Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
138 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11000
זונטאג מאי 12, 2019 10:51 pm#430283
הקטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט


ווען דו וועסט האלטן דארט וועלן מיר רעדן, די פאקט וועט זיין אז אזוי וועסטו טון, The heart has its reasons of which reason knows nothing.
זונטאג מאי 12, 2019 10:54 pm#430284
די רמב"ם זאגט אז פון לא תוסיפו ולא תגרעו זעט מען אז ווען איינער לייקענט אין א מצוה מן התורה און זאגט אפילו אז דאס איז נאר מדרבנן אדער פארקערט איז ער עובר אויף דעם לאו.
בכלל איז מאדנע צוזאגן אז מ'דארף האלטן די מצוות אבער נישט גלויבן אז דער אויבערשטער האט געהייסן ווי לייבאוויץ זאגט ביי חז"ל האט זיכער נישט עולה על הדעת געווען אזא מציאות.
נאך מער די משנה זאגט דאך קלאר אז האומר אין תחיית המתים מן התורה זעען מיר דאך אז זיי האבן יא מקפיד געווען אויף אמונה, אויך געפינען מיר אז חז"ל האבן געטאן להוציא מלבן של צדוקים זעען מיר אז זיי האבן אפילו מקפיד געווען להשריש נגד דעת הצדוקים
און וואס איז דאס אמונת חכמים וואס חז"ל זענען מחייב ?
מאנטאג מאי 13, 2019 12:21 am#430292
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך
מאנטאג מאי 13, 2019 5:01 am#430304
ספר הזכרונות - אזהרה מר' צדוק הכהן.pdf
(793.33 KiB) אראפגעלאדנט 59 מאל
מאנטאג מאי 13, 2019 10:46 am#430324
‘
מאנטאג מאי 13, 2019 10:48 am#430325
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב א הויפן שאלות דא, לאמיר זען ווער ס'קען מאכן א סיסטעמאטישע סדר, כ'ווייס מ'רעדט פון די אלע זאכן אין די ספרים, כ'וויל אבער א סיסטעמאטישע סדר ותשואת חן פאר ווער עס קען דאס שיין אהערשטעלן.

מ'זעט אין חז"ל אז מצוות קען מען מקיים זיין לשמה און שלא לשמה, די חיוב מקיים צו זיין א מצוה איז אפילו ביי איינעם וואס האלט נישט ביי לשמה אבער פונדעסטוועגן פארפאסט ער די עכטע תועלת פון די מצוות וואס דאס איז מקיים זיין רצון השי"ת, חז"ל דרוקן זיך אויס אויף אזא איינעם פושעים יכשלו בם, די שאלה איז וואס מיינט שלא לשמה מיינט דאס דוקא עפעס א פערזענליכע הנאה, אדער אפילו ער האט נישט מכוון געווען צו טאן רצון השם נאר עס געטאן מצוות אנשים מלומדה. (אולי שייך לכאן הוויכוח ההלכתי אודות אמירת לשם יחוד)
איז שייך זאגן מצוות אנשים מלומדה פאר אזא איינעם וואס טוט די מצווה מיט די גרעסטע הכנות צו לערנען פון פריער אלע רולס אין די בוק כדאי מקיים צו זיין די דקדוק הלכה על אף ער האט יעצט בכלל נישט אינזין דעם אויבערשטען ד.מ. די סיבה פון זיין טון איז נישט פון א ריבוי יראת שמים אדער א ריבוי אהבת השם נאר א מצוות אנשים מלומדה פון א פערפעקשעניסט ערציאונג צו טאן אלעס לויט די דקדוק הלכה.
וואס איז פשט אין די גמרא וכי יראה מילתא זיטרותא, פון וועלכע יראה רעדט די גמרא אז ס'איז בכלל נישט א קלייניגקייט, מיר זעען אז מענטשן האבן למעשה מורא צו עסן יוכ"פ איז דאך א סימן אז יראה איז יא עפעס וואס איז פארשפרייט, אפשר קען זיין אז עס רעדט פון א דאמענירענדן יראה, א יראה וואס פירט דעם מענטש אז ער פארגעסט נישט דערפין א רגע, אזויווי מיר זעען א לעוועל פון א ירא אלקים מרבים.
איז אהבה דוקא א העכערע לעוול פון יראה אויפן ספעקטרום אדער ס'איז פשוט א העכערע מדריגה ווי פשוטע יראה אבער ס'איז יתכן אז יראה קען זיין גרעסער ווי אהבה אויך.
וואס איז די חילוק פון יראת הרוממות און אהבה
איז אהבה דוקא ווען די אהבה איז אויף השי"ת אדער אפילו ווען ער שפירט א ספירוטואלע דערהויבענקייט אין א מצוה פארשטייט זיך זייענדיג א מאמין ?
איז אהבה תלוי אויך אין די מדות פונעם מענטש, אמאל איז דא א גדול בישראל מיט א קאלטער כאראקטער שטארק אין יראת שמים אבער מ'זעט נישט ביי אים קיין אהבה, אלעס איז טרוקן ביי אים איז פשט אז ער איז אויף א קלענערע מדריגה פון א צווייטער גדול בתורה וואס איז יא ווארעמער כאראקטער און איז קענטליך פול מיט אהבת השם ?


די תניא וויל מחדש זיין אז וואס אנדערע רופען מצות אנשים מלומדה, הייסט גאר אהבה מסותרת.
לפי דבריו האט א יוד א געטליכע זעעל וואס ציעט און ווערט באפרידיגט פון קיום המצוות,און ערגעץ ווי נאך טיפער ווי די סוב קאנטשעס מיינד,פילט א מענטשנס זעעל א משונהדיגע צוציענגס קראפט למקור חוצבה,און א פחד פון ווערען אפגעריסען. , און ממילא אויב א מענטש טוט א מצווה כפשוטו איז עס אוכט נחשב א שטיקעל לשמה ווייל ער האט א שטיקעל סוב קאנטשענס אהבה.
אבער דערנאך איז דא א חיוב צו אריינברענגען און די מענטש א קאנטשענס אהבה אז ער זאל פילען אפען און זיין הארץ א ליבשאפט און א פארכט פון גאט.
א גרויס חלק פון תניא באשטייט אויף דיע נקודות.
מאנטאג מאי 13, 2019 12:07 pm#430331
cictim האט געשריבן:
ספר הזכרונות - אזהרה מר' צדוק הכהן.pdf


ודבר זה ראוי להזכירו הרבה בדורות הללו, שרבו אנשים מבני ישראל המתעים בשפתותיהם החלקות את נערי בני ישראל, ללמדם ספר ולשון עמים ולקרות בספריהם. ומטעים כי בזה ישלימו באמיתות האמונה, ותהי להיפך, כמו שבא האות והמופת בעדות הנסיון והחוש. והם מביאים ראיה מן הרמב"ם והדומים אליו בין הקדמונים שעסקו בזה:
ובאמת אין לנו לדון אחריהם אם עשו לכתחילה כהוגן בזה, כי על כל פנים כבר אנו רואים מחיבור הרמב"ם בהלכות עוצם אמונתו בכל דברי חכמים שלא הזיק לו כל זה כלום, ואילו באנשים אחרים בכל דור ודור אנו רואים להיפך שבאים מזה לכפירה, אם בכלל אמונת השם יתברך או אמונת תורה מן השמים, אם בפרטי אמונת התורה שבעל פה אשר גם הם בכלל הכופר בתורה, וכמו שיבוא באזהרת לא תסור (דברים י"ז, י"א):
והא למדנו שאין מביאין ראיה מן הגדולים בתורה וביראת חטא כרמב"ם וחביריו. ומלבד מה שצריך שיושלם בידיעת התורה כולה ובהפלגת החכמה האנושית במוחו. נוסף על זה והוא העיקר, שראוי לדעת מה שאמרו חכמים כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת וכו' (אבות ג', ט') ואם זה אמרו בחכמת התורה, כל שכן בחכמה חיצונית:
והרמב"ם בסוף המורה נבוכים ביאר כוונת תכלית חיבורו ותכלית שלימות האדם להגיע ליראת ה' באמת והדביקות בו יתברך בכל רגע, אשר תמצית דבריו הועתק בהג"ה ריש אורח חיים (סימן א'). ועל כוונה הזו עסק בכל החכמות והספרים ההם שעסק בו, וכמו שכתב בהלכות יסודי התורה (פרק ב' הלכה א') שהדרך להגיע לאהבתו ויראתו יתברך על ידי ההתבוננות בחכמת הטבע ושאחר הטבע. וכל שקידתו היה להשיג מדריגת הדביקות האמיתית, ובהשתדלו על ענין ההוא מצא לפי עצמו ולפי ענין דורו הקריאה באותן הספרים והחכמות מועיל לו לענין הזה, כמו שכתב בתשובתו להיות לרקחות ולטבחות וכו':
ולכן לעולם ימוד אדם את עצמו אם כוונתו בקריאת ספרים הללו להשיג על ידי זה הדביקות בהשם יתברך ושתהיה יראתו חופפת על פניו. ומי שלא יאנה עצמו בזה וידע שמגמת לבבו באמת רק להיות יראת ה' על פניו תמיד, צריך להשתדל מקודם להשיג זה על ידי הקריאה בכל ספרי חכמי ישראל שיסדרו על ענינים הללו טרם יכנס בדרך מסוכן. ואנכי אערבנו כי לעולם לא יעלה על לבבו לפנות אל ספרים הללו לכוונה הזו כלל בדורות האלה, וימצא די חפצו בספרי קודש מחכמי ישראל האמיתים אשר ילהיבו לבבו ליראה את ה', ויבין ויכיר האמת כי הקריאה בספרים כאלה מתעה מדרך ה' באמת, ולא יפנה לבבו לזה כלל אם נכסוף נכסף לבית אבינו שבשמים באמת. ורק האיש אשר יאבה בהתגלות לבו בחכמות וידיעות, או יחשוק לנועם שיח והגיון חביריהם אשר נופת תטופנה שפתי זרה. ומי שעסק בהם על כוונה זו, מעולם לא יצא נקי, וזהו בכלל העוסק בספרי חיצונים שהפליגו רבותינו ז"ל בענשו, (סנהדרין צ'. ושם):
והתורה כפלה אזהרה במלת השמר ופן, כי מאוד מאוד צריך ליזהר מזה. ובפרט בדורות האלה אשר רבו חיבורים כאלה בעוונות בישראל, ראוי לכל אחד להזהיר לבניו ולתלמידיו בכל תוקף, ולחנכם בנערותם לבל יסתכלו בשום ספר שלא נודע שמחברו היה ירא את ה' באמת, ולא חונף ומרמה כמקצת חיבורי הצבועים המראים עצמם מדברים ביראת שמים ותוכם רצוף מה שבלבם, והרבה מהם נתפרסמו באחרית ימיהם או על ידי תלמידיהם ותלמידי תלמידיהם מה שהיה בלבם. ואם בדבר הממית בחיי שעה כמה האדם בורח ומתרחק ממנו, וחמירא סכנתא לחוש אפילו למיעוטא (חולין י'.), כל שכן בזה הממית בחיי עולם הבא רחמנא ליצלן, כפי המסורת בידינו מחז"ל חכמי האמת יבין עד כמה צריך האדם להתרחק מזה:
וגם החיבורים שמדפיסים על שם הקדמונים גדולי עולם, כל שהמוציא לאור היה איש אשר לא ידענוהו לירא אלקים ומאמין בכל דברי התורה, צריך בדיקה אם לא נתערב בו על ידו דברים זרים להתעות בני ישראל, כאשר נתברר אצלי שעשו כן בכמה חיבורים:
ועוד יותר נתברר זה על פי מכתב כתב יד מהראש שבהם, אשר התחיל לעורר צרעת הזו בארצות אשכנז בדורות שלפני פנינו, ואשר בכבודו יתיימרו כולם. הוא במכתבו לאחד מריעיו במדינת פולין, יעצו בפירוש על זה, להדפיס דברים על שם הקדמונים כרמב"ן וחביריו, ויכתוב בהם ככל העולה על רוחו, ובזה יוכל להמשיך לב העם אליו. ולאשר לא עלתה לו לרעו הנזכר עצתו זו סופו המיר דתו, כן יאבדו כל החפצים להחטיא את הרבים:
וכל קובץ וחיבור הנדפס ויצא לאור על ידי אנשים כאלו, צריך חקירה ודרישה הרבה אם לא נמצא בו תערובת זר, וכל שכן מה שחיברו הם אף אם לא ימצאו בפירוש נגד דברי חז"ל או אפילו ברמז גלוי, על הרוב המבקר אחריהם ומחטט היטב ימצא מה שבלבם:
ובכלל כל עניניהם לדבר בדברי הבאי, ולהתלוצץ במנהגי ישראל הקדושים וכיוצא. וכבר כתב הרמב"ם (סוף הלכות טומאת צרעת פרק ט"ז הלכה י'). זה דרך ישיבת הלצים הרשעים, בתחילה מרבין דברי הבאי וכו', ומתוך כך באין לספר בגנות הצדיקים וכו', ומתוך כך יהיה להן הרגל לדבר בנביאים וכו' ומתוך כך באים לדבר באלקים וכופרין בעיקר וכו'. וזה אמת יוכלו להעיד עליו מעדות הנסיון ומעשים בכל יום מאנשים כאלה. ולפיכך כללנו זכרון זה באזהרת השמר פן תשכח, כי הוא הגורם בסוף שכחה וכפירה בהשם יתברך, ודי בזה כאן:
מאנטאג מאי 13, 2019 12:40 pm#430332
מאטי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך

איך קען נאר רעדן פאר מיר, וואו לאנג איך גיי נישט אנע זאקען מיט סאנדעלס שפיר איך זיך נישט וואו קיין דרויסענדיגער
איך גיי נישט זאגן, און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל צי זאגן, אן אשר יצר נאר ווייל איך וויל פילן א געוויסע וועג, און זיכער נישט מיט כוונה

און איך קיק נישט ארויף די וואס האבן געהאט די "שטראקייט" און געקויפט א דאגי ווייל זיי האבן ענדליך ענדליך איינגעזען די אמת, איך האב נישט קיין פראפלעם אויב זיי ווילען זיך איינרעדן אז זיי זענען היראס
ס'איז דא טויזענטע מפגרים וואס האבן אפגעלאזט וואס זיי האבן אפגעלאזט.
מאנטאג מאי 13, 2019 4:07 pm#430349
מאטי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך

דאס איז גוט פאר די אויסערליכע זאכן וואס מאכט מיך א טייל פון די קאמיוניטי, אבער אז איך זאל זאגן תהילים אין קאר ווייל איך דארף א ישועה, אדער אז איך זאל פארן צו קברי צדיקים, דאס האט שוין גארנישט מיט די געזעלשאפט.

איך פארשטיי נישט וויאזוי רעליגיע קען צוגעבן צום מענטש (איך רעד פנימיותדיג) אויב מ'גלייבט נישט דערין.

און איך קען געוועזענע אפיקורסים וואס פארן שוין היינט אויף קערעסטיר, זייער געריבענע און קלוגע, דורכגעטראכטע פארשוינען. די רתיחת הדם האט עטוואס אפגעקיהלט, געהאט אביסעלע שווערע צייטן, און מ'איז שוין איינמאל א מאמין!
מאנטאג מאי 13, 2019 8:46 pm#430374
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט

הקטן, כ'בין סתם נייגעריג. ווען סטאפסטו לייגן תפילין, אויב דו ווערסט מסופק, אדער נאר אויב ס'איז ברור כשמש אז לית דין ולית דיין?
מאנטאג מאי 13, 2019 8:46 pm#430375
נישט זאגן תהילים פאר א צרה מאכט נישט איינעם פאר א שייגעץ, וואס דו קענסט יא פרעגן: פארוואס נישט נוצן דעם עלעקטראנישער קנעפל אנשטאט דעם שבת קוועטשער פון דעם סאמאוואר שבת צופרי ווען קיינער זעהט נישט? און דער תירוץ אויף דעם איז ווייל מיין געזעלשאפט טוט דאס נישט און איך וויל זיין פאר מיר אליינס א חלק דערפון, פונקט אזוי ווי איך מאך נישט קיין פאני פעיסעס אין עלאוועיטאר ווען קיינער קוקט נישט, און ווען איך טראַכט צו מיר אליינס טראכט איך מיט די זעלבע ווערטער און גראמאטיק ווי ווען איך וואלט גערעדט צו א חבר.
מאנטאג מאי 13, 2019 10:03 pm#430392
פון גרימאסן פארדינסטו גארנישט, וואס טוט זיך שטייסט אויף שבת אונדערפרי און די טשולענט איז אויסגעלאשן, האסט א ברירה אדער עס צוריק אנציצינדן, יעדער שלאפט נאך, אדער זיך שפעטער ארומוטשענען ריפן א גוי אין בעסטן פאל און אין ערגסטן פאל גאר אריבער גיין עסן צום שוויגער ?
מאנטאג מאי 13, 2019 10:39 pm#430395
אודאי זענען נישט אלע מענטשן די זעלבע, אבער מ'קען הערן א סברה, אזא בחינה ווי חולין שנאכל על טהרת קודש
מיטוואך יוני 10, 2020 5:15 am#451117
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זאגסטו נישט אז 'געזעלשאפט' איז א דיירעקטע מקור צום פראבלעם? דאן איז נישט לכאורה די עצה צו צוברעכן די געזעלשאפטליכע לעבן, און לעבן מער א איינזאמערע אייגן לעבן לכה"פ כהליטאים?

ווי כ'פארשטיי פון דיר איז, אז "מען זאל ווייטער פארבלייבן אלץ א געזעלשאפט און פרובירן זיך ארויסהעלפן אז דער חבר זאל נישט פאלן". איז נישט דער 'געזעלשאפט' די פראבלעם גופא?

פארשטיי איך ראנג?
געזעלשאפט איז מישט די תוצאה אין מיין מיינונג. עס קען אבער יא זיין א הילף. אבער נישט מאכן קיין טעות צווישען או.טי.די. און אפיקורסות. צו ווערן אן אפיקורס האט גארנישט מיט געזעלשאפט. דוק ותשכח.

הכותב וחותם
מנאי
מיינונגזאגער


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 10, 2020 5:26 am#451118
חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
זבולון האט געשריבן:האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?

ווען די מאמינים וועלן זיין אזעלכע שטארקע און קלארע מאמינים, וועלן מיר קענען זיך נעמען צו די אפיקורסים. ביזדערווייל, האב איך נאכנישט געטראפן קיין מענטשן מיט א פעסט געבויעטע אמונה, און נישט קיין איינער מיט א פעסט געבויעטע כפירה. מיר זענען אלע בני אנוש, מיט אונזערע באגרעניצונגען, און מיר אלע מוטשען זיך מיט קושיות און ספיקות, כל חד וחד לפום דרגא דיליה.
זייער גוט געזאגט זבולון.
אבער איך מיז זיך אפשטעלן און דיסעגריען מיט אייער לעצטער פארעגראף.
צו זיין א מאמין דארף מען נישט קיין גרויסע כוחות. אמונה פשוטה איז פשוט. איינע פון די גרינגע טריקס זיך עס איינצוהאנדלען איז רעדן אין אמונה ביז די וועסט אליינס גלייבן וואס די זאגסט האמנתי כי אדבר.
צו ווערן אן אפיקורס העלפט דער זעלבער טריק, אבער דאן ווערט מען אן אפיקורס מתוך חסרון ידיעה. איי וועסטו פרעגן נא זיין א מאמין מתוך חסרון ידיעה איז די זעלבע זאך?
אסער גלייבן דארף נישט קיין ידיעה עס דארף אמונה פשוטה פשוט איך גלייב ווייל אזוי איז מיר גרינגער אדער פאר סיי וועלעכער סיבה.
לייקענען כפירה איז אז עס עקזעסטירט עפעס וואס די דארפסט זאגן און לייקענען אז די עקזיסטענץ עקזעסטירט נישט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 10, 2020 9:22 am#451130
mevakesh האט געשריבן:
בילקעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

אמתדיג? אינטערעסאנט
און קאנאדע איז דא די לאווען משפחה וועס קומט פון טאש און האבן זיך אהנגעשלאסן אין די רעפארם קהילה אין מאנטריאל


איך ווייס פון א גאנצע גרופע פון ארטאדאקסישע חרדים וואס זענען געווארן מעמבערס און א אלטע רעפארם קאנגרעגעישאן....

מיטן חשבון איבערצונעמען די בארד, און האפענטליך די גאנצע ריעלעסטעיט...
מיטוואך יוני 10, 2020 2:07 pm#451172
מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
מיטוואך יוני 10, 2020 2:56 pm#451179
בילקעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

נא טייל אונז מיט
מיטוואך יוני 10, 2020 3:01 pm#451180
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
נע נע. איך מיין אז די האסט נישט גוט פטרשטאנען אדער איך האב נישט גוט ארויס געברענגט מיין נקידה. איך לייקן נישט די פאקט אז עס זענען פארהאן מענטשען מיט קשיות. אבער פרעגן קשיות ברענגט נישט אז דער מענטש ווערט אן אפיקורס אן די ספאט, א קשיא וואס מען ווייסט נישט דער ענטפער מיינט נישט אז עס האט נישט קיין ענטפערט איך ווייס נאר נישט די ענטפער איטץ נאט די ענד אפ די ווארלד איך ווייס נאך נישט אלעס.
און עס קאן אויך געמאלן זיין אז עס זענען דא אינגעלייט מיט שטריימעל בעקיטשע מלא וגדוש מיט אפיקורסישע מהל המחשבות. אבער עס נעמט גאר אסאך צו ווערן א פולער אפיקורס.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 10, 2020 3:31 pm#451183
מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.

נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
מיטוואך יוני 10, 2020 3:41 pm#451184
מיינונגזאגער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
נע נע. איך מיין אז די האסט נישט גוט פטרשטאנען אדער איך האב נישט גוט ארויס געברענגט מיין נקידה. איך לייקן נישט די פאקט אז עס זענען פארהאן מענטשען מיט קשיות. אבער פרעגן קשיות ברענגט נישט אז דער מענטש ווערט אן אפיקורס אן די ספאט, א קשיא וואס מען ווייסט נישט דער ענטפער מיינט נישט אז עס האט נישט קיין ענטפערט איך ווייס נאר נישט די ענטפער איטץ נאט די ענד אפ די ווארלד איך ווייס נאך נישט אלעס.
און עס קאן אויך געמאלן זיין אז עס זענען דא אינגעלייט מיט שטריימעל בעקיטשע מלא וגדוש מיט אפיקורסישע מהל המחשבות. אבער עס נעמט גאר אסאך צו ווערן א פולער אפיקורס.


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווי זאגט יענער מען דארף קענען אסאך לערנען צו זיין אן אפיקורס
מיטוואך יוני 10, 2020 4:35 pm#451192
גאר אן אינטערעסאנטע שמועס דא. עס איז וויכטיג צו מחלק זיין צווישן פארשידענע מענטשן וואס מען רופט מיט די נאמען "אפיקורסים", (כופרים איז מער ריכטיג).

עס איז דא מענטשן וואס טוישן זייער לעבנסשטייגער, די סיבה פארוואס זיי טוען דאס איז קלאר ווייל זיי האלטן אז זייער לעבן וועט זיי זיין בעסער אזוי, צו ווייל די לעבן איז זיי זייער שווער, צו ווייל זיי האלטן אז די דרויסענדיגע וועלט איז בעסער. צווישן די מענטשן איז פארהאן אזעלכע וואס טראכטן נישט קיין סאך אמונה ארויף אמונה אראפ, אנדערע לייגן זיך יא אריין אין דעם ענין, ביז זיי קומען צום החלטה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן.

עס זעט אויס אז פון חסידים איז פארהאן א גרעסערע פראצענט פון די סארט מענטשן, און עס איז שטארק מעגליך אז עס האט מיט העניך'ס טעאריע אנהייב די אשכול. ווייל ביי חסידים מאכט מען שווערער פאר מענטשן וואס גייען נישט אין שפאן, ווערן מער מענטשן אינגאנצן אוועק געשטופט.


א צווייטע קאטעגאריע מענטשן לעבן צווישן אונז, זיי פירן א געהעריגע חסיד'ישע לעבן, אבער זיי מוטשען זיך מיט קשיות. איינער לייגט זיך מער אריין, איינער ווייניגער, געווענליך האבן זיי נישט מיט וועם צו רעדן.


א דריטע קאטעגאריע זענען ממש כופרים, (געווענליך זענען זיי קודם פון די צווייטע קאטעגאריע), זיי גלייבן נישט אין גארנישט. די חידוש איז, אלע מענטשן וואס איך קען פון די קאטעגאריע זענען דווקא גאר קלוגע אידן. איך ווייס נישט אויב עס איז מעגליך צו וויסן אין וועלכע פראקציע עס איז דא א גרעסערע פראצענט פון אזעלכע מענטשן.

מיט די צייט פאסירט איינס פון די אפציעס, אדער זענען זיי מחליט אז זיי קענען מאכן א גוטע לעבן אזוי אויך, און זיי לעבן ווי יענקל פון גאליציע. אדער פילן זיי זיך פארכאפט און א תפיסה און זיי ווערן דעפרעסט. אדער גייען זיי צו די ערשטע קאטעגאריע.
מיטוואך יוני 10, 2020 5:00 pm#451194
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.

נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
מיין מיינונג איז עס איז פיל גרינגער צו זיין א מאמין ווי אן אפיקורס. א מאמין דארף נישט זיין איבערצייגט אין זיינע בעליווס אן אפיקורס דארף לייקענען אין אן עקזעסטענס.
אבער אויב וועט מען טוישען די ווארט פון אן אפיקורס צו א כופר דאן קען עס עטוואס גרינגער זיין ווייל כופר זיין קען זיין ווי א בחינה ווילאנג איך האב נישט געזעהן עקזעסטירט עס נישט. און נאכן זעהן איז שוין נישט קיין חכמה צו זיין א מאמין ווי דער מאמר החכם זאגט סי׳אינג איז בעליווינג. גלייבן אין עפעס וואס מען זעהט נישט פאר א קליגערע מענטש קען אמאל זיין מער קאמפליצירט. א נארישער מענטש קען אמאל זיין ער גלייבט אין אלעס וואס מען זאגט עים.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 10, 2020 9:02 pm#451230
מיינונגזאגער: צומאל, ווען איינער איז (פאר סיי וואספארא סיבה) א כופר בעיקר, וועט איהם נישט העלפן אפילו ווען די מציאות קלאפט איהם אין פנים אריין.

ומעשה שהיה. אן אמעריקאנער שרייבער פון אידישן אפשטאם וועלכער איז געווען א דערקלערטער אפיקורס, האט געהאט אן אינטערוויו מיט אן איזראעלישע זשורנאליסט'קע. זי האט איהם געבעטן אז ער זאלל פארציילן אן אינטרעסאנטן עפיזאד פון זיין לעבן. האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען 15 יאר אלט איז ער געווען אין א קעמפ. איין טאג זענען ער און זיינע חברים געגאנגען פאר א הייק. פלוצלינג האבן זיי באמערקט אז ס'רוקן זיך אן שווארצע וואלקנס. האבן זיי געזוכט א פלאץ וואו אריינצוגיין ביים שטורעם. האבן זיי באמערקט א ..."גאזיבא"...נאר די געיט אריינצוגיין איז געווען פארשפארט מיט א שלאס. די איינציגע עצה איז געווען אונטערצוקריכן ביי א שמאלע פלאץ. האט זיך די גאנצע גרופ געשטעלט אין א ליין. פלוצלינג. ווען ס'איז געווען זיין רייע אריינצוגיין האט זיין חבר איהם אויסגעכאפט און האטציך אריינגעגליטשט דורך די געיט. פונקט דאמאלס האט א בליץ אריינגעקראכט אין די געיט. און זיין חבר איז געהרג'ט געווארן. האט איהם די זשורנאליסט געפרעגט...."דו גלייבסט נאכאלץ נישט אז ס'איז דא א גאט"?..! האט ער געענטפערט..."ניין"...! ס'איז דא נאך א סאך אזעלכע מעשיות.

אבער ס'איז דא מענטשן וועלכע גייען צומאל אדורך א לענגערן פראצעס פון נעגאטיוויע זאכן אין זייער לעבן. און זיי זעהען איין אז ס'איז דא א גאט. און ער ווילל עפעס פון זיי...!
מיטוואך יוני 10, 2020 11:23 pm#451252
בערעל די מעשה מיט די בליץ זאגט אויך גארנישט פאר מיר, דא איז געווען צוויי מענטשען איינער איז געשארבן און איינער נישט, נא ווער סאיז געשטארבען פארציילט נישט קיין יד-השם
אויב וואלט ווען קודם א נביא געזגאט זה לחיים וזה למות וואלט דאס עפעס געזאגט

אבער ס'איז דא מענטשן וועלכע גייען צומאל אדורך א לענגערן פראצעס פון נעגאטיוויע, אדער פאזעטיווע זאכן אין זייער לעבן.
דאס רעדט יא צי מיר אין ווייזט אז יש מנהיג לבירה
דאנערשטאג יוני 11, 2020 3:13 am#451266
הקטן: די מעשה פון דעם שרייבער וואס איז געראטעוועט געווארן פון א זיכער'ן טויט טראגט נישט קיין אוניווערסאלן מעסעדזש. אבער פאר איהם זיכער.

ס'איז אין די בחינה וואס די גמ' ברענגט א מעשה מיט א סוחר וואס האט געדארפט פארן מיט א שיף און פיהרן סחורה צו א ווייטע מדינה. און דורכדעם ווערן א גרויסער עושר. אין טאג וואס די שיף האט גדארפט אפרייזן האט זיך דער סוחר צובראכן זיין פוס. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט פארפאסט זיין רייזע. אויך די געלעגנהייט צו ווערן אן עושר. האט ער זיך שטארק מצער געווען. אבער ווען ער האט געהערט אז די שיף איז איינגעזונקען און די פאסאזשירן זענען דערטראנקען געווארן. האט ער זיך געפריידט אז ער האט זיך צובראכן זיין פוס. און ער איז געבליבן לעבן...!
דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:42 am#451273
דאס פאדערט טאקע א ערקלערונג, פארוואס ווערען מענטשן מאמינים ווען זיי זעהן ווי וואלנעריבעל מען איז? מה ענין שמיטה להר סיני.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:07 am#451275
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
רוב מענטשען זוכען א סיבה פאר וואס טראגעדיעס פאסירען ( ווייל מען פילט ) אבער ווען זאכען פאסירען ווגען א העכערן ציל קען מען עס פארדייען (מען קען דאס זעהן ווי שטארק מענטשען ווערן צושאקעלט ווען א שיסעריי פארסירט אבער ווען מענטשען פאלן יעדען ואגב ווי פליגען פון עקסדענטן )

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:07 am#451276
berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן: די מעשה פון דעם שרייבער וואס איז געראטעוועט געווארן פון א זיכער'ן טויט טראגט נישט קיין אוניווערסאלן מעסעדזש. אבער פאר איהם זיכער.

ס'איז אין די בחינה וואס די גמ' ברענגט א מעשה מיט א סוחר וואס האט געדארפט פארן מיט א שיף און פיהרן סחורה צו א ווייטע מדינה. און דורכדעם ווערן א גרויסער עושר. אין טאג וואס די שיף האט גדארפט אפרייזן האט זיך דער סוחר צובראכן זיין פוס. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט פארפאסט זיין רייזע. אויך די געלעגנהייט צו ווערן אן עושר. האט ער זיך שטארק מצער געווען. אבער ווען ער האט געהערט אז די שיף איז איינגעזונקען און די פאסאזשירן זענען דערטראנקען געווארן. האט ער זיך געפריידט אז ער האט זיך צובראכן זיין פוס. און ער איז געבליבן לעבן...!

דער סוחר האט געזען און זיך ציברעכן זיין פוס די יד השם און זיין השגחה אויף אים. דאס איז די השם וואס ער קען שוין פין לאנג אן דא האט ער געהאט א מעסעדזש פין אום "איי קעיר פאר יא" אדער וואטעווער

וואלט דער סוחר נישט געווען קיין מאמין וואלט ער דאס עטריביאט צי pure luck
משא"כ ווען איינער האט א סטרינג מיט געשענישען וואס זענען odd און חאטש ער ווייסט נישט גענוי וואס דער מעסעדזש איז (אפשר איז נישט דא קיין מעסעדזש) , קער ער אבער פארט זעהן אז ס'דא א חשבון
דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:22 pm#451305
דער חשבון קען גיין סיי אויף גוטע זאכן און סיי אויף שלעכטע רח"ל. (ר' מיילעך בידערמאן פרעדיגט דאס אסאך, ער טראכט פין מיר, איז גוט).
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:03 pm#451327
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.

נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
מיין מיינונג איז זיין א מאמין איז גרינגער ווי צו זיין א כופר אין א יעדען הינזיכט אין לעבן. עפעס גייט נישט ווי אזוי די טראכסט אז עס דארף גיין שטעלט מען עס אריין אין הנהגת הבורא און מען איז מתפלל צו עם און עס ווערט גרינגען אויפן הארץ און אפי׳ במציאות.
מענטשען וועלן אוואדאי זאגן אז מציאות׳ער טוישן זיך כסדר צו בעסער און ערגער. אבער די גלויביגע וועלן דאס אריין לייגן אין תפילה און השגחה וואס איז מנהיג א יעדע ריר וואס עס פאסירט אויף די וועלט. נא אדרבה זאג די איז נישט גרינגער צו זאגן אז עס איז דא מנהיג.
ניט אויסמישן בטחון מיט אמונה !!


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:04 pm#451328
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
טייערע ברודער האט געשריבן:קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
איך בין מיט דיר אויף די נושא טייערע ברידער


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:06 pm#451329
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
פרייוויליג האט געשריבן:@אבטולמוס האט שוין אנגערירט די נקודה פונעם פותח האשכול מיט א געוואלדיגע בהירות - ליין דא

@זבולון האט מיך ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין מויל. רוב אפיקורסים וועמען דו באצייכנסט אלס אפיקורס, גייען אפילו נישט אריין אין די קאטעגאריע פון די חזון איש אז 'נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס'. צווישן די חסידים קענסטו טרעפן אסאך אזוי ווי דו שרייבסט: "ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע". ווער זענען די מערהייט שרייבער דא אויב נישט חסידים. און ווי אויך ווייסט יעדער, אז חסידות איז געבויעט אויף א גאר שארפע עקסטערעמע וועג. נעם א דוגמה די ביהמ"ד אוהל ישרים, וואס אנאנסירט אז זיי גייען נישט מוצא זיין פרויען וואס גייען מיט שייטלעך מיט תקיעות שופר. ווען איך האב דאס געזען האב איך געמיינט איך פאל אראפ. איז דאס תורה? הזאת נעמי? איז דאס די אידישע פאלק וואס ווערט באשריבן אין תנ"ך?

פערציג אוהל ישרים צעטלעך איז די והותר פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ איבערצולאזן אלעס אונטער זיך. דאס האט גארנישט מיט אפיקורסות. דאס האט מיט אנגעגעסענע עקסעסיוו none sense וואס לאו כל מוחא סבל דא.

און דאס וואס העניך שרייבט: אז די "וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג". איז ריכטיג און אומריכטיג.

עס איז ריכטיג, ווייל עס זענען פארהאנען צאללאזע מענטשן וואס האבן לעגיטימע קשיות, און האט זיי מעגליך יא צוגעפירט צו אפיקורסות, און עס האט גארנישט מיט ווייטאג.

און עס איז אומריכטיג, ווייל נישט יעדער וואס לאזט איבער אידישקייט אדער האט קשיות ווערט אן אפיקורס. קשיות זענען געזונט, טענות זענען געזונט, אבער דאס זענען נאכנישט קיין סמנים פון אפיקורסות. און יא, אסאאך מאל קומען קשיות פון ווייטאג, עין ערך אוהל ישרים. דער מענטש כאפט אליין נישט אסאך מאל מהיכן קשיא זה חי.
ברוך שכוונתי


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:13 pm#451330
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
וואלווי האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.


הייסט די תאוות האלטן דיי ביי אידישקייט.


למעשה אזוי איז עס. תאוות זעטיגט א מענטש און ער איז רואיג.

א געזונטע סעודה לייגט א שמייכל אויף א מענטש. און ווען מ'איז פארהונגערט בלאזט מען.

וכן לשאר תאוות...
אויסער איין תאווה וואס איז מרעיב הרעב, און מרעיב את המשביעה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:38 pm#451334
מיינונגזאגער: דער לעצטער לייק איז געווען ..."בערבון מוגבל"...! איך בין מסכים מיט דעם וואס דו זאגסט. נאר אין די לעצטע שורה מייניך איז אריין געפאללן א טעות. דו האסט זיכער געוואלט זאגן דעם קוואוט פון..."אבר קטן אחד יש באדם. משביעו, רעב. מרעיבו, שבע"...!
פרייטאג יוני 12, 2020 12:19 am#451425
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: דער לעצטער לייק איז געווען ..."בערבון מוגבל"...! איך בין מסכים מיט דעם וואס דו זאגסט. נאר אין די לעצטע שורה מייניך איז אריין געפאללן א טעות. דו האסט זיכער געוואלט זאגן דעם קוואוט פון..."אבר קטן אחד יש באדם. משביעו, רעב. מרעיבו, שבע"...!
ריכטיג


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג יוני 12, 2020 12:33 am#451430
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
שארפןקאפ האט געשריבן:רוב מענטשען זוכען א סיבה פאר וואס טראגעדיעס פאסירען ( ווייל מען פילט ) אבער ווען זאכען פאסירען ווגען א העכערן ציל קען מען עס פארדייען (מען קען דאס זעהן ווי שטארק מענטשען ווערן צושאקעלט ווען א שיסעריי פארסירט אבער ווען מענטשען פאלן יעדען ואגב ווי פליגען פון עקסדענטן )

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
מאן יאמר שארפןקאפ,
ווער זאגט אז מענטשען זיכן סיבות ווייל זיי פילן עפעס? איך וואלט עדערש געזאגט אז איז דא געוויסע סארט מענטשען וואס זיכן סיבות
1. דער מענטש וואס גלייבט גאר שטארק אין השגחה פרטיות און ער ווי פארשטיין נישט פארוואס האט די השגחה גטוהן אזוי און אזוי, בעוה״ר איז ער נישט זייער אויס געקאכט אין אמונה און אסור להרר אחריה איז ביי עם נישט קיין עסק. וועט ער זוכן סיי וואספארא א נאקישער סיבה עד ששכלו מגעת פארוואס די און די זאך האט פאסירט עס איז נישט קיין צופאל.
2. ווען עס פאסירט עפעס סייוואס ארויס פון די גבילים קרוב ללבבו ווי למשל איינע פון זיינע שבע קרובים זוכט ער נישט קיים סיבה ער פריגט זיך נאר על מה עשה ה׳ ככה. נא פרעגסטו דאך ער פרעגט יא.
ניין, וואס ער פריגט איז פארוואס פונקט איך ביי א צווייטנס טראגעדיע נעבעך פארשטייט ער פונקטליך פאקוואס עס האט פאסירט.
דאס אז עולם כמנהגו נוהג און מען לויפט אריסער די גאס אן אכטונג געבן קען מען ווערן אראפ געקלאפט איז נישטא אזא זאך בכלל! אדער אז א מענטש ווער אום-געזונט ל״ע איז וועל אזוי ארבעטן די באצילן פון די מענטשהייט פאר סיי וואספארא פשוטע סיבה די באצילן ארבעט וויאזוי עס ארבעט (איך וועל דאס איבער לאזן פאר די סיייענטיסטן צו אויס פיגערן)
ע״כ אויב ווייסט ער א סיבה און די סיבה איז עם נישט אליינס קולט האט א אינשורנס פאליסי אין מח נישט צו ווערן דיסטרעסט פון די דאזיגע דערקינדשענדע מחשבות.


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג יוני 12, 2020 12:43 am#451432
מיינונגזאגער:ווען איך האב געזאגט אז צומאל קען א רייע פון נעגאטיווע ערשיינונגען אין א מענטשנ'ס לעבן אנצינדן ביי איהם/איהר אין קאפ צו אנהייבן דעם פראצעס פון זיך פארבעסערן, האביך גערעדט פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. ווייל איך קען א פרוי (זי האט עס אליין פארציילט) וואס איז אדורך א צאל טראגעדיעס אין איהר לעבן. דאס האט איהר געמאכט טראכטן אז אפשר ווילל גאט עפעס פון איהר.. איהר ערשטער מאן איז געשאסן געווארן. און זי איז אדורך געזונטהייט פראבלעמען. מיט נאך אנדערע נעגאטיווע געשעענישן...אזוי ארום איז זי געווארן א בעלת תשובה...!