מיטוואך פעברואר 7, 2024 6:23 am#548500
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
yatzmachp #די סיבה איז ווייל אפי' אויב דו, פרוי, באקומסט נישט קיין גט איז נאכאלס דא פלענטי פון מענטשן אויף די וועלט פון וועלכע זיך צו וועהלן, חתונה צוהאבן מיט. דאס אז אז האסטיך לימיטעד חתונה צוהאבן נאר מיט מענטשן וואס עקסעפטן דער רעלידזשעס צעטל איז א מעטטער אָף רעלידזשעס טשויס. דיין טשויס!פאר די אלע וואס טענהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וועגן וויזיטעישן, האב איך זייער קלאר געשריבן פארוואס איך האלט מען זאל נישט אפהאלטן קיין גט און ליין עס איבער ווייל איך פיהר מיך נישט איבערצושרייבן. די שאלה איז א פשוטער, ווען א אינגערמאן קומט זיך דורך רעדן מיט אייך צו ער זאל יא אדער נישט געבן קיין גט ווען ער באקומט נישט קיין וויזיטעישן און די גייסט אים מיעץ זיין ביזטו מחויב על פי תורה אים צו געבן די בעסטע עצה משום ולפני עיוור. איז די שאלה וואס איז די בעסטע עצה. איך האב מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס איך האלט אז מען דארף מייעץ זיין אויף צו געבן א גט, מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. איך האב נאך נישט געהערט קיין פארקערטע סיבה בטוב טעם ודעת מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. סך הכל האב איך געהערט אז דו לאזט נישט אפ מיין בארד לאז איך נישט דיין בארד.
אדרבה, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די מצב, נישט איינער וואס גייט עס יעצט דורך, און ווי אזוי זיי האבן עס געהענדלט און ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט אין די לאנג ראן. אין חכם כבעל הניסיון.
די קינדער מאידך גיסא קען זיך אבער דער טאטע נישט וועהלן. דאס איז שוין א געשעעהענער פאקט, ולכן חוץ אויב דו גיבסט אים נאך דער בקשה, האט ער נישט קיין אנדער אופן זי צו עררייכן.