דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:36 am#569423
דאס אז די אלטע לייבן קימען ניטאמאל אריין יעצט דערשרעקט מיר אז סאיז טאקע פאניטא
כספי #עס וואונדערט מיר די זעלבע. ווי קען זיין אז עס איז נישטא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין ראוי לאותו איצטלא? ווייס איך שוין נישט וואס איז מער ווייטאגליך, אז קאווע שטיבל גייט אונטער אדער אז עס איז נישט דא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין גרייט צו אריינלייגן די כוח אנצוהאלטן אזא חשוב'ן פלאץ.נאו וועי, נאו וועי, נאו וועי.
איז דען נישט דא צווישן דעם גאנצן עולם, דריי באזעסענע ניקס, וואס קענען איבער נעמען די הנהלה? אונזער שטיבל איז אנגעפילט מיט קלוגע באזעסענע טיכטיגע חברה, אתמהה.
בעל אחריות #ער וועט בלייבען אין העלפען מיט די עבודת הקודש ווי ניד הים !עס וועלן זיך זיכער יאווען אפאר ניקס וואס וועלן זיין גרייט איבער צונעמען די סייט, לאמיר נישט אריינפאלען אין יאוש און לאמיר נישט פארבלענד ווערן פון דעם ראמאנטישן טעם וואס פארמאכן ברענגט מיט זיך (huh?) ווייל דאס וועט זייער שנעל אוועקגיין און בלייבן בלייבט מען לעקיש...
We can do it!
וואס יא, @אנאנים גייט דאך זיכער, וויל איך אפגעבן מיין שכח פאר אלעס וואס ער האט געטוהן ביז אהער להצלחת ק"ש!
עמרם #אויב איז דא עקסעס פאר אלע איינגעשרבענע צו ווייטער ליינען די געהעריגע פורומס זאל עס זיין פונקט אזוי ביי מאחורי, מה נשתנה ?קידוש #דערווייל, האט מען צוגענומען די עקסעס, אפי' פון די וואס האבן געהאט ביז יעצט...לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
איך בעט די מנהל און די אחראים, ביטע מיך צירוק עפענען, אז איך זאל כאטשיג קענען ליינען
יישר כח!
החוקר #די גרעסטע חסידותער ווערען גיפירט (אין אויך פארפירט) דורך דריי פיר פירערס, מענטשען זענען נישט גרייט צו נעמען א פירערשאפט ראלע זה טבע בני אדם.כספי #עס וואונדערט מיר די זעלבע. ווי קען זיין אז עס איז נישטא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין ראוי לאותו איצטלא? ווייס איך שוין נישט וואס איז מער ווייטאגליך, אז קאווע שטיבל גייט אונטער אדער אז עס איז נישט דא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין גרייט צו אריינלייגן די כוח אנצוהאלטן אזא חשוב'ן פלאץ.נאו וועי, נאו וועי, נאו וועי.
איז דען נישט דא צווישן דעם גאנצן עולם, דריי באזעסענע ניקס, וואס קענען איבער נעמען די הנהלה? אונזער שטיבל איז אנגעפילט מיט קלוגע באזעסענע טיכטיגע חברה, אתמהה.
אני לכשעצמי בין גרייט צו נעמען א חלק און צולייגן א פלייצע. מיט טעכנישע ענינים פארשטיי איך מיר, קען איך מיט דעם ארויסהעלפן.
מי לה' אלי? נאך איינער?
תרמב #אחד מני אלף וואס מיר גייען פארלירען דורכן שליסען דעם קאווע שטיבל. די סארט זאפטיגע הודעות וואס מאכען דיר פשוט שמייכעלען.. זיך האלטען ביי די זייטען פון געלעכטער..איך האלט נישט ביים ארבעטן ווייל איך האב א פערזענליכע סיבה, איך בין זייער פויל..
אבער חיזוק קען איך געבן, איך בין גרייט צו שטיין און די זייט און קלאפן דעם עולם'ס רוקן.