מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:32 pm#569185
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
דורש אמת: ייש"כ. נאר די מציאות איז א ביסל אנדערש. לאמיר אנהייבן מיט עשרה בטבת. דאס איז דאכציך מיר א ביסל הארב(ער) עפ"י הלכה. און ס'איז אויך גאנץ גרינג צו פאסטן אין רוב מקומות. (אויסער אין אויסטראליע און דרום אמעריקע וואו ס'איז אינמיטן זומער און דער טאג איז גאנץ לאנג.) ווייל ס'קומט אויס כמעט אין ווינטער און דער טאג איז זייער קורץ. ווייל אפילו אין א געויינליכן טאג טרעפט זיך א סאך מאל אז מ'פארגעסט צו עסן פרישטיג. נאכדעים איז שוין דער זמן פון מנחה ומעריב.
צום גדליה און תענית אסתר זענען א ביסל גרינגער עפ"י הלכה. ספעציעל פאר חולים ומניקות. ווייל צו"ג איז ממילא שוין א נדחה. אויך אז מ'זאל קענען פאסטן יום כיפור.
תשעה באב איז גאנץ גרינג צו פאסטן. פאר רוב מענטשן. ווייל מ'גייט נישט ארבעטן. אן מ'דאוונט א ביסל שפעט. ביז מ'ענדיגט דאווענען און קינות איז שוין נאך חצות. מ'דאוונט א ביסל פריער מנחה. און דער טאג גייט אריבער.
שבעה עשר בתמוז איז א ביסל שווער. וויל ס'איז אינמיטן זומער און די היצן ברענען. דער עולם גייט אויף זייער געוויינליכע ארבעט. און מ'ווערט דארשטיג.
איך האב אמאל געוואוינט אין א מדינה וואו דער גאנצער סדר העולם איז פארקערט. עשרה בטבת איז געווען דער לענגסטער תענית ווייל ס'איז אינמיטן זומער. שבעה עשר בתמוז און תשעה איז אינמיטן "ווינטער".
א איד האט געגעבן קידוש ביי אונז אין ביהמ"ד שבועות האט מען צוגעשטעלט הייסע קאווע פאר'ן עולם. ווייל ס'איז געווען אימיטן "ווינטער". די גאנצע ווינטער איז נישט קעלטער ווי 50 דעגריס.