Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
138 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11000
פרייטאג מאי 10, 2019 1:59 pm#430134
איך קען כמעט נישט קיין מענטשען וואס גלויבינג איז א פעקטאר און זייער לעבן.
און די ביזנעס וועלט איז עס ממש נישט שייך, מענטשען מיט משפחות,פרנסה ברענגערס, און קינדער ערציערס ווי איז נוגע גלויבונג, זיי זענען מתפלל אויף הצלחה און געגאנגען ווייטער.
מגי״ש און כולל יונגעלייט וואס לעבן און א געוויסע באקס,און זענען געוואונט צו רעדן פאר די בחורים זאכען וואס זענען אומריאליסטיש און הוילע דמיון, צו אסאך כולל יונגעלייט וואס לעבן א לעבן וואס איז נישט באמת צוגעפאסט צו זייער נארמאלע מענטשליכקייט געברויכען, און זייענדיג באצוואונגען פון סוסייעטי אדער משפחה(אדער פון זייער חיצוניות׳דיגע אימעדזש וואס זיי האבען זיך אויפגעבויט ) צו אפשימלען און א פלאץ ווי זייער נאטור געהער נישט , דעמאלס הייבסטיך אהן א מרד און מח, אפשר איז גארנישט אמת וכ״ו
דאס איינציגסטע עצה איז, אז א מענטש זעעט אז ער איז און די ראונג סעטינג ברויך ער זיך ארויסדערזעען פון דארט באצייטענס פאר ער ווערט אינגאנצען צורידערט.
ווילסט נישט זיין קיין ״בן תורה״ אדער א שפיצעל יוד טויש דיין מהלך החיים צו עפעס וואס שטומט מיט דיר, און אויפאמאל וועלען די קשיות אוועקגיין.

א יונגערמאן זאגט מיר, אז זייט ער האט אויסגעטוהן די ווייסע זאקען האט זיין יודישע פונק צוריקגעקומען, ווילאנג ער האט אהן געהאט די ווייסע זאקען האט עם עס אזוי געאיבעלט אז גאנץ יודישקייט איז עם פשוט פאר מיאוסט געווארען , סאיז א נערישע דוגמא אבער סאיז משתמע לכמה אנפין, אז די מענטש פילט נישט באקוועם און זיין סקין וועט ער געווענטליך אנפאנגען צו טשעלינזשען אלעס.
אוודאי זענען דא אזאנע וואס פארקערט ווען זיי טוהן דעם מלבוש שפירען זיי זיך געהויבען און לעכטיג.

רעליגיע און אוודאי יודישקייט איז דא צוגעבען ליכטיגקייט פאר די מענטשנס זעעל, אויב געוויסע רעליגיעזע ענינים פארטונקעלט די מענטש ברויך מען זיך עדזשוסטען.
דוגמא לדבר קען מען זאגען אויף א געוויסע יוד דא זייט ער האט פארלאזט אונזער געמיינדע איז ער געווארען צופייערט און די וויזשניצע רעביס מיט אזא פארקאכקייט,וואס מזעעט נישט מן הסתם און גאנץ וויזשניץ, אז א יוד זאל אזוי קאכען און די אהבת ישראל ווי עם, וואס כפי הבנתי איז דאס א דירעקטע תוצאה פון זיין פנימיותדיגע תשוקה וואס איז נאר ארויסגעקומען לאחר העזיבה.
פרייטאג מאי 10, 2019 2:33 pm#430135
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
גלויבונג מאכט אסאך אויס, נאר נישט דירעקט. א מענטש וואס איז אויפגעהאדעוועט, אדער פארשטייט, אז מ׳דארף דאווענען אין א געוויסע וועג, וועט נישט קענען זיך אויסדרייען דערפון. ער ווייסט אליינס נישט פארוואס, אבער אזוי ווערט זיין געפיל.

איינער וואס איז מחונך אז לערנן איז די וויכטיגסטע זאך, וועט פארשטיין פארוואס ער זאל זיך מוטשען אויף צרת אשת אח שלא במקום מצוה. ער זעט דערין א תכלית אפילו ווען עס איז נישט נוגע. דער וואס האלט לערנען איז א שטיקל מצוה\ענין\סגולה, וועט מוזען זוכען אן אנדערען סבה זיך צו באמיען. אדער וועט ער זיצען ליידיג אין ישיבה ביז צורישדי באפרייט דער שלמיאל.

דער מגיד שיעור וועט זאגען ׳ער האלט ביי גארנישט׳, אבער אין אמת׳ן אריין איז ער נאר אומוויסענד, ער ווייסט נישט פארוואס ער זאל יא לערנען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מאי 10, 2019 2:56 pm#430136
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גלויבונג מאכט אסאך אויס, נאר נישט דירעקט. א מענטש וואס איז אויפגעהאדעוועט, אדער פארשטייט, אז מ׳דארף דאווענען אין א געוויסע וועג, וועט נישט קענען זיך אויסדרייען דערפון. ער ווייסט אליינס נישט פארוואס, אבער אזוי ווערט זיין געפיל.

ווען גלויבונג וואלט אים עכט אנגעגאנגען, וואלט ער זיכער געמאכט אדורכצוטון פונקטליך אין וואס ער גלייבט. די פאקט אליינס אז ס'איז אים גוט מיט אזעלכע האלבע אמונות ווייזט אז אמונה שפילט נישט א ראלע אין זיין לעבן, נאר ווילאנג ער פילט זיך גוט צו פראקטיצירן די זאכן, און ס'העלפט אים ארויס מיט זיין סטאטוס אין די קאממיוניטי. דאס איז די גאנצע ענין פון אידישקייט בעצם, מ'לעבט א גוטן טאג, מ'טוט ביזנעס, און מ'פאטשט זיך אין בייכל מיט'ן אתה בחרתנו. ס'נאר די פאר מענטשן וואס כאפן עס נישט וואס הייבן אן פרעגן סתירות הרמב"םס, קשיות אויפ'ן ויואל משה, מיט גאנצע ביאורים און פלפולים אויף יעדע הלכה און מנהג.
פרייטאג מאי 10, 2019 4:44 pm#430141
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
עס זעט אויס דא אן אי הבנה.

דער מענטש טוט לויט וואס ער גלויבט. נישט אייביג האט ער דורכגעטראכט וואס ער גלויבט, אבער גלויבן גלויבט ער. ער נעמט יוכ"פ ערנסט ווייל ער גלויבט אז עס האט אן עפעקט אויף זיין גאנצע יאר. ווען ער גלויבט דען אין זיין אייגענע כוחות, וואלט ער געדינט דער באשעפער מער. ער גלויבט אז עס וועט איהם נישט גוט זיין אויב בצנעא צינדט ער אן א לעכט אום שבת, דעריבער טוט ער עס נישט.
ט׳ווייסט ער פארוואס ער גלויבט, אדער גענוי וואס ער גלויבט? אוודאי נישט, ער איז א סימפל מענטש. דאס מיינט נישט אז ער טוט נישט לויט זיין גלויבונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מאי 10, 2019 6:19 pm#430157
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער מענטש האט נישט דורכגעטראכט וואס ער גלויבט, אבער גלויבן גלויבט ער.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ווערטער דארפן צו מיינען, אבער ווען א מענטש ווייסט אז זיין גאנצע וועזן איז תלוי אין עפעס א זאך, פרובירט ער עס דורכצוטון עד היכן שידו מגעת, און רובא דרובא מענטשן אינטערעסירט עס אין די לינקע פאה, די עיקר איז אז מ'מאכט געלט און מ'לעבט א גוטן טאג.

אז דו גייסט צו א שמחה, קענסטו צומאל זען ווי א פאר'דאגה'ט אידל דרייט זיך ארום מיט א פארקנייטשטע שטערן זוכן דעם קעכער צו פרעגן וואס פונקטליך ליגט אין די זופ כדי צו וואוסן וואסערע ברכה צו מאכן, בשעת דער גאנצער עולם האקט שטיקער, ווען דו גייסט פרעגן איינעם וועלכע ברכה ער האט געמאכט וועט ער געווענליך ניטאמאל געדענקען... דער פאר'דאגה'ט אידל איז דער נאר וועלכער גלייבט נעבעך באמונה שלמה אין די אלע זאכן, בשעת רוב מענטשן פארשטייען אז ס'מאכט נישט עכט אויס פונקטליך וועלכע ברכה מ'מאכט, די עיקר איז אז מ'האלט זיך צוזאמען און מ'דאנקט גאט פאר די גוטע עסן.
פרייטאג מאי 10, 2019 6:38 pm#430158
יא אבער די אלע מענטשן גלויבן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט פונקט אזויווי זיי גלויבן אז ס'איז סעיף צו עסן פראדוקטן פון די מארקעט ווייל יעדער עסט אדער ווייל די USDA האט איבערזיכט, ס'מיינט נאכנישט אז ער ווייסט פונקטליך למשל וויאזוי די USDA ארבעט און פארוואס פונקטליך ער קען זיך פארלאזן אויף זיי.
גלויבן מוז נישט מיינען אז מ'האט אריינגעטראכט דערין אויף א לאגישע אופן, גלויבן קען פשוט מיינען טראסט אפילו ווען ער טראכט אריין קען ער דאס נישט מסביר זיין אויף א ראציאנאלן אופן, מ'קען גלויבן אין איין זאך און אויך גלויבן אין נאך אזאך וואס איז לכאורה א סתירה צעווישן די צוויי וויבאלד אז איינער וואס גלויבט אויף א וועג פון טראסט מיינט נישט אז ער גלויבט דערין מיט א לאגישע איבערצייגונג.
פרייטאג מאי 10, 2019 6:55 pm#430162
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
אספקלריה האט געשריבן:איך קען כמעט נישט קיין מענטשען וואס גלויבינג איז א פעקטאר און זייער לעבן.
און די ביזנעס וועלט איז עס ממש נישט שייך, מענטשען מיט משפחות,פרנסה ברענגערס, און קינדער ערציערס ווי איז נוגע גלויבונג, זיי זענען מתפלל אויף הצלחה און געגאנגען ווייטער.
מגי״ש און כולל יונגעלייט וואס לעבן און א געוויסע באקס,און זענען געוואונט צו רעדן פאר די בחורים זאכען וואס זענען אומריאליסטיש און הוילע דמיון, צו אסאך כולל יונגעלייט וואס לעבן א לעבן וואס איז נישט באמת צוגעפאסט צו זייער נארמאלע מענטשליכקייט געברויכען, און זייענדיג באצוואונגען פון סוסייעטי אדער משפחה(אדער פון זייער חיצוניות׳דיגע אימעדזש וואס זיי האבען זיך אויפגעבויט ) צו אפשימלען און א פלאץ ווי זייער נאטור געהער נישט , דעמאלס הייבסטיך אהן א מרד און מח, אפשר איז גארנישט אמת וכ״ו
דאס איינציגסטע עצה איז, אז א מענטש זעעט אז ער איז און די ראונג סעטינג ברויך ער זיך ארויסדערזעען פון דארט באצייטענס פאר ער ווערט אינגאנצען צורידערט.
ווילסט נישט זיין קיין ״בן תורה״ אדער א שפיצעל יוד טויש דיין מהלך החיים צו עפעס וואס שטומט מיט דיר, און אויפאמאל וועלען די קשיות אוועקגיין.

א יונגערמאן זאגט מיר, אז זייט ער האט אויסגעטוהן די ווייסע זאקען האט זיין יודישע פונק צוריקגעקומען, ווילאנג ער האט אהן געהאט די ווייסע זאקען האט עם עס אזוי געאיבעלט אז גאנץ יודישקייט איז עם פשוט פאר מיאוסט געווארען , סאיז א נערישע דוגמא אבער סאיז משתמע לכמה אנפין, אז די מענטש פילט נישט באקוועם און זיין סקין וועט ער געווענטליך אנפאנגען צו טשעלינזשען אלעס.
אוודאי זענען דא אזאנע וואס פארקערט ווען זיי טוהן דעם מלבוש שפירען זיי זיך געהויבען און לעכטיג.

רעליגיע און אוודאי יודישקייט איז דא צוגעבען ליכטיגקייט פאר די מענטשנס זעעל, אויב געוויסע רעליגיעזע ענינים פארטונקעלט די מענטש ברויך מען זיך עדזשוסטען.
דוגמא לדבר קען מען זאגען אויף א געוויסע יוד דא זייט ער האט פארלאזט אונזער געמיינדע איז ער געווארען צופייערט און די וויזשניצע רעביס מיט אזא פארקאכקייט,וואס מזעעט נישט מן הסתם און גאנץ וויזשניץ, אז א יוד זאל אזוי קאכען און די אהבת ישראל ווי עם, וואס כפי הבנתי איז דאס א דירעקטע תוצאה פון זיין פנימיותדיגע תשוקה וואס איז נאר ארויסגעקומען לאחר העזיבה.
מוראדיג אמת וואס די זאגסט

איך קען זייער אסאך משפחות וואס האבן זיך אוועקגעצויגען למשל פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק ,צו אמאל למשל ווען מאנסי איז געווען מער ליפטיג אדער היינט צוטאגס לעיקוואד ,אין זיי האבן זיך עדזשאסטעד און זיי זענען תורה טרייע אידן, ווען אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק האבן זיי געהייסן אויסווארפן און געווען דערביטערט , די זעלבע אסאך וואס איך קען וואס האבן געמופט פון קרית יואל קיין מאנסי און זיך פיין עדזשאסטעד

די ביטערניש אמאל ווען דיין משפחה פארשטייט דיך נישט מאכט שווערער די לעבן און טאמער מען טוט נישט די סעלושען דעמאלס גייען די קאפלעך קראכן און זיי לעבלען זיך otd אדער אפיקורסים

איך קען יעצט א פרישע אינגערמאן וואס האט זיך אויסגעטין ווייסע זאקן פאר די סיבה ,גראדע האב איך אים ג'עצה'ט צו מופן אויף א אנדערע מקום נישט צו הייסן א אויסווארפן און זיך סעטלען



Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מוצ"ש מאי 11, 2019 10:03 pm#430168
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
רביה"ק, האסט א קשיא. אז גלויבונג פיהרט אזויפיהל פון א מענטשנ׳ס לעבן, ט׳פארוואס טראכט ער נישט טיפער אריין דערין?
זייער א גוטע קשיא. יורד עד חדרי בטן. מיר דארפען נעמן די קשיא זייער ערנסט. דער חובת הלבבות שרייט אויס די קשיא.
אבער אזוי גייט די מציאות אז מענטשן גיין ווייטער מיט זייער גלויבונגן, אן דאס דורכצוטראכטן. ער לערנט טאג און נאכט, און דאס איז ווייל עס איז איינגעבאקען ביי איהם אז דאס איז וויכטיג. האט ער עס דורכגעטראכט? האט ער זיך אמאל געצווייפעלט דערין? מעגליך אז נישט. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז ער גלויבט.

בקיצור, פאר עפעס א סבה טוט ער וואס ער טוט און ער האט נישט געטראכט דערין, און דאס איז זייער מאדנע צו דיר. צו עס איז גלויבונג אדער געזעלשאפט אדער סיי וועלכע סבה, בלייבט די קשיא ׳ווי קען זיין אז ער טוט און טוט און טראכט נישט?׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש מאי 11, 2019 10:16 pm#430169
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רביה"ק, האסט א קשיא. אז גלויבונג פיהרט אזויפיהל פון א מענטשנ׳ס לעבן, ט׳פארוואס טראכט ער נישט טיפער אריין דערין?

הוא מותיב לה והוא מפרק לה. ס'איז א טעות מעיקרא, רעליגיעזע גלויבונג פירט נישט א מענטש'ס לעבן, עכ"פ רוב מענטשן, כנ"ל.

אודאי גלייבן רוב מענטשן למחצה לשליש ולרביע, אבער דאס איז אלץ גוט פאר ענטערטעינמענט אין די ליידיגע צייט, ביזנעס גערעדט זענען די אלע זאכן נישט מעלה און נישט מוריד.
מוצ"ש מאי 11, 2019 11:16 pm#430175
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
עס וואלט געווען ראטזאם צו ליינען ביז׳ן סוף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 1:50 am#430183
רביה"ק טענה'ט אז רעליגיע פירט נישט דעם רוב פונעם עולם'ס לעבן, כ'בין נאר נישט זיכער אויב רביה"ק וויל דא פשוט אויפדעקן געוויסע פאקטן וואס מיר נעמען נישט אין אכט אדער מיינט ער צו זאגן אז די פאקטן וואס מיר זען וויאזוי רעליגיע קוקט אויס קען נישט באצייכענט ווערן אלס א רעליגיעזע פראקטיצירטער לעבן.
קודם לאמיר רעדן פון די פאקטן, נניח אז ער מודה צו די פאקטן פעלט נאר אויס צו ברענגן א ראיה אז דאס קען טאקע נישט באצייכענט ווערן אלס א רעליגעזע פראקטיצירונג.
וויאזוי איך קוק אן די זאך. עס איז פארהאן צוויי זאכן אמונה און קיום המצוות, אמונה מיינט מען גלויבן אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט און קאנטראלירט אים ווייטער און האט געגעבן מצוות איינצוהאלטן. לויט מיין אויפפאסונג האבן רובא דרובא א שטארקע גלויבונג אין דעם. ס'נאר דא א קעגנזייטיגע שטארקער כח וואס מאכט שוואך די השפעה פון גלויבן און דאס איז די פערזענליכע מדות פונעם מענטש און זיינע שאיפות און תאוות. לאמיר געבן עטליכע משלים צו געבן פארשטיין אז דאס קען גיין אינאיינעם. ס'איז באקאנט אז איינע פון די מערסט פארשפרייטע פאביעס עס איז פארהאן איז די שרעק פון הויעכקייט, ווען איינער גייט ארויף אין א געביידע פון הונדרעט שטאק קען אים פאלן א פחד אז אפשר וועט ער אראפפליען. ד.מ. נישט אז ער האט נישט קיין טראסט אין די שטארקייט פון די פענסטער אדער געביידע ס'צייגט נאר אז מיט די טראסט וואס ער האט איז פארהאן זאכן וואס זענען אזוי בעיסיק און אינסטינקטיוו אז ס'פאדערט אסאך ארבעט דאס איבערצוקומען. מ'קען געבן נאך צענדליגע משלים אין לעבן. דאס איז לגבי איבערקומען די איינגעווארצעלטע מידות. לגבי איבערצוקומען די פערזענליכע שאיפות און תאוות קען מען נוצן לדוגמא וואס מיר זעען ביי רויכערער, ס'נישט אז רויכערער גלויבן נישט וואס דאקטוירים זאגן אז רויכערן העכערט גאר שטארק די ריזיקע צו שטארבן יונגערהייט פון לאנג קענסער, ער גלויבט בעצם יא דערין נאר ער האט שוין געפאסט א באשלוס אז ס'איז אים למעשה בעסער זיך נאכצוגעבן די תאוה און בכלל נישט זיין באוואוסטזיניג מיט א מחשבה אז דאס גייט אים שעדיגן, און למעשה א גרויסער עולם רייכערט דאך.
יעצט איז דא נאך צוויי קאטאגאריעס וויאזוי מענטשן נעמען אויף דאס גלויבן און דאס איז יראה און אהבה, ד.מ. אויב טראכט ער פון זיין אידישקייט אלס עפעס א הכרח וואס ער מוז פשוט זיך צושטעלן כלפי שמיא, פשוט ווייל ער האט מורא, למשל ער האט מורא צו צינדן א לעקטער שבת אדער עסן יוהכ"פ, צו ער נעמט זיין אידישקייט מחמת אהבה, ד.מ. ער איז אריינגעטאן אין אידישקייט מיט א ברען ווייל ער טראכט ער וויל פשוט טון די מצוות ווייל ער האט זייער ליב דעם אויבערשטען.
רובא דרובא מענטשן פארשטיי איך איז זייער גאנצע אידישקייט געבויעט אויף יראה, דאס פארענטפערט רביה"ק'ס קשיא פארוואס רובא דרובא אינטערסירט נישט אין וואס זיי גלויבן און ס'אינטערסירט זיין נישט דקדוקי הלכה ווי אויך זעט זיך נישט עפעס אזוי אן די השפעה פון זייער גלויבן אין זייערע מידות און כלפי זייערע תאוות, דאס איז ווייל ווען א מענטש טוט אזאך מכח יראה טוט ער נאר אויף וויפיל ער האט מורא, מצוות שאדם דש בעקביו האט מען נישט מורא ווייל יעדער טוט דאך אזוי, ובפרט ביי תאוות ומידות איז עס שווערע ארבעט און יעדער איז דאך ממילא געשלאגן דערויף.
עס איז דא נאך צוויי אופנים פון וואס מ'קען קלערן, יעדער ווייסט אז אפילו פון די רוב וואס טוען מחמת יראה האבן אבער אסאך מאל יא א קאך און ברען ביי געוויסע מצוות בפרט ביי סיעזאנעל מצוות, ס'קען געקלערט ווערן אויב דאס גייט אריין בכלל אהבה (מ'דערמאנט אלס די חז"ל אז יוהכ"פ טוט מען תשובה מיראה און אין סוכות מאהבה) אדער דאס איז מער אזא סארט ספירטואלע עקספיריענס וואס איז מער קולטוריש פארבינדן ווי רעליגיעז. און לויט ווי איך פארשטיי קען אפילו איינער וואס האט פארלוירן זיין גלויבן אויך געניסן פון אט אזא ספיריטועל/קולטורעל עקספיריענס.
דערנאך איז דא מענטשן וואס זענען זייער שטארקע מדקדקי הלכה, זייער אסאך דא דערפין ביי די ליטווישע קרייזן, וואס זייער שטרענגייט איז לאו דוקא רעליגיז אריענטירט, פאקטיש קומט אים נישט אדורך אין די מחשבה איבער גאט דורכאויס די גאנצע מצווה און אפילו ס'פארלאנגט זיך א כוונה צוליב מצוות צריכה כוונה טוט ער עס ווייטער ווייל די תורה האט געהייסן, אבער ער איז יעצט נישט באוואוסטזיניג אז גאט איז דער וואס האט געגעבן די תורה. עס איז ביי מיר שווער צו מאכן די קעיס אז אזא איינער איז מער רעליגיעז ווי דער רוב עולם וואס טוט מחמת יראה אויב זיין דקדוק הלכה איז פשוט א קולטורישע זאך פון אן ערציאונג אויף פערפעקשעניזם אין הלכה.
סוף דבר, אויב איז דא אזא געדאנק אז למשל אינדערהיים אין די שטעטלך זענען מענטשן געווען מער ערליך און תמימותדיג זאגט עס בכלל נישט אז זיי זענען געווען מער רעליגיעז ווי היינט, ווייל עפ"ר איז דאס אויך באשטאנען פון יראה איידער אהבה נאר אין קליינע שטעטליך און דערפלאך איז מען ווייניגער געוואגט, משא"כ און גרויסע געטא שטעט איז דא א גרעסערער מספר פון מענטשן ממילא איז דא א גרעסערער מספר פון געוואגטע מענטשן וואס לאכן זיך שטערקער אויס און דאס ברענגט אז זאכן ווערן נפרץ און דאס האט אן אפעקט אויפן המון עם אז מ'נעמט ווייניגער זאכן ערענסט, און ווער רעד נאך היינט ווען אלעס איז גלאבאל.
זונטאג מאי 12, 2019 6:48 am#430193
כו"ע מודי אז למעשה ווילן מענטשן לעבן א גרינגע און באקוועמע לעבן, לשיטתך איז עס נאר בדיעבד אזוי, איך זאג אז ס'איז לכתחילה אזוי. און ס'ליגט אן אמת אין דיין טענה אויך, אבער די אמונות ודעות פון רוב מענטשן ווערט בעיקר דיקטירט דורך באקוועמליכקייט זעלבסט, ופשוט. בין כך ובין כך טוט באקוועמליכקייט דיקטירן מענטשנ'ס לעבנס, נישט אמונות ודעות.

אמאל האבן צוויי רבנים זיך גע'טענה'ט אגאנצע נאכט צו ס'איז יא דא א גאט צו נישט, למעשה איז ארויסגעקומען אז ס'נישט דא קיין גאט. די נעקסטע צופרי גייט איינער פון זיי אויפ'ן גאס, און זעהט ווי דער צווייטער גייט צו שול מיט'ן טלית ותפילין, ביזנעס עז יוזועל. פרעגט עם אים היתכן, מ'האט דאך געשמועסט אז ס'איז אלץ בעלאוני. "קען זיין אז באמת איז טאקע נישט דא קיין גאט" - ענטפערט ער אים - "אבער ביזנעס איז ביזנעס..."
זונטאג מאי 12, 2019 9:35 am#430204
רביה"ק פרעגט זייער א שטארקע קושיא, אויב מענטשן נעמען רעליגיע ערענסט, דאן פארוואס זענען זיי נישט מער אריינגעטאן דערין, ד.מ. דקדוק הלכה, זיך מער באקאנט מאכן מיט אמונות ודעות וכדומה, דער אויספיר אז אלא מאי יעדער ווייסט אז עס איז בעלאני נאר די סיבה איז אז מ'וויל ווייטער לעבן באקוועם שטימט בכלל נישט מיט די מציאות, כאטש אז ס'איז אפשר אמת אז רוב חרדישע אידן וואס האבן יא פארלוירן זייער גלויבן בלייבן ווייטער לעבן א רעליגיעזן לעבנסשטייגער צוליב באקוועמליכקייטן, אבער דאס מיינט נישט אז רוב חרדישע אידן האלטן אז עס איז בעלאני נאר זיי באשלוסן ווייטער צו לעבן רעליגיעז צוליב באקוועמליכקייטן.
די מציאות וואס איך זעה ביים ברייטערן ציבור איז אז בעצם גלויבט מען יא, נאר די וועלט איז אנגעפילט מיט תאוות און שאיפות, און דאס בייצוקומען איז נאר אויף וויפיל מ'האט מורא, די אלע זאכן וואס עס זענען פארהאן א התרשלות ביים ציבור ווייל די מורא כלפי דעם האט אויסגעוועפט אדער האט עפעס קיינמאל סתם אזוי נישט געכאפט, אויף די אלע זאכן זענען נישט פארהאן קיין מורא אז דאס זאל שטערן די פערזענליכע שאיפות און תאוות.דאס זעלבע איז געוואנדן מיט די חברותות אדער געזעלשאפט אין וואס מ'דרייט זיך ווי חז"ל זאגן הרבה חברותא עושה. מיין טעאריע איז אז אין גרויסע שטעט אדער היינט מיט די פארגעשריטענע קומיוניקאציע סיסטעמען איז פארהאן א גרעסערע התרשלות ביים ציבור פאר מער זאכן כלפי שטעטלעך און דערפלאך אין אמאליגע אייראפע. דאס קען מען אפשר יא זאגן אז מענטשן זעען מער איין היינט צוטאגס אז זייערע חסידותער אדער קהילות אייגענארטיגע פאדערונגען זענען פול מיט בעלאני אבער דאס קען מען נישט אויסמישן מיט עצם אמונה אין אויבערשטן.
זונטאג מאי 12, 2019 9:49 am#430205
נהורא נפישא האט געשריבן:דער אויספיר אז אלא מאי יעדער ווייסט אז עס איז בעלאני נאר די סיבה איז אז מ'וויל ווייטער לעבן באקוועם שטימט בכלל נישט מיט די מציאות,

העי, כ'האב דאס קיינמאל נישט געזאגט, פונקט פארקערט. טאקע ווייל דער עולם איז נישט עכט אינטערעסירט אין די זאכן, טאקע דערפאר שטערט זיי נישט צו גלייבן, דער עיקר איז אז מ'לעבט א גוטן טאג, און מ'גלייבט טאקע נאר אויף וויפיל ס'איז באקוועם און געשמאק. קיינער (כמעט) איז נישט איבערצייגט אז ס'איז אמת, און קיינער (כמעט) איז נישט איבערצייגט אז ס'איז בעלאוני, וואס פונקט די אמת איז איז בכלל נישט אינטערעסאנט פאר קיינעם (כמעט). קיינעם אינטערעסירט נישט וויאזוי גראוויטי ארבעט, און קיינעם אינטערעסירט נישט צו ס'איז דא בחירה חופשית צו נישט, ווען ס'קומט למעשה זענען די אלע זאכן נישט תופס מקום כמעט.
זונטאג מאי 12, 2019 9:56 am#430206
זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט אז מ'גלויבט דערין ווייל מ'איז נישט אינטערסירט. צו זאגסטו דעיס פון א פערספעקטיוו פון איינעם וואס האלט אז אויב מ'איז אינטערסירט צו פארשן וועגן די גלויבן וועט מען עס פארלירן ? איך מיין אז ביי רוב מענטשן איז דאס לאו דוקא אמת, זיי גלויבן מיט וואס זיי זענען אויפגעצויגן. אבער בלאו הכא פארוואס זאל איינער זיין אינטערסירט צו פארשן ער האט נישט פארוואס צו צווייפלן פונקט אזויוי רביה"ק צווייפעלט נישט איבער די האלאקאוסט למשל, כאטש עס זענען דא פארלייקענער וויבאלד ער גלויבט אזוי און ער האט נישט פארוואס צו צווייפלן.
דיין באהויפטונג אז כמעט קיינער איז נישט איבערצייגט אז עס איז אמת, אפשר רעדסטו פון דעם אז זיי האבן נישט געמאכט די נויטיגע ריסערטש, אבער די פאקט איז אז זיי האבן למעשה נישט פארוואס צו צווייפלן, פונקט אזויווי דער וואס האט טראסט אין די USDA FDA, האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריסערטש אויב זיין טראסט איז באגרינדעט.
זונטאג מאי 12, 2019 11:25 am#430215
לאמיר זיך טאקע באציען צו דיין ביישפיל פון די האלאקוסט: מיך אינטערעסירט גאנץ ווייניג צו די דייטשן און אוקראינער האבן אומגעברענגט זעקס מילליאן אידן, זיבן מילליאן אידן, צו גאר א האלבע מילליאן אידן, אזויפיל ווייס איך אז פון מיין עלטער באבעס משפחה און באקאנטע איז כמעט קיינער נישט געבליבן. ס'איז נאר די פאר היסטאריע ליבהאבער וועלכע אינטערעסירן זיך אין די אלע דעטאלן, און זיי קומען טאקע צו יעדער צו זייער מסקנה.

די זעלבע זאך ביי אמונות און השקפות, אלע סאטמארע ווייסן אז די אנהענגער פון די שיטה"ק זענען בטל באלפי אלפים, אלע משיחיסטן ווייסן גאנץ גוט אז אין די וועלט לאכט מען פון זיי, און אלע מאמינים ווייסן אז רוב וועלט גלייבט אין אנדערע אמונות ווי זיי, און ס'אינטערעסירט זיי גאנץ ווייניג ווער פונקטליך איז גערעכט. ס'איז נאר די פאר קאווע שטיבל פילאזאפן וועלכע באפאסן זיך מיט די קריטישע לעבנסוויכטיגע חקירות, די איבעריגע עולם ענדשויט די לעבן אזויווי ס'איז.
זונטאג מאי 12, 2019 11:56 am#430216
רביה"ק זי"ע: דו האסט מיט איין תגובה אפגעווישט א גאר גרויסע אינדוסטרי וועלכע באשעפטיגט שוין א טייל פון די מענטשהייט פאר עטליכע הונדערט יאר. און ברענגט פרנסה פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן...!

דו האסט אויסגעזאגט דעם גרויסן סוד. אז די אלע דיסקוסיעס און רייסערייען ארום דעם גאנצן וועלט באשאף. ווי אלט די וועלט איז און צי די זון דרייטציך ארום די וועלט. אדער די וועלט דרייטציך ארום די זון אדער די לבנה. אדער צי מענטשן שטאמען פון מאנקיס. אדער מאנקיס שטאמען פון מענטשן. און דורכדעים האבן צענדליגער טויזנטער מענטשן פרנסה. ווייל וואו דיסקוטירן די מענטשן אט די אלע טעאריעס. אין קאפעי הייזער. און זיי רייכערן געמיטליך צו א ציגאר. אט דאס אלעס איז א פילפול של הבל. וואס מאכט נישט אויס קיין שום חילוק אדער דיפערענץ אין אונזער טאג טעגליכן לעבן...! די קאפעי הייזער וועללן פארלירן 99 % פון זייער ביזנעס. ס'וועט נאר איבערבלייבן דאס אפיציעלע ,אחד ומיוחד , דאס קאווע שטיבל. און אפשר א פאר מקוואות, וואו די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אנדערע דאגות אין לעבן וועללן זיך אמפערן איבער ווי אלט די וועלט איז. 50 ביליאן. אדער 20 טריליאן יאר...! אבער פון דארט האט קיינער נישט פארדינט קיין פרוטה אחת...!
זונטאג מאי 12, 2019 12:19 pm#430217
רביה"ק קען זיין אז דו נעמסט נישט אן די ציפער פון זעקס מיליאן אלס עפעס שאין להרהר אחריה, אבער מיר דוכט זיך אז רובא דרובא אידן צווייפלן בכלל נישט אין דעם ציפער. ווען איינער גלויבט אין עפעס א פאקט אן א צווייפל הייסט דאס אמונה, ובפרט אז ביי רעליגיע ווייסט מען אז ס'איז דא וואס צווייפלן און פונדעסטוועגן די רמב"ם אין נאך אזוי קלוג געווען, אלא מאי די קושיות זענען נישט קיין קושיות נאר גאר תירוצים. אלע קושיות ווערן באהאנדעלט אין די ספרי חקירה כמין חומר, סאיז אינטערסירט נישט פאר דעם עווערידזש אינגערמאן די נושאים ווייל ער האט ממילא נישט קיין שום בעקראנד פאר אינטערעסע אין אינטולעקטואלע נושאים (באמת איז די אמונה גענוג שטארק אז אפילו אן אינטעלעקטועל האט גענוג פלאץ פאר איטעלקואליזם אין יהדות) פאר יעדע קושיא וואס מ'פרעגט אים איז אים גענוג אז מ'רעדט שוין דערפין אין די ספרים, די אלע פשוטע קושיות וואס מ'קען זיך ווען ספראווענען איז גוט פארשלייערט מיט רעליגיעזע טערמינען, אמאל איז דא א הסתר פנים און צומאל זעט מען השגחה פרטית, אמאל איז סוד ה' ליריאיו און אמאל איז משיב חכמים אחור, השתדלות איז א דמיון און פונעסטוועגן וויל די באשעפער אז מ'זאל משתדל זיין וכו' וכו'. סוכ"ס די זיידעס פון די אינגעלייט זענען געפארן צו צדיקים און געזען דארט מופתים גלויים וכדומה.
פונקט ווי דער טיפיקל אינגערמאן גלויבט אין די וויכטיגקייט פון וואקסינען כאטש דער אנטיוועקסער באפאלט אים מיט קושיות, ווייל ער האט טראסט אין די מעדיקל עסטעבלישמענט און אז זיי ווייסן אויך פון די אלע קושיות.
זונטאג מאי 12, 2019 12:26 pm#430218
נהורא נפישא האט געשריבן:אמאל איז דא א הסתר פנים און צומאל זעט מען השגחה פרטית, אמאל איז סוד ה' ליריאיו און אמאל איז משיב חכמים אחור, השתדלות איז א דמיון און פונעסטוועגן וויל די באשעפער אז מ'זאל משתדל זיין וכו' וכו'.

דאס אליינס אז זיי קענען אננעמען אזעלכע סתירות איז נישט קיין ראיה צו מיינע ווערטער?
זונטאג מאי 12, 2019 12:28 pm#430219
ניין ווייל ס'איז נישט קיין סתירה אמאל מאכט דער אויבערשטער אזוי וועגן איין סיבה און אמאל פארקערט און ס'איז נסתרים דרכי ה'
זונטאג מאי 12, 2019 1:38 pm#430222
דאכט זיך מיר אז רביה"ק און נהורא דבר אחד אמרו. וואס דער לעצטער רופט אן "בלינדע גלויבן" רופט דער פריערדיגער אן "אומגלויבן" ביידע האלטן אז ביי רוב ציבור איז נישט אויסגעטראכט דער אמונה אויף אן אויפן ווי מ'איז
איבערצייגט אז אויב מ'דיפאזיט $200 אין א באנק אקאונט גייט זיין א באלאנס פון צוויי הונדערט דאלער אין באנק.

עכ"פ רביה"ק'ס נקודה אז דאס לעבן דרייט זיך ווייניג ארום איבער די פראגע פון יא אמת אדער נישט אמת איז לדעתי אן אמת'ע, ווי אזוי מ'זאל נאר נוצן דעם טערמין. א שטייגער ווי ליפא שמעלצער'ס חוזר בתשובה זיין. דעם ציבור האט נישט פאראינטערעסירט צו ליפא גלייבט יא צו נישט, צו ער היט מצוות צו נישט, מ'איז פשוט נישט געווען באקוועם מיט זיין געלן היטל און פינקע וועסטל מיט פולקעדאטס בשעת ווען ער גייט מיט'ן שטריימל זאל דאס זיין א הויעכס אפילו העכער פון אים זעלבסט, פאסט זיך אריין אין מיין comfort zone.
זונטאג מאי 12, 2019 2:01 pm#430223
מאטי, דער דיון איז אויב די אמונה פשוטה פונעם המון עם קען באצייכענט ווערן אלס אמונה אדער דאס הייסט פשוט נישט געטראכט.
דאס אז ס'איז סתם אזוי פארהאן זייטיגע פאראורטיילונגען באזירט אויף מיסקאנסעפציעס און אסאסיאציעס ווייל מ'איז באקוועם דערמיט מאכט גארנישט שוואך די אמונה חלק.
אבער למעשה זעט מיר טאקע אויס אז רביה"ק קריגט נישט דוקא אויף וואס איך זאג ער באציט זיך נאר שטארק אויף זאכן וואס מ'טוט אדער מ'לאזט געמאכט צוליב באקוועמליכקייטן.
זונטאג מאי 12, 2019 2:10 pm#430224
נהורא נפישא האט געשריבן:דער דיון איז אויב די אמונה פשוטה פונעם המון עם קען באצייכענט ווערן אלס אמונה אדער דאס הייסט פשוט נישט געטראכט.

יעצט פאנג איך אן צו כאפן איבער וואס מ'טענה'ט זיך דא די גאנצע צייט, כ'האב בכלל נישט געמיינט דאס. ביי מיר איז א פשוטע זאך אז ס'איז נישט דא קיין שום ענין אין גלייבן כשלעצמו, עכ"פ מדינא דגמרא, ס'איז בפירושע סוגיות אין ש"ס, ואכמל"ה (אפשר יא?). כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז בלייבן ביי אידישקייט אדער אפפארן האט גארנישט מיט דאגמאטישע אמת צוטון, די אלע זאכן זענען בכלל נישט נוגע ווען ס'קומט אויף למעשה, מענטשן היינט האבן אנדערע דאגות.
זונטאג מאי 12, 2019 2:14 pm#430225
נו וואס זענען טאקע די דעקונג טערמינאלאגיעס וואס דעקט ביידע זייטן פון ד מטבע, כדאי צו מאכן א רשימה
השגחה פרטית- הסתר פנים
נס מן השמים - נסיון מהסט"א
סוד ה' ליראיו- משיב חכמים אחור
אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם- אשרי מי שחתמו ימיו במהרה
בטחון - השתדלות
ידיעה - בחירה
קושטא קאי שיקרא לא קאי - עולם השקר
אם אינם נביאים הם בני נביאים הם - שלשה מאות שלא כרעו לבעל
זונטאג מאי 12, 2019 2:18 pm#430226
בפירושע סוגיות אין ש"ס ? אין פרק חלק רעכענט ער אויס תחיית המתים און יעדעס אות אין די תורה אין וואס מ'דארף גלויבן, דארט איז דאך דא די לאנגע פירוש המשניות להרמב"ם וואס רעכענט דרייצן עקרים
זונטאג מאי 12, 2019 2:45 pm#430227
נהורא נפישא האט געשריבן:בפירושע סוגיות אין ש"ס ? אין פרק חלק רעכענט ער אויס תחיית המתים און יעדעס אות אין די תורה אין וואס מ'דארף גלויבן, דארט איז דאך דא די לאנגע פירוש המשניות להרמב"ם וואס רעכענט דרייצן עקרים


ס'איז כלל נישט מוכרח אז פרק חלק איז אן אויסגעארבעטע דאגמע א שטייגער פון מי בפנים ומי בחוץ לפי וואס מ'גלייבט, ווי דער רמב"ם וויל דאס אראפשטעלן.

ווי אזוי פארשטייסטו די הוספה רבי עקיבא אומר, אף הקורא בספרים החיצונים, והלוחש על המכה. ווילסטו מיר זאגן אז ר' עקיבא האט געהאלטן אז הלוחש על המכה איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל?

בכלל טרעפט מען אין ש"ס אין מערער פלעצער דעם שטראף "אין לו חלק לעולם הבא," סלייגט זיך אויפן שכל אז חז"ל האבן גענוצט די הארבע לשונות צוליב דעם געפעכט מיט די צדוקים וואס האבן כופר געווען דערין, און אין לו חלק איז פשוט א דערשרעקענדע טאקטיק, פונקט ווי המבזה את חבירו ברבים. ס'איז לאו דוקא און אויסגעקאכטע פילאזאפישער Creed וואס דער רמב''ם פרובירט אויסצובויען
זונטאג מאי 12, 2019 2:53 pm#430228
אה"נ ס'איז טאקע געווען גדולי ישראל וואס האבן טאקע נישט געהאלטן פון דאגמעס, אבער פון די שארפע פסקים פון חז"ל קען מען עכ"פ בויען להלכה למעשה און אזוי טוט דאך דער רמב"ם און די שו"ע והפוסקים במה שנוגע ליי"נ ולצירוף מנין ולענין מורידין ולא מעלין וכו'
מיין קושיא איז געווען ווי איז מפורש בסוגיית הש"ס פארקערט גאר
זונטאג מאי 12, 2019 3:01 pm#430229
ווען ס'איז מפורש פארקערט וואלט דאך דער רמב''ם געהאט א פראבלעם. ווילאנג סאיז נישט מפורש קענסטו נישט מחייב זיין.
זונטאג מאי 12, 2019 3:05 pm#430230
אמת, אבער ס'איז אויך אמת אז איך בין נישט מחוייב אנצונעמען די שו"ע אלס איינער וואס האט די עיקר סמכות אין הלכה.
זונטאג מאי 12, 2019 4:28 pm#430234
נהורא נפישא האט געשריבן:מאטי, דער דיון איז אויב די אמונה פשוטה פונעם המון עם קען באצייכענט ווערן אלס אמונה אדער דאס הייסט פשוט נישט געטראכט.
דאס אז ס'איז סתם אזוי פארהאן זייטיגע פאראורטיילונגען באזירט אויף מיסקאנסעפציעס און אסאסיאציעס ווייל מ'איז באקוועם דערמיט מאכט גארנישט שוואך די אמונה חלק.
אבער למעשה זעט מיר טאקע אויס אז רביה"ק קריגט נישט דוקא אויף וואס איך זאג ער באציט זיך נאר שטארק אויף זאכן וואס מ'טוט אדער מ'לאזט געמאכט צוליב באקוועמליכקייטן.

איך מיין אז א גרויסע טייל פון די היינטיגע יודען האבען א שטארקע קאננעקשין צו יודישקייט, א קשר נפשי, צו בא די חסידישע לאגער מיט א פריערדיגע צדיק, ספרי ברסלב, צו סתם רי״ח גרינוואלד, ר״א בידערמאן, וכ״ו וכ״ו משפירט און יודישקייט א העכרעקייט און א ציהל און לעבן, א מאטיוו און א שטרעבען פארען נפש, רוף עס וואס די ווילסט אמונה פשוטה , דמיון , ספריטשואליטי וכ״ו וכ״ו די מציאות איז אז טויזענטע יודען קאכען זיך און יודישקייט און פילען א מאטיוו און א קשר צו דברים רוחניים, זיי זעען און שפירען און דעם א נצחיות אזאך וואס איז זיי מקשר אל על,אהן דעם וואס מזאל האבען גענוצט בכלל די חוש הביקורת.

די זעלבע איז אינערהאלב די ישיבישע וועלט,דער עולם איז קאננעקטעד מיט לימוד התורה און מיט קיום המצוות, יעדער אויף זיין פארנעם, אבער מענטשען שפירען און דעם א חיות און א טיפע העכערע אינהאלט און זייער לעבן.
דאס זענען די הויפט יסודות וואס האלטע די מענטשען זייער קשר נפשי,
סאיז דא גאר גאר ווייניג מענטשען וואס שטעלן זייער פיסטריט לויט די ריאלעטעט וואס די קאפ זייערע,האט אמת׳דיג אויסגעחשבונט צו סשטימט מיט די טרוקענע מציאות צו נישט, און רוב ציבור וויל בכלל נישט טראכטען און דיע נושאים, זיי שפירען א חיות און דיע זאכען און זיי ווילען עס בכלל נישט טשעלינזשען.
זונטאג מאי 12, 2019 4:56 pm#430235
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
לאמיר געבן א משל צו מסביר זיין מיין שטעלונג.

נעם דיר א מענטש א גרויסע בעל גאווה. ער וויל אטענטשען מער ווי די מאס, ער וויל זיך ווייזען פאר יעדעם אז ער טויג. דעריבער גייט ער ארום זוכען דער עמוד ווי אימער. עס קומט יו"ט גייט ער פון שול צו שול כדי די גרעסטע עולם שייך זאל האבען די הנאה איהם אויסצוהערען. א צווייטע בעל גאווה האלט אין איין פארקויפן תורה׳ס און חידושים, בקיאות און לומדות.

ביידע האבען די זעלבע מדה פון גאווה. וואס איז די חילוק? די ערשטע איז מחשיב זינגען און די צווייטע איז מחשיב לערנען. די טרייב זיינער איז די גאווה, די מהלך זיינער קומט אבער פון זיין גלויבונג. אפט ווייסט דער מענטש נישט וועלכע גלויבונג עס ליגט אונטער זיין מהלך, די מדות קען ער פיהל בעסער. אבער א גלויבונג איז דא.

דעריבער איז גאר וויכטיג אויסצולערנען, פאר זיך די קינדער און די תלמידים, וואס מ׳גלויבט. ווייל אונטער אלעם ליגען די גלויבונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 5:49 pm#430240
דער שטערקסטער פונקט אין דער אשכול,
וויפיל מענטשן קענען זאגן אז ווען זיי געפינען אויס פאר א זיכערהייט אז עס איז גארנישט דא, ח"ו לית דין ולית וכו', וואלטען זיי עפעס געטוישט אין לעבן?

איך כשלעצמי וואלט נישט געטוישט קיין זיז כל שהוא
פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אזוי איז.

דאס ווייזט אז אמונה האט גאר ווייניג מיט אונזער התנהגות.

ווען איינער זאגט מיר אז ער וואלט יא געטוישט, גלייב איך אים אויך נישט. ווייל כמה זאכן וואס איך קען אים אויפווייזן אז ער טוט יעצט, וואס פעלט נישט אויס, און ער גייט נישט טוישן אויף נישט.
זונטאג מאי 12, 2019 6:12 pm#430243
איך האב א הויפן שאלות דא, לאמיר זען ווער ס'קען מאכן א סיסטעמאטישע סדר, כ'ווייס מ'רעדט פון די אלע זאכן אין די ספרים, כ'וויל אבער א סיסטעמאטישע סדר ותשואת חן פאר ווער עס קען דאס שיין אהערשטעלן.

מ'זעט אין חז"ל אז מצוות קען מען מקיים זיין לשמה און שלא לשמה, די חיוב מקיים צו זיין א מצוה איז אפילו ביי איינעם וואס האלט נישט ביי לשמה אבער פונדעסטוועגן פארפאסט ער די עכטע תועלת פון די מצוות וואס דאס איז מקיים זיין רצון השי"ת, חז"ל דרוקן זיך אויס אויף אזא איינעם פושעים יכשלו בם, די שאלה איז וואס מיינט שלא לשמה מיינט דאס דוקא עפעס א פערזענליכע הנאה, אדער אפילו ער האט נישט מכוון געווען צו טאן רצון השם נאר עס געטאן מצוות אנשים מלומדה. (אולי שייך לכאן הוויכוח ההלכתי אודות אמירת לשם יחוד)
איז שייך זאגן מצוות אנשים מלומדה פאר אזא איינעם וואס טוט די מצווה מיט די גרעסטע הכנות צו לערנען פון פריער אלע רולס אין די בוק כדאי מקיים צו זיין די דקדוק הלכה על אף ער האט יעצט בכלל נישט אינזין דעם אויבערשטען ד.מ. די סיבה פון זיין טון איז נישט פון א ריבוי יראת שמים אדער א ריבוי אהבת השם נאר א מצוות אנשים מלומדה פון א פערפעקשעניסט ערציאונג צו טאן אלעס לויט די דקדוק הלכה.
וואס איז פשט אין די גמרא וכי יראה מילתא זיטרותא, פון וועלכע יראה רעדט די גמרא אז ס'איז בכלל נישט א קלייניגקייט, מיר זעען אז מענטשן האבן למעשה מורא צו עסן יוכ"פ איז דאך א סימן אז יראה איז יא עפעס וואס איז פארשפרייט, אפשר קען זיין אז עס רעדט פון א דאמענירענדן יראה, א יראה וואס פירט דעם מענטש אז ער פארגעסט נישט דערפין א רגע, אזויווי מיר זעען א לעוועל פון א ירא אלקים מרבים.
איז אהבה דוקא א העכערע לעוול פון יראה אויפן ספעקטרום אדער ס'איז פשוט א העכערע מדריגה ווי פשוטע יראה אבער ס'איז יתכן אז יראה קען זיין גרעסער ווי אהבה אויך.
וואס איז די חילוק פון יראת הרוממות און אהבה
איז אהבה דוקא ווען די אהבה איז אויף השי"ת אדער אפילו ווען ער שפירט א ספירוטואלע דערהויבענקייט אין א מצוה פארשטייט זיך זייענדיג א מאמין ?
איז אהבה תלוי אויך אין די מדות פונעם מענטש, אמאל איז דא א גדול בישראל מיט א קאלטער כאראקטער שטארק אין יראת שמים אבער מ'זעט נישט ביי אים קיין אהבה, אלעס איז טרוקן ביי אים איז פשט אז ער איז אויף א קלענערע מדריגה פון א צווייטער גדול בתורה וואס איז יא ווארעמער כאראקטער און איז קענטליך פול מיט אהבת השם ?
זונטאג מאי 12, 2019 6:26 pm#430245
אישתישבי האט געשריבן:דער שטערקסטער פונקט אין דער אשכול,
וויפיל מענטשן קענען זאגן אז ווען זיי געפינען אויס פאר א זיכערהייט אז עס איז גארנישט דא, ח"ו לית דין ולית וכו', וואלטען זיי עפעס געטוישט אין לעבן?

איך כשלעצמי וואלט נישט געטוישט קיין זיז כל שהוא
פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אזוי איז.

דאס ווייזט אז אמונה האט גאר ווייניג מיט אונזער התנהגות.

ווען איינער זאגט מיר אז ער וואלט יא געטוישט, גלייב איך אים אויך נישט. ווייל כמה זאכן וואס איך קען אים אויפווייזן אז ער טוט יעצט, וואס פעלט נישט אויס, און ער גייט נישט טוישן אויף נישט.

דאס איז נישט קיין לאגישע ארגומענט, דאס ווייזט סך הכל אז פראקטיצירן אידישקייט קען מען אפילו אן אמונה, עס זאגט אבער גארנישט איבער די פאקט אז ס'קען זיין אז פראקטיצירן אידישקייט קען מען אויך מכח אמונה און אז דאס איז די קעיס אין רוב פעלער.
זונטאג מאי 12, 2019 6:30 pm#430247
אישתישבי האט געשריבן:דער שטערקסטער פונקט אין דער אשכול,
וויפיל מענטשן קענען זאגן אז ווען זיי געפינען אויס פאר א זיכערהייט אז עס איז גארנישט דא, ח"ו לית דין ולית וכו', וואלטען זיי עפעס געטוישט אין לעבן?

איך כשלעצמי וואלט נישט געטוישט קיין זיז כל שהוא
פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אזוי איז.

דאס ווייזט אז אמונה האט גאר ווייניג מיט אונזער התנהגות.

ווען איינער זאגט מיר אז ער וואלט יא געטוישט, גלייב איך אים אויך נישט. ווייל כמה זאכן וואס איך קען אים אויפווייזן אז ער טוט יעצט, וואס פעלט נישט אויס, און ער גייט נישט טוישן אויף נישט.

איך וואלט ווען נישט געלייגט מארגן תפילן, קיין שאלה נישט
אבער אז דו גלייבסט עניוועו נישט איז א שאד צי דיסקאסען
זונטאג מאי 12, 2019 6:57 pm#430249
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
אלס בחור פלעגט דער שמועס זיין אן אפטע נושא אויפ׳ן טיש. אז מארגען הערסטו אז דו ביסט באמת א גוי א שתוקי אסופי וואס דיין עלטערן האבען אהיים געברענגט און יעצט ביסטו פריי צו זיין א גוי, וואס וואלטסטו געטון? די ווערטליך פלעגן זיין, קישען די בעק ציצית ביי ברוך שאמר, אדער בינדן די רעכטע שיך איידער די לינקע שיך וכדו׳.

די אמת׳ער מחשבות האט יעדער געהאלטן ביי זיך, פארשטייט זיך.

אבער אין דעם בין איך מסכים מיט הקטן, פארוואס זאל מען לייגן תפילין? אפשר בלייבן אין די געזעלשאפט, מיטמדי מינימום פליכטן אז מ׳זאל מיר נישט ארויס ווארפן. אבער סתם מקיים זיין מצוות אן קיין שום סבה אדער תועלת? פארוואס און פארווען? נאר ווייל עס האט אדער א תועלת אדער א פליכט, בין איך גרייט זיך אנצובינדן מיט תפילין, זאגען א ברכה, הערן שופר אדער געבן צדקה. איך הייב נישט אן צו פארשטיין דער רעפארם איד פארוואס ער זאל עסן מצה אדער זאגען יזכור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 7:33 pm#430257
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: איך הייב נישט אן צו פארשטיין דער רעפארם איד פארוואס ער זאל עסן מצה אדער זאגען יזכור.

מער ווינדערט מיר פאסטען י"כ
זונטאג מאי 12, 2019 8:00 pm#430258
ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.
זונטאג מאי 12, 2019 8:09 pm#430259
נהורא נפישא האט געשריבן:בפירושע סוגיות אין ש"ס ? אין פרק חלק רעכענט ער אויס תחיית המתים.

גלייבן אין תחיית המתים אליינס איז נישט גענוג, מ'דארף גלייבן אז ס'שטייט אין די תורה. איי ס'שטייט דאך נישט אין די תורה? קשיא.
זונטאג מאי 12, 2019 8:36 pm#430261
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
ווען גייט משה רבינו זינגען שירה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 8:37 pm#430262
רש"י אויפ'ן פלאץ זאגט אז ער האט שוין געזונגען.
זונטאג מאי 12, 2019 8:40 pm#430264
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
וואס נאך זאגט רש"י?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 8:44 pm#430265
ער זאגט זייער שיינע רמזים, אבער א ראיה פון די תורה איז נישט דא.
זונטאג מאי 12, 2019 9:52 pm#430273
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בפירושע סוגיות אין ש"ס ? אין פרק חלק רעכענט ער אויס תחיית המתים.

גלייבן אין תחיית המתים אליינס איז נישט גענוג, מ'דארף גלייבן אז ס'שטייט אין די תורה. איי ס'שטייט דאך נישט אין די תורה? קשיא.

ערשטע מאל וואס דו הערסט אז א דרש איז מן התורה ?
זונטאג מאי 12, 2019 10:11 pm#430274
ווי איז שייך גלייבן אויף א דרש? מ'דארף גלייבן אז מ'קען אזוי 'דרש'נען? אודאי "קען" מען, ווי איז שייך כופר צו זיין אין דעם? fyi קען מען עס אריינ'דרש'נען אין העררי פאטער אויך.
זונטאג מאי 12, 2019 10:17 pm#430275
די חכמים האבן בקבלה אז תחיית המתים איז אן אמונה וואס אידן ביים בארג סיני האבן שוין געוויסט, די גמרא ברענגט עטליכע דרשות וואס דארף אונז ווייזן אז די תורה דערמאנט שוין תחיית המתים איינער וואס לייקענט אין דעם וואס די חכמים זאגן אז תחיית המתים איז שוין מן התורה דער איז א כופר בתחיית המתים מן התורה
איינער וואס לייקענט אין די מצווה פון תפילין ווייל ער האלט אז דער פסוק רעדט מעטאפאריש וואס די רשב"ם ברענגט טאקע אזוי בדרך הפשט, אדער ער האלט בין עיניכם מיינט צעווישן די אויגן איז אויך א כופר אין איינע פון די מצוותמן התורה.
דאס אז מ'קען אריינלערנען דרשות אין אנדערע ליטעראטור פרעגט נישט אפ דאס אז בעולמם של חכמים זענען דרשות געווען אן אינטעגראלע חלק פון די תורה. דאס איזא שאלה וואס דו דארפסט פרעגן הלל הזקן מיט רבי ישמעאל וואס האבן געזאגט די אלע מדות שהתורה נדרשת בהן.
זונטאג מאי 12, 2019 10:27 pm#430276
נאך אלע פשעטלעך איז עס בכלל נישט מוכרח פון די תורה, ווען חז"ל זאלן זאגן אז ס'נישט דא קיין תחיית המתים און זיי וואלטן מפרש געווען אלע פסוקים כפשוטו, וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט?

איך מיין נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף די גמרא, איך פארשטיי די גמרא זייער גוט, די קשיא איז נאר אויף דיר וואס דו לערנסט פשט אז מ'דארף זיין לאגיש איבערצייגט.
זונטאג מאי 12, 2019 10:32 pm#430278
און פארוואס איז מוכרח אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן ?
אין בד"וו איך זאג נישט אז מ'דארף זיין איבערצייגט איך זאג נאר אז די גמרא זאגט אזוי.
און איך קען זיך פארשטעלן אז רוב מענטשן וואס לערנען גמרא גלויבן אז אויב די חכמים זאגן אזא פשט דאן איז די אמת אזוי.
זונטאג מאי 12, 2019 10:47 pm#430280
וואו שטייט אז מ'דארף גלייבן אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן? מ'דארף טון וואס די חכמים הייסן און פארטיג, ועשית ככל אשר יורוך, אבער גלייבן?!

די גמרא זאגט נישט אז מ'דארף גלייבן סיי וואס, סך הכל שטייט אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז די חכמים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, האומר אין תחיית המתים מן התורה, אין לו חלק לעולם הבא. אבער איינער וואס זאגט אם קבלה היא נקבל ואם לדון יש תשובה, איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא.
זונטאג מאי 12, 2019 10:50 pm#430281
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט