— » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 2:51 pm#569297
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
צוויי #איך זעה באלעגאלע מיט דיין ברייטהארציגע לייק אז די וואלסט הנאה געהאט צו באקומען דעם כבוד...קען זיין ס'איז יא דא, איבער דעם האט דער אדמין פארגעלייגט זיין בקשה איבער א נייע הנהלה און איבערפשרינג פון קאווע שטיבל, ס'האט נאר לכאו' נישט געקענט קומען מיט טעראר און ארויסווארפן דעם עקזעסטירנדן מנהל, יעצט ווען ס'איז צוריק געווארן שלום דא, קען מען מעגליך יעצט פון די מנהל ליבהאבער ארויסבאקומען גוטע חברה פאר די פאזיציע...
כספי #כספי: דו האסט פארגעסן איין וויכטיגע נקודה. ווי די גמ' זאגט (מס' קידושין)..."כסף מנלן"... זיכער דער פשט אין די גמ' איז א ביסל אנדערש. נאר ס'איז גוט פאר א מליצה. פון וואו נעמט מען געלט? איינער מוז דאך פינאנסירן זאס אויפהאלטן די סייט. אדער האבן זיי אייגענע סערווערס. אדער באצאלן זיי פאר "האוסטינג". ס'איז אויך מעגליך אז די מענטשן וועלכע שטייען פינאנציעל אונטער קאווע שטיבל שפירן א דעפיציט. אויף דעם איז דאך דא אן עצה. אזוי ווי איי-וועלט טוט. מ'נעמט אן אדווערטייזמענטס. דאס ברנגט אריין א שטיקל הכנסה.נאו וועי, נאו וועי, נאו וועי.
איז דען נישט דא צווישן דעם גאנצן עולם, דריי באזעסענע ניקס, וואס קענען איבער נעמען די הנהלה? אונזער שטיבל איז אנגעפילט מיט קלוגע באזעסענע טיכטיגע חברה, אתמהה.
קהל'ס נער #איך האף נאר אז דער געזעגענונגס בריעף פון "מנהל" וועט נישט זיין אזוי ווי דער געזעגענונגס בריעף פון בערל בעל עגלה.Wow wow wow
יישר כח קאווע שטיבל פארן צושטעלן אזא חשובע סערוויס, שקויעך אלע מנהלים, איך האב שוין געפילט די לעצטע יאר צייט אז דאס גייט געשעהן.😢😢😢
בשמחה #איך גלייב אז די פאשלאסענע חלק פון אלע אשכולות וועט געעפנט ווערן אז מ׳זאל מער נישט מוזן זיין אריינגעסיינט עס צו זעהן (עכ״פ אזוי האב איך פארשטאנען)[ציטאט אראפגענומען]כאטשיג זאל עס זיין אפן דורך אריינלאגן פאר מעמבערס...
אנטוישטער יונגערמאן #אחורי איז געווינטשען צו זיין אינגאנצן אפן פארן פובליק?בשמחה #איך גלייב אז די פאשלאסענע חלק פון אלע אשכולות וועט געעפנט ווערן אז מ׳זאל מער נישט מוזן זיין אריינגעסיינט עס צו זעהן (עכ״פ אזוי האב איך פארשטאנען)[ציטאט אראפגענומען]כאטשיג זאל עס זיין אפן דורך אריינלאגן פאר מעמבערס...
אויב איז עס טאקע אמת, צו וואס פעהלט אויס אריינצולאגן פאר מעמבערס? צו קענען האלטן קאנטאקט מיט פריינט? (איך גלייב מ׳קען עס אויסארבעטן זיך צו שרייבן דורך אימייל)
צומישט און צוחישט #אפשר טאקע זאל כאטשיג די אישי קעסטל בלייבן ארבעטן?וואה...
ס'איז שוין עכט, אלעס איז פארמאכט חוץ ק"ש און שלום עליכם..
איך בין געהעריג אמאוישינעל, מ'דארף שוין שרייבן קאווע שטיבל זכרונו לברכה...
די עולם פאקט פעק און מ'גייט, וואו אהין?...
ווייסעכניש.
האטס מיר און זייטס מיר, ס'וועט זיך בענקען.
אז די באשעפער וועט געבן געזונט און לעבן וועל מיר זיך זעהן אין פריידן.
א ייש"כ אייך אלע, זייטס געזונט און שטארק, ובכל אשר תפנו תצליחו.
נ.ב ווער ס'וויל נאך האלטן קשר שיקט'ס אריין די אימעיל אדרעססן אין אישי.