Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
138 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11000
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 3:14 pm#351918
חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
כ'וויל רעדן פון א נושא וואס איז האקל, אבער דאך גאר וויכטיג אויסצושמועסן. עס איז א נושא וואס מענטשן האבן מורא צו בארירן, מ'ציטערט בכלל צו דערמאנען די פאקטן, אבער דער מציאות מוז געזאגט ווערן, און דא אויף קאווע שטיבל מוז מען עס אויסשמועסן.

אפיקורסות.

יארן לאנג איז אנגענומען אז אמאליגע אפיקורסים זענען געווען כופרים און היינט זענען בלויז דא בעלי תאווה. דאס איז א וועג פון אראפווארפן פון אונז דעם אחריות צו טיף אריינקלערן אין דעם ענין, און טראכטן צי מאמינים האבן נישט אפשר עפעס אן אויפגאבע צו העלפן אידן בלייבן ביי דער אמונה. אויב זאל מען מודה זיין אז אפיקורסים וואס דרייען זיך צווישן אונז האבן לעגיטימע פראגעס און ספיקות ברענגט דאס תיכף אן אחריות פאר מאמינים צו ענטפערן אויף די פראגעס, און מסביר זיין פארוואס מ'קען דאך בלייבן ביי דער אמונה. עס איז פיל גרינגער זיך אפצושאקלען פון די ערנסטע אחריות'ן וואס מיר פארמאגן, געבן א פאכע מיט דער האנט און שרייען אז אפיקורסים זענען בעלי תאווה, און עס האט גארנישט מיט אונז.

כאטש מ'רעדט נאכנישט דערפון אפן, איז אבער קלאר אז עס זענען דא הונדערטער – אויב נישט טויזנטער – אפיקורסים וואס דרייען זיך ארום צווישן אונז. מ'הערט מער און מער וועגן היימישע חסידישע יונגעלייט וואס גייען אראפ פון דרך (או-טי-די, בלשונם), אמאל מיט דער משפחה און אמאל אן. פון זיי איז אוממעגליך זיך צו פארהוילן, ווייל עס נעמט אריין משפחות, גיטין, און א שטורעם אויף דער גאס. אבער די אפיקורסים וואס בלייבן צווישן אונז, אנגעטון מיט די שמונה בגדים און פירן ווייטער א חרדיש לעבן כאילו לא היה, מאכן נישט קיין ווינט און קיין שטורעם, און אויב מ'איז אומבאקוועם מיט'ן רעדן דערוועגן אדער טון עפעס דערוועגן קען מען זיך פארהוילן פון די פאקטן.

עס זענען פאראן שוטים וואס אויב האבן זיי א חשד אויף איינעם אז ער איז נישט קיין מאמין וועלן זיי אים פרובירן צו דערגיין די יארן, ווי כאילו דאס וועט אים צוריקברענגען די אמונה. אנשטאט זיך פרייען אז יענער איז שטיל, האט ווייטער ליב זיין ווייב און קינדער, צעברעכט נישט זיין משפחה, וועלן זיי גיין און חרוב מאכן וואס זיי קענען נאר. אדרבה, אויב אידישקייט און משפחה-לעבן גייט דיר אן, זיי יענעם מחזק און העלף אים ארויס אז זיין לעבן זאל זיין ווי מער באקוועם – ווייל אז דו וועסט אים נאך מער דערשטיקן זענען דא גרעסערע שאנסן אז זיין משפחה וועט ח"ו צעבראכן ווערן. אבער פאר אונז ווי א כלל בלייבט יא איבער צו טראכטן פארוואס דאס געשעט. פארוואס הערט מען וועגן אונזערע בעסטע און שענסטע וואס פארלירן די אמונה?

און נאכאמאל, אונזער שמועס דא איז נאכדעם וואס מיר אנערקענען אז נישט יעדער וואס פארלירט די אמונה איז א בעל תאווה. עס זענען פאראן אזעלכע אויך, אבער דער לומד'ישער מחבר ספרים וואס איך קען וואס איז שוין אן אפיקורס פאר צען יאר האט נאך אין זיין לעבן נישט געטון קיין עבירה. דאס זעלבע דער איידעלער מגיד שיעור און בריליאנטענעם ביזנעסמאן וועמען איך קען זענען מער אריינגעטון אין תורה און ביזנעס ווי "פארדינען" א שטיקל טרפות פון זייער כפירה.

איך וויל נישט דא אריינגיין אין קושיות און ספיקות וואס ברענגען צו כפירה, נאר בלויז מאכן איין אבזערוואציע איבער דעם ענין וואס מ'דארף נעמען צום הארץ. אין מיינע שמועסן מיט ליטווישע אידן שטעלט זיך ארויס אז ביי זיי הערט מען פיל ווייניגער וועגן פרומע חרדישע יונגע מענטשן וואס פארלירן גענצליך די אמונה. איך רעד נישט דא פון מענטשן וואס ווערן אפיציעל או-טי-די, וואס איך ווייס נישט צי דער פענאמען איז שטערקער ביי חסידים צי ביי די ליטווישע. כ'רעד פון חרדישע מענטשן מן השורה, בני תורה און ביזנעסלייט מיט משפחות, וואס הערן אויף צו גלייבן אין דער תורה. פון אזעלכע זענען דא מער אין דער חסידישער וועלט ווי אין דער ליטווישער.

אין אלגעמיין זענען די ליטווישע פונקט אזוי פרום ווי חסידים, זייער אינטעליגענץ איז גארנישט ווייניגער ווי אונזער, און די קושיות און ספיקות וואס חסידישע אפיקורסים טראכטן זענען פונקט אזוי נוגע ליטווישע. טא, וואס ברענגט דעם חסיד צוצוקומען צו לייקענען תורה און אידישקייט ווען דער ליטוואק קומט ווייניגער אן ביז אהין?

איך מיין אז דער תירוץ איז ווי פאלגנד. צווישן לעבן מיט פולקאמער תמימות ביז גענצליכער כפירה זענען פאראן גאר אסאך שטאפלען. מ'קען האבן ספיקות אין רבי'ס, מ'קען לייקענען אין חסידות, מ'קען צווייפלען אין חרדיזם, מ'קען כופר זיין אין זוהר און קבלה, מ'קען גלייבן אין עוואלוציע, מ'קען קריכן צו סליפקין, מאדערן ארטאדאקס, וכו'. נישט יעדער אינטעליגענטער מענטש איז פארנומען מיט'ן קריכן אין עניני אמונה – עס זענען דא אסאך קלוגע מענטשן וואס זענען באקוועם מיט וואו זיי שטייען, און זענען נישט אינטערעסירט צו גרובלען טיפער און טיפער. די פראגע צי עפעס איז אמת צי נישט איז געווענליך א פראגע וואס איז נוגע למעשה – אפילו נאר במחשבה. אויב איז עס נישט נוגע, קריכט מען נישט אהין.

יעצט לאמיר פארשטיין וואס געשעט ווען א ליטוואק'ס נשמה פאנגט אים אן נאגן ביים הארץ אז נישט אלעס וואס מ'פארקויפט ביי אונז איז אמת. ער פאנגט אן כאפן אז אסאך פון אונזערע באגרעניצונגען זענען באזירט אויף טעותים, נאאיוויטעט און שקר. עס שטערט אים, עס ווייטאגט אים, און ער נעמט זיך גרובלען צו פארשטיין וואס איז יא אמת און וואס נישט. פיין, ער זעט איין אז מ'מעג יא גלייבן אין עוואלוציע, מ'דארף נישט זיין אזוי אינגאנצן פארגלייבט אין קבלה, און זיין מחשבה-וועלט לייכט אויף. פלוצלינג איז זיין לעבן שוין נישט אזוי ענג, זיין קאפ איז אים ברייטער, און ער קען נאכלאזן פון זאכן וואס לייגן זיך אים שוין נישט אויפ'ן שכל. אז דאס לעבן איז אים באקוועמער געווארן בלייבט ער שטיין דארטן, און גייט נישט ווייטער.

אבער וואס געשעט ווען דער חסיד פאנגט אן ווערן געפלאגט מיט ספיקות איבער דעם חרדיש לעבן? די רגע וואס ער דרוקט נאר אויס איין ווארט סקעפטיציזם אויף א געזעלשאפטליכער נארישקייט ווערט ער תיכף אפגעשטעמפלט אן "אויפגעקלערטער". אז ער גייט א טריט ווייטער איז ער א ציוני, און ווען ער קומט אזש צו צווייפלען אז עס זענען היינט דא בעלי רוח הקודש איז ער שוין אן "אפיקורס". ביי ליטווישע זענען אויך דא שמאלקעפיגע מענטשן וואס וועלן זיך ווארפן מיט אזעלכע טערמינען ווי "אפיקורס" – אבער נאר ביי חסידים איז עס פולקאם איינגעבאקן ווי אן אינטעגראלער חלק פון דעם געדאנקענגאנג.

דער ליטוואק וועט פיל לייכטער טרעפן א באקוועמען ארט אין אידישקייט וואס איז מקובל פאר'ן שכל. דער חסיד – אין דער רגע וואס ער איז איין טראפ ארויס פון דעם נארמאטיוון מהלך מוז ער תיכף זיין א מאראנא, אן "אנוס", און באהאלטן פון יעדן וואס ער האלט באמת. דאס זיין אן אנוס איז זייער פיינפול, און ברענגט נאר אז דער מענטש זאל נישט טרעפן זיין ארט אין אידישקייט. דאס וועט אים אדער איר פירן ווייטער צו קלעטערן און גרובלען און אנקומען ביז'ן ווערן אן אפיקורס ממש.

עס זענען דא וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג, ווי כאילו זיי האבן די רעכט און פעאיגקייט צו דערקלערן אז יענעמ'ס ספיקות זענען נישט לעגיטים. אבער עס איז דא אן אמת אין דער טענה, נישט ווייל די ספיקות זענען נישט לעגיטים, נאר ווייל אויב אידישקייט וואלט אים באקוועם געווען אויף א פריערדיגן שטאפל וואלט ער מעגליך קיינמאל נישט אנגעקומען צו גרובלען ביז די יסודות ממש. יא, די ווייטאג פון אפשפעטן און טעראריזירן יעדן וואס טראכט נאר אביסעלע אנדערש ברענגט כפירה. נישט כפירה וואס מיר קענען אוועקמאכן און אפשפעטן, נאר כפירה וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב מ'וואלט ערלויבט עטוואס בויגזאמקייט אין אונזער געזעלשאפט, און געלאזט מענטשן זיין אביסל אנדערש און זיך אנדערש אויסדרוקן.

מאמינים דארפן פרובירן צו זען אז מענטשן זאלן נישט ווערן קיין אפיקורסים, בפרט ווען מ'רעדט פון די אייגענע ברודער אין איין גרויסער געזעלשאפט. די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן מיט מוכיח זיין אמונה דארפן טון זייער חלק, די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן אמונה דורך מאכן אידישקייט געשמאק דארפן אוודאי עוסק זיין אין דעם. אבער ווי א געזעלשאפט מוזן מיר אנהויבן אנערקענען דעם רעכט פון מענטשן צו זיין ברייטער און מער אויפגעקלערט. נישט יעדע דעה וואס יעדער האלט מוז דיר געפעלן, און ס'איז גארנישט אז יענער האלט אנדערש. מיט'ן טשעפען און רודפ'ן יעדן וואס זאגט א ווארט אנדערש ווי דעם אפיציעלן נאראטיוו באשאפן מיר אפיקורסים מיט אונזערע אייגענע הענט.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 3:36 pm#351922
פיינפול ריכטיג! כ'מיין ליטוואק האט שוין בארירט די טעמע.

איז שייך צו קענען העלפן יענעם אלץ א געזעלשאפט און דאך צוברעכן און אויסרייסן די סארט געזעלשאפט תוצאות?
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:13 pm#351927
איך פארשטיי נישט דיין פראגע.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:29 pm#351928
זאגסטו נישט אז 'געזעלשאפט' איז א דיירעקטע מקור צום פראבלעם? דאן איז נישט לכאורה די עצה צו צוברעכן די געזעלשאפטליכע לעבן, און לעבן מער א איינזאמערע אייגן לעבן לכה"פ כהליטאים?

ווי כ'פארשטיי פון דיר איז, אז "מען זאל ווייטער פארבלייבן אלץ א געזעלשאפט און פרובירן זיך ארויסהעלפן אז דער חבר זאל נישט פאלן". איז נישט דער 'געזעלשאפט' די פראבלעם גופא?

פארשטיי איך ראנג?
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 6:38 pm#351937
.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 12:41 am#351985
געוואלדיג: ייש"כ. די לייק איז פאר'ן מעקן זיינע דברי נאצה וכפירה...!
זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:20 am#351994
העניך, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן
זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:28 am#351997
העניך האט געשריבן:

אין אלגעמיין זענען די ליטווישע פונקט אזוי פרום ווי חסידים, זייער אינטעליגענץ איז גארנישט ווייניגער ווי אונזער, און די קושיות און ספיקות וואס חסידישע אפיקורסים טראכטן זענען פונקט אזוי נוגע ליטווישע. טא, וואס ברענגט דעם חסיד צוצוקומען צו לייקענען תורה און אידישקייט ווען דער ליטוואק קומט ווייניגער אן ביז אהין?

יעצט לאמיר פארשטיין וואס געשעט ווען א ליטוואק'ס נשמה פאנגט אים אן נאגן ביים הארץ אז נישט אלעס וואס מ'פארקויפט ביי אונז איז אמת. ער פאנגט אן כאפן אז אסאך פון אונזערע באגרעניצונגען זענען באזירט אויף טעותים, נאאיוויטעט און שקר. עס שטערט אים, עס ווייטאגט אים, און ער נעמט זיך גרובלען צו פארשטיין וואס איז יא אמת און וואס נישט. פיין, ער זעט איין אז מ'מעג יא גלייבן אין עוואלוציע, מ'דארף נישט זיין אזוי אינגאנצן פארגלייבט אין קבלה, און זיין מחשבה-וועלט לייכט אויף. פלוצלינג איז זיין לעבן שוין נישט אזוי ענג, זיין קאפ איז אים ברייטער, און ער קען נאכלאזן פון זאכן וואס לייגן זיך אים שוין נישט אויפ'ן שכל. אז דאס לעבן איז אים באקוועמער געווארן בלייבט ער שטיין דארטן, און גייט נישט ווייטער.

אבער וואס געשעט ווען דער חסיד פאנגט אן ווערן געפלאגט מיט ספיקות איבער דעם חרדיש לעבן? די רגע וואס ער דרוקט נאר אויס איין ווארט סקעפטיציזם אויף א געזעלשאפטליכער נארישקייט ווערט ער תיכף אפגעשטעמפלט אן "אויפגעקלערטער". אז ער גייט א טריט ווייטער איז ער א ציוני, און ווען ער קומט אזש צו צווייפלען אז עס זענען היינט דא בעלי רוח הקודש איז ער שוין אן "אפיקורס". ביי ליטווישע זענען אויך דא שמאלקעפיגע מענטשן וואס וועלן זיך ווארפן מיט אזעלכע טערמינען ווי "אפיקורס" – אבער נאר ביי חסידים איז עס פולקאם איינגעבאקן ווי אן אינטעגראלער חלק פון דעם געדאנקענגאנג.

דער ליטוואק וועט פיל לייכטער טרעפן א באקוועמען ארט אין אידישקייט וואס איז מקובל פאר'ן שכל. דער חסיד – אין דער רגע וואס ער איז איין טראפ ארויס פון דעם נארמאטיוון מהלך מוז ער תיכף זיין א מאראנא, אן "אנוס", און באהאלטן פון יעדן וואס ער האלט באמת. דאס זיין אן אנוס איז זייער פיינפול, און ברענגט נאר אז דער מענטש זאל נישט טרעפן זיין ארט אין אידישקייט. דאס וועט אים אדער איר פירן ווייטער צו קלעטערן און גרובלען און אנקומען ביז'ן ווערן אן אפיקורס ממש.

זייער שיין א גרויסען דאנק

אויב איז עס ריכטיג אז ביי חסידים איז דא העכערע פראצענטען פון יונגעלייט וואס צווייפלען אין די יסודות האמונה, איז עס לכאורה נישט ווייל ביי ליטאים איז דא מער טאלעראנץ אדער ברייטקייט,

אדרבה, ליטאים זענען בד''כ מער פאנאטיש און דוגמאטיש און איינער וואס צווייפלט אין די השקפה אדער דעת תורה ווערט באזייטיגט אסאך שנעלער

משא''כ ביי חסידים קענט איר גרינגער טרעפען אפענע ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע וואס זענען חשובע מענטשען (דוגמת המגיה הידוע פונם אומאפהעניגען זשורנאל, שטייצעך איך קען נישט אויסרעכענען די אומצאליגע נעמען וואס קומען גראד ארויף אויפן געדאנק אין א פובליק פורום)

לדעתי האט עס אביסעל צוטוהן מיט דעם וואס דער חסיד [פון סיי וועלכע קרייז] איז על כרחך מער ציניש פון אנהויב אׇן צוליב די היפאקראטיע פון זייערע אדמו''רים וואס לעבן אין לוקסוס, אויסגעצאלטע הייזער פאר די קינדער און אייניקלעך, לויפן פון וואקאציע צו וואקאציע, גאראנטירטע אינקומס וכו' בשעת ווען דער חסיד בד''כ מוטשעט זיך דורך שטופען דעם חודש,

משא''כ ביי די ליטאים לעבען נישט זייערע גדולים אין גרויס רייכקייט און לוקסוס מער ווי עווריזש מענטשען עכ''פ נישט אפען
זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:44 am#351998
מור וקציעה: מיט די ערשטע העלפט פון דיין תגובה ביניך מסכים 100%. אבער די צווייטע העלפט וואו דו ברענגסט סיבות וטעמים פארוואס חסיד'ישע אידן זענען בדרך כלל מער ציניש ווייל זיי קוקן צו ווי די אדמורי"ם און זייערע קינדער לעבן אין לוקסוס און די פשוטי עם מוטשען זיך מיט'ן טאג טעגליכן לעבן. וויל איך דיר זאגן אז דאס איז א דזשענעראלייזעישן. ווייל דער רבי צו וועם איך קער מיך אן האט נישט קיין טראפ לוקסוס אין זיין דירה. און זיינע קינדער וואוינען אלע אין געדונגענע דירות. קיין איינציגער האט נישט זיין אייגן הויז. ביי מיין רעבי'ן אין דיינינג רום איז שוין דא די זעלבע לייטינג פיקטשער פאר מער ווי פערציג יאר. און איך גיי זייער אפט ארויף אין זיין דירה. און ווען ער האט אמל אפגעקויפט אן אלטן קעדילעק פון א שכן, וואס יענער האט שוין געהאלטן ביי אוועקווארפן, האט ער אייביג געזאגט...מה יאמרו הבריות. איך, די רבי פארט מיט א קעדדי...! היינט האט ער א פשוט'ע מיני ווען וואס דער גבאי דרייווט...מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...ממילא קענמען נישט מאכן א סטעיטמענט אז אלע רעבעס לעבן אין לוקסוס...יא. זיכער געוויסע העיליגע רעבעס (וועלכע וועיסן קעינמאל גארנישט)...אבער די עכטע מנהיגי הדור לעבן בכלל נישט אין לוקסוס...!
זונטאג אקטאבער 09, 2016 3:07 am#352001
טאקע וועגען דעם איז ידידינו ר' בערל געבליבען שטארק אין די עיקרי אמונה ב''ה

איך רעד באופן כללי און פון די גרויסע פירמעס (א שטייגער ווי צאנז סקווירא בעלזא סאטמר וכו')
זונטאג אקטאבער 09, 2016 9:11 am#352020
האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?

ווען די מאמינים וועלן זיין אזעלכע שטארקע און קלארע מאמינים, וועלן מיר קענען זיך נעמען צו די אפיקורסים. ביזדערווייל, האב איך נאכנישט געטראפן קיין מענטשן מיט א פעסט געבויעטע אמונה, און נישט קיין איינער מיט א פעסט געבויעטע כפירה. מיר זענען אלע בני אנוש, מיט אונזערע באגרעניצונגען, און מיר אלע מוטשען זיך מיט קושיות און ספיקות, כל חד וחד לפום דרגא דיליה.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 10:18 am#352027
איך האב אנגערירט דער נקודה דא, און מ'האט מיר אביסל אטאקירט. ס'איז נאך דא וואס אויסצושמועס'ן און איך האב אביסל געשריבען דא אויך
זונטאג אקטאבער 09, 2016 12:12 pm#352037
אלס קומפט וויל מען לערענט נישט גפ"ת אויפן ריכטיגען אוביעקטיווען דרך באופן של הישיבות הק דליטא. ואידך פירושא הוא זיל גמור..
זונטאג אקטאבער 09, 2016 3:45 pm#352055
זבולון: דו זאגסט צווישן איבעריגע אז צו קענען וויסן אויף זיכער אויב איינער איז אן אפיקורס מוז מען אליינס זיין א גרויסער אפיקורס...
איך האב א פשוט'ע הגדרה פאר אן אפיקורס...(און איך קען עטליכע פערזענליך.)...איינער וועלכער גלייבט נישט אין דרשות ודברי חז"ל. ער טראכט זיך..."מאי אהנו לן רבנן"...ער האט קאנטעמפט (סארי. כ'ווייס נישט דאס אידישע ווארט פאר דעם.) פאר די חכמי התלמוד. ער האלט אז זייערע דרשות זענען איבריג...און זיי געבן גארנישט צו צום דיאלאג...!
זונטאג אקטאבער 09, 2016 3:50 pm#352056
תורה ומדע: איך האלט אויך אז מ'דארף לערנען גפ"ת מיט א ברייטערן פערספעקטיוו. אבער נישט אין די ליטווישע ישיבות און זייער דרך הלימוד ליגט די לעזונג. נאר די מגידי שיעור און רבי'ס דארפן האבן א ביסל מער וועלטליכע בילדונג. ווי היסטאריע און געאגראפיע און סאציאלע לימודים. און פון דעם קוק ווינקל לערנען פשט אין די גמרא...!
זונטאג אקטאבער 09, 2016 3:52 pm#352057
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: איך האלט אויך אז מ'דארף לערנען גפ"ת מיט א ברייטערן פערספעקטיוו. אבער נישט אין די ליטווישע ישיבות און זייער דרך הלימוד ליגט די לעזונג. נאר די מגידי שיעור און רבי'ס דארפן האבן א ביסל מער וועלטליכע בילדונג. ווי היסטאריע און געאגראפיע און סאציאלע לימודים. און פון דעם קוק ווינקל לערנען פשט אין די גמרא...!

נוסח שטיינזאלץ?
זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:00 pm#352058
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:12 pm#352060
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
טאמעוואטע האט געשריבן:לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

עס דערקוויקט די הארץ צו הערן אזעלכע קלארע דיבורים קולע אל השערה כמים קרים על נפש עייפה
ישר כח!
זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:29 pm#352062
טאמעוואטע האט געשריבן:לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

סאיז פשוט אזוי, ווי שווער איז דען צו לערנען גפ"ת אויפן ליטווישן דרך?
זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:39 pm#352065
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:41 pm#352066
ATUB @ראובן ATUB האט שוין אנגערירט די נקודה פונעם פותח האשכול מיט א געוואלדיגע בהירות - ליין דא

ATUB @זבולון ATUB האט מיך ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין מויל. רוב אפיקורסים וועמען דו באצייכנסט אלס אפיקורס, גייען אפילו נישט אריין אין די קאטעגאריע פון די חזון איש אז 'נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס'. צווישן די חסידים קענסטו טרעפן אסאך אזוי ווי דו שרייבסט: "ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע". ווער זענען די מערהייט שרייבער דא אויב נישט חסידים. און ווי אויך ווייסט יעדער, אז חסידות איז געבויעט אויף א גאר שארפע עקסטערעמע וועג. נעם א דוגמה די ביהמ"ד אוהל ישרים, וואס אנאנסירט אז זיי גייען נישט מוצא זיין פרויען וואס גייען מיט שייטלעך מיט תקיעות שופר. ווען איך האב דאס געזען האב איך געמיינט איך פאל אראפ. איז דאס תורה? הזאת נעמי? איז דאס די אידישע פאלק וואס ווערט באשריבן אין תנ"ך?

פערציג אוהל ישרים צעטלעך איז די והותר פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ איבערצולאזן אלעס אונטער זיך. דאס האט גארנישט מיט אפיקורסות. דאס האט מיט אנגעגעסענע עקסעסיוו none sense וואס לאו כל מוחא סבל דא.

און דאס וואס העניך שרייבט: אז די "וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג". איז ריכטיג און אומריכטיג.

עס איז ריכטיג, ווייל עס זענען פארהאנען צאללאזע מענטשן וואס האבן לעגיטימע קשיות, און האט זיי מעגליך יא צוגעפירט צו אפיקורסות, און עס האט גארנישט מיט ווייטאג.

און עס איז אומריכטיג, ווייל נישט יעדער וואס לאזט איבער אידישקייט אדער האט קשיות ווערט אן אפיקורס. קשיות זענען געזונט, טענות זענען געזונט, אבער דאס זענען נאכנישט קיין סמנים פון אפיקורסות. און יא, אסאאך מאל קומען קשיות פון ווייטאג, עין ערך אוהל ישרים. דער מענטש כאפט אליין נישט אסאך מאל מהיכן קשיא זה חי.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:01 pm#352067
נולד מאוחר האט געשריבן:העניך, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן

#אונטער-די-קארפעט
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:10 pm#352068
טאמעוואטע האט געשריבן:לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

יישר כח פאר קאנפירמען דאס וואס העניך שרייבט.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:10 pm#352069

זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:30 pm#352076
זבולון האט געשריבן:האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

ווי כ'האב געשריבן אין דעם ארטיקל איז עס נישט נאר מיין פערזענליכע מיינונג, נאר די מיינונג פון ליטווישע זעלבסט וואס קענען דעם דארטיגן מצב. און יעצט זע איך אז ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB האט געשריבן ממש כדברי אין אן אנדערן אשכול.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:32 pm#352078
טייערע ברודער האט געשריבן:קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

נישט דאס האב איך געזאגט, נאר אז ביי די ליטווישע איז דא א מקום צו זיין א מענטש צווישן מענטשן אפילו מ'צווייפלט אויף געוויסע חרדישע יסודות. ביי חסידים ווערט מען תיכף אפגעשטעמפלט אן "אויפגעקלערטער" און אפיקורס, און אז מ'איז סייווי נישט מקובל אין דער געזעלשאפט קריכט מען ווייטער ביז מ'קומט אן צו די יסודות ממש.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 6:22 pm#352085
העניך האט געשריבן:
זבולון האט געשריבן:האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

ווי כ'האב געשריבן אין דעם ארטיקל איז עס נישט נאר מיין פערזענליכע מיינונג, נאר די מיינונג פון ליטווישע זעלבסט וואס קענען דעם דארטיגן מצב. און יעצט זע איך אז @ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן ממש כדברי אין אן אנדערן אשכול.

עס מאכט עס נאך אלס נישט פאר אן אויסגעהאלטענע סורוועי.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:26 am#352130
טאמעוואטע האט געשריבן:לויט וויזוי איך קיק עס אהן איז נישט דא קיין אפיקורסים וואס איז אמאל געווען דאס הייסט איינער וואס גלייבט נישט אין יציאת מיצרים אדער קען דיר אויפווייזן אז די געשעניש פין מן איז קיינמאל געווען, די אלע היינטיגע אזויגעריפענע אפיקורסים האלטן ביי זיראו. לעבן אין די פאפערייען מיט זיין פרוי אז ער איז א ערליכע אינגערמאן איז עים לאנגווייליג געווארן קימט ער ארויף מיט א שפריכווארט או טי די וואס דאס מיינט אין אידיש. די אידישע פארלאנגען זענען מיר צי שווער. אלזאו פאר אזעלכע אינגעלייט קימט נישט אריין עים מקרב זיין אין נישט פארשעמען ווייל זיי זענען פורקי עול

Sent from my SM-N930T using Tapatalk

טאמעוואטע: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. אזוי האט אויך געהאלטן דער מלבי"ם. ס'איז א באקאנטע מעשה אז ס'איז איינמאל געקומען צו איהם אן אפיקורס און ר'האט איהם געזאגט אז ער האט א סאך קשיות אויף די אמונה. האט איהם דער מלבי"ם געענטפערט. ס'זענען נישט קיין קשיות. דאס זענען תירוצים. דו ווילסט זיין א פורק עול. און דו זוכסט תירוצים.
אויך דער פאל מיט שאולי גראסמאן איז א ראיה צו דיין באהויפטונג. ער איז נעבעך געפאלן א וויקטים צו סאציאלע און משפחה אומשטענדן. און ר'האט זיך נישט געקענט גובר זיין אויף די נסיונות. און ער האט אוועקגעווארפן די רעליגיע. זאגט ער אבער אז ער איז געקומען צו די מסקנא פון זיין אן אפיקורס דורך חקירה...!
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:38 am#352131
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
עקסעקטלי האסט אנגעכאפט א נאמען אין אזוי איז דא נאך אן א צאל
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 5:09 am#352139
נולד מאוחר האט געשריבן:העניך, כמיין די טרייבסט היפש איבער , סאיז כמעט נישט דא קיין חסידישע אפיקורסים אז מזאל אפי מאכן א שמועס דערוועגן

פאר נייגעריגקייט וויל איך וויסן צו דו ביסט סארקאסטיש? ביסט נאאיוו? ביסט נישט ריעליסיטיק? ביסט נעריש? אדער דו ביסט פשוט נישט באהאוונעט?
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:17 am#352215
אביסעל פון אלעס
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:54 am#352248
דער פותח האשכול קוקט עס אן אביסעלע אויבערפלעכליך לדעתי. מענטשן ווערן נישט אפיקורסים ווייל זיי ווערן צושטארק געשטופט; און די שטופערס טראכטן נישט סטראטעגיש כלומר 'צו שטופעך אים צושטארק ער וועט נאך חלילה אינגאנצן פוקר זיין' אדער למשל: 'אוי ער גלייבט נישט מער אין די חוזה מ'דארף רעדן צו אים'.

די דיון איז איבער א קהלה/קהלות וואס איר הנהגה האט זיך פארמירט, בהסכמת כולם צו נישט, ע"פ א סיסטעם אין וועלכער א מועט איז מרוויח אויפ'ן רבים דורכן זי קאנטראלירן. רווחים אין פארשידענע פארעמען. עס דארף צו הייסן אז ס'איז א פעיר דיעל. דהיינו, דער יחיד גיט אויף זיין נייגער, בחירה חופשית און אינדיווידואליזם אין אויסטויש פאר שאר כסות ועונה. צו דאס איז וואס געשעהט אין רעאליטי איז שוין נישט נוגע ווילאנג קיינער קען דאס נישט אויפזעהן אדער פעסטשטעלן. איין מעטאד אף קאנטראל איז דורך האלטן אלעמען איגנאראנט. ווי ווייניגער וויסנד. אומוויסנד בעולם המעשי כדי ער זאל נישט ווערן זעלבסשטענדיג, און אומוויסנד בעולם הרוח כדי ער זאל נישט אויפקומען אויפן שווינדל. אפיקורס אין דער פאל מיינט אז עמיצער, א געוויסער יחיד, כופר'ט אין דער דיעל מיטן ברעכן זיין part פון דער (געצווינגענער?) קאנטראקט. ברעכן קען זיין אויף פארשידענע אופנים. פערצופאל דא איז עס דורכן אינקווייערן אין פרעמדע תחומים; תחומים וואס מאכן אים קלוגער און ברענגען אים - צו צווייפלען אין וויפיהל עס איז די תועלת פון די קאנטראקט אדער - חוקר ודורש זיין אויב זי ווערט קאמפלייד כראוי.

די פחד פון די מועט המנהיגים איז באגרינדעט, און ווען דער יחיד פיהלט באקריוודעט איז עס געווענליך ווייל סוכ"ס קריגט ער א געוויסע טובת הנאה, ווייל אז נישט וואלט נישט געווען מיט וואס אים צו באקריוודען. די שאלה איז נאר אויב די קריוודעס זענען ביושר? דער מועט המנהיגים וויל נישט מאמינים פער סע, ווי מיר פארשטיין די אפטייטש פון מאמין. זי וויל מאמינים אין עז מאטש די אמונה איז חסרון ידיעה אדער אדער ידיעות אי נחיצות. עמיצער וואס הויבט אן אפיקורסען אין דער דיעל כנ"ל איז תיכף א טרעט, תיכף א סכנה. עקספעקטן פון אים ער זאל אויפהערן אינקווייערן ערגעצוואו ביי אן ארביטרארי פוינט איז אדער ווי איינער זאגט: דזשוין די מועט אדער ווי איינער זאגט: ווייסטו וואס, ביידע צדדים וועלן נאכלאזן אויף די עקספעקטעישאנס פון די דיעל. העניך בעט די שפעטערדיגע נאר אין אנדערע ווערטער. אבער לדעתי איז עס תמימות'דיג גערעדט. דער מועט וועט ליידן מער מאטריעלע פארלוסטן אויב דארף זי רעפארמירן די דיעל ווי פון די פאר אפיקורסעלעך וואס בריקען מיט די פיסעלעך און די עסקנימ'לעך וועם מ'ברויך איינשפאנען זיך אפצוגעבן מיט זיי. אפיקורס, הער אויף צו שפיהלן וויקטעם און נעם דיך אין די הענט אריין.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:02 am#352316
טאמבל סאס: נאר צו צולייגן צו דיין מאמר. נאר ווען דער איצטיגער פיהרער וועט פארמאכן די אויגן, וועטציך אי"ה טון א רעוואלוציע און איבערקערעניש אין שטעטל, וואס די אונטערדריקונג האט אפגעהאלטן ביז איצט. דער בן הבכור און יורש רעדט זיך נעבעך איין אז ער וועט איבערנעמען א קאמפלעטע זאך. אויב ער וועט זיך נישט צו שטעללן צו די היינטיגע (און נעכטיגע) אונטערדריקטע יונגעלייט, וועט ער בלייבן מיט גארנישט. די ק.ג.ב. אגענטן וועללן בלייבן אן ארבעט. דער היינטיגער טאאטע איז געווען זייער שטארק לאקי. נאר ביי די קאזינ'ס איז אויכעט נישט קיין סאך בעסער. זיי זענען פונקט אזעלכע רשעים ווי די אין די אפסטעיט קאונטי. הגם זייער טאאטע איז אן איידעלער איד...!
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:50 am#352320
טאמבל, דאס אז העניך איז אויבערפלעכלעך מיינט נאכנישט אז דו מוזט רעדן פענסי... לאמיתו של דבר זעה איך עס אלץ א רבים וואס בענפיטירט פונעם רבים ווייל רוב מענטשן טראכטן נישט (האט גארנישט מיט חסידים, ס'איז אן אלגעמיינער כלל), איינער וואס טראכט נישט פארלירט זיין אינדואווידיועליטעט (גענוג א פענסי ווארט?), אויב איז ער א לאונער זוכט ער סיפוק אבי, אויב איז ער אין א קאמיוניטי איז ער מער ווי העפי צו שטיין אויף די פארענטשע ביים רבינס הקפות, (פארגעס נישט אז אויב איז דער רבי נישט קיין געלט פרעסער + פעיקער + כ'ווייס נישט וואס, איז דער קהל געווענליך א קלענערע, פאר סאם ריזען ציהט פארן המון עם מער די כאפצעם סטייל). ווידער דער מועט וואס נוצט יא דעם שכל וועט לעולם זיין אומצופרידן נישט קיין חילוק וואו ער וועט איינשטיין, ער וועט איבעראל טרעפן קארופציע, די איינציגסטע עצה פאר איהם איז צו אדאפטירן די ליבעראלע עבודה זרה, זיך אריינזעצן אין דעם באבל און זיך דמיונען ווי די וועלט גייט אמאל ווערן בעסער/קלוגער/אינטעליגענטער/ערליכער, סוויט דריעמס מיי פרענד...(איך וואלט שוין פאר די געלט ענדערש איינגעפיהרט א דיקטאטורישע קאמוניסטישע שקרים-קדושים'דיגע ווערטשאפט מיט אפאר פילאזאפן אויבנאהן... ס'וואלט ווען געארבעט א סך בעסער...). צוליב די אויבנדערמאנטע איז מיין מסקנא אז ניין, די ניין און ניינציג זענען נישט מחויב זיך צוצושטעלן צו דער איין פראצענט, פארפאלן, אדער זאל ער ליידן אדער זאל ער בחכמתו זיך אן עצה גיבן, כנלענ"ד און איך בין נישט אפן פאר ויכוחים, בלויז פאר הסכמות אדער ליצנות.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:10 am#352322
הסכמות איז צו שווער און ליצנות איז צו לייכט
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:50 am#352331
אדרבה לאמיר זעהן, פרוביר צו לצ'ווען.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:40 pm#352366
טאמבל סאס האט געשריבן:דער פותח האשכול קוקט עס אן אביסעלע אויבערפלעכליך לדעתי. מענטשן ווערן נישט אפיקורסים ווייל זיי ווערן צושטארק געשטופט; און די שטופערס טראכטן נישט סטראטעגיש כלומר 'צו שטופעך אים צושטארק ער וועט נאך חלילה אינגאנצן פוקר זיין' אדער למשל: 'אוי ער גלייבט נישט מער אין די חוזה מ'דארף רעדן צו אים'.

די דיון איז איבער א קהלה/קהלות וואס איר הנהגה האט זיך פארמירט, בהסכמת כולם צו נישט, ע"פ א סיסטעם אין וועלכער א מועט איז מרוויח אויפ'ן רבים דורכן זי קאנטראלירן. רווחים אין פארשידענע פארעמען. עס דארף צו הייסן אז ס'איז א פעיר דיעל. דהיינו, דער יחיד גיט אויף זיין נייגער, בחירה חופשית און אינדיווידואליזם אין אויסטויש פאר שאר כסות ועונה. צו דאס איז וואס געשעהט אין רעאליטי איז שוין נישט נוגע ווילאנג קיינער קען דאס נישט אויפזעהן אדער פעסטשטעלן. איין מעטאד אף קאנטראל איז דורך האלטן אלעמען איגנאראנט. ווי ווייניגער וויסנד. אומוויסנד בעולם המעשי כדי ער זאל נישט ווערן זעלבסשטענדיג, און אומוויסנד בעולם הרוח כדי ער זאל נישט אויפקומען אויפן שווינדל. אפיקורס אין דער פאל מיינט אז עמיצער, א געוויסער יחיד, כופר'ט אין דער דיעל מיטן ברעכן זיין part פון דער (געצווינגענער?) קאנטראקט. ברעכן קען זיין אויף פארשידענע אופנים. פערצופאל דא איז עס דורכן אינקווייערן אין פרעמדע תחומים; תחומים וואס מאכן אים קלוגער און ברענגען אים - צו צווייפלען אין וויפיהל עס איז די תועלת פון די קאנטראקט אדער - חוקר ודורש זיין אויב זי ווערט קאמפלייד כראוי.

די פחד פון די מועט המנהיגים איז באגרינדעט, און ווען דער יחיד פיהלט באקריוודעט איז עס געווענליך ווייל סוכ"ס קריגט ער א געוויסע טובת הנאה, ווייל אז נישט וואלט נישט געווען מיט וואס אים צו באקריוודען. די שאלה איז נאר אויב די קריוודעס זענען ביושר? דער מועט המנהיגים וויל נישט מאמינים פער סע, ווי מיר פארשטיין די אפטייטש פון מאמין. זי וויל מאמינים אין עז מאטש די אמונה איז חסרון ידיעה אדער אדער ידיעות אי נחיצות. עמיצער וואס הויבט אן אפיקורסען אין דער דיעל כנ"ל איז תיכף א טרעט, תיכף א סכנה. עקספעקטן פון אים ער זאל אויפהערן אינקווייערן ערגעצוואו ביי אן ארביטרארי פוינט איז אדער ווי איינער זאגט: דזשוין די מועט אדער ווי איינער זאגט: ווייסטו וואס, ביידע צדדים וועלן נאכלאזן אויף די עקספעקטעישאנס פון די דיעל. העניך בעט די שפעטערדיגע נאר אין אנדערע ווערטער. אבער לדעתי איז עס תמימות'דיג גערעדט. דער מועט וועט ליידן מער מאטריעלע פארלוסטן אויב דארף זי רעפארמירן די דיעל ווי פון די פאר אפיקורסעלעך וואס בריקען מיט די פיסעלעך און די עסקנימ'לעך וועם מ'ברויך איינשפאנען זיך אפצוגעבן מיט זיי. אפיקורס, הער אויף צו שפיהלן וויקטעם און נעם דיך אין די הענט אריין.

איך בין נישט זיכער אויב איך האב קלאר פארשטאנען אלעס וואס דו זאגסט דא, אבער כ'האב געזען דא געוויסע גוטע נקודות. כ'וויל מיך שטעלן אויף דעם:

טאמבל סאס האט געשריבן:מענטשן ווערן נישט אפיקורסים ווייל זיי ווערן צושטארק געשטופט

עס איז אמת און נישט אמת. אוודאי זענען דא א מיעוט מענטשן וואס וועלן זיך נעמען גרובלען אין אמונה און וועלן דורכטון יעדע מעגליכע פירכה און ראיה סתם ווייל זיי האבן הנאה דערפון, אבער איך מיין אז א גרויסער פראצענט פון מענטשן וואס גרובלען איז עס ווייל עס איז זיי נוגע הלכה למעשה: איך בין מקריב מיין לעבן פאר דעם - איז עס אמת?

כאפ אן אזא מענטש ווי באראק אבאמא - לדעתי א שטארק אינטעליגענטער מענטש. איז ער אינטערעסירט צו גרובלען אין רעליגיע, צי בראשית ברא איז אמת, צי די תורה איז אקוראט? לאו דווקא. זיין לעבן ווערט נישט צופיל באגרעניצט מיט רעליגיע, און די גרובלערייען זענען אים נישט אזויפיל נוגע. וואלט אבאמא געווען א חסידישער איד האב איך נישט קיין ספק אז ער וואלט געגרובלט און עוסק געווען אין חקירה, ווייל עס וואלט אים געווען שטארק נוגע.

דאס איז אויך אמת לגבי שטאפלען פון גרובלען. רוב מענטשן זענען נאר עוסק דערין ווי לאנג זיי שפירן אז עס איז זיי פערזענליך נוגע. אויב וואלט א חסידישער איד געקענט אנגיין מיט'ן לעבן און זיין אפן מיט'ן נישט גלייבן די ווייניגער-וויכטיגע אמונות, ווי מופתים, צדיקים, רוח הקודש, קבלה, וכו', וואלט עס צוריקגעהאלטן אסאך פון גיין גרובלען ווייטער און די יסודות'דיגע אמונות.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:27 pm#352370
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
גרובלען אין די יסודות'דיגע אמונות האט אן עקיוואלענט אין גויאיש. (ווי אויך איז עס נמשך נאך געוויסער טרעיט.) עס רופט זיך 'אסקינג די אלטימעט קוועשטאנס' - פרעגן די עקזיסטענציעלע פראגען. פארוואס זענען מיר דא? Why is there something rather than nothing. און וואס דארף זיין אונזער ציהל? עס איז די סיבה פארוואס מענטשן לערנען פיליזאפיע און פארוואס מענטשן טוען סייענס. אויב וואלט א חסידישע איד געקענט אנגיין מיטן לעבן און זיין אפן מיטן נישט גלייבן די ווייניגער וויכטיגע אמונות וואלט ער אויסגעקוקט גאנץ אן אנדערע חסידישע איד. פארקערט, א גרויסער פראצענט מענטשן, בטבע האנושי, גריבלען אין די גרויסע קשיות סתם פאר הנאה אבער א מועט ווייל עס איז זיי נוגע הלכה למעשה. (ווען א רבים טוט עס פאר הלכה למעשה בדרך קבעי און א מועט פאר הנאה איז סאסייעטי אויף געהאקטע צרות. אין אזא צייט פרעגט מען מלאכתו מתי נעשית. פארשטיי אז באמת איז בדבר הזה- טוהן אינדעם נאר כשנוגע הלכה למעשה איז א סתירה ווייל אז מ'איז באמת אינטרעסירט טוט מען דערין אפי' כשלא נוגע און אז נישט, טוהט מען נישט באמת אינדעם), אבאמא ווי מיר קענען אים - מיט זיינע נאטורן פון דעם לייף - וואלט געווען א ראה"כ אדער דער עקיוואלענט פון א נישט קארופטירטער פאליטישאן/מאכער, געוואנדן ווער ס'רעדט. די פראבלעם דא איז אז מ'פארדרייט פשוטע מענטשן א קאפ און מ'שטאפט זיי אין האלדז איבריגע דאגות וואס לכשעצמם וואלטן זיי נישט געדארפט שטערן דאס מעשה'דיגען לעבן נאר אז מען פארבינדט עס מיט א סאושל קאנטראקט וואס איך האב אנגערופן 'דער דיעל' וואס צענטערט זיך ארום פראקטיס ווערן די קשיות טאקע דאס - נאר א שאלה פון פראקטיס - וכך גם הכפירה בהן והבן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:15 pm#352382
ריכטיג - דו מאכסט א הנחה אז דער געמיינדע באשטייט נאר פון עקסטרעמיסטען. ס'איז דא גענוג און נאך מענטשען וואס ווילען פרעגען און פארשטייען אן זיין פארווייטאגט און פארטענה'ט. גענוג און נאך סטאדע מענטשען ווילען נישט זיין קיין סטאדע מענטשען, נאר זיי טרעפען עס שווער.

ואני הראיה. איך בין א פולקאמע מעמבער פון דער 'ישיבה געזעלשאפט'. איך האב נישט קיין פאראיבעל אויף די ציהלען פון מיין סאסייעטי צו זייער צענטראלע שיטות. דער פירערשאפט פון די יורשים שטערט מיר און דער טפשות פונ'ם נערישען עלעמענט. און דאס האלט מיר נישט צוריק פון טראכטען און קלערען, פרעגען און אויפווייזען.

דאס אז טראכטען גייט מיט טענות איז א גלויבונג וואס די הויפט-קווארטיר נוצט צוריק צו האלטען די אומשולדיגע שעף פון זיי אפווארפען פון אמט.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 5:11 pm#352396
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
זיין הנחה איז געווען אז אלע זענען נעראנים און עקסטראווערטס. ווי אויך אז איבעראל זענען די מנהיגים פארדארבן. דאס איז אין די זעלבע צייט וואס נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט אז איך פארשטיי נישט אז ס'איז דא אויך גוטע מענטשן אויף די וועלט. ס'זאל הייסן אז מרוב טובתם ווילן זיי אלטרואיסטיקלי העלפן די אלע וואס זענען גרייט זיך צו לאזן העלפן און ספעציעל פרויען. זיי וועלן אפילו טוהן די 'טראכטן' פאר דיך. און היות אונזער געזעלשאפט איז א מאדעל פון א רבים וואס סוירווייווד דאס בעסטע דערפאר ברויך מען עס בלויז באטראכטן ווי א רבים וואס בענעפיטירט פון א רבים. ולא פליגי כי ריכטיג לשיטתיה אז אמת און אומרעכט איז נאר תלוי אין דער וויקטעמ'ס ידיעה אדער מזל אין וואספארא קערפער/מצבים he happened to be born into.

פעם ראיתי עדה ובה מופנמים ומוחצנים משתמשין בערבוביא.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:31 pm#352443
ס'נישט קיין נפק"מ לדעתי וואס דער סיבה פונעם גרובלען, לאמיר אפילו אננעמען אז יעדער האט אן אייגנארטיגע סיבה אבער @טאמבל האט א אמת'ר נקודה, אונזער (טאטאליטעירען) קולטור איז געבויט אויף געוויסע יסודות און בלינדע פאלגזאמקייט איז איינע פון זיי.

אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז א טויש (רעוואלוציע בלע"ז) אומפארמיידבאר, און בקרוב וועט שוין זיין והשיב לב אבות על בנים וגו'
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:39 am#352498
ליטווואק, מ'האמיר גערעדט פון ליצנות, קומסטו מיט אן הסכמה אז דו גיבסט זיך בחכמתך אן עצה. אבער רוב חכמים זיצן זייער לאנג אין ר' נחמן'ס פאזיציע, ס'געדויערט צייט ביז מ'קומט צו ר' אביגדור'ס מסקנות. (האסט מיר סתם אזוי נישט פארשטאנען, איך האב נישט גערעדט פון עקסטרעמיסטן נאר כמו שהסביר טאמבל. ס'איז נישט אז טראכטן גייט מיט טענות, נאר טראכטן גייט מיטן אמת, און דער אמת איז אז ס'שטינקט, ובגדול, איבעראל)

טאמבל, דו גייסט שוין יא מיט ליצנות, אבער דו פראבירסט מיט געוואלד מיר אריינצושלעפן אין א ויכוח, דערווייל האלט איך זיך איין... נאר איין קארעקשן:
טאמבל סאס האט געשריבן:. ולא פליגי כי ריכטיג לשיטתיה אז ( אמת) רעכט און אומרעכט איז נאר תלוי אין דער וויקטעמ'ס ידיעה אדער מזל אין וואספארא קערפער/מצבים he happened to be born into.
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:15 pm#352506
ר' נחמן'ס פאזיציע האט גארנישט מיט דער געזעלשאפט. דער מענטשליכע ענדלאזע געראנגעל, צווישען חומר און גוף, אידיאל און ריאל, לאזט נישט קיין מנוחה פאר'ן סענסיטיווע נשמה. היינו טעמא דקאצק והיינו טעמא דמוסר'ניקס.
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:30 pm#352509
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' נחמן'ס פאזיציע האט גארנישט מיט דער געזעלשאפט. .

ניט אמת. דו אליינס נוצט געזעלשאפטליכע משלים.
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 3:52 pm#352516
פתח בכד וסיים בכותל. איך האב נישט קייין אהנונג וואס דו רעדסט, און פארוואס איך פארטרעט ר' נחמן. איך האב גארנישט מיט ברסלב, אויסער דעם וואס אלס בחור האב איך געמאכט א שפיצעל אויף אחד מגדולי משפיעי ברסלב און געקלינגען אין מיט'ן נאכט אז איך וויל ווערען א ברסלב'ער און איך האב מורא אז די ישיבה וועט מיר כאפען
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 4:17 pm#352519
מ'האט מיר אין אישי אויפגעוויזען מיין טעות. איך האב געמיינט מ'רעדט פון ר'נחמן ברסלבער, נישט ר' נחמן צומישטע.
מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 10:10 pm#352541
מען פראבירט דא צומאכען כללים פין פרטים.
דהיינו, ליטוואק טענה'ט אז לפי דעתו, איז ער משער אז ליטוואקסס האבען ווייניגער אפיקורסים, און די חסידים שרייען אפכא מסתברא.
ואני אומר עס איז נישט מעגליך צו וויסען, ווייל ווי מען האט שוין דא אויפגעברענגט, איז דער לעבעל אפיקורס גאר שווער צו אניליזירען.
נעם איינער וואס היט מצוות אבער צומאל ווען עס איז אים שווער כאפט ער חלב סתם טשאקאלאד, איז ער צוליב דעם אן אפיקורס?
איינער וואס איז מסופק אין תורה מסיני, ווייל ער האט נישט קיין הוכחות, אדער ווייל די הוכחות וואס מען גיבט אהן רעדען נישט צו אים, אבער היט די מצוות די זעלבער ווי דער אויבערפלעכליכע וואס ווייסט נישט ווער דארווין איז, איז לדעתי גארנישט ווייניגער.
כל זמן ער פארט מיט דער באן איז ער אקעי.
דער מושג וואס איז היינט געווארען אז טאמער איינער גלייבט נישט אז ר' יענקעלע האט געקענט סטעמפלען א לוח און מאכען דערפין א פאספארט ווערט א אפיקורס איז א מחלה פין חריידיזים.
און אפיקורסוס אין חריידיזים איז א גוטע זאך.
לאז זיין אז די ליטוואקס חריידיזים פארלאנגט אביסעל ווייניגער אמונות טפלות, ווייל רח"ק האט הערשט אנגעהויבען אפאר יאר צןריק.
זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:45 am#352577
דו מישסט צוזאם א קוגעל.
קודם בין איך נישט דער מ"ד דא, העניך איז.
איך האב נאר געטענה'ט אז דורך די הסתרה פון אמונות טפלות און נערישקייטען וואס בוזשעוועט אויך אין די א.ג. ליטווישע וועלט, שטראלט איין ליכט פון פרייהייט אז מ'קען אנדעריש האלטען. רח"ק איז אוודאי א ריזיגע נערישקייט, אבער מ'קען לייקענען דערין אן זיין אן אפיקורס. פאליטיק איז עפעס אנדעריש, אבער דאס האט מיט אנדערע עניינים וואס דא איז נישט דער פלאץ.
איינער וואס טוט אלע מצוות פון מלומדה אויס, אן הוכחות, איז אקעי. דער וואס האלט טיף אז ס'איז אלס נישט אמת און ער גייט ווייטער פאר געזעלשאפטליכע סבות, אדער משפחה וכו', ער איז דער פראבלעם וואס מ'שמועסט דא.
מיטוואך מאי 08, 2019 9:11 pm#429980
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
זבולון האט געשריבן:האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?
.

אויב איז מען מגדיר ״אפיקורוס״ (עכ״פ פאר די אשכול) אלס איינער וואס גלייבט נישט אין ג-ט, דעמאלטס איז די survey וואס נישמה האט דורכגעפירט מיט OTD מענטשן א שטיקל ראיה פאר העניך [די ערשטע בילד].
IMG_4498.jpg

ועוד, זיי זאגן אויך אז מאדערן-ארטאדאקס OTDs זענען אין אלגעמיין נישט אזוי אנגעווייטאגט אויף זייער פריערדיגע לעבנסשטייגער אזויווי געוועזענע חרדים [דאס צווייטע בילד]. מ׳קען דאס אפשר ג׳ענערעלייזען צו חסידים vs. ליטווישע וכהעניך.)
IMG_4497.jpg

כמובן איז דאס נישט קיין ראיה אויף וואו ס׳איז דא מער נושרים בכלל.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 08, 2019 9:39 pm#429984
קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, איך דריי מיך שוין ארום מיט קשיות און אפיקרוסישע מיינונגען פון די אכצן יאר און איך בין נאכנישט אפגעפארן. די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.