רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
93 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 213 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1767
מיטוואך יוני 20, 2018 10:02 pm#406799
איך האב דאס שוין לאנג גע'טענה'ט. ס'איז היינט נישט דא קיין ציונים. ס'איז דא אידן און גויים, אדער פאר'גוי'אישטע אידן, אדער אזעלכע וועלכע זענען בכלל אפילו נישט קיין אידן עפ"י הלכה, אזוי ווי א סאך פון די רוסישע אימיגראנטן. אשר על כן דארפן די ערליכע אידן זיך קאנצענטרירן אויף צו לערנען תורה און אפהיטן מצוות, און לאזן די גויים לויפן. אונז זעמיר נישט אחראי פאר זיי. למשל, וואס שטערט די ערליכע אידן וועלכע וואוינען אין גאולה אדער מאה שערים אויב אויבן אויפ'ן בארג זענען דא רוסישע גויים וועלכע גייען שאפינג און זיי ניצן דעם שטאטישן פארקינג לאט/חניון אום שבת קודש. וואס דארף אן ערליכער איד טון שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען, אהיים גיין מאכן קידוש פאר די משפחה און עסן די סעודת שבת. זיין פלאץ איז נישט ביי הפגנות און זיך שלאגן מיט די פאליציי, ספעציעל נאכ'ן אריינרוקן אזוי די ארבע כוסות אין ביהמ"ד ביי ..."קידוש"... זעלבסטפארשטענדליך אז מ'ווערט אין די גוסטע זיך גיין רייצן און שלאגן מיט די פאליציי. און וואו ענדיגט מען...? אין דזשעיל. בשעת די משפחה ווארט נעבעך אז דער טאטע דער ראש המשפחה זאל אהיימקומען מאכן קידוש, זיצט ער אפ אין די פאליציי סטאנציע, וואו מ'האט איהם געברענגט מיט דעם פאליציי טענדער אום שב"ק, ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...! און ווען מ'בעט איהם חתמ'נען קען ער דאך נישט ווייל ס'איז שבת קודש... בלייבט ער זיצן אונטער די גראטעס ביז נאכ'ן זמן מוצש"ק, און די משפחה ווארט נעבעך בכליון עיניים ווען דער טאטע וועט שוין אהיימקומען... נו, וואספארא קידוש שם שמים קען ארויסקומען פון די אקציעס. די גויים וועלן ווייטער מחלל שבת זיין, נאר די סיקריקים און משוגעים וועלן זיך עקשנ'ען ווייטער אנצוהאלטן מיט זייערע פאררוקטע און שעדליכע מעשים...!
מאנטאג יוני 25, 2018 12:48 am#407093
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...!
ולא תהא כהנת כפונדקית?
עלובה עיסה וכו'.
מאנטאג יוני 25, 2018 3:32 am#407097
שמעקעדיג: די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וידועים. מ'שמועסט דאך אז אונז זוכן מיר צו וויסן דעם אמת...!
איך זאג דאס וועגן א מעשה שהיה דא ביי אונז אין שטעטל בארא פארק. מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק איז געווען א מעשה אז א איד, גאר א וואוילע פרי האטציך צו ווילדעוועט אין א פרייטיג פארנאכטס ביים זמן פון לעכט צינדן. צוליעב עפעס א העמעד וואס איז נישט געווען גענוג גוט אויסגעביגלט פאר איהם. און ער האט אנגעבויקעט זיין ווייב. בלית ברירה האט זיין משפחה גערופן די פאליציי. (ווייל ס'איז שוין נישט געווען דאס ערשטע מאל. און ס'איז געווען א חשש סכנת נפשות.). ווען די פאליס זענען אנגעקומען צו זיין הויז און זיי האבן איהם געהייסן אריינזעצן זיך אין קאר. איז ער פלוצלינג געווארן א פרומער. ער וויל נישט פארן מיט'ן פאליס קאר ווייל ס'איז שבת. וואס האבן די ניו יארק פאליס געטון...?! זיי האבן ארויסגערופן נאך א יוניט און 2 פאליסלייט האבן איהם אונטערגעפיהרט (געקייטלטערהייט) ווי א חתן. ביז'ן פאליס סטעישן. און א פאליס קאר איז געפארן אין פראנט...! די איזראעלי פאליס זענען נישט אזעלכע וואוילע מענטשן. און זיי אינטרעסירט נישט אויב איינער איז אן ערליכער איד און ער וויל נישט פארן מיט א קאר אום שב"ק...!
נ.ב.: די מעשה האט א איד וואס וואוינט אקעיגנאיבער מיין ביהמ"ד פארציילט. אז ער איז געזיצן אויף זיין פארטש נאך די סעודה און געזעהן די אינטרעסאנטע שיירה אדורכגיין זיין הויז...! ס'איז דא ווער ס'געדענקט נאך די מעשה...!

מאנטאג יוני 25, 2018 8:22 pm#407147
שמעקעדיג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל די משטרה זענען נישט אזוי ווי די ניו יארק פאליס וועלכע רעכענען זיך מיט יענעם'ס רעליגיעזע געפיהלן...!
ולא תהא כהנת כפונדקית?
עלובה עיסה וכו'.
שמעקעדיג: ראה מה שכתבתי (או מה שאכתוב, בלי"נ באישי.)
מאנטאג יולי 02, 2018 6:55 pm#407782
איז די ספר הקדוש ויואל משה א ספר וואס איז מברר אן הלכה אדער די אמונה.pdf
- איז די ספר הקדוש ויואל משה א ספר וואס איז מברר אן
"הלכה"
אדער מברר די "אמונה" אינעם אייבערשטען - (297.71 KiB) אראפגעלאדנט 170 מאל
מאנטאג יולי 02, 2018 10:52 pm#407815
די ספר 'ויואל משה' איז מבאר אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף קיינעם, און קיינער שטייט נישט העכער די תורה. גארנישט מער. די אלע אנדערע זאכן זענען סתם לפילפולא בעלמא.
מאנטאג יולי 02, 2018 11:38 pm#407817
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
רביה"ק זי"ע איז אליין מעידרביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ספר 'ויואל משה' איז מבאר אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף קיינעם, און קיינער שטייט נישט העכער די תורה. גארנישט מער. די אלע אנדערע זאכן זענען סתם לפילפולא בעלמא.
דינסטאג יולי 03, 2018 1:00 am#407830
איז די רבי געווען בייז ווען די קנאים האבען געזאגט רבינו סר מן הדרך?
דינסטאג יולי 03, 2018 9:14 am#407851
בכלל נישט. אדרבה, ער האט זיך זייער געפריידט ווען מ'האט מוחה געווען קעגן איהם און נישט נאכגעטאצן נאך איהם בלינדערהייט.
דינסטאג יולי 03, 2018 3:55 pm#407923
ליפא האט געשריבן:ילדי ת"ת אין ירושלים דאווענען אויפן אויפגעבויטן נאכגעמאכטע ציון ביים חצר פון ת"ת.IMG-20160830-WA0010.jpg
עבודה זרה
דינסטאג יולי 03, 2018 3:57 pm#407924
מר. קלונימוס האט געשריבן:ביי א חופה אין קראון הייטס שנת תש''ח זיין ערשטע חופה אין אמעריקע.a985707cc99399e3de25d371fcbe4e36.jpg
אין קראון הייטס? לא עלינו. אין זיי זענען דאס מודה?
דינסטאג יולי 03, 2018 4:13 pm#407930
טוביה האט געשריבן:למה אמר הנטורי קרתא גרועים מהציונים?
ווייל זיי זענען ערגער פון די ציונים.
זונטאג מערץ 03, 2019 3:38 pm#425555
פון דא
איינער האט אנגעפרעגט אין אישי וועל איך שוין שרייבן אביסל די בעקגראונד פון די מעשה (כפי ס'איז באשריבן אין די צייטונג לעצטע וואך).
די זופניק'ס האבן געוואוינט אין איינע פון די שטאטן (איך מיין אין באלטימאר מערילענד) די עלטערן זענען געווען אמעריקאניזירטע אידן און האבן געגארט צו שיקן זייערע קינדער אין קאלעדזש אז זיי זאלן אויפוואקסן פראפעסיאנאלן, דאקטוירים, אדוואקאטן וכו' (ליינט אביסל זיין הקדמה וועט איר באקומען א גענצליך אנדערע בליק אויף די עלטערן, ווי כאילו עפעס אנדערש אן תורה האט זיי נישט אינטערסירט, אבער איך שרייב לויט ווי ר' מנחם שלמה האט עס פארציילט אין א רעקארדירטע אינטערוויו) דער עלטערער זוהן ר' מנחם שלמה שליט"א היינט א רב אין פאסעיק ניו. דזש. איז סאמהאו אנגעקומען אין ישיבה איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי. דער אינגערער ברודער ר' יהודה דוב שליט"א איז געווען פיל אינגער און האט פארמאגט א מאסיווען מוח. געווען איינמאל וואס די עלטערן האבן באזוכט ניו יארק (אדער אפשר נאר דאס אינגעל? איך געדענק נישט פונקט) האט מנחם שלמה געבעטן רשות פון זיינע עלטערן אז זיי זאלן אים לאזן געבן א tour פאר זיין קליינע ברודער אין ניו יארק און איפ ווייזן אינטערסאנטע פלעצער, די עלטערן האבן גערן מסכים געווען, ער האט פראבירט צו מאכן אן אפוינטמענט ביים רבין ז"ל וואס האט דאן געוויילט אין בעל הארבער אבער ס'איז נישט געגאנגען, האט ער אנגערופן ווייצענער רב ז"ל וועם ער האט געקענט פון דיטרויט, און ער האט אים ערלעדיגט אן אוידיענץ, ער איז אנגעקומען און געלאזט שרייבן א קוויטל ביי ר' יוסל'ן ז"ל, אבער די קאמיוניקאציע איז שווער געגאנגען ווייל ער האט נישט געקענט געהעריג קיין אידיש, ר' יוסל פרעגט אים וואספארא בקשה ער זאל אריינשרייבן? אבער ער האט זיך נישט געקענט פארשטיין מיט אים, ר' יוסל זאגט אים גוט! וועסט שוין זאגן דיין בקשה פארן רבין. ער זאגט פארן ברודער ווען דו קומסט אריין צו רבין זאלסטו נישט קוקן אויף גארנישט! 'נאר' אויפן רבין.
ער קומט אריין דער רבי פרעגט אים וואס זיין בקשה איז, און ער ארויסגעקראצט אז ער וויל דער רבי זאל אנוואונטשען אז זיין אינגערע ברודער זאל זוכה זיין צו לערנען אין ישיבה ווייל זיינע עלטערן ווילן אים שיקן אין קאלעדזש, דער רבי פרעגט וויאזוי ער האט עס באוויזן? אויף מיר האבן שוין מיינע עלטערן אויפגעגעבן ענטפערט ער, דער רבי האט געוואונטשן אז פונקט ווי ס'איז פאר אים געלונגן זאל עס פאר'ן קליינעם אויך געלונגען! און זיי האבן זיך געזעגענט.
אהיימקומענדיג האט ער געכאפט פון זיין מאמע קאלטס און ווארעמס. צו א חסידישן רבין ביזטו געגאנגן? ער ברענגט א (באקאנטן) בילד פונעם רבין און ווייזט דאס פאר'ן מאמען זעהסט נישט די הייליגע צורה? והיא בשלה איך זעה נישט גארנישט דא אויסער א איד געקליידעט אין חסידישן לבוש. דאס קינד האט אבער צוגעשטימט אז אינו דומה לייוו ל'בילד.
ער האט קיינמאל נישט נאכאמאל דיסקוסירט מיט זיין ברודער די מעשה, ביז זיין ברודער האט ארויסגעגעבן דעם ספר און האט דאס אריינגעלייגט אין די הקדמה
*מעגליך אז מיין זכרון פארציילט דאס נישט נאך אזוי פונקטליך, אבער דאס איז די שפיץ פון די מעשה

מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:42 pm#436821
א עלטערע סאטמארער איד האט מיר געזאגט אז ר׳ יואליש האט נישט געוואלט רעדן אויף קיין טעלעפאן און אז ער האט ממש נאר געציילטע מאל אין זיין לעבן זיך געבויגן און גערעדט אויפן טעלעפאן.
איז עס אמת?
אין וויקיפידע שטייט אז סאטמארער רב איז געוועהן שטארק קעגן ״מאדערנעטי״ און ער האט זיך זעלטן געוואלט באנוצן מיט עני טעכנאלאגישע כלים ספעציעל א בילדער-מאכער.
דאס איז איינע פון די OCD’s פון סאטמארער רב.

זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:32 pm#436837
סקווירא רבי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן אויפן פאון, אזוי איז זיך נוהג דער היינטיגער רבי פון ניו סקווער.
דאס זעלבע גייט טון ר' אהרן מענדל נאכן ווערן רבי, ער גייט אויפהערן רעדן אויף א טעלעפאון.
אויף סאטמאר האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. מאדערנטי רעדט ויקיפידיה אפשר פון ווידיאו וואס ליובאוויטש האט יא מתיר געווען. סאטמאר איז נישט געווען באוואוסט מיט OCD.

פרייטאג אקטאבער 04, 2019 11:52 am#436979
איסר האטלקי האט געשריבן:סקווירא רבי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן אויפן פאון, אזוי איז זיך נוהג דער היינטיגער רבי פון ניו סקווער.
דאס זעלבע גייט טון ר' אהרן מענדל נאכן ווערן רבי, ער גייט אויפהערן רעדן אויף א טעלעפאון.
אויף סאטמאר האב איך עס קיינמאל נישט געהערט. מאדערנטי רעדט ויקיפידיה אפשר פון ווידיאו וואס ליובאוויטש האט יא מתיר געווען. סאטמאר איז נישט געווען באוואוסט מיט OCD.
סקווירער רבי האט אויך געליטן פון OCD!
OCD איז א דיסארדער וואס שטאמט פון אבסעסיעס צו א געוויסע זאך, אזש אז ס׳שטערט די מענטש׳ס סדר היום למשל א מענטש וואס איז אבסעסט מיט Germs וועט זיך איבערוואשן די הענט טויזנט מאל. אדער א מענטש וועט צושפארן די טיר הונדערט מאל ביינאכט ווייל ער איז אבסעסט אז איינער וועט אייברעכן אין זיין הויז.
א פשוטע טעלעפאון (נישט קיין סמארטפאון) האט נישט אין זיך קיין שום איסור אדער מנהג אז סאיז עפעס א שלעכטע זאך. נישט מן התורה נישט מדרבנן נישט לויט קיינער פון די גאונים, ראשונים, אחרונים. צענדליגער טויזנטער רבנים און ערליכע אידן האבן גערעדט יעדען טאג אויפן טעלעפאן. פארקערט די טעלעפאן איז א גוטע זאך וואס העלפט די מענשטען קאמיונקעיטן איינער מיטן צווייטן.
אלזא ווען א מענטש איז אזוי אבסעסט ווי סאטמארער רב מיט מאדערנעטי און טעכנאלאגיע איז עס א געוויסע form פון OCD...
סאיז זייער וויכטיג דאס ווייל ער האט איינגעפירט אסאך נייע מנהגים אין אונזער היינטיגע חרדישע סאסייעטי. און אז ער האט געליטן פון די דיסארדער איז פאר מיר אסאך זאכן פארענטפערט געווארן.
למעשה האלט איך אז ער איז געוועהן זייער א געשמאקע ברייטע אפענע מענטש וואס האט געמיינט די גוטס פון די כלל. און אויסגעלערנט זיינע מענטשען צוטוהן חסד אויף א פארנעם ווי קיינמאל ביפאר. ער איז לכאורה נישט גערעכט געוועהן מיט רוב פון זיינע זאכן. אבער א אמתע מענטש איז ער געוועהן, א ערליכע מענטש. ער איז נאר געוועהן עקסטרעים מיט זיינע משוגעתן און עס איינגעפירט ביי זיין עולם.
די זעלבע איז מיט וויזניץ זיי זענען אויך געווארן אינגאנצן superficial. ווי למשל הרה״צ ר׳ ישראל מוויזניץ ב״ב בעט זיינע בחורים זאלן זיך אנטוהן שווארצע זאקן. און ווען א יונגערמאן וואס שניידט די בארד קומט אריין צו אים פרעגט ער אים די ערשטע זאך וואו איז די בארד???
וואו איז דאס געהערט געווארן אין וויזניץ אינדערהיים?
רוב וויזניצער חסידים אינדערהיים האבן קיין בארד נישט געהאט אפגערעדט זאקן???
דאס איז נישט וויזניץ! וויזניץ האט קיינמאל נישט געקוקט אויף די זאכן!!! סאיז געוועהן colorful, אלע מיני מענטשען, אלע היטן, געשוירנע בערד, לאנגע בערד, וכו׳
אידן תלמידי חכמים גאונים ווי ר׳ מרדכי חנא, טערניווער רב, רבי אהרלע ראטה און פון די אנדערע זייט אידן פויערן וואס האבן נישט באקומען קיין שום חינוך און קוים געקענט אלף בית- דאס איז געוועהן די שיינקייט פון וויזניץ אינדערהיים! די אהבת ישראל האט יעדעם אריינגענומען, יעדעם געקושט- נישט געמאכט קיין שום חשבונות וויאזוי יענער גייט אנגעטוהן. גארנישט!
מיט דעם אלעמען גלייך איך נאכאלץ ר׳ ישראל און איך האלט פון אים אבער איך האלט אז ער איז זיך טועה מיט די זאך.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:42 pm#436981
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
איך זעי דו פארשטייסט צו ocd ווי אסאך אנדערע זאכען. דער סאטמארער רב איז מעגליך נישט גערעכט געווען, אבער מיט ocd האט עס נישט. ר׳ ישראל פארטרעט אפשר נישט וויזניץ מיט׳ן בעטן א געוויסע קאליר זאקן, אבער מיט ocd האט עס גארנישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:45 pm#436982
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי דו פארשטייסט צו ocd ווי אסאך אנדערע זאכען. דער סאטמארער רב איז מעגליך נישט גערעכט געווען, אבער מיט ocd האט עס נישט. ר׳ ישראל פארטרעט אפשר נישט וויזניץ מיט׳ן בעטן א געוויסע קאליר זאקן, אבער מיט ocd האט עס גארנישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאי שנא?
וואס א חילוק צו די מענטש איז אבסעסט מיט Germs צי מיט מאדערנעטי. OCD קומט פון FEAR.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:49 pm#436983
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
ניין, ocd קומט נישט פון fear. עס איז א compulsive קרענק, ד.ה. וואס מער מ׳לאזט זיך דערפאר, וואס ערגער ווערט עס. דער סאטמארער רב האט געשטעלט א ליניע וויפיל מאדערניטי יא און וויפיל נישט. ווען ער וואלט לכתחילה געזאגט אז ער רעדט נישט אויפ׳ן טלפון, און אפאר יאר שפעטער לאזט ער נישט קיין טלפון אין שטוב, און דערנאך גייט ער נישט אין א שטוב וואס האט א טלפון, און ווייטער אזער עסט נישט עפעס וואס מ׳האט באשטעלט אויפ׳ן טלפון, וואלט עס געווען א צושטעל צו ocd.
יעצט איז עס נאר אן עקסטרעמע שיטה זיינער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעצט איז עס נאר אן עקסטרעמע שיטה זיינער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:49 pm#436984
כהאב נישט געזאגט ר׳ ישראל האט OCD. כהאב געזאגט אז סאטמארער רב מיט סקווירער רבי און אלע אנדערע רבנים וואס האבן נישט געוואלט רעדן אויפן טעלעפאון האבן געליטן פון א געוויסע Form פון OCD/אבסעסיע. דאס אלעס!
ר׳ ישראל וויל איינפירן א חאניאקישע חסידות. ער איז אבער נישט עקסטערעים מיט דעם ווי סאטמארער רב וואס האט נישט געוואלט רעדן אויפן טעלעפאון.
פארוואס איז סאטמארער רב געפארן מיט א קאר? פארוואס האט ער געהאט עלעקטעריק אין זיין שטוב?
פארוואס פונקט די טעלעפאון איז אסור?
סאיז א הלכה למשה מסיני? א צוואות רבי יהודא החסיד?
סאיז גארנישט! א פשוטע אבסעסיע!!!

פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:50 pm#436985
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, ocd קומט נישט פון fear.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
OCD
איז אין אפאר forms און סקען אויך קומען פון Fear
קוק אריין אין וויקיפידיע. געב מיר איין מינוט איך וועל עס ברענגן דא.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:57 pm#436987
Obsessive-compulsive disorder (OCD) features a pattern of unreasonable thoughts and fears (obsessions) that lead
you to do repetitive behaviors (compulsions). These obsessions and compulsions interfere with daily activities and cause significant distress.
m https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... c-20354432 m
דא האסטו פון Mayo Clinic.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:09 pm#436988
דו מישט חרוסת. או סי די איז א נאן סטאפ אומרעאליסטישע ענקזייעטי וואס נעמט איבער דעם מענטש און מאכט אים טון זאכן קאמפולסיוולי און צושטערט דעם פאציענטס טאג טעגליכן לעבן.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:11 pm#436989
איך וועל דיר זאגן נאך בעסער. לדעתי קומט אסאך מנהגים אין אונזער סאסייעטי פון פשוטע אבסעיסעס- אסאך פאר סאטמארער רב׳ס צייטן.
OCD איז נישט קיין נייע זאך...
דאס איז געקומען פון א אבסעסיע פון אסימילאציע און אז די קינדער וועלן אפפארן, אדער די מענטשען וועלן פארגעסן פון אידישקייט. האט מען צוגעלייגט צו די תורה נאך א גאנצע טוץ פון משוגעתן... סאיז קלאר!

פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:12 pm#436990
מודה בטפל האט געשריבן:דו מישט חרוסת. או סי די איז א נאן סטאפ אומרעאליסטישע ענקזייעטי וואס נעמט איבער דעם מענטש און מאכט אים טון זאכן קאמפולסיוולי און צושטערט דעם פאציענטס טאג טעגליכן לעבן.
איה״נ. אבער סאיז דא אפאר פארמס פון די מחלה, קוק עס אויף.
ס׳שטאמט פון די זעלבע ״מורא״... אזש אז דער מענטש ווערט אדער טוט זאכן וואס איז נישט rational.
בקיצור סאטמארער רב נישט רעדן אויפן טעלעפאן שטאמט פון א ״אבסעסיע״ דאס ביסטו יא מודה?
וואס א חילוק וועלכע דיסארדער סאיז פונקטליך? אבער סאיז א דיסארדער! ס׳קומט פון א אומגעזונטע פלאץ אין די מוח. ס׳קומט נישט פון טראכטן מיט לאגיק- ס׳קומט פון נערישע מורא און דאן ווערט עס אן אבסעסיע... יא אדער ניין?
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:20 pm#436991
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
ניין, נישט קיין אבסעסיע, נאר א מיינונג. זיי האבען פארשטאנען אז די טפלים האלטען אויף די עיקרים.
אגב, דער טלפון ביזנעס האט גארנישט מיט מאדערניטי. אסאך מענטשן פילען נישט באקוועם צו רעדן מיט יענער אויפ׳ן טלפון, נאר וויבאלד מיר זיינען פלעינע מענטשן, קענען מיר נישט צווינגען אונזער באקוועמליכקייטן אויף יענעם, משא"כ.......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אגב, דער טלפון ביזנעס האט גארנישט מיט מאדערניטי. אסאך מענטשן פילען נישט באקוועם צו רעדן מיט יענער אויפ׳ן טלפון, נאר וויבאלד מיר זיינען פלעינע מענטשן, קענען מיר נישט צווינגען אונזער באקוועמליכקייטן אויף יענעם, משא"כ.......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:28 pm#436992
ר׳ מאטעלע און ר׳ מוישלע האבן אויך געליטן פון געוויסע אבסעסיעס.
ר׳ מאטלע מיט די בילדער איז נישט קיין OCD??? שוין איינמאל OCD!
זיין טאטע און זיידע האבן ביידע קיינמאל נישט מקפיד געוועהן פון בילדער. די אהבת ישראל האט אפילו געשמייכלט צו די בילדער. אויב ער האט באמערעקט אז מ׳מאכט א בילד.
איר ווייסט פארוואס ער האט געשמייכלט ווען מ׳האט געמאכט א בילד? פשוט. ווייל ״נארמאלע מענשטען״ שמייכלן ווען מ׳מאכט א בילד! און ער איז געוועהן א example פון א אמתע נארמאלע געזונטע מענטש, אן קיין אבסעסיעס...

פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:32 pm#436993
שבת, די אלע זאכן וואס די רעכנסט אויס זענען טאקע מאדנע, און מעגליך אויך מחלות. אבער ס'איז דא נאך מחלות אויסער OCD.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 1:36 pm#436994
איסר האטלקי האט געשריבן:שבת, די אלע זאכן וואס די רעכנסט אויס זענען טאקע מאדנע, און מעגליך אויך מחלות. אבער ס'איז דא נאך מחלות אויסער OCD.
אוואדי איז דא נאך מחלות. וואו קומט עס אבער אריין דא? דא רעדט מען דאך פון די specific דיסאררער וואס אסאך פון אונזערע מנהיגים האבן געליטן דערויף און איינגעפירט מאדנע מנהגים וואס איז נישט ראציאנאל. און האט גארנישט צוטוהן מיט די אמתע אידשקייט און די תורה.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 3:43 pm#437010
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין טאטע זיידע. ווען זיין טאטע זיידע האבען דען נישט געשמייכעלט, איז עס נישט קיין מחלה? דער פארקערטע קאפעלוטש איז נישט קיין קרענק?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 5:23 pm#437015
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין טאטע זיידע. ווען זיין טאטע זיידע האבען דען נישט געשמייכעלט, איז עס נישט קיין מחלה? דער פארקערטע קאפעלוטש איז נישט קיין קרענק?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארקערטע קאפיליטש שטערט נישט טעגליכע לעבן. סאיז נישט עקסטרעים! איינער גייט מיט די הוט אויף די רעכטע זייט און איינער גייט מיט די הוט אויף די לינקע זייט. ביג דיעל... ס׳שטערט איינעם? קענסט שרייען אויף יעדע מנהג און יעדע לבוש אז סאיז OCD... אפשר איז א רעשוואלקע אויך OCD? אפשר איז א [רוזינער] בעכער מיט א פיסעל אויך OCD?
אבער נישט צו וועלן רעדן אויף א טעלעפאון על לא דבר, וואס איז א מוראדיגע וויכטיגע און גיטע זאך, און ווערט באנוצט דורך די גאנצע וועלט איז עקסטרעים. סאיז פונקט ווי ווען סאטמערער רב זאל ווען נישט ווילן האבן קיין עלעקטריק אינדערהיים ופשוט הוא. א טעלעפאון איז א גוטע זאך פארוואס האט ער מורא געהאט זיך צו באנוצן דערמיט?
די ענטפער איז פשוט- אבסעסיע! זהו!
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 6:03 pm#437016
שבת'ל היות ביסט א אוכל שפנים וחתולים קענט איר פארשטיין צו א כלב
וואס האסטי אריינצורעדן אין הנהגות פון ערליכע יידן
קענסט אפשאצן מחלות פון דיינע כלבים און זייערע שווענץ וזהו.
וואס האסטי אריינצורעדן אין הנהגות פון ערליכע יידן
קענסט אפשאצן מחלות פון דיינע כלבים און זייערע שווענץ וזהו.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 6:59 pm#437017
איש את רעהו האט געשריבן:שבת'ל היות ביסט א אוכל שפנים וחתולים קענט איר פארשטיין צו א כלב
וואס האסטי אריינצורעדן אין הנהגות פון ערליכע יידן
קענסט אפשאצן מחלות פון דיינע כלבים און זייערע שווענץ וזהו.
נאך קיינמאל נישט געגעסן די זאכן. איך עס נאר זאכן וואס איך האב געגעסן אלץ קינד און מיט די עסען מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן געווארן. אפילו סושי קען איך נישט אין מויל ארייננעמען.
איך זאג טאקע מיין מיינונג. און דו קענסט זאגן דיין מיינונג. איך בין גראדע א מבין סיי אויף מענטשען און סיי אויף כלבים און סיי אויף מענטשען וואס זענען כלבים.
מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 8:44 pm#437019
דו האסט געזאגט ocd נישט איך.
אבער דאס פאדערן אז יעדער אנ"ש מוז גיין א פארקערטן קאפעלוטש, אדער מקפיד זיין אויף א געוויסע בעכער ביי קידוש איז זיכער א קרענק. די חברה האבען זיכער נישט געהאלטען דיין ביג דיל זיי האבען עס געהאלטען פאר וויכטיג
ואשרי חלקינו אז נישט מיין טאטעס זיידעס, נישט מיין רביס און זייער רביס האבען געהאט שייכות מיט אזעלכע פראבלעמן

מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 10:21 pm#437025
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט געזאגט ocd נישט איך.
אבער דאס פאדערן אז יעדער אנ"ש מוז גיין א פארקערטן קאפעלוטש, אדער מקפיד זיין אויף א געוויסע בעכער ביי קידוש איז זיכער א קרענק. די חברה האבען זיכער נישט געהאלטען דיין ביג דיל זיי האבען עס געהאלטען פאר וויכטיג
ואשרי חלקינו אז נישט מיין טאטעס זיידעס, נישט מיין רביס און זייער רביס האבען געהאט שייכות מיט אזעלכע פראבלעמן
אויב דו ביזט פון די יוצאי אשכנז ביסטו ווארשיינליך מתלמידי תלמידיו פון רבינו יודא החסיד.
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:06 am#458910
כ'האב אקארשט געליינט אן אור אלטן "מאמענט" (מטו"מ תשע"ז), וואו עס איז געווען א לענגערע אינטערוויו מיט ר' דזשיגעלע יאקאבאוויטש [וואס איז לעצטנס אוועק], און צווישן אלע עפיזאדן און אנעקדאטן, האט מיר דאס פאלגענדע די מערסטע געכאפט. כ'וועל ציטירן ככתבו וכלשונו:
אויב אנטראפאלאגן זוכן ערקלערונגען פארן אומגלויבליכן סוקסעס פון סאטמארער רב פארן אויפבלי נאכן קריג, איז די דאזיגע אנעקדאט א שטיקל אריינבליק דערצו. ער איז נישט נאר געווען א פאזיטיווער מענטש, א גוטער מענטש, און א ברייטהארציגער טיילער און געבער, נאר איז גלייכצייטיג געווען א הארציגער מענטש וואס פארשטייענדיג דעם בעלזער'ס ווייטאג האט ער זיך נישט באליידיגט נאר פארגעזעצט צו טיילן געלט פאר יענעם, זאגאר דורך א "שטיקל", אבי צו קענען מחיה זיין א צווייטן איד.
אויב דאס האט ער געטון צו א בעלזער, א "שונא" זיינער, קענט איר זיך שוין פארשטעלן וויאזוי ער האט זיך באצויגן און אפגעגעבן מיט זיינע חסידים און תלמידים, עצמות היבשות ואודים מוצלים מאש. קיין וואונדער אז זיין חסידות האט אויפגעבליט אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, טראץ זיינע עקסטרעמיסטישע שיטות און אנשויאונגען.
עס איז נישטא וואס קען שטיין אין וועג פון גוטהארציגקייט און פיינקייט.
"איר ווילט הערן א גוטע מעשה פון בעלז מיט סאטמאר?" שפרינגט רבי יהושע אויף, "עס איז געווען א רבני'שער איד, א בעלזער חסיד, אין ווילאמסבורג [ר' יהושע זאגט דער נאמען] וועלכער האט געוואוינט אין סאטמאר פאר'ן קריג און דער רבי פלעגט אים שטיצן. אבער נאכ'ן געשעפט מיט בעלז (=כלומר, נאכן פרשה מיט די בחירות ווען ס'איז געווארן א צעקריגעניש. ארי נוהם) האט ער מער נישט געוואלט נעמען געלט פונעם רבי'ן, אפילו וואס ער האט געדארפט וויכטיג געלט לצרכי רפואה.
איין טאג קום איך אריין צום רבי'ן, דער רבי דערציילט מיר די מעשה און זאגט מיר: 'יושע, ביסט דאך א בעלזער חסיד, פון אייך וועט ער נעמען'... דער רבי האט מיר דערביי געגעבן דריי טויזנט אכט הונדערט דאלער! מיט דעם געלט האט מען דאן כמעט געקענט קויפן אן אויסגעצאלטע הויז! דער רבי האט מיר אנגעזאגט אז איך זאל אים בשום אופן נישט אויסזאגן אז עס קומט פון סאטמארער רבי'ן, ווייל 'פון מיר וועט ער נישט נעמען, אבער פון דיר וועט ער יא נעמען'."
אויב אנטראפאלאגן זוכן ערקלערונגען פארן אומגלויבליכן סוקסעס פון סאטמארער רב פארן אויפבלי נאכן קריג, איז די דאזיגע אנעקדאט א שטיקל אריינבליק דערצו. ער איז נישט נאר געווען א פאזיטיווער מענטש, א גוטער מענטש, און א ברייטהארציגער טיילער און געבער, נאר איז גלייכצייטיג געווען א הארציגער מענטש וואס פארשטייענדיג דעם בעלזער'ס ווייטאג האט ער זיך נישט באליידיגט נאר פארגעזעצט צו טיילן געלט פאר יענעם, זאגאר דורך א "שטיקל", אבי צו קענען מחיה זיין א צווייטן איד.
אויב דאס האט ער געטון צו א בעלזער, א "שונא" זיינער, קענט איר זיך שוין פארשטעלן וויאזוי ער האט זיך באצויגן און אפגעגעבן מיט זיינע חסידים און תלמידים, עצמות היבשות ואודים מוצלים מאש. קיין וואונדער אז זיין חסידות האט אויפגעבליט אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, טראץ זיינע עקסטרעמיסטישע שיטות און אנשויאונגען.
עס איז נישטא וואס קען שטיין אין וועג פון גוטהארציגקייט און פיינקייט.
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:00 am#458911
- Hakanai.png (24.56 KiB) געזען געווארן 420 מאל
הקנאי
הרבי מסאטמר - רבי יואל טייטלבוים
מאת: מנחם קרן-קרץ
ר' יואל טייטלבוים, הרבי מסאטמר (1979-1887), התברך בכריזמה וביכולות אישיות יוצאות דופן, אך לצידן גם בחולשות, בשאיפות, בתאוות ובאכזבות. קנאותו הדתית הייתה חסרת הגבולות, ועמדתו האנטי-ציונית הובילה אותו להטיל את אשמת השואה על התנועה הציונית.
הקנאי: הרבי מסאטמר - רבי יואל טייטלבוים סוקר את חייו של הרבי מסאטמר מילדות לבגרות. סיפור חייו משובץ בהצלחות פוליטיות לצד טרגדיות אישיות, עליות ומורדות, מאבקים כוחניים וחסרי מעצורים והחלטות שנויות במחלוקת. זהו סיפורו של מי שהיה פעיל בפוליטיקה הפנים-יהודית במזרח אירופה לפני השואה, ברח ממנה כאדם חסר כול, ובאחרית ימיו הפך לאדמו"ר של החצר החסידית הגדולה והעשירה ביותר בעולם. בצד סיפור חייו של ר' יואל, חושף הקנאי את הקוראים אל נפתולי הפוליטיקה והתככים של החברה החרדית והחסידית בעבר ובהווה.
ד"ר מנחם קרן-קרַץ, רופא שיניים במקצועו, הוא חוקר של תולדות היהדות האורתודוקסית באירופה ובישראל, ומתמחה בתולדות היהודים במרחב דובר ההונגרית. הוא כתב שתי עבודות דוקטור, בספרות יידיש ובהיסטוריה של עם ישראל, ופרסם עשרות מאמרים בנושאים אלה. ספרו הקודם: 'מרמורש סיגט: אורתודוקסיה קיצונית ותרבות יהודית-חילונית למרגלות הרי הקרפטים'.
תאריך הוצאה: 2020
מסי עמודים:,384
משקל: 714 גרי
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:22 pm#458952
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
ער איז דער וואס האט געשריבן יענע באקאנטע ארטיקל אין טעבלעט וועגן דעם רבי'ן און די צווייטע וועלט־מלחמה?
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 7:50 pm#459365
א פרישע ווידיאו איז אנדעקט געווארן, ווי מען זעהט כ"ק אדמו"ר הדברי יואל מסאטמאר זצוק"ל, אין ארץ ישראל בשנת תשכ"ה
m https://drive.google.com/file/d/1lJ7KfD ... p=drivesdk m
m https://drive.google.com/file/d/1lJ7KfD ... p=drivesdk m
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 8:22 pm#459366
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
יאאונטער חכם האט געשריבן:ער איז דער וואס האט געשריבן יענע באקאנטע ארטיקל אין טעבלעט וועגן דעם רבי'ן און די צווייטע וועלט־מלחמה?