לעבן, זיך מוטשענעדיג מיט זיך, און זיך געפינענדיג אין א גאלדענע תפיסה.

די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געווארן וואס אמאל ערגער און ערגער, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז כסדר געווען אונטער איר אבוואזיציע, זי האט אים נאכגעקוקט אויף יעדע ריר, און אויב איז איר עפעס נישט געפאלן האט זי דאס תיכף באריכטעט צו איר ברידער קיין טאלנע און צו זיינע ברידער. אין טשערנאביץ האט ער אויך געזאגט פאר די משכילים "אלע יסורים פון טויט און חיבוט הקבר זענען פון איר געקומען, זי פלעגט זיצן ווי א רויב-פויגל אין מיין צימער, נאכקוקנדיג יעדן טריט און אויב האט זי געזען עפעס וואס איז איר נישט געפאלן, האט זי דאס דערציילט פאר איר ברודער לבן הארמי (הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער) און פאר מיין ברודער אברהם יעקב (פון סאדיגורא), און זיי האבן צוזאמען פלאנירט וואס צו טון ווייטער מיט מיר."

דערווייל האט ר' בערניו פראבירט צו טון וואס ער קען זיך ארויסצודערזען פון דעם פלאנטער, אבער ווי עס שיינט האט ער קיין ערפאלג נישט געהאט. ממש לעצטנס האט מען געפינען א בריוו וואס ר' בערניו האט געשריבן בסוד סודות צו די ראשי-הקהילה אין יאס, וואו ער שרייבט אז ער וויל קומען וואוינען קיין יאס און ער וויל ווערן ווי א פשוט'ער חבר אין די קהילה, ער בעט דעריבער די ראשי-הקהילה זאלן אים אנערקענען ווי א פשוט'ער חבר הקהילה, א מיטגלידער ווי אלע. עס איז נישט באקאנט וואס די ראשי-הקהילה האבן אים געענטפערט, און צי זיי האבן אים בכלל געענטפערט אויף דעם בריוו.

וואלט ר' בערניו געהאט א געזונטע שלום-בית, וואלט אים זיין ווייב פארשטאנען און זיי וואלטן געלעבט א שיינעם לעבן, ווייט פון די חסידים, און אלעס וואלט געפארן בשלום ובשלוה. וואלט ר' בערניו נישט געבוירן אין רוזשין, נאר אין אן אנדערן רבי'שער הויף, וואלטן אים זיינע ברידער פארשטאנען, און אפילו אויב זיין רביצין וואלט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די רבי'סטעווע, וואלטן אים די ברידער געהאלפן, צי דורך ערקלערן די רביצין און אין שארפן פאל וואלט זיך עס געענדיגט מיט א גט. האט אבער די מזל פון ר' בערניו געשפילט אז ער איז געבוירן אין רוזשין און אריינגעפאלן מיט א שווערן שלום-בית, בשעת זי האט געטאן אלעס אין איר מעגליכקייט פאר די רבי'סטעווע, און די מזל האט נאך צוגעשפילט אז קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט, אזוי אז ר' בערניו האט זיך געפינען אין א שווערן קלעם, א קלעם וואס איז נאר געווארן ערגער און ערגער און עווענטואל געברענגט צו א מיסע שרעקליכע פרשה וואס האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן חסידי'שער וועלט, און ביז היינט ליידן מיר נאך פון די דאזיגע קאנסעקווענצן.

ווי אזוי זאגן אונז חז"ל: חכמת נשים בנתה ביתה וכו'...

ווי אזוי האט זיך ר' בערניו ארויסדערזען פון דעם פלאנטער? - וואס האט ער געטאן? - אין קומענדיגן פרק וועלן מיר זען ווי אזוי די געשעענישן האבן זיך ווייטער אנטוויקלט.
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:53 am#268442
Re: רבי דוב בער (בערניו) פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט?
דו האלטסט מיך געשפאנט!!!
Good job
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:24 am#268448
א בליק אויף די ליאווע פרשה פון דוד אסף'ס ספר 'הציץ ונפגע' אין PDF
m https://www.dropbox.com/s/7ikh8wc3wc43v ... y.pdf?dl=0 m
דאס איז די בילד פון הרב הקדוש מליאווע.
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:57 am#268450
אגב, דער בילד וואס דו האסט געברענגט איז גענומען געווארן אין טשערנאוויץ, בשעת דער לעווער האט זיך אויפגעהאלטן צווישן די משכילים.

עס האבן דעמאלס געלויטעט פארשידענע שמועות אז ער האט זיך גע'שמד'ט אדער אז ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות. דער עולם האט געגלויבט די שמועות און מען האט דאס אנגענומען אלס אמת, מען האט אפילו דערציילט אז עס איז פאראן בילדער פונעם לעווער אן די בארד מיט קורצע קליידער. די שמועות זענען געווען פאלש, אדרבה, אויב וואלט ער אזוי געטאן, איז נישט קיין ספק אז די משכילים וואלטן זיך פארסמאקעוועט דערויף און געשריבן דערוועגן אין זייערע צייטונגען. דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן דעם עולם פון גלויבן די שמועות. מאנכע האבן אפילו דערציילט אז עס איז ארויסגעקומען בילדער פונעם לעווער אן די בארד און פיאות, נאר די רוזשענער חסידים האבן צוזאמענגענומען אלע בילדער און זיי מבער געווען.

אין יענע צייט איז ארויסגעקומען דער בילד וואס האט געוויזן אז ער איז געבליבן געהעריג און ער זעט נאך אויס די זעלבע.

נאר וואס עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן איז, אז דער באקאנטער בילד פון הרה"ק רבי דוד משה מטשארטקוב זצוק"ל, איז בעצם דער זעלבער בילד פונעם לעווער, נאר פשוט מיט א קלענערע בארד און שענערע פיאות. ווען מען נעמט יענע בילד זעט מען פונקט די זעלבע תנועה, זיצנדיג נעבן די בלומען, בשעת איין האנט איז אויף די פיס און די צווייטע אויפן טיש, די בילד איז אקאראט די זעלבע. עס איז אינטערעסאנט פארוואס מען האט גענומען דעם לעווער בילד אלס בילד פונעם טשארטקובער.
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:04 am#268451
מיינסט דעם בילד?
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:06 am#268452
כהאב אויך אמאל געהרט אז בעצם איז דאס איין מענטש אבער אויך מיר זעהט דאס אויס צוויי אנדערע מענטשען- כאטש זיי זענען ברודער
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:08 am#268453
נאך א בילד פונעם ליאווער רבי'ן
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:09 am#268454
אתא קלילא האט געשריבן:כהאב אויך אמאל געהרט אז בעצם איז דאס איין מענטש אבער אויך מיר זעהט דאס אויס צוויי אנדערע מענטשען- כאטש זיי זענען ברודער


גיב א קוק אויף דער פאזיציע פון די צוויי, אויף די הענט און אפילו די קנייטשן פון די ארבל, און זאג מיר אויב עס איז די זעלבע בילד אדער א צווייטע.
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:59 am#268456
חקרן האט געשריבן:אגב, דער בילד וואס דו האסט געברענגט איז גענומען געווארן אין טשערנאוויץ, בשעת דער לעווער האט זיך אויפגעהאלטן צווישן די משכילים.

עס האבן דעמאלס געלויטעט פארשידענע שמועות אז ער האט זיך גע'שמד'ט אדער אז ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות. דער עולם האט געגלויבט די שמועות און מען האט דאס אנגענומען אלס אמת, מען האט אפילו דערציילט אז עס איז פאראן בילדער פונעם לעווער אן די בארד מיט קורצע קליידער. די שמועות זענען געווען פאלש, אדרבה, אויב וואלט ער אזוי געטאן, איז נישט קיין ספק אז די משכילים וואלטן זיך פארסמאקעוועט דערויף און געשריבן דערוועגן אין זייערע צייטונגען. דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן דעם עולם פון גלויבן די שמועות. מאנכע האבן אפילו דערציילט אז עס איז ארויסגעקומען בילדער פונעם לעווער אן די בארד און פיאות, נאר די רוזשענער חסידים האבן צוזאמענגענומען אלע בילדער און זיי מבאר געווען.

אין יענע צייט איז ארויסגעקומען דער בילד וואס האט געוויזן אז ער איז געבליבן געהעריג און ער זעט נאך אויס די זעלבע.

לויט וויפיל איך ווייס, איז דער בילד געכאפט געווארן ווען ער איז שוין געווען ביים ברודער אין הויף, און די סאדיגורער האט דאס ארויסגעגעבן אויפצואווייזן אז ער איז געבליבן דער זעלבער וכו'.
מיטוואך אפריל 22, 2015 8:34 am#268469
הערליך, חקרן.

פון וואו נעמסטו דיינע פאקטן?
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:37 am#268489
זייער שיין חקרן,

וואס איז ער למעשה געווען? די שרייבסט אז ער איז געווען א שיינער, און ער האט געהאט א שיינע ווייב, און ער האט זיך געפירט מלכות'דיג, פיין!
איז ער געווען א צדיק? צו נישט? לשטתו איז ער נישט געווען, און ער האט אפי' געהאלטן אז אלע רביים זענען אויך נישט.
דער הייליגער דברי חיים האט געפירט קעגען אים א מלחמת חרמה, לויט ווי מען זעהט אין געוויסע בריוו.
אלזא? דאס ציהט א ביסל צו אומבטעמ'טע מסקנות, נישט אזוי?
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:54 am#268495
ייש״כ ATUB @חקרן ATUB , כ׳געדענק לייענען דערוועגן אויפ׳ן שפיץ גאפל אין ״נאחז בסבך״, ער צולייגט דאס אבער ווייט נישט אזוי ברייט און היימיש גערעדט.
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:59 am#268496
קאך_לעפל האט געשריבן:זייער שיין חקרן,

וואס איז ער למעשה געווען? די שרייבסט אז ער איז געווען א שיינער, און ער האט געהאט א שיינע ווייב, און ער האט זיך געפירט מלכות'דיג, פיין!
איז ער געווען א צדיק? צו נישט? לשטתו איז ער נישט געווען, און ער האט אפי' געהאלטן אז אלע רביים זענען אויך נישט.
דער הייליגער דברי חיים האט געפירט קעגען אים א מלחמת חרמה, לויט ווי מען זעהט אין געוויסע בריוו.
אלזא? דאס ציהט א ביסל צו אומבטעמ'טע מסקנות, נישט אזוי?

הא. אינטרעסאנט! הייסט כדי צו זיין א צדיק, דארף מען קודם זיין מיאוס, און פארשטייטצעך נישט אזוי קליג. איך הער וואס די טענה'סט.
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:01 am#268499
די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין?
כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:06 am#268504
לית דין בר נש האט געשריבן:די נישט האבן קיין קינדער איז גיוועהן א ברכה פון ר' מרדכי טשערנאבילע ניין?
כידוע האט מען געשלאסן די שידוך פון דערווייטענס און ווען ר' מרדכי טשערנאבילע איז געקומען צו פאהרן צום חתונה און אים גיזעהן האט ער חרטה באקומען אויפן שידוך און ווי מען זעהט פון וואס עס איז שפעטער גישעהן פארוואס טאקע ער האט חרטה באקומען (משום כבוד בית ריזשין וויל איך נישט שרייבן די אנערע זייט פון די מטבע נאר לאזן די עולם קויפן חקרן'ס תורות) האט זיך ר' מרדכי טשערנאבילע אנגערופן איך וועל נישט אפלאזן די שידוך אבער קיין דורות וועלן זיי נישט איבערלאזן.

דער טשערנאבלער מגיד האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין טאכטער? נאר אלא מאי? די האסט אפשר א פראבלעם מיט די טשערנאבלער מגיד.
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:23 am#268510
פליז זאג איבער קלאהר וואס די ווילסט ווייל איך האב נישט קיין אנונג
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:29 am#268511
סארי איך צו צריק פליז זאג נישט איבער איך זעה די ביסט דא אין דער אשכול מיט אן אנגענדע ווי די שרייבסט דא
דובר משרים האט געשריבן:בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות.
אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט עקפערימענטירער)

ממילא איז עס בכלל נישט אינטערסאנט די ביסט סך הכל דא אראפצורייסען ווער עס קוקט אויף אים מיט אביסל א נעגאטיווא ליכט און וויל נישט אננעמען ווי חקרן אז ער איז גיוועהן אזא צדיק און זיין רעביצין אזא שלאק
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:29 am#268512
@דובר משרים, ווי איך זעה איז דיין כוונה געווען טאקע אריינצורעדן אין דעם אשכול, אלזא וויל איך דיר בעטן היות דער ספר דובר מישרים איז שוין לאנג נישט דא צובאקומען און דאכצעך אז מכון זכר נפתלי איז אינטערגעגאנגען און איך זוך שוין לאנג דעם ספר, איז אויב דו פארמאגסט דאס אפשר ביסטו זיך מטריח און דו סקענסט דאס לטובת הכלל און דו שטעלסט עס ארויף?
לעצטע מאל איך האב דאס געזעהן געדענק איך אז ס'איז נישט אזוי גרויס.

א דאנק.
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:40 am#268514
יישר כח פארן ארויפברענגען אויפן טיש אזא חשובע פרק אין היסטאריע

איך וויל נאר צוצייכענען צוויי מראה מקומות
1-דער צאנזער צדיק
2-א ביך פין הורודצקי איך געדענק נישט דעם נאמען
און אוחב מיינט איר אז דער צאנזער צדיק שרייבט מיאוס וועט איר זעהן ביי הורודצקי.....
מיטוואך אפריל 22, 2015 10:43 am#268517
לית דין,
היות דו ביסט דאך א באבובער האסטו אויך אן אגענדע, מיר איז אלעמאל אינטרעסאנט ווי די וואס פארופען זיך אלץ ממשיכי צאנז זיכען אלץ צו בארעדן ריזין נאך היינט כאטשיג זיי שטייען היינט קיינעם נישט אין וועג און בוהוש ברענגט שוין נישט היינט אריין עפעס מער מאדערנקייט אינעם כלל מער ווי באבוב, ס'קוקט עפעס אויס ווי זיי פארמאגן עפעס אן אינערליכע דראנג אז מ'דארף מסביר זיין און פארענטפערן צאנזער רב, הייסט עס כאילו בפשטות איז עפעס שווער... משא"כ די וואס פארופן זיך אלץ ממשיכי ריזין בימינו זעהען בכלל נישט קיין סיבה זיי זאלן זיך ברויכן מיישב זיין.

איך ווייס נישט ווי דו זעהסט אין חקרן'ס ווערטער דייקא די ריזינע זייט, סך הכל שרייבט ער אלעס נאך פון הציץ ונפגע וואס איז אפיציעל נייטראל אבער ציווישן די שורות היבש אנטקעגן ריזין, הגם פארן צאנזער רב האט ער אויכעט זייער ווייניג רעספעקט.
פרייטאג מאי 01, 2015 3:39 pm#271743
berlbalaguleh האט געשריבן:דיףף: ביסט א רעביש אייניקל, און דו פילסט דיך געטראפן...? ס'דא בעלי עגלות (באלעגאלעס) וועלכע פאקן איין די רעבעס סיי אין יראת שמים און סיי אין וויסנשאפט... :lol: :roll:

הבנתי, נישט ממש אלע רבי'ס זענען אזוי הויך. אינישט אלע באלעגאלעס אזוי נידריג
זונטאג מאי 03, 2015 3:57 pm#272032
לידיעת הציבור:

איך האב צוגעלייגט נאך א ידיעה צום ערשטן פארזעצונג וואס איז ארויפגעלייגט געווארן פרייטאג, ווי אויך עטליכע ווערטער אינמיטן, בנוגע די (פאלשע) שמועות איבער'ן רבי'ן.
מאנטאג מאי 04, 2015 2:58 am#272281
ר' חקרן, אין דעם ערשטן פארזעצונג פון פרייטאג שרייבסטו אזוי:

"עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער ליעווער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט."

איך מיין אז עפעס א טעות איז דא אריינגעפאלן, אפשר ווילסטו קלאר מאכן, יישר כח.
מאנטאג מאי 04, 2015 6:39 pm#272495
שכוח, שוין פארראכטן... זעה איך אז כאטש איינער ליינט עס...
זונטאג מאי 10, 2015 8:30 pm#273871
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
@חקרן ווען קומט די קומענדיגע פארזעצונג?
מאנטאג מאי 11, 2015 7:45 pm#274166
דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו הערן ווייטער? - נאך די לעצטע פארזעצונג האב איך געהאט די הרגשה אז עס איז פאראן א שוואכע אינטערעסע דערין.

אויב די חברים ווילן אז איך זאל שרייבן ווייטער, וועל איך זיכער ממשיך זיין, איך וויל נאר נישט אויסקוקן ווי יענער וואס לייגט אריין שווערע כוחות אין א זאך וואס עס גייט קיינעם נישט אן, אבער אויב מען וויל דאס, וועל איך זיכער שרייבן להנאת הציבור.
מאנטאג מאי 11, 2015 7:51 pm#274169
A giten harav chakren please keep up your good work i really enjoy reading shtiker history that we don't really hear thanks in advance
מאנטאג מאי 11, 2015 7:53 pm#274171
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
זיכער האט דער עולם ליב צו ליינען די גאנצע פרשה
מאנטאג מאי 11, 2015 8:23 pm#274186
ווי מער דו וועסט שרייבן אלס מער וועט וואקסן די אינטערעסע דערין. דו מאך עס פאפולער
מאנטאג מאי 11, 2015 8:27 pm#274190
דו ווילסט מיר זאלן דיר פאלן צו די פוס און זיך בעטן ווי א גזלן? גוט, מיר טוען דאס, ביטע!! שרייב ווייטער!!
מאנטאג מאי 11, 2015 9:13 pm#274228
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
שרייב ווייטער!!!!!
איך ליין מיט דארשט.
יעצט האב איך באמערקט אז איך האב פארפאסט די לעצטע צוויי פארזעצונגען, אבער איך קען קוים ווארטען אויף ווייטער
מאנטאג מאי 11, 2015 11:33 pm#274273
אקעי, אקעי, איך הער...

איך האב פשוט נישט געוויסט אז דער עולם האט אן אינטערעסע. נאך די פאריגע פארזעצונג האב איך געהאט אזא געפיל אז איך רעד אביסל צום לאמפ און קיינעם גייט דאס נישט אן באמת, אבער אז דער עולם וויל, זיכער וועל איך פארזעצן בקרוב.
מאנטאג מאי 11, 2015 11:35 pm#274275
רעדסט נישט צום לאמפ מיר ליינען מיט דארשט
פרייטאג מאי 15, 2015 4:18 am#275302
מיר ווארטן מיט דארשט צו הערן ווייטער. ח"ו צו קלערן אז עס אינטערעסירט אונז נישט. געפילן זענען טאקע זייער וויכטיג אבער פארט זענען זיי נאר געפילן, נישט פאקטן.
פרייטאג מאי 15, 2015 9:12 am#275319
זיי זיכער אז פאר יעדער איינער וואס בעיט בפה מלא אז דו זאלסט שרייבן זענען דא כאטש נאך הונדערט קאווע שטיבל נאכפאלגער וואס ווילן. און ווי מער דו וועסט באלעבן דעם נושא אלס מער אינטערעס וועט ווערן.

אזא נושא ווי פון דער לעווער אינו חוזרת ריקם, ספעציעל אז דאס איז אזוי איינגענעם געשריבן ווי די באשרייבסט עס.

שרייב און טויזנטער וועלן דאס ליינען אין קאווע שטיבל אליינס, און בנוסף וועט דער ארטיקל ברענגען נאך ארטיקלען פון דעם נושא אדער ענליכע נושאים, און וועט האפענטליך אויפוועקן דעם פארשוויגענעם ענין, ווייל די מעשה איז נאר דער שפוץ פונעם אייז בארג.

שרייב, שרייב, און שרייב. חקור ודרוש און שרייב. עד שיפוצו מעינותיך חוצה.
פרייטאג מאי 15, 2015 3:24 pm#275488
איך וועל שרייבן אי"ה תיכף נאך שבת, די צייט דארף נאר ערלויבן.
פרייטאג מאי 15, 2015 5:11 pm#275519
we looking forward
זונטאג מאי 17, 2015 10:26 am#275799
שרייב ווייטער ביטע איך ליין מיט דארשט.
מאנטאג מאי 18, 2015 8:17 pm#276497
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:A giten harav chakren please keep up your good work i really enjoy reading shtiker history that we don't really hear thanks in advance
א איד האט געשריבן:זיכער האט דער עולם ליב צו ליינען די גאנצע פרשה
moshav zekeinim האט געשריבן:ווי מער דו וועסט שרייבן אלס מער וועט וואקסן די אינטערעסע דערין. דו מאך עס פאפולער
מיימון האט געשריבן:דו ווילסט מיר זאלן דיר פאלן צו די פוס און זיך בעטן ווי א גזלן? גוט, מיר טוען דאס, ביטע!! שרייב ווייטער!!
ראשעקאל האט געשריבן:שרייב ווייטער!!!!!
איך ליין מיט דארשט.
יעצט האב איך באמערקט אז איך האב פארפאסט די לעצטע צוויי פארזעצונגען, אבער איך קען קוים ווארטען אויף ווייטער
קאצקע ציקער האט געשריבן:רעדסט נישט צום לאמפ מיר ליינען מיט דארשט
הדד בן בדד האט געשריבן:מיר ווארטן מיט דארשט צו הערן ווייטער. ח"ו צו קלערן אז עס אינטערעסירט אונז נישט. געפילן זענען טאקע זייער וויכטיג אבער פארט זענען זיי נאר געפילן, נישט פאקטן.
moshav zekeinim האט געשריבן:זיי זיכער אז פאר יעדער איינער וואס בעיט בפה מלא אז דו זאלסט שרייבן זענען דא כאטש נאך הונדערט קאווע שטיבל נאכפאלגער וואס ווילן. און ווי מער דו וועסט באלעבן דעם נושא אלס מער אינטערעס וועט ווערן.

אזא נושא ווי פון דער לעווער אינו חוזרת ריקם, ספעציעל אז דאס איז אזוי איינגענעם געשריבן ווי די באשרייבסט עס.

שרייב און טויזנטער וועלן דאס ליינען אין קאווע שטיבל אליינס, און בנוסף וועט דער ארטיקל ברענגען נאך ארטיקלען פון דעם נושא אדער ענליכע נושאים, און וועט האפענטליך אויפוועקן דעם פארשוויגענעם ענין, ווייל די מעשה איז נאר דער שפוץ פונעם אייז בארג.

שרייב, שרייב, און שרייב. חקור ודרוש און שרייב. עד שיפוצו מעינותיך חוצה.
מ גפני האט געשריבן:שרייב ווייטער ביטע איך ליין מיט דארשט.


----------------
חקרן האט געשריבן:אקעי, אקעי, איך הער...

איך האב פשוט נישט געוויסט אז דער עולם האט אן אינטערעסע. נאך די פאריגע פארזעצונג האב איך געהאט אזא געפיל אז איך רעד אביסל צום לאמפ און קיינעם גייט דאס נישט אן באמת, אבער אז דער עולם וויל, זיכער וועל איך פארזעצן בקרוב.

מיר ווארטן!!!....
מאנטאג מאי 18, 2015 8:26 pm#276504
ממש ווי ביים לעווער אין הויף. די חסידים ווארטן אויפן רבי'ן, אבער ער באווייזט זיך נישט.
דינסטאג מאי 19, 2015 2:14 am#276596
ערב יום-כיפור תרכ"ט לפ"ק:

אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום-כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכות פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט.

דאס יאר איז א גרויסער עולם געקומען צו פארן אויף יום-כיפור צום רבי'ן קיין ליעווע, די שטאט איז פארפלייצט געווארן מיט געסט וועלכע האבן געוואלט וויילן דעם יום-הקדוש אינאיינעם מיטן רבי'ן. אלע ווייסן אז דער רבי זיצט פארשפארט אין זיין צימער, און מרוב קדושתו איז ער זיך פורש און פארארבעט מעשים אין זיין חדר המיוחד. אצינד אין דעם הייליגן טאג וועט דער רבי זיכער ארויסקומען צום עולם און מען וועט זוכה זיין צו דאווענען אונטער איין דאך מיטן רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויס'פועל'ן אין הימל אלע ישועות פאר אידישע קינדער, בגשמיות און ברוחניות.

שוין פון די נאכט פון ערב יום-הקדוש, האבן אידן געשטראמט ארום דאס וואוינונג פונעם רבי'ן, וועלנדיג אריינגיין מיט א קוויטל און זיך אויסבעטן א ישועה מיט א גוט געבענטשט יאר, אבער דער רבי זיצט סגור ומסוגר אין זיין חדר-המיוחד, ער וויל נישט אויפנעמען קיינעם. די גבאים קומען ארויס צום עולם מיט מיואש'דיגע אויגן "דער רבי נעמט נישט אויף, ער גיבט זיך אפ מיט העכערע זאכן, ער האט נישט קיין צייט פארן ציבור". דער עולם קרעכצעט, מאנכע פראבירן זיך צו בעטן אריינצוגיין, אפילו אויף א וואלע, גבירים פראבירן צו שמירן די רעדער, אבער עס העלפט גארנישט, דער רבי וויל נישט אויפנעמען דעם ציבור. בלית ברירה מוז זיך דער ציבור באגיניגן מיט א קוויטל ביי די רביצין, וועלכע נעמט אויף די געסט מיט קוויטלעך, אנוואונטשנדיג אלע ברכות און פארשפרעכט איבערצוגעבן די קוויטלעך פארן רבי'ן, וואס וועט זיכער בענטשן די פארזאמלטע און פועל'ן אין הימל א ישועה פאר כלל-ישראל.

אינדערפרי לויפט דער עולם אין מקוה, מען זאגט סליחות, מען שלאגט כפרות, דער הויף קוקט אויס ווי א קאכעניש, פון אלע זייטן קומען געסט צו פארן, מען שלעפט בעטן, מען לאדנט איין מענטשן צו די ערב יום-כיפור סעודה. געהאפט האט מען אז דער רבי וועט ארויסקומען צום עולם און פירן א טיש. ריכטיג, שוין א לאנגע צייט וואס דער רבי פירט מער נישט קיין טיש, זייענדיג פארשפארט אין זיין צימער, אבער פארט, אפשר דאך, לכבוד די געסט און די הייליגקייט פון טאג, וועט דער רבי ארויסקומען און פירן א טיש. אבער אלע האפענונגען זענען אויסגעבלאזן געווארן, ווען דער רבי איז צום טיש נישט ערשינען און נישט ארויסגעקומען צו די חסידים.

די חסידים, וועלכע האבן געגארט צו כאפן א בליק אויף דעם הייליגן רבי'ן, אויף וועמען מען זאגט נאך אזויפיל גדלות און צדקות, האבן זיך געטרייסט אז דאס איז זיכער פאר זייער טובה, און דער רבי איז אצינד עוסק לישועת הכלל. מען האט געגלויבט אז צו כל-נדרי וועט דער רבי זיכער ערשיינען אין בית-המדרש, מיטדאווענען מיטן גאנצן ציבור. אויך די גבאים האבן הייס פארשפראכן, אז צום דאווענען וועט דער רבי ארויסקומען און מיטהאלטן די תפילות.

זיצן טויזנטע אידן אין בית-המדרש, אנגעטאן מיט די קיטלען און טליתים, פון די פיאות טריפעט נאסע טראפן פון די מקוה, מאנכע זענען עוסק אין תפילה זכה אדער זוהר, אנדערע נוצן אויס די צייט אויף א גרינטליכע חשבון-הנפש. דער ציבור חסידים לעכצן און קוקן ארויס אויפן ערשיינונג פון דעם גרויסן רבי'ן, אז ער זאל אריינקומען אין בית-המדרש, און דאן וועט מען אנהויבן מיט די תפילות.

אבער דער רבי איז נישטא, ער איז נאכנישט ערשינען.

עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, א האלבע שעה, א שעה, פון צייט צו צייט ערשיינט א גבאי און פארשפרעכט אז דער רבי וועט זיך שוין אט אט באווייזן, מען זאל נאר האבן געדולד, ווייל דער רבי גרייט זיך שוין צו קומען. אלעמענ'ס אויגן זענען אנגעשטעלט צום טיר, ווארטנדיג צו כאפן א בליק אויפן צדיק, וואס דארף אט אט ערשיינען.

וואס דער ציבור חסידים האט נישט געוויסט איז, אז אין די זעלבע צייט הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג ביים רבי'ן אין שטוב, דארט קומט פאר העפטיגע אקטיוויטעטן און דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט.

שוין פון נעכטן ביינאכט האט מען זיך געבעטן ביים רבי'ן, אז ער זאל אויפנעמען זיינע געסט מיט קוויטלעך, די רביצין איז צוגעשטאנען דערביי און אויף אלע סארט וועגן פראבירט צו פועל'ן אז ער זאל נישט פארשעמען דעם הויף און כאטש אויף אפאר מינוט ארויסקומען צום ציבור. דער רבי האט אבער נישט געהאלטן דערביי, ער האט גע'טענה'עט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין די רבי'סטעווע און ער האלט נישט ביים שפילן דעם שפיל און אז ער וויל זיין כאיש בין אנשים. אויך בייטאג האט זיך די רביצין מיט די גבאים געבעטן צו פראווען א טיש, אבער דער רבי האט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט, עס האט נישט געהאלפן די געבעטן מיט די סטראשערייען, דער רבי האט זיך אוועקגעשטעלט מיט אן עקשנות און דערקלערט מיט א פעסטקייט, אז ער דינט מער נישט די אינטערעסן פונעם הויף און אז ער וועט טון ווי אזוי ער פארשטייט, קיינער וועט אים נישט צווינגען צו זיין אנדערש.

במשך דעם גאנצן נאכמיטאג, האט זיך געטאן דיסקאסיעס ביים רבי'ן אין שטוב, צווישן די גבאים מיט די רביצין, ווי אזוי צוצושטיין צום רבי'ן אז ער זאל אריינקומען אין שוהל צום דאווענען. מען האט זיך געבעטן ביים רבי'ן מיט תחנונים און בקשות, ער זאל נישט פארשעמען דעם גרויסן ציבור און דעם הייליגן הויף, ער זאל קומען כאטש צום דאווענען און מיטדאווענען מיטן ציבור. דער רבי האט אבער דערקלערט, אז ער וועט צום דאווענען נישט אריינקומען, ער וועט ליבערשט דאווענען ביחידות אין דעם גרויסן טאג, ער וועט נישט שטיין אין שפיץ פונעם ציבור און זיי פארטרעטן אלס זייער רבי און קדוש.

ווי א שעה נאנטער צום זמן, אלס מער איז די אנגעצויגנקייט ביים רבי'ן אין שטוב געשטיגן. די גבאים פון זייער זייט האבן הייס פארשפראכן דעם ציבור מיט די געסט, אז דער רבי וועט אריינקומען צום דאווענען, און דאן וועט מען קענען כאפן א בליק, אבער דער רבי האט דערווייל נישט געהאלטן דערביי. מען איז צוגעשטאנען צום רבי'ן אויף אלע סארט אופנים, אויך ר' דוד - דער שליח פונעם רבי'נס שוואגער, ר' דוד'ל פון טאלנע, וועלכער איז געשיקט געווארן ספעציעל קיין ליעווע, צו ארבעטן און פראבירן צו פארריכטן דער מצב אין הויף - איז ספעציעל צוגעשטאנען צום רבי'ן און זיך געבעטן ביי אלעמען הייליגן. מען האט פראבירט צו מאכן פשרות און פארהאנדלען, אבער דאס מאל איז דער רבי געשטאנען מיט אן עקשנות און דערקלערט אז ער קומט נישט אריין צום דאווענען.

דערווייל האט זיך דער ציבור שוין פארזאמלט אין בית-המדרש, עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, די רביצין מיט די גבאים זענען אובד עצות. דער רבי מיינט דאס זייער ערנסט, דאס מאל איז דער רבי שטארק אנטשלאסן און ער וויל נישט אריינקומען אין בית-המדרש. וויפיל די רביצין האט געבעטן, געסטראשעט און פארפירט, האט עס גארנישט געהאלפן. דער רבי האלט זיך ביי זיינ'ס.

דער רבי זעלבסט, האט זיך שוין אנגעהויבן צוצוגרייטן צו דאווענען אינדערהיים ביחידות. ער האט זיך שוין אנגעטאן דעם קיטל מיטן טלית, גענומען דעם מחזור און זיך געגרייט צו דאווענען ביי זיך אין זיין חדר. אלס דעם לעצטן פרואוו איז די רביצין מיט די גבאים אריינגעקומען און מיט בכיות געבעטן פונעם רבי'ן, אז אין שוהל זענען פארזאמלט הונדערטע געסט, אלע שטייען און ווארטן, דער רבי זאל זיי נישט פארשעמען און אראפקומען צו זיי. דער רבי האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם פארלאנג, און אנגעהאלטן זיין עקשנות.

וואס טוט מען דא? - וואס זאגט מען פארן עולם?

זייענדיג פארצווייפלט און נישט וויסנדיג וואס צו טון, האט די רביצין באשלאסן אז דאס מאל וועט עס מוזן גיין מיט געוואלד, אויב נישט מיט גוטנס, דאן מיט בייזנס. די רביצין האט דאן באפוילן די גבאים, וועלכע זענען אריינגעקומען אין צימער פון רבי'ן, אנגעכאפט דעם רבי'ן, אים מיט געוואלד אויפגעהויבן, ארויסגעשלעפט אויפן גאס און אנגעהויבן אים צו שלעפן מיט געוואלד, טראץ זיין התנגדות, אין שוהל אריין.

דער רבי האט זיך אבער נישט געלאזט.

במשך דער גאנצער וועג, האט זיך דער רבי געשלאגן פיזיש מיט זיינע גבאים, בשעת די רביצין גייט אונטער זיי, באגלייטנדיג אין שוהל. דער רבי האט זיך געאמפערט און געריסן מיט די גבאים וואס האבן אים געשלעפט מיט געוואלד, ביז דער טלית פון רבי'ן האט זיך צעריסן. די גבאים האבן ווייטער געשלעפט דעם רבי'ן, ביז דער רבי האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך צושריגן אויף די גבאים און אויף די רביצין, שרייענדיג אויף די גאסן פון ליעווי, אז אויב מען וועט אים נישט אפלאזן, וועט ער גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און אזוי וועט זיך יעדער אפטשעפענען פון אים און אים לאזן פירן זיין לעבן...

איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער יום-כיפור האט אויסגעקוקט אין ליעווע. פון אלע זייטן זענען געווען פארזאמלט קופקעס, וואס האבן איבערגעשמועסט די געשעענישן. עס איז געווען א שרעקליכער מחזה צו זען ווי אזוי מען שלעפט דעם רבי'ן אויפן גאס, זיין טלית צעריסן און ער שרייט אז ער וועט זיך שמד'ן. חסידים, אזוי ווי חסידים, האבן איינגעלערנט אינעם רבי'נס ווערטער הויכע ענינים, אז דער רבי דארף ארויסנעמען די ניצוצות פון נידעריגע פלעצער און אז אלעס וואס עס שפילט זיך אצינד אפ איז א הכנה פאר ביאת המשיח. עס איז געווען א טרויעריגער יום-טוב, איבעראל האט מען היציג דעבאטירט די פאסירונגען און וואס דאס מיינט.

די ווערטער פונעם רבי'ן, אז ער גייט זיך שמד'ן, זענען געהערט געווארן דורך פיל חסידים, און עס האט געמאכט פליגלען אויף די גאס. איבעראל האט מען אנגעהויבן צו הערן דערפון און עס האט נישט גענומען לאנג ביז די פאסירונג איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי אויף א געבראטנס... א קלייניגקייט? - דער אידישער ראבינער זאגט אז ער גייט זיך שמד'ן... אלע צייטונגען האבן דאס באריכטעט, אלע קריסטן האבן געשמועסט דערפון. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז א געוויסער גלח האט דערקלערט זונטאג אין קלויסטער, אז לויט אלע סימנים דארף זיך דער אותו-איש נאכאמאל אנטפלעקן אין דעם דאזיגן יאר, און דעריבער איז נישט קיין ספק אז דער ראבינער פון ליעווע, איז דער משיח אליין.

דער חילול השם און די בושות וואס חסידים האבן איינגענומען, איז געווען אין-לשער. די גוים האבן ארומגעטראגן די דאזיגע נייעס און דאס פארשפרייט אלס הוכחה צו זייער רעליגיע, אז אפילו דער גרעסטער אידישער ראבינער "זאגט קלאר" אז ער גייט זיך שמד'ן; די שונאים פון רוז'שין האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף און געמאכט צימעס דערפון (איי איי, ווי אזוי וואלט צימעס און קאווע שטיבל אויסגעקוקט בימים ההם...). עס איז געווען בושות און חרפות.

אבער דאס איז נאכנישט אלעס...

קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.
דינסטאג מאי 19, 2015 1:52 pm#276778
.
דינסטאג מאי 19, 2015 2:06 pm#276786
ATUB @חקרן ATUB איך האב באקומען א אימעיל אז דו האסט תוגעלייגט א הודעה איך קום אריין והנה פינטל.
:( :o :shock: :? :oops: :oops:
דינסטאג מאי 19, 2015 2:08 pm#276789
קוק איין הודעה ארויף
דינסטאג מאי 19, 2015 2:14 pm#276794
איין הודעה ארויף האב איך שוין געליינט היינט אינדערפרי און שוין קאמענטירט דערויף אין די אנדערע אשכול.
קוק דא