פארומס › קורצע הלכהדיגע שאלות

קורצע הלכהדיגע שאלות

214 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1733
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:31 am#412841
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:52 am#412843
שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:09 am#412848
כמדומה אז הרב אלישיב זצ"ל (או הג"ר שלמה זלמן אורבאך זצ"ל) האבן געזאגט א צוויי איז גענוג (אם העיבור זה זכר, ואם היא נקבה תלוי אם המנהג ליקח לכאו"א תרנגולות מיוחדת או די לכולם בתרנוגלת אחת).
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:22 pm#412860
קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

וואס עפעס? טאמער ווייסט מען אז די עיבור איז געווען זכר פארוואס זאל מען נאכאלץ דארפן נעמען צוויי נקבות?
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:35 pm#412861
טאמער ווייסט מען אז די ערשטע טאג איז די אמת'ע יום טוב, פארוואס זאל מען דארפן האלטן די צווייטע טאג?
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 9:11 pm#412864
מנהג אבותינו בידינו
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:31 pm#412865
אויב אזוי דאן פארוואס ניצט איר געלט?
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:55 pm#412866
דבר הניתן מיד ליד..
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:11 pm#412916
איך נוץ געלט ווי מיין טאטע און זיידע. דער רא"ש סוף ר"ה, ווען ער דינגט זיך אויף דער רמב"ן׳ס מצדיק זיין די אלטע מנהג, זאגט אויף די נייע מנהג ׳מנהג אבותינו בידינו׳. אזוי האלט איך אן מיין טאטע׳ס מנהג צו געבען געלט פאר צדקה אלס א פדיון נפש, ובעז"ה אני וביתי נלך וניכנס לחיים טובים וארוכים
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:40 pm#412920
רש"י אין מסכת שבת ברענגט אז מען פלעגט נוצן באנדלעך, דרייען איבערן קאפ אין אריין זרק'ענען אין ים.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:53 pm#412926
וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:20 pm#412928
בת קול
וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?
די מנהג אמאל איז געווען אז מ'האט נישט געוואוסט אויב מ'האט איינס אדער צוויי.
טאמער וואלט מען געוואוסט וואלט מען געקענט זיך פארלאזן אויף דאס וואס מען ווייסט שוין די גענדער אויך.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:39 pm#413318
קורקלענד
שמעון וואלף
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?

די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'

לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....

מאי-אהני-לן-רבנן אלערט
(אגב לנושא דנן, עס מאכט זיך אמאל אז די נורס איז זיך טועה און זאגט אויף א זכר אז ס'איז א נקבה)
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:58 am#438149
איך וויל וויסן וואס איז די גדרים פון מנהג אבות וואס מדארף (אדער וואס מקען אפילו נישט) מתיר נדר זיין, וועלכע סארט מנהגים גייען אריין אין די כלל, און צי דאס איז נאר אויב מהאט שוין אליין זיך אנגעהויבן אזוי זיך צי פירן וכו'
(אפשר רעדט מען שוין דערפון ערגעץ ביטע צוצייכנען,)