— » זונטאג אקטאבער 8, 2023 9:15 pm#537159
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
היט שבתא פשוטע מוזיק פעסטיוואל ווי אסאך אויסלענדישע האבן זיך אויך באטייליגטוואסערע פארזאמלונג איז געווען ביי די סטעדיום ווי די טעראריסטען האבן אויסגעהארגעט צענדליגע מענטשן? איך זעה אויף אייועלט וויל מען נישט שרייבען וואס....
דער גאלדענער אדלערביזט זיכער? לויט ווי איך פארשטיי איז עס געווען עפעס אנדערש..היט שבתא פשוטע מוזיק פעסטיוואל ווי אסאך אויסלענדישע האבן זיך אויך באטייליגטוואסערע פארזאמלונג איז געווען ביי די סטעדיום ווי די טעראריסטען האבן אויסגעהארגעט צענדליגע מענטשן? איך זעה אויף אייועלט וויל מען נישט שרייבען וואס....
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
קל וחומרשכח. ווייסט איר אפשר די נאמען פון די סטעדיום?ס'געווען א פעסטיוול וואס האט צעלעברירט פרייע ליבע, וואס באדייט יחסי מין וואס איז אפהענגיק פון סיי וועלכע דרויסענדיגע פאקטארן (ווי חתונה האבן אדער זיין אין א רילעישענשיפ).
פאלאצ'ינטאקודם עס איז שוין דא מערערע קליפס פון די נאציס מיט בערד יעצט אין לאנדען.עס איז דא א ווידיאו קליפ פון נעכטען ביינאכט מוצאי יו"ט און נאך מיט די שמונה בגדים די שבת'דיגע מלבושים ווי די מחריבי קרתא טרינקערס פון אידיש בלוט אין מאנהעטען פראטעסטירן אנטקעגען ארץ ישראל. עס איז צו גרויס צו צולייגען צו ק"ש
גענוג איז גענוג רשעות האט אויך א שיעור ווילאנג וועלען מיר לאזען די נאציס פארשטעלט ווי אידן זיך ארום דרייען פראנק און פריי ואין פוצה פה ומצפצף? עס איז שוין העכטס צייט זיי אינגאנצען אויסצושליסען פון כלל ישראל די גאסען פון ארץ ישראל איז רויט מיט בלוט די בלוט קאכע נאך און די ????? העלפען אונזערע שונאים.
מען מעג זיי אפי נישט רופען נאציס וויי זיי פארשעמען די נאציס
דוד בן גוריון האט אמאהל געזאגט אז ער האט פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען איהם פון די ספרדים. דא קען מען זאגען אז אונז האבען פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען אונז פון די אראבער און די נאציס
פאר מען פאנגט אן שרייען ציונים. מען האט אמאהל געפרעגט שלמה קארליבך ווי אזוי ער קען ליעב איעדען איד אפי די פרייע האט ער גע-ענטפערט
אז ער איז גענוג איד אז די נאציס זאהל איהם פיינט האבען איז ער גענוג איד אז איך זאהל איהם ליעב האבען.
וָאָבִ֤יא אֶתְכֶם֙ אֶל־אֶ֣רֶץ הַכַּרְמֶ֔ל לֶאֱכֹ֥ל פִּרְיָ֖הּ וְטוּבָ֑הּ וַתָּבֹ֙אוּ֙ וַתְּטַמְּא֣וּ אֶת־אַרְצִ֔י וְנַחֲלָתִ֥י שַׂמְתֶּ֖ם לְתוֹעֵבָֽה
גַּם־בְּנֵי־נֹ֖ף [וְתַחְפַּנְחֵ֑ס] (ותחפנס) יִרְע֖וּךְ קׇדְקֹֽד
תרמבאוי שטינקט די סאטמארע וויזויהייסטעס (ח"ו נישט כוחי ועוצם ידי ווייל דאס האבן נאר די ציונים חחח). מילא ווען די "ציונים" פאטשן זיך אין בייכל מיט זייער "כוחי ועוצם ידי" קען איך פארשטיין זייער נסיון ווייל זיי האבן עפעס געטוהן דערפאר, אבער וואס האט דער סאטמארער זיך צו פאטשן אין בייכל? מילא ווען דיין פארטיי האט געוואונען די ארמארי, מילא דיין רבי האט געגעבן א זאפטיגע דרשה וואו ער האט גוט אריינגעפליקט זיין ברודער/שוואגער/נעפיו, מילא ענק האבן באוויזן אנצופילן א סטעדיום און ס'געוועהן א "סוקסעספולע" מעמד וואו מ'האט געוויזן פאר אלע שונאי סאטמאר אז מיר קענען אויך, שוין, א נסיון בלייבט א נסיון, אבער דא האט דיין פארטיי געוואונען אנדעם וואס דו זאלסט אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער, דו טאנצטסט הקפות אין ראדני און דיינע פאנטאזירטע שונאים ווערן אויסגע'שחט'ן, ביזט דורכגעפאלן דעם כוחי ועוצם ידי נסיון נאך פאר ס'האט זיך אנגעפאנגען...האהא אן אראבער גייט מיר גראדע בכלל נישט אן, אין אלעמן אמת, איך פריי מיך בעיקר אז די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי האט געכאפט א פעסטן שנעלקע
אז ציונים שטארבן טוט מיר נישט וויי (און שששש רוב אוהב ישראל ניקס דא טוט בעיקר וויי אז די ציוניסטישע כח האט געכאפט א ריק והא ראי' זיי וועלן זיך פרייען ווען זיי זעהן ווי מדנ"י באמבאדירט צוריק )
שפילעראוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
שפילערמאה שערים זענען וואוילע אידן.לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
דערהויבענע איד #זענען זיי נישט געווען "אנשי שלום"? (די פעסטיוועל)שפילערמאה שערים זענען וואוילע אידן.לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
ווען ס'געשעט צו א אן אנגעפרעסענע נטורא חרתי איד, טאר מען זיך נישט פרייען, אבער ביי זיך וואלט איך טיפערהייט געהאט אן הרגשה אז ''זאל ער זיך דערשטיקן מיט זיינע פריינט''...א מענטש בין איך, נאך אלע מעשיות.
און יא, ווען ס'געשעט צו עופר כסיף וואלט איך אויך געהאט די הרגשה, א בוגד איז א בוגד.
קהל'ס נער #ביסט ציקער זיס . אבער ווען דעס געשעהט ווען אין בעלזא קהילה ח"ו ר"ל וואלסטו נישט געהאט די זעלבע געפיל ווי פרייע יודןשפילעראוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.
שפילער #קהל'ס נער #ביסט ציקער זיס . אבער ווען דעס געשעהט ווען אין בעלזא קהילה ח"ו ר"ל וואלסטו נישט געהאט די זעלבע געפיל ווי פרייע יודןשפילעראוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.
אלפא #סיריעסלי?א רעכט גענויגטע בליק:
https://www.noahpinion.blog/p/western-leftists-have-lost-the-plot
א לינק גענויגטע בליק:
https://www.theguardian.com/commentisfree/2023/oct/12/israelis-palestinians-greatest-danger-since-1948
און אן אומגענויגטע בליק:
https://mikyab.net/posts/83006
פאר די וועלכע האבן יעצט די מאגן דערפאר..
איך וויל נישט פערזענליך קאמענטירן איבער די מצב כעת, ווען עמאציעס אויף אלע זייטן זענען איבערגעהיצט, און יעדער וויל נאר הערן זיין אייגענע ווידער-קול ממילא.
נאר איין שטיקל עדווייס ווען מ'שיסט מיינונגען דא, עס איבערצוטראכן פארדעם (אויב מעגליך) און זען אויב מ'וואלט אויך אזוי געהאלטן פאר ריכטיג ווען מ'ווערט געבוירן אויף די פאקערטע זייט פון די ספעקטרום, צו אלס סאטמאר'ע צו גאר אלס פאלעסטינער, און פארשטייט זיך אלס אביעקטיווע צוקוקער.. עס איז אייביג געראטן אויף צו עלימינירן בייעס, ובפרט דא/יעצט ווען טענער זענען הויך..
#IStandWithIsrael
שמן למאור #זייער גוט. אבער נעקסט טיים לויף דורך די פאוסט א גרעממער טשעקער אז ס'זאל אויסזעהן מענטשליך. ס'איז דא אסאך גוטע טולס פאר דעםשמן למאור האט ארויסגעטוויט:
To all those people that "woke up" on "X" to condem Israel for cutting off water & electricity in Gaza, but were silent when Hamas brutally murdered over 1,200 innocent Israelis. Just say it out loud and clear, "I AM AN ANTI-SEMITE NAZI POS THAT DOES'NT CARE ABOUT JEWISH LIVES!"
Stop beating around the bush pretending to just care about the innocent Palestinian children. If "only" Palestinian lifes matter to you, but Jewish life does'nt, then you're just a "fu**ing jew hater". Admit it!!!
ברוך שפינוזה #מיט אזעלכע תירוצים בלייב איך ענדערש מיט די קשיות.איך וואלט געזאגט אז זיך איינרעדן אז די מוסד האט נישט געוואוסט פון די אטאקעס בעפאר און ס'האט באמת געדוירט 8 שעה פאר'ן מיליטער אנצוקומען צום סצענע איז אסאך א נארישערע קאנספיראציע. איך זאג נישט, בלייבן מיט קשיות איז אויך א מהלך, אבער ווי האב איך נאר אמאל געזאגט פאר איינער פון מיין טאטע'ס מתפללים, ער האט מיך אמאל געפרעגט וואס מיין טאטע זאגט צו מיינע "קשיות" אין אמונה, האב איך איהם געענטפערט אז איך קום נישט צו מיין טאטע מיט קשיות, איך קום שוין מיט די תירוצים... פארשטייט זיך אז אויב האט ער בעסערע תירוצים בין איך אלץ גרייט מקבל צו זיין, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט געשעהן 😂
ברוך שפינוזה #דו ביסט בכלל גרייט צו הערן הסברים פארוואס זיי האבן דאס פארזעהן אדער האסט שוין באשלאסן דיין מיינונג? סיי וועלכע אינוועסטיגעישאן איז גענצליך איבעריג פון דיין זייט?איך וואלט געזאגט אז זיך איינרעדן אז די מוסד האט נישט געוואוסט פון די אטאקעס בעפאר און ס'האט באמת געדוירט 8 שעה פאר'ן מיליטער אנצוקומען צום סצענע איז אסאך א נארישערע קאנספיראציע.
שאלתיאל #זיי זאגן אז חאמאס האט געמאכט זיכער אז קיינער ווייסט נישט עכט וואס קימט אפילו די אייגענע מענטשן האבן נישט געוויסט עפעס אזוי ..ס'איז זייער מאדנע. מד"י האט אינפארמאנטן אין כמעט יעדער ווינקל אין עזה. חאמאס האט דאס געפלאנט פאר מער פון א יאר צייט. וויאזוי קען אזא אפעראציע אריבערגיין אינטערן ראדאר פון די איזראעלי אינטעלידזשענס?
מיך איז מער שווער וואס איז פאקטיש פארגעקומען דארט שבת. וויאזוי האבן זיי אריינמאשירט אזוי לייכט? וויאזוי האבן זיי זיך געדרייט פראנק און פריי פאר שעות לאנג און אריין און ארויס פון דער גרעניץ אן קיין שום שטערןנגען? וואס האט גענומען די מיליטער אזוי לאנג אנצוקומען? ווי זענען געווען די גרעניץ אבזערווערס? איך הער אסאך סאלדאטן וואס האבן געדינט אין יענער געגנט וואס ברענגען ארויף שווערע פראגעס