דינסטאג מערץ 19, 2024 11:46 am#555453
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #עס איז א לענגערע און טיפערע טאפיק, לא ראוי זה כראוי זה, עס ווענדט זיך אסאך אין די טבע וחינוך האשה, אמאל קען זי ווערען זייער אומבאקוועם און נאכמער צוריקגעצויגען און אמאל פארקערט, זי ווארט אליין פאר די אינוועטעשיאן...שלום עליכם חברים.
איך וויל אויסשמיסען בערך אזא שאלה וואס אני הקטן האב, (אנשילדיגט @Moshe itche פארן סאבאטזשען דיין אשכול, איך קען נאך נישט עפענען א אייגינע)
איך בין געווען א געהעריגע עווריטש בחור, ב'ה גאט האט מיר געשאנקן א פרוי וואס איז עושה רצון בעלה אין ממש לעכטיגע קינדער. למעשה בין איך שוין נישט די זעלבע היינט, אבער פון אינדרויסן ביו איך אקאראט די זעלבע, איך ווייס נישט גענוי וואס האט מיר געטוישט, אבער דאס איז נישט יעצט די נקודה. שרייטס נישט!! איך זאג ענק שוין די פראבלעים.
נאדיר:
איך קען באשטיין אינדערהיים קיקט זי אויס שענער וד'ל, אין די תובעת זאל זיין אנערש, אויכעט וד'ל.
אין גאס אינטערעסירט מיר נישט, אין גאס מיינט אויך בושה פון פעמעלי וכו.. אבער אינדערהיים וואס קען שוין זיין?
יעצט צי מיין שאלה:
קען מען בכלל בעטן אזא זאך? אויב יא וויאזוי?
איך האף איך האב מיר גוט ארויסגעברענגט, אז נישט האף איך ענק וועלן מיט ענקער אידישע שכל פארשטיין מיין מצב,
אדער קענען ענק פרעגן און איך וועל פראבירן צי ענפערן אויב סאיז א נחיצות צי קענען ענפערען מיין שאלה
שכח
א פשוטע עצה וואס קען בפשטות ארבעטען איז:
#1 דערווייל גארנישט זאגען, נאר ווייזען בשעת מעשה אז מ'האט סיפוק און מען איז צופרידען פון איר
#2 איר קויפען דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות און בעצם פאר יעדען צוגלייך
#3 נישט מוטשענען צו ליינען/ענדיגען די ספר giver her space
#4 אחרי ככלות הכל בעטען איידעל צוזאמען מיט א קאמפלימענט ביינזאם אז אפשר איז צייט צו אריין ברענגען אביסעל מער פרישקייט... און אזוי צוביסלעך מער און מער
וחפץ ה' בידכם יצליח