קאך_לעפלזיין ערשטע פרוי האט געהייסן פאצוניה, און זיין צווייטע האט געהייסן אסתר. זיי האבן ביידע געלייגט טלית און תפילין, ווי מיכל בת שאול און להבדיל די מויד פון לודמיר.
דער אר''י הק' שרייבט אויף אן ארט אז מיכל האט פארמאגט א נשמה פון עלמא דדכורא און דערפאר האט זי געלייגט טלית און תפילין. ווארשיינליך צוליב דעם האט זי נישט געהאט קיין קינדער.
אלזא קומט דאך אויס אז די ווייבער פון אור החיים הק' און די מויד פון לודמיר האבן אויך געהאט נשמות פון עלמא דדכורא. ס'איז א פחד און א שרעק... לויטן אר''י הק' האט דער אור החיים הק' גאר געוואוינט מיט ז....
אצינד לערנען מיר, אז די באוויסטע נגידת'טע רעב טעמערל בערגסאָן, ביי וועמען דער הייליגער רבי רבי שמחה בונם פון פרשיסחא זי''ע איז געווען איינגעשטעלט אלס א באנקיר, האט אויך געטראגן א לייב צודעקל און געפילוועט אין די גמרא.
דער הייליגער רבי פון לובלין זי''ע האט באפוילן מען זאל איר רופן רבי טעמערל, ווארשיינליך האט זיך אויך געהאט נשמה פון עלמא דדכורא. אייגענטליך קינדער האט זי יא געהאט. אייגענטליך דער גרויסער פראנצויזישער פילעזאף, הענרי בערגסאָן, איז געווען איר'ס אן אייניקל....