yatzmachp #
הרב מי אני דו ביזט נישט צופעליג טרנסדזשענדער? דו סאונדסט זייער צומישט. איך בין זיכער אז דו פארשטייסט זייער גוט דיין ווערטער סאלאט.
מאן-פרוי איז זייער פשוט, xy-xx. עס האט גארנישט צו טאן מיט די אברים המין. ר"ל איינעם וואס מען דארף אראפנעמען די אברי המין וועגן א מחלה ווערט ער נישט אויס מאן אדער פארקערט, פונקט ווי א מענטש וואס מען נעמט אים אראפ די הענט, פוס, אויער, צונג ר"ל ווערט נישט אויס מענטש.
אט דארט איז וואו עס ווערט אויסדרוקליך
נישט פשוט. ווען דו זאלסט ווען האבן גענומען די מיה צו דורכליינען דעם ארטיקל איך האב
פריער ציטירט, וועלכע דו האסט עווידענטלי נישט געטוהן, אנשטאט זיך נאר טענה'ן מיט
עד האמינעמס כדרכך, וואלסטו ווען געזעהן אז ס'איז נישט פשוט דאס צו באזירן אויף ריין XY-XX קראָמאָסאָמס. לדוגמא, איז
עוואַ קלאַבּוּקאָסקאַ, וועלכע האט געהאט XY קראָמאָסאָמס אבער איברי נקיבה, נישט קיין "פרוי"? ווי די ארטיקל שרייבט דארט:
Some intersex women are anatomically so similar to other women that they never discover their XY chromosomal makeup
און ווי עס שטייט דארט זענען די סארט אינטערסעקס מענטשן מער עלול צו זיין אין פרויענס' ספּאָרטס בכלל, און טאקע אלס׳ן זיין שטערקער וכו׳. דו זאגסט אז ס'איז א "דבר פשוט מאד" זיי צו דיסקוואַליפייען אלס'ן נישט זיין "פרויען"?
yatzmachp #טרענסדזשענדעריזם איז פשוט א מענטל דיזיז. עס זענען דא זייער אסאך דעלוזשענעל קראנקהייטן, דעס איז נאך איינס. מאכן דערפון אן אקאדעמישער שמועס טוישט נישט די מציאות.
נניח אז ס'איז א מענטל דיסאָרדער, וואס זאגט דאס אבער, לשלעצמו, לגבי הגדרת "איש" או "אשה" בזה? אפילו ווען עס זאל ווען נישט זיין אזא פענאמענאן ווי טרענסדזשענדער, איז די שאלה פון ״מהו ההגדרה (כאן)?״, און צי דאס איז דוקא תלוי אין די XY-XX קראָמאָסאָמס, נאך אלס במקומה עומדת. לדוגמא, עוואַ קלאַבּוּקאָסקאַ הנ״ל איז נישט געווען טרענסדזשענדער. און איינמאל עס איז נישט דייקא תלוי אין די קראָמאָסאָמס און נישט דאס איז וואס איז דאס דוקא קובע, און עס איז שוין תלוי אין דרויסענדע כאראקטעריסטיקס און א
פענאָטייפּ, קען מען שוין בעצם אריינפיטן דארטן טרענסדזשענדערס אויך, טאמער זיי קומען נאך די קרייטעריע, אפגעזעהן צי זיי זענען משוגע אדער האבן זיך דאס אליינס געמאכט.
פונדאַמענטאַל #די תפקיד פון די צוטיילונג פון ערשטן פלאץ טוט גאנץ קלאר רעפרעזענטירן א ביאלאגישע צוטיילונג צווישן די צוויי מינים, צו טענה'ן אז די גדרים פון די צוטיילונג זענען נישט ביאלאגיש נאר סאציאל איז א פארפירונג פון די גאנצע מטרה.
אט דאס טענה'ן זיי איז דאך נישט אזוי. מיינענדיג, היסטאריש האט מען אלס (
סאציאלאגיש) געהאלטן אז עס איז א דיסקריִט בּיינערי, און מ'האט געקלערט אז די דיסקריִט בּיינערי איז מכח א
ביאלאגישע באזיס
(אחוץ טומטום ואנדרוגינוס וועלכע מ'האט געהאלטן איז אזא סארט בריה ומין בפני עצמו, וידוע המשנה/תוספתא בביכורים פ״ד מ״ה). און על סמך זה האט מען אזוי אוועקגעשטעלט די צוטיילונג אין ספּאָרטס אויך. כהיום איז דאך די
ביאלאגישע ס*קס באזיס פאר די בּיינערי
סאציאלע דזשענדער אפטיילונג שטארק נתרופף געווארן וכנ"ל. איז דאך למעשה נאר איבערגעבליבן דאס אז עס איז א
סאציאלע אפטיילונג. אחוץ טאמער זאגט מען אז דאס איז פשוט מכח א חילוק אין מאָסל מאסע עוורידזש צווישן צוויי גרופעס (וכעין דאס׳ן אפטיילן ביי ספּאָרטס צווישן לייטוועיט, העוויוועיט וכדומה) - וואס די גאנצע טענה פון די אומ׳יושר דא איז דאך בעיקר מכח די חילוק אין (עוורידזש) מאָסל טאָן.
פונדאַמענטאַל #א פערזאן וואס איז געבוירן מיט איברי נקיבה, אבער האט XY קראמאסאמס, איז א ביאלאגישע מאן מיט נקבה כאראקטעריזאציעס. מעיקר הדין וואלט אזא פערזאן נישט געדארפט זיין אין די פרויען ליגע (אויסער אויב מען קען אויפווייזן סייענטיפיש אז די פימעיל כאראקטעריזאציעס טוט אפעקטירן דער פערזאנס מעגליכקייטן, ווי דער ארטיקל פרובירט צו טענה'ן).
אט דאס איז דאך די טענה זייערער: איז עס טאקע אזוי פשוט צו זאגן אז "
א פערזאן וואס איז געבוירן מיט איברי נקיבה, אבער האט XY קראָמאָסאָמס, איז א ביאלאגישע מאן מיט נקבה כאראקטעריזאציעס"? הגע בעצמך, פאר אזא 100-150 יאר צוריק, ווען מ'האט נאך נישט געקענט פעסטשטעלן די קראָמאָסאָמעל מעיקאָפּ פון אַן אינדיווידועל מענטש, איז דאך דאס א דבר פשוט אז מ'וואלט באטראכט אזא איינעם ווי א(ן אפילו 100%) ביאלאגישע
נקיבה און "פרוי". איז יעצט אז דו קענסט דאס שוין יא פעסטשטעלן דרייסטו דאס אויף פונקט פארקערט?
וואס דו קענסט זאגן איז אז טאמער איך זעה נאר XY דזשיִנס אין א לאבארעטאריע, זאג איך אז דאס איז דזשענעטיקעלי/ביאלאגיש א זכר - דאס
דזשענאָטייפּ דערפון. אבער כמובן אז דאס אליין זאגט אבסאלוט גארנישט לגבי די
פענאָטייפּ, די כאראקטעריסטיקס על הכלל וואס איז נראה לעינים בחוץ, וואס אט אויף דעם איז דאך די נידון דא.
פונדאַמענטאַל #מאסל טאן און מאסע זענען כאראקטעריזאציעס פון א פרוי אבער מאכן נישט קיין פרוי.
נאך א נקודה - די צוטיילונג פון מין אין ספארטס איז א כללות'דיגע צוטיילונג און איז נישט משקף יעדע פערזענליכע פאל. אבער די גדרים פון די צוטיילונג דארפן האבן א משמעות.
אם כנים אנחנו בזה אז די XY/XX קראָמאָסאָמס אליינס זענען נישט גוטע קרייטעריע אויף צו מגדיר זיין "מאן/פרוי" אין די קאנטעקסט וכנ"ל, דאן איז טאקע די משמעות און גדרים פונעם אפטיילונג דא אין ספּאָרטס מער לגבי די מאָסל טאָן, וכעין לייטוועיט/העוויוועיט וכנ"ל (ווייל, ווי געזאגט, ארום דעם דרייט זיך דאך די עיקר טענה דא פארוואס עס איז נישט יושר אז א ״מאן״ זאל שפילן קעגן א ״פרוי״). און דאס וועט טאקע בדרך כלל זיין א חילוק ביי מאן/פרוי, אבער אסאך לויזער, אזוי אז עס געבט שוין א ברייטערן מקום פאר די הגדרה דא כולל צו זיין מער. און כנ״ל איז דאס אפגעזעהן צי מ׳איז געבוירן אין די הגדרה צי זיך דאס אליינס געבראכט.
אין קורצן, די גאנצע סיבה און אַבּיעקטיוון משמעות פונעם בּיינערי אפטיילונג ביי ספּאָרטס בעצם (כהיום), איז נאר אלס די
דרויסענדיגע פיזיאלאגישע דיפערענצן ביניהם אין די כאראקטעריסטיקס הנוגע לספּאָרטס - די עוורידזש חילוק אין
פענאָטייפּ פון מאָסל טאָן/מעס. נישט מער. והשתא דאתית להכי איז אויף דעם דארף זיין די נידון: אט די
פענאָטייפּ און
דרויסענדע כאראקטעריסטיקס, און נישט די XY-XX
זשענאָטייפּ.
פונדאַמענטאַל #איך זעה נישט וואספארא ראלע "ווילן" שפילט אין אוועקשטעלן די עוורידש אין וועלכע דער פערזאן פאלט אריין.
איך זאג פארקערט: אז טאמער דער מענטש פאלט
שוין אריין (מעיקרא) אין יענע עוורידזש, און (דערנאך) ער/זי וויל דארט שפילן, דאן זאל מען אים/איר דארט לאזן שפילן. איך זאג נאר אז אפילו דער מענטש פאלט שוין טאקע דארט אריין, וועט ער/זי נישט "וועלן" שפילן אין יענעם ליִג (און עס וועט נישט חל זיין דעם גאנצן שמועס ונידון בכלל) סיידן טאמער איז די מענטש טרענס (אדער
אינטערסעקס הנ״ל, וואס דארטן ביסטו בכלל מער מודה אז זיי באלאנגען יא).