פארומס › קאווע שטיבל • זוכר נמחקות (אייוועלט)
קאווע שטיבל • זוכר נמחקות (אייוועלט)
204 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13333
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:51 pm#539102
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
פשט??📎 Capture.JPG
מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:42 pm#539241
פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:41 pm#539362
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
שרייבען #פון יענע אשכול, שרייבט א ניק ווערים:
"לענ”ד בלאזטו אויף די באלאן אסאך מער ווי סאיז באמת, נישטא אזויפיל אפיקורסים צווישן אונז און אדרבה די פראצענטן היינט פונעם ציבור וואס האבן אמונה פראבלעמען איז אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל. ואדרבה ק”ש יוכיח איך דריי מיך ליידער דארט פון צייט צו צייט און ס’איז טויט ווי א בית הקברות ס’דא די זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס."
דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:16 am#539942
א ראיה צו די אפיקורסית פון רב קוק
אויף דאסבן דרוסאיאיינס פון די מאדנסטע מכלומר׳שטע תירוצים וואס אני הקטן האב געהערט דערויף, שטאמט פון איינס פון די גרעסטע אפיקורסים פון פאריגן דור, רב קוק ימ”ש.
ס׳איז מיר באמת נישט צום הארצן דא נאכצוברענגען זיין גיפטיגן אזויגערופענעם הסבר, אבער כ׳וועל עס דאך טוהן, פשוט אז נעקסטן מאל איר הערט האקן אויף אים, זאלט איר כאטש וויסן פארוואס.
דער דאזיגער שייגאץ האט ערקלערט ווי פאלגנד:
פיל אימפעריעס זענען געקומען אויף דער וועלט, און יעדע איינס פון זיי האט איבערגעלאזט זיינע אפדרוקן, צום גוטן אדער צום שלעכטן, און זיך געגאנגען.
יעדן פאלק האט גענומען דעם מיקראפאון פאר א וויילע, געלאזט דעם מענטשהייט הערן וואס ער האט צו זאגן, און דערנאך פארשוואונדן פונעם ארענע.
איז וואס נעמט אזוי לאנג פאר׳ן אידישן פאלק צו קומען צום ווארט? פארוואס זאגט נישט דער אידל אפ וואס ער האט צו זאגן, און מאכט פריי דעם בימה פאר א צווייטן?
ווייל מיר שטאמלען...
איך מוז מודה זיין אז איך בין בכלל נישט זוכה צו פארשטיין אט דעם געניאלן טיפן הסבר, און איך האף זייער אז איר אויך נישט, ווייל אויב יא האב איך מורא אז איר דארפט וויכטיג עפעס אייננעמען, אבער אזויפיל זע איך יא, אז דעם חכם איז נישט איינגעפאלן אז מיר טרעטן נישט אראפ פונעם בימה פשוט ווייל אונזערע מעסעזשעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט... ליבערשט האט ער אנגענומען אז בעצם זענען מיר פונקט ווי יעדן, ככל הגוים בית ישראל, און ממילא מוז מען זוכן א לייטישע הסבר פארוואס עפעס מיר בלייבן טאקע לענגער ווי אנדערע...
איז געווען צו אן אמתדיגע תגובה
סתם אבי גערעדט!
די קענסט האלטן וואס די וילסט וועגן אים, אין צו לייגן וואס פארע ראשי תיבות עס איז מקובל פון דיינע רבי'ס.
אבער צו ארויף שמירן אויף אים אזא מאנדנע נאריש ווארט, אין מיט דעם גאר מסביר זיין די גרויסע אפיקורסות זיינע איז קינדערש.
די כלל איז אז עס איז נישט כדי צו לינגט זאגן במידי דעבידי לגילוי (בכורות לו.), ער האט געשריבן א ספר אורות ישראל אויף די טעמא פון כלל ישראל.
אין דארט שרייבט ער גאר עפעס אנדרעש!
פרק ה יד-טו יש בידינו סם חיים בעד כל העולם במובן הלאומי. זה הענין שהוא כלל מוסכם בתולדה, שאומה מוכרחת למות, ולעבור מן העולם, שהרי כל העמים העתיקים כמעט שעברו ובטלו מן העולם, ואם יש איזה עם קיים מימי קדומים לא עברו עליו סבות של פיזורים, גם לא נתפתח כראוי להשפיע מחוגו על העולם. אבל להיות עם חי ופועל, ואיתן במדה מוצקה עד כדי לנצח כמה משברים, זה לא נראה בעולם חוץ מישראל, ע"י שם ד' הקשור בהם וסם החיים של תורת חיים שבתוכם, וסם חיים זה עתיד לצאת מאתנו על כל העולם, וישמחו וירננו לאומים כי תשפוט עמים מישור ולאומים בארץ תנחם סלה.
עד תור הגאולה העתידה השפענו על העולם רק לימודי חובות, מוסר וצדק היוצא מדעת אלהים אמת. וחובות אין העולם חפץ לקבל, ואם הוא מקבל נשאר בלב טינא על המעורר הראשי לידיעת החובה, שאינה נותנת להנפש הברברית להתפשט בכל מאוייה. אבל בבא התור של אור העולם להגלות, יודע לעולם, שדרכי החיים של העונג האמיתי אנחנו משפיעים בעולם, את אושר החיים הנותן לו את ערכו, אשר מבלעדו הוא שלול כל ערך. ועונג ואושר זהו דבר השוה לכל, עכ"פ לחשוק בו, ואת המקור המשפיע אושר ועונג מכבדים ומחבבים, וע"כ "יחזיקו עשרה אנשים מכל לשונות הגויים בכנף איש יהודי".
דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:47 pm#539954
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
כך הוא דרכם פון אסאך קנאים, ארויפשמירן אומגעשטויגענע מאמרים אויף וועם מען וויל, אויב ווייזט מען אן אויף די שקרים, ווערט מען אליין אן אפיקורס.מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:06 pm#542380
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
באמערקט א נייע זאך דארט, יעדע בילד פון א סאלדאט מיט פאות אדער תפילין וציצית, ווערט פארמעקט!!עס איז אומגלויבלעך וואס צענזור קען אנמאכן!
על הכלל כולו יצא -
דאס הייסט א שמאלקעפיגער קרית-יולער אינגערמאן, וואס ליינט נאר דעם הייליגן אייוועלט, וועט אפילו נישט וויסן אז אין צה"ל זענען פאראן עכטע פרומע און היימישע און חסידישע שותומ"צ סאלדאטן. און דערנאך וועט ער נאך ווערן א מאן דאמר צו רעדן איבער השקפה, און צו מ'מעג גיין אין צה"ל אאז"וו, ווען די בעסיק אינפארמאציע איז געווארן געפילטערט דארך א פאר גראבע אינגען אין דער אייוועלט פראפעגאנדע מיניסטעריום...
מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:40 pm#542390
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
[ציטאט אראפגענומען]
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4810592#p4810592מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:17 pm#542406
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
לאמיר זעהן ווילאנג עס גייט בלייבןhttps://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4811325#p4811325
דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:02 am#542410
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געפלויגן!דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:51 am#542413
דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:11 am#542414
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
א בילד פון א היימישע אינגערמאן יהונתן לובר וואס דינט אין צה"ל וואס איז היינט ליידער געהארגעט געווארן אין די מלחמה הי"ד.דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:27 pm#542722
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
נעקסט לעוועל #די מאן שטייט אויף און ער זאגט פאר זיין ווייב, איך פיל מיר נישט גוט היינט איך בלייב שלאפן, אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, שעפשעט ארייין שטילערהייט, ער איז אינדערהיים!
איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע! שרייעט די מאן שרייעט ארויס פון די שלאף צימער
זי ענפערט אים, רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר...
moishy56 #אזעלעכע ווערטלעך אויף אייוועלט?!נעכטן צופרי: די מאן שטייט אויף, און ער זאגט פאר זיין ווייב, 'איך פיל מיר נישט גוט היינט, איך בלייב שלאפן. אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים'.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, זי שעפשעט ארייין שטילערהייט, 'ער איז אינדערהיים'!
'איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע'! שרייט די מאן ארויס פון די שלאף צימער..
זי ענפערט אים, ''רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר''...
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:55 pm#542769
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ווען זיי זאלן עס נאר פארשטיין …אדער האבן זיי קיין באגריף, און ס׳קעפל דירעקציע זייערע גייט מער אנטי בלוי...
ווער ווייסט
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:03 pm#542771
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע איז עס געהריג אופן ביי משומרזונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:32 pm#543047
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.- געפלויגן!
מאנטאג יאנואר 1, 2024 5:05 pm#543190
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אינטערסאנט מען לאזט דאס צו...https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4825662#p4825662
📎 Screenshot_20240101_170025_Chrome.jpg
מאנטאג יאנואר 1, 2024 5:21 pm#543193
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
סוף טוב הכל טוב #געפלויגן אין דער ערד אריין!..געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.
- געפלויגן!
דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:50 am#543303
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.שרייבט איינער דארטן:
"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.
אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"
דינסטאג יאנואר 2, 2024 3:55 pm#543330
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דערהויבענע איד #בן גביר קען זיין א רודף!אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.
שרייבט איינער דארטן:
"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.
אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"
די עולי הר הבית קענען זיין רודפים!
די מתנחלים קענען זיין רוצחים מיט רודפים צוזאמען!
דארפסט נאך?
דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:25 pm#543352
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דאס איז געווען אן אשכול אין תורת הנפש אויף אייוועלט וואס איז געמעקט געווארן within 10 מינוטטראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:55 pm
א גוטן. איך וויל מיטטיילן א טראכט וואס איך טראכט.
אין די היימישע עולם איז שטארק שכיח אז רעדן, און כל שכן פעולות פון ליבשאפט זאל זיין א זאך וואס מען דערווייטערט זיך דערפון און מען טאנצט אוועק ווייט. אזעלכע פשוטע ווערטער ווי איך האב דיך ליב וועלן מענטשן האבן שוועריגקייטן צו זאגן.
זעהן וויאזוי אנדערע געבן א קוש אדער האלזן זיך וועלן אסאך פשוט נישט סובל זיין און זיך גאר עקלען דערפון א.א.וו. פארוואס איז דאס אזוי???
אסאך וועלן עס גאר אנקוקן אדער בעסער געזאגט "פילן" ווי גוי'איש! האט עס עפעס אמת, אין זיך?! איך מיין אז עס איז בלויז די אומהיימליכקייט דערפון, אויפוואקסנדיג אן עס, איז וואס מאכט אזוי שפירן.
וואס זאגט דער עולם?
דינסטאג יאנואר 2, 2024 6:51 pm#543380
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
I think its because some element by us are like OTM that translates automatically hugs and kisses to sxauality so therfore its not so common , by other cultures hugs and kisses its just like giving your hand to each other even with the opposite gender , just my observation HNYדינסטאג יאנואר 2, 2024 7:14 pm#543381
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
גליקלעך #צום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס.... גראדע אמאל געליינט א באשרייבונג דערפון , דער שרייבער לייגט אראפ ווי די גאנצע עולם גייט זיין פארזאמעלט אין בית מדרש און די רב גייט צוגיין צום באלעמער און זאגן סאיז אן עצת היצר די ייצר הרע וויל אונדז אוועקנעמען פון אונזער אמונה טהורה , מען האט נישט גוט געציילט... וכו'
מיטוואך יאנואר 3, 2024 10:30 am#543439
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
טיפער #דאס איז נאר שכיח ביי אנשים, משא"כ ביי נשים דאס איז דאך דעם וועג פין זיך באגריסען, ווינטשען, אינער דעם אנדערען, איי געס עס קומט פינעם חינוך וואס ווערט גריפען "פרעמדע פלייש רירט מען נישט צי," כנהוג כתקנות גור,דאס איז געווען אן אשכול אין תורת הנפש אויף אייוועלט וואס איז געמעקט געווארן within 10 מינוט
טראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:55 pm
א גוטן. איך וויל מיטטיילן א טראכט וואס איך טראכט.
אין די היימישע עולם איז שטארק שכיח אז רעדן, און כל שכן פעולות פון ליבשאפט זאל זיין א זאך וואס מען דערווייטערט זיך דערפון און מען טאנצט אוועק ווייט. אזעלכע פשוטע ווערטער ווי איך האב דיך ליב וועלן מענטשן האבן שוועריגקייטן צו זאגן.
זעהן וויאזוי אנדערע געבן א קוש אדער האלזן זיך וועלן אסאך פשוט נישט סובל זיין און זיך גאר עקלען דערפון א.א.וו. פארוואס איז דאס אזוי???
אסאך וועלן עס גאר אנקוקן אדער בעסער געזאגט "פילן" ווי גוי'איש! האט עס עפעס אמת, אין זיך?! איך מיין אז עס איז בלויז די אומהיימליכקייט דערפון, אויפוואקסנדיג אן עס, איז וואס מאכט אזוי שפירן.
וואס זאגט דער עולם?
דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 5:41 pm#543650
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
לאמיר זעהן ווילאנג דאס עט בלייבן.בד"וו וואס איז די תסמר שערות אנוש אדווערטייזמענטס?
שמעתי #ס'איז דא ביי דו קארנער פון 12 און 51 א וויי. פיי. סטענד מיט א גרויסע סקרין, וואס דער שטאט שטעלט צו, מ'זאל קענען רופען פון דארט, טשארדזען דער פאון, כאפן וויי פיי, סורטשען גוגעל מעפס, מיט א גרויסע סקרין, צו קענען זעהן דו לעצטיגע נייעס, דו וועטער, ווי מ'קען באקומען אומזיסט עסען, א זאך וואס טויג נישט פאר דו גאנצע אומגעגענט, נאכדעם וואס קינדער און בחורים דרייען זיך דארט, און סורטשען גוגעל מעפס וכדומה, וכו'. אנהייב אויפן סקרין איז נישט געוועהן געפערליך, לעצטענס לייגט מען ארויפ אויפן סקרין גאר גאר שמוציגע אויסגעלאסענע אדווערטייזמענטס תסמר שערות אנוש, ואכמ"ל, צום ווייטאג פון אלע תושבים אויפן גאס און געגענט, מ'האט זיך שוין אויסגערעד צו אלע דריי היימישע שטאטישע ערוויילטע, וואס הגם ס'איז לכאורה ס'איז א גרינגע זאך קער צו נעמען, און מ'קען נעמען קרעדיט פאר דו נעקסטע פאר יאר אז זיי טוען עפעס אויף, איגנאריען זיי דו בקשה, און טוען נישט גארנישט, אשר על כן שטעל איך דא מיט א בקשה, וואס ס'קען קער נעמען ווי אמשנעלסטען, הקב"ה ישלם פעלו לטובה.
כ'האף איינמאל ס'ווערט דו באשריבען אויף א פובליק פורעם, וועט עס גייט צום קוק ווינקעל, און דערנאך וועלען זיי זיך שנעל כאפען בעוד מועד עפעס צו טוען דערוועגען.
שוואכער #גאמ ל@שמעתי. ס'זייער נישט קיין גוטע און אויסגעהאלטענע זאך.
כ'גיי אריבער גאנץ אסאך דארטן, און מ'זעט טאקע ווי קינדער און בחורים שטייען דארט און טוען ווייס-איך-וואס.
לעצטנס האט איינער זעט אויס טיילווייז אנגעשפריצט דעם גרויסן סקרים מיט ספרעי פעינט, אבער ווייט פון גענוג.
עס וועט זיין גוט #מען דארך נאר איין באטל ספרעי פעינט אין עס איז מסודר
איך מיין מען קען אפילו פארקויפן דעם זכות
הונדרעעט טויזענט דעם ערשטען שפריץ לשם קדושת ישראל
פיינעעף הונדרעט
א מיליון ...
דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 6:09 pm#543654
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
פארוואס זאל עס נישט בלייבן?דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 8:27 pm#543681
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
פרומע לבוש #שוואכער #גאמ ל@שמעתי. ס'זייער נישט קיין גוטע און אויסגעהאלטענע זאך.
כ'גיי אריבער גאנץ אסאך דארטן, און מ'זעט טאקע ווי קינדער און בחורים שטייען דארט און טוען ווייס-איך-וואס.
לעצטנס האט איינער זעט אויס טיילווייז אנגעשפריצט דעם גרויסן סקרים מיט ספרעי פעינט, אבער ווייט פון גענוג.
אפשר קען די איד וואס האט עס עס אנגעשפריצט, אויכעט ספרעי פעינטען די אלע אויסגעלאסענע פרויען וואס שפאצירן טעגלעך אויף ניו יוטרעקט זיי שטערן מיר זייער און איך ווער נכשל בשמירת עינים, שכוח תזכה מצות.
מוצ"ש יאנואר 6, 2024 9:02 pm#543799
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
וואס איז די מעשה מיט די בחור וואס איז פארלוירן געווארן און געטראפן געווארן היינט שבת?עס קומט אריין דא, ווייל אייוועלט האט עס געמעקט
מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:21 pm#543844
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
whatever #נאטינג מעידזשאר, א בחור איז דא געווען אויף א שמחה און נישט אנגעקומען שבת ציפרו צום סעודה, מען האט אים געטראפן מוצ״ש און פלעטבוש.וואס איז די מעשה מיט די בחור וואס איז פארלוירן געווארן און געטראפן געווארן היינט שבת?
עס קומט אריין דא, ווייל אייוועלט האט עס געמעקט
מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:29 pm#543848
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אלע אינפאו וועגן די פטירה פון בנש"ק ר' אברהם שפירא בן יבלחט"א נאראל'ע רב איז אראפגעפלויגןאיינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטן איז ווייל נאראל'ע רב ווייסט נאכנישט
און אפשר ליינט ער אייוועלט
זונטאג יאנואר 7, 2024 1:46 pm#543900
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
וואס איז די מעשה מיט די פארפאלק פון טאהש?זונטאג יאנואר 7, 2024 1:51 pm#543901
מאנטאג יאנואר 8, 2024 10:35 am#544020
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דעי מעשה, אבער ס'איז נישטא קיין פרטים דא אויכט נישט.מאנטאג יאנואר 8, 2024 10:59 am#544024
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
שפילער #וואס איז דא געשטאנען?גליקלעך #צום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס.... גראדע אמאל געליינט א באשרייבונג דערפון , דער שרייבער לייגט אראפ ווי די גאנצע עולם גייט זיין פארזאמעלט אין בית מדרש און די רב גייט צוגיין צום באלעמער און זאגן סאיז אן עצת היצר די ייצר הרע וויל אונדז אוועקנעמען פון אונזער אמונה טהורה , מען האט נישט גוט געציילט... וכו'
מאנטאג יאנואר 8, 2024 1:20 pm#544033
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
קוק צוריק, ס'איז דא א סקרין שאט.דינסטאג יאנואר 9, 2024 3:09 pm#544204
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געפלויגן אין 3 מינוט.📎 IMG_5712.jpeg