פארומס › (כ"ק) אדמו"ר ר' ישראל מוויזניץ: איך בין נישט קיין עכטע רבי!!

(כ"ק) אדמו"ר ר' ישראל מוויזניץ: איך בין נישט קיין עכטע רבי!!

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1730
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יאנואר 1, 2013 1:32 pm#74336
אגב, צווישן די נקודות וואס וויזניצע רבי האט ארויסגעברענגט ביי זיין תורה איז אז ער איז יא א רבי....
ער האט געזאגט (בערך אזוי), מ'זאל נישט גיין זיך שטעלן צום לשכת הגיוס, אויב זיי פרעגן פארוואס נישט זאל אז די וויזניצע רבי האט דיר געהייסן.....

(אפשר דארף מען טוישן די קעפל פון די אשכול...)
דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:05 pm#74355
ענדע צדיק
אגב, צווישן די נקודות וואס וויזניצע רבי האט ארויסגעברענגט ביי זיין תורה איז אז ער איז יא א רבי....
ער האט געזאגט (בערך אזוי), מ'זאל נישט גיין זיך שטעלן צום לשכת הגיוס, אויב זיי פרעגן פארוואס נישט זאל אז די וויזניצע רבי האט דיר געהייסן.....

(אפשר דארף מען טוישן די קעפל פון די אשכול...)


ער מיינט זיין ברודער??
דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:06 pm#74357
זייין ברידער האט נישט געהייסן...
זונטאג פעברואר 17, 2013 10:18 am#87610
[ציטאט אראפגענומען]

I just heard that R' MENDL came to R' SROOL'S meetoog tish (sheva bruchos) !
זונטאג פעברואר 17, 2013 10:54 am#87616
gehlungen
[ציטאט אראפגענומען]

I just heard that R' MENDL came to R' SROOL'S meetoog tish (sheva bruchos) !

יא ס'איז אמת!! עיין כאן:
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/188148">http://www.jdn.co.il/news/188148</a>
זונטאג פעברואר 17, 2013 6:54 pm#87899
[ציטאט אראפגענומען]

אקעי, זיין עניוות הייבט שוין אן צו קריכן
מען האט שוין געהערט אזוינס, אין קען כמה וכמה רבי'ס (פארשטייט זיך אז געווענליך איז עס נאר גרויסע) וואס האבן אוועקגעגעבן זייער הויפט כיבוד ביי חופות פאר חשובע'רע וועם זיי האבן מעריץ געווען, ואין פוצה פה ומצפצף קיינער מאכט נישט קיין העדליינס דערפון
זונטאג פעברואר 17, 2013 11:21 pm#88020
נו וואס איז ר' ישראל שולדיג אז ס'דא היינט אזא זאך ווי אינטערנעט וואס מאכט העדליינס פון יעדע קלייניגקייט?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:00 am#88110
בן מלך
נו וואס איז ר' ישראל שולדיג אז ס'דא היינט אזא זאך ווי אינטערנעט וואס מאכט העדליינס פון יעדע קלייניגקייט?

Btw every REBBEH has this new & crazy problem ! If a REBBEH ch-vshlm scratches his nose in middle of a tish in 1 min its all over !
דינסטאג מערץ 5, 2013 12:34 am#92975
גראדע די גאנצע מעשה פון וויזניץ איז ממש פלא והפלא ר"י וויל שלום און ר"מ חסידים נישט, קוקט אזא מעשה ווי שרייבן א טשעק פאר די מרכז מוסדות פון 100 דאלער איך קען נישט נאך א רבי וואס טוט דאס, און איך וועל זיך נישט ווינדערן אז ר"מ חסידין וועלן ווארטן מיטן אריין לייגן די טשעק ביז ס'וועט נישט זיין קיין געלט און קענען פארקויפן אז ס'האט געקראכט.

צום נושא פון כיבודים ביי חופות, גראדע סיי אין סקיוורא און סיי ביי מהר"א באקומען נישט די זיידעס קיין כיבודים
דינסטאג מערץ 5, 2013 12:49 am#92985
מהר"א איידער ער איז געווארן אדמו"ר האט איין יאר כ"ו אב געגעבן א הונדערטער פאר קווינס ישיבה בנשיאות מהרז"ל
דינסטאג מערץ 5, 2013 12:50 am#92986
ס'געווען א פאלשע הונדערטער האב איך געהערט. (דזשאוק!!)
דינסטאג מערץ 5, 2013 1:11 am#92998
די רעסיט איז געווען עכט, ענד דעט איז וואט מעטערס
דינסטאג מערץ 5, 2013 2:56 am#93023
[ציטאט אראפגענומען]

איין קליינעקייט קוק די קעפל פון אשכול, ער איז נישט קיין רבי....
דינסטאג מערץ 5, 2013 3:23 am#93025
משולם שטיינפעלד
די רעסיט איז געווען עכט, ענד דעט איז וואט מעטערס
📎 קבלה.JPG
מיטוואך מערץ 6, 2013 8:18 pm#93987
משולם שטיינפעלד
מהר"א איידער ער איז געווארן אדמו"ר האט איין יאר כ"ו אב געגעבן א הונדערטער פאר קווינס ישיבה בנשיאות מהרז"ל


אמת בעיני ראיתי
מיטוואך מערץ 6, 2013 10:05 pm#94049
יא, איך בין אויך דארט געווען, ווען ער האט געגעבן דעם 100'ער. אבער דו געדענקסט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט? - וויפיל שלעק עס איז געגאנגען דארט בשעת מעשה? - ווי אזוי מען האט איבערגעדרייעט זייער טישל אין די מינוטן פריער, די קולות וואס איז דארט פארגעגאנגען?

ביי ר' ישראל האט דאס נישט פאסירט.
מיטוואך מערץ 6, 2013 10:07 pm#94052
ווייל זיי זענען געשטאנען ביי א איבערגעדרייטער טיש. אריין אין רמ'מ 'ס חסידים'ס מאדנע משוגעת'ן.
דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:42 am#94191
sunbar
ווייל זיי זענען געשטאנען ביי א איבערגעדרייטער טיש. אריין אין רמ'מ 'ס חסידים'ס מאדנע משוגעת'ן.

לא הבנתי בכלל..
דאנערשטאג מערץ 7, 2013 6:54 am#94196
טעפל
sunbar
.

לא הבנתי בכלל..
דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:13 am#94217
דו'ק בבקשה
מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:55 pm#139573
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=2J_i9SR9gRE">https://www.youtube.com/watch?v=2J_i9SR9gRE</a>
מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:04 pm#139576
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=T9h-7thtT1Q">https://www.youtube.com/watch?v=T9h-7thtT1Q</a>
מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:07 pm#139577
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=CULFgnfE7Po">https://www.youtube.com/watch?v=CULFgnfE7Po</a>
מאנטאג פעברואר 8, 2016 7:29 pm#320743
אינטען אין דער בעיסמענט פון בית חב"ד אויף רחוב של"ה 18 אין איז א פשוטע בענקל גוט געוועהן, אבער פאר א חסר 'כ"ק' דארף מען זיך שלעפען אויף דער גאסן פון אשדוד מיט אט דעם מע__ האלטער...
בחורים%20סוחבים%20כסא%20לרבי.jpg
מאנטאג פעברואר 8, 2016 8:45 pm#320746
דולה ביסט עפעס אבסעסיוו מיט איהם, ער האט עפעס געהייסן שלעפן די בענקל,
מאנטאג פעברואר 8, 2016 9:14 pm#320749
נע נישט דוקא מיט איהם מיט יעדער וואס האט מער פון בעלעד...
מאנטאג פעברואר 8, 2016 9:36 pm#320754
לאמיר פארשטעלען א רעבע וואס וויל עס עכט נישט, וויאזוי וואלט ער זיך געפיהרט? טישען מוז ער נאך פיהרען, ביים עמוד מוז ער דאווענען, פראווען מוז ער נאכאלס. נאר וואס איז איהם געבליבען?
יא, איין זאך, אבער ס'נעמט צייט, ס'איז נישט איבערנאכט. ער קען איינפיהרען אין חדר און ישיבה אז די מלמדים זענען פרעמדע, אדער עכ"פ נישט זיין פערזענליכע חסידים. ער קען זיך צוביסליך ארויסטוהן פון יעדער ריר פון זייער לעבען. ווען מ'פרעגט איהם עפעס קען ער אנפרעגען ביי א צווייטען און קלאר אויסזאגען אז ער ווייסט נישט. ער קען רעדען מיט מענטשען ווי מיט א חבר, געבען א בענקעל און באופן כללי זיך פיהרען ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער דאווענט שחרית יעדען טאג 7:30 מיט'ן עולם איז שווער זיי איינצורעדען אז דא טוט זיך עפעס אויסנאמליך.
בקיצור דרשנ'ן פון עניוות איז אזוי ווי 'דאווענען במסינ"פ' צו 'לערנען רצופות'. א לאזונג ותו לא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 9, 2016 3:07 pm#320830
קודם זאלן די ראשעשיבעלעך זיך אויפפירן לויט דיין עניוות ליסטע, און דעמאלטס וועט מען זיי קענען ניצן אלס א מוסר השכל פאר די רבי'ס.
דינסטאג פעברואר 9, 2016 3:22 pm#320833
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר פארשטעלען א רעבע וואס וויל עס עכט נישט, וויאזוי וואלט ער זיך געפיהרט? טישען מוז ער נאך פיהרען, ביים עמוד מוז ער דאווענען, פראווען מוז ער נאכאלס. נאר וואס איז איהם געבליבען?
יא, איין זאך, אבער ס'נעמט צייט, ס'איז נישט איבערנאכט. ער קען איינפיהרען אין חדר און ישיבה אז די מלמדים זענען פרעמדע, אדער עכ"פ נישט זיין פערזענליכע חסידים. ער קען זיך צוביסליך ארויסטוהן פון יעדער ריר פון זייער לעבען. ווען מ'פרעגט איהם עפעס קען ער אנפרעגען ביי א צווייטען און קלאר אויסזאגען אז ער ווייסט נישט. ער קען רעדען מיט מענטשען ווי מיט א חבר, געבען א בענקעל און באופן כללי זיך פיהרען ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער דאווענט שחרית יעדען טאג 7:30 מיט'ן עולם איז שווער זיי איינצורעדען אז דא טוט זיך עפעס אויסנאמליך.
בקיצור דרשנ'ן פון עניוות איז אזוי ווי 'דאווענען במסינ"פ' צו 'לערנען רצופות'. א לאזונג ותו לא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

לויט ווי איך פארשטיי, טוט טאקע דעם אדמו"ר זיך אזוי אויף פירען
מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:23 pm#321429
(כ"ק) אדמו"ר ר' ישראל מוויזניץ: איך בין נישט קיין עכטע רבי!!

ערשטענס, עס איז שוין אלטע נייעס, איך ווייס דאס שוין לאנג אז ער איז נישט א רבי

און צווייטען'ס ברוך השם ער איז מודה, יעצט קאן ער שוין בלייבן שטיל און נישט מוחה זיין אויף די "גרויסע" פראבלעמען פון דור, אזוי ווי סעל פאן, אינטערנעט א. א. וו.

אז ער איז נישט רבי דארפען זיינע חסידים און אנדערע נארמאלע מענטשען זיך נישט צו טוהן מאכען פון זיינע בויך טוירעס.
מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:34 pm#321432
דיין לאגיק איז מיר אביסל מאדנע. בויך טוירע'ס בלייבען בויך טוירע'ס צו דער בויך איז א רעבישע צו א פשוט'ער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:47 am#322481
ציבעלע-קיגל
(כ"ק) אדמו"ר ר' ישראל מוויזניץ: איך בין נישט קיין עכטע רבי!!

ערשטענס, עס איז שוין אלטע נייעס, איך ווייס דאס שוין לאנג אז ער איז נישט א רבי

און צווייטען'ס ברוך השם ער איז מודה, יעצט קאן ער שוין בלייבן שטיל און נישט מוחה זיין אויף די "גרויסע" פראבלעמען פון דור, אזוי ווי סעל פאן, אינטערנעט א. א. וו.

אז ער איז נישט רבי דארפען זיינע חסידים און אנדערע נארמאלע מענטשען זיך נישט צו טוהן מאכען פון זיינע בויך טוירעס.

אויב זיינע חסידים מאכן זיך צוטון פון זיינע טוירעס, און אינטערנעט דרשות, (אזויווי דו טענה׳סט) דעמאלטס לו נאה ויאה להיות מנהיג בישראל!!! אשריך ר׳ ישראל ששומעין לקולך!!!