Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אסטראלאג #
תניא בניחותא #
אסטראלאג #
עמרם #
איך האלט נישט אזוי אויף אלע נ''ק, יא אידן קענען זיך אויך טועה זיין וכו', און אויב איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט מיינט נישט אז זיי זענען נישט קיין אידן
זיי זענען רוצחים. די אלע טעראר אטאקעס קומען דירעקט וועגן די מתנחלים.
א שאד אז חמאס האט זיי נישט געהארגעט, אזוי וואלט פארמיטן געווארן אומשולדיגע טויט פון אקטאובער 7 און נאך טויזענטער במשך די יארן. הבא להרגך השכם להרגך
הער שוין אויף פארקויפן די סאטמארע לאקשן אז די מתנחלים זענען שולדיג אין אלע טעראר אטאקעס, פאר 67 איז נישט געווען קיין מתנחלים
די ווייסט אז דו רעדטסט נארישקייטן? ווען די ציוניסטישע מדינה איז געגרינדעט געווארן זענען פארטריבן געווארן אכט הונדערט טויזענט אראבער פון זייערע היימען.
און נאך טויזענטער דערשאסן געווארן, דאס איז געווען דער גרונדשטיין פון זייערע ווידערשטאנד.
יעדע יאר ווערן נאך טויזענטער פאלעסטינער הייזער ערזעצט דורך ציונים וואס ווארפן זיי ארויס, און אזוי קומט נאך טעראר אטאקעס.
סאיז כדאי אז איר זאלט אביסל ליינען עכטע נייעס נישט נאר וואס מ’האט דיך געפיטערט אין סענדז סטריט.
1) ס’איז נישט געווען קיין לעגאלע לאנד אין ארץ ישראל זינט חורבן הבית, נאר קאלאניעס אדער מאנדאט.
2) 1948 האט די un פארגעשלאגן אז מ’זאל מאכן צוויי לענדער אויף דעם שטח, די אידן האבן מסכים געווען צי נעמען וואס מ’גיט זיי און דעקלערט זעלבסשטענדיקייט וואס איז אנערקענט געווארן דורך די פעלקער, די אראבער האבן נישט מסכים געווען נאר אנגעהויבן א מלחמה וואס זיי האבן פארלוירן.
3) קיינער האט נישט פארטריבן 800 טויזנט אראבער, פארקערט די אראבישע קעמפער האבן מייעץ געווען פאר די איינוואונער צו פארלאזן די הייזער כדי צו קענען אןיסהרגענען אלע אידן ר”ל און נאכדעם צוריק קומען, די דזשאוק איז ב”ה נישט געלונגען סארי נאו בעקסיס, לעומת זה א מיליון אידן זענען פאקטיש פארטריבן געווארן פון אראבישע מדינות און עד היום האט קיינער פון די אלע פעלקער וואס זארגן זיך פאר די אראבער נישט גערעדט קיין ווארט דערוועגן.
4) אין די גאנצע וועלט איז דא מיליאנע פליטים פון אלע סארט קאנפליקטן און קיינער באקומט נישט קיין רעכט זיך צו אומקערן צו זייער אריגינאלע מדינה, יעדער איז זיך מסדר ווי מ’איז, נאר די פאלעסטינער זענען פארבליבן פליטים לעולמי עד פאר די איינציגסטע סיבה צו קענען לייגן דרוק אויף מדינת ישראל.