פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:20 pm#537409
פונדאַמענטאַל #הונדערטער אומשילדיגע ווייבער און קינדער ליגן אין זייער נארוואס פארגאסענע בלוט, נאך זענען פארכאפט ביי בלוטדארשטיגע מערדער און ווערן גערעיפט געפאניגט און דערנאך געהארגעט. אבער זיין מענטשליכע נאטור פון רחמנות, און זיין ברידערליכע געפיל פאר א צווייטע איד, איז נישט צום געפינען. עס רירט נישט ביי אים קיין האר, עס איז בכלל נישט אונטרעסאנט. וואס איז נוגע איז אז מען קען ווידעראמאל איבער זאגן צו זיך אליינס "די רבי איז גערעכט געווען". און סייווי האט עס גארנישט מיט אונז עס איז דאך נישט קיין "היימישע". דערנאך קומט נאך צו אים א געפיל פון שמחה, אהה א מפלה אין די ציונים. און פארשטייט זיך אז גלייך זאגט אים זיין אינטואיציה אז עפעס איז ווראנג מיט די מחשבה, אבער גלייך גיבט ער זיך א כאפ צוריק מיט די אפיציעלע פארטי ליין - עס איז די כוחי ועוצם ידי וואס האט געכאפט א מפלה, די כוחי ועוצם ידי וואס בלויז די הייפעלע איבערגעבליבענע טרייע אידן וועלכע גייען אין די רבי'ס הייליגע דרך זענען ריין דערפון. מיר נוצען קיינמאל נישט די אייגענע כוח פאווער און קונטרול צו שטיפן אונזערע אגענדעס און צו לוחם זיין און יעדן וואס האט פרעמדע מחשבות. עס איז בלויז דער לוחם אין ארצנו וואס גייט ארויס טוען זיין השתדלות מיט א הייסן תפילה צום בורא, וועמענס ווייב און קינדער מען דארף אויסהארגענען.
נאכן הערן און מיטהאלטן די שרעקליכע אקטן וועלכע די בארבארישע רוצחים האבן דורכגעפירט, האבן פילע אנגעמערקט דאס אז ריינע בארבאריזם וועלכע קומט אלס רעזאלטאט פון עקסטרעמע אידיאלאגיע און קולטור איז נאכאלץ א מציאות. ליידער קומט דא באווייז צו די זעלבע ערשיינונג פונעם צווייטען ריכטונג.
שמחת תורה אין שול האט א געוויסע איד געפרעגט מיינס א חבר אויב ער טראכט אז עס וועט קענען זיין הקפות שניות דאס יאר (גאר הויכע פראיאריטעט פארשטייט זיך). האט ער געענטפערט, די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו טאנצען לג בעומר נאך די שרעקליכע טראגעדיע זיך נישט קומערנדיג מיט די צורך פאר תיקון, דער וועט אויך טאנצען הקפות שניות. וד''ל.
📎 PXL_20231013_161003198~3.jpg