נאך א פשט האט געשריבן:איך בין נישט א דיין (און אפשר גיי איך אריין בגדר מורה הלכה בפני רבו ווען אונז האבן דא ר' שלמה דיין) אבער לויט ווי איך ווייס טאר מען נישט ניצען א אויווען פון פליישיג אויף מילכיג אהן באקן עפעס פרוה אינצווישען. פון מילכיג אויף פליישיג מעג מען יא אויב מען טיט דאס אויסברענען אויף 500 פאר א שעה.
לכה״פ 500 אבער אויב האט מען עפעס געבאקען אויפ 500 זאל מען עס אנצינדען אויפ אביסל העכער ווי 500
פאר מ׳טוט דאס דארפ מען גוט רייניגען די אויווען ווייל אויב די איסור איז בעין ווערט עס נישט בטל (מ׳קען נישט רייניגען נאכען אויסבאקען)
די עלעקטראנישע אויווענעס דארפן נאר א האלבע שעה פון ווען עס ווארט 500 (ווייל עס איז מער פארלעסליך, די שיעור איז א האלבע שעה די סיבה פארוואס רבנים זאגען א שעה איז ווייל עס נעמט צייט ביז די אויווען קריכט ארויף צו 500, און ווייל די טערמאסטאט פון די גאז אויווענעס זענען נישט אזוי פארלעסליך)
היוצא לנו מדברינו:
עלעקטריק אויווען אויסצוברענען, 500 אויפ א האלבע שעה (חוץ אויב מהאט עפעס געבאקען דארט אויפ 500)
גאז אויווען, 500 אויפ א שעה
און ביי ביידע דארף מען עס גוט אויסוואשען פארדעם.