Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אם האראצת אין חסידישע ענגליש

אם האראצת אין חסידישע ענגליש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 50 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #16691
פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:29 am#539357
אם האראצת אין חסידישע ענגליש
איך האב געטראכט א געדאנק פאר א אשכול וואס קען זיין א פאן געים. וויאזוי חסידים דריקן זיך אויס אויף זאכן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען אין די גאס, נישט אייביג איז עס technically wrong ס'איז נאר א קולטור'ישע הומעריסטישע דיפערענץ.

למשל זאגן בוילער אנשטאט זאגט water heater רעד proper!

אדער "צולייגן אנ'אדישענעל צום קרעדיט קארטל" אנשטאט זאגן an authorized user

זאגן א "דזשילעט" א קאמפעני וואס מאכט רעיזערס אנשטאט זאגן raiser blade

שגור בפיהם אבזערוואציע. קומט'ס אריין מיט נאך עקזעמפלארן.

דאס ווייס איך נישט אויב מ'הערט נאך היינט: "איך בין ביי די איזי פעס" ניין ברודער, דו ביזט ביים toll booth ביי די איזי פעס בודקע...

וואס איז פשט דערפון? א פוילקייט זיך צו לערנען שפראך? Blissful ignorance? אדער פשוט געוויסע לערנען זיך ענגליש ענליך צו ווי זיי לערנען זיך אידיש; פון רעדן, נישט לערנען.