די חילוק איז זייער פשוט. אמת טאקע אז די דעמאגראפיקס, אופנים און מעגליכקייטן האבן זיך אסאך געטוישט זייט יענע דערמאנטע פארשריפטן זענען פארשריבן געווארן, דאך איז נאך אלס דא א גרויסע חילוק.
ווען איינער האט אין שטיב ספרי מינות וכד', טוהן די ספרים און מאטריאל סערווירן איין ספעציפישער ניצן. דהיינו, די איינציגסטע זאך אויף וואס די מאטריאל איז גוט איז זיך אנצופילן מיט מחשבות זרות און בייזוויליגע סחורה על השם ועל משיח'ן, די סחורה האט נישט קיין שום אנדער ניצן. ווי אויך האט עס נישט אליינס אריין שפאצירט ביי יענעם אין שטיב, דאס האט יענער געהאדעוועט.
ווידער, צוטריט זעלבסט איז לכאורה נישט קיין פראבלעם. ס'איז זייער שווער צו מאכן פארשריפטן אויף צוטריט. וואס איז מיט איינער וואס וואוינט נעבן א ביבליאָטעק, א אוניווערסיטעט, אדער נעבן א שכן וואס האדעוועט אזעלכע מאטריאלן. וואס איז אויב איינער ארבייט אין א מקום וואו ס'געפינט זיך אזעלכע סחורה?
אינטערנעט זעלבסט איז נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש פאר מינות און כפירה און כמעט יעדער וואס באניצט זיך דערמיט ניצט עס מץנישט אויף די צוועק. דעריבער לדעתי (פארשטייט זיך יעדער אין זיין מצב קען זיין מער אדער ווייניגער אויסגעשטעלט פאר א דורכפאל) איז דאס זיין אפען צו די באניץ פון אינטערנעט וואס איז געמאכט און געניצט פאר מיליאנע אנדערע צוועקן נישט קיין שום דמיון צו איינער וואס האלט אין שטיב האוקינגס ביכער.