Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
93 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 213 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1767
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:13 am#42928
רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
אינטערעסאנט אז סע נישט דא א אשכול וואס רעדט פון דעם גרויסן איד און סע טאקע דא אסאך וואו מען רעדט וועגען איהם און מען דערמאנט איהם אבער נישט א עקסטערע אשכול וואס מען זאל רעדן פון זיינע גרויסע אויפטוען.

וואס עפעס האבעך מיך יעצט דערמאנט? שוין לאנג נאך די יאהרצייט. אבער איך האב פונקט יעצט געזעהן א פאר אלטע אויסגאבעס פון די "עמי מאגעזין" און דארט האבען זיי ממש יעדע וואך א ארטיקעל פון נאנטע מענטשען וואס באשרייבען איהם מיט א גרויסע יראת הכבוד.

קודם האבן זיי געהאט פון הערץ פרענקל וואס איז געווען נאנט צום רבין ז"ל און האט אראפגעגעבען זיינע פערזענלעכע ענינים וואס ער האט געהאט מיטן רבין און לעצטענס האט זיך די ארטיקל אונטערן נאמען "דע רעבבע" ממשיך געווען מיט דעם בארימטע היסטאריקער ר' בערל וויין.

איך וועל אראפשרייבן א פאר אינטרעסאנטע זאכן וואס איך לייען דא און מען קען מיך ארויסהעלפן ווייטער.

ער שרייבט אז יעדער האט מורא געהאט פונעם רבי'ן. די ליטוואקעס. די ראשי ישיבות. אנדערע רבנים און אויך זייערע חסידים האבן גע'פחד פון רבין. און אזוי האט ער געהאלטען אלעמען אין טשעק.

ער שרייבט ווייטער אז זייט דעמאלטס איז נאכנישט געווען א מענטש וואס האט געהאט אזא כח.

ער דערציילט אויך ווי די רבי האט איהם ארויסגעהאלפן ווען ער איז געווען א אינגע רב.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:16 am#42930
ידען האט געשריבן:ער דערציילט אויך ווי די רבי האט איהם ארויסגעהאלפען ווען ער איז געווען א אינגע רב,

הרב וויין האט געשריבן אין "עמי" אז ווען ער איז געווען א רב אין פלארידע האט אים האדמו"ר מסאטמאר באזוכט אלס מרא דאתרא, און דער רבי האט אים שטארק געשטיצט מיט זיין מקוה וואס ער האט דאן געבויט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:12 pm#44200
ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:17 pm#44202
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE


אבער נישט פון
רבינו יואל טייטלבוים זצ״ל מ׳סאטמאר 
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:15 pm#44229
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

דארט איז חצקל גערעגט אויף סאטמאר רבי. די אשכול האבעך געמאכט צו שרייבען זיין ביאגרעפי, און אלעס וואס האט א שייכות צו איהם. די כעס קעמען לאזען אין יענע אשכול...

דא איז מער א כל בו אשכול. קענסט אויך פרעגען אויף זיינע שיטות אבער געווענלעך וועט מעט מאכען א עקסטערע אשכול אויף זיינע מלחמות, למשל ציונות, עירוב וכו׳
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:43 am#44383
ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

דארט איז חצקל גערעגט אויף סאטמאר רבי. די אשכול האבעך געמאכט צו שרייבען זיין ביאגרעפי, און אלעס וואס האט א שייכות צו איהם. די כעס קעמען לאזען אין יענע אשכול...

דא איז מער א כל בו אשכול. קענסט אויך פרעגען אויף זיינע שיטות אבער געווענלעך וועט מעט מאכען א עקסטערע אשכול אויף זיינע מלחמות, למשל ציונות, עירוב וכו׳

דאן וואס איז אזוי שטיל דא.
זייט דינסטאג?
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:55 am#44636
דער איד האט גאנץ א שיינע סיריעס לעצטענס, ווי זקנים פארציילן, איי פיינד איט זייער אינטערעסאנט.

לעצטע פאר וואכן האבן זיי ליפא לעפקאוויטש'ס ברודער ברוך, ער האט אינדערהיים משמש געווען פרידיאדעקטלי דעם רבי במקום מאנדערער, און ער פארציילט אינטערעסאנטע אינטימיט דיטעילס פונעם רבי מיט רב שלום לעיזערעל ראצפערטער,
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:07 pm#44640
עס איז שוין פאראן הונדערטער טויזענטער באשרייבונגען אויף אים, אין עטליכע שפראכן, איבער אלע זיינע ענינים.
פארוואס טראכסטו אז איינער זאל זיך דא נעמען שרייבן אויף זאכן וואס הזמן יכלה והם לא יכלו? וואו זאל מען אנהייבן?
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:40 pm#44653
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז שוין פאראן הונדערטער טויזענטער באשרייבונגען אויף אים, אין עטליכע שפראכן, איבער אלע זיינע ענינים.
פארוואס טראכסטו אז איינער זאל זיך דא עמען שרייבן אויף זאכן וואס הזמן יכלה והם לא יכלו? וואו זאל מען אנהייבן?

ווי טרעף איך די אלע הונדערטע טויזענטע באשרייבונגען?

למשל בערעל וויין לייגט יעצט די ערשטע מאל ארויס זיינע שיכות מיטען רבין. א נייע זאך. און איך לייען נישט די עמי אזויפיל אבער איך האב א פאר שטיק וועלעך לייגען ווען כעל קענען און אנדערע קענען אויך לייגען וואס זיי איז אינטערעסאנט למשל דער וואס לייענט די איד און זעהט עפעס אינטערעסאנט קען עס לייגען.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:45 pm#46172
רוב זאכן האט שוין ר' בערל וויין פארציילט און עס איזדא טעיפס פון דעם קענסט אריין גיין אין א געשעפט וואס האט זיינע טעיפס
זיי וועלן דיר עס קענען פארשאפן.
נישט אין וומ"ס וד"ל
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:56 pm#46201
וואס הייסט ״רבנו״? ביזט אפשר א בנש״ק וואס זאגט אויף זיך א לשון רבים, מיר, אונז, רבנו?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:08 am#47287
איך האב מיר אנגעשטויסן לעצטענס אין א קליפ ווי א רב אין מיאימי-פלארידא איז מגדיר דעם סאטמאר'ן רב, פאר מיר איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.


דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 am#47293
ישר כח. כ'געדענק ליינען א באריכט אין איד איבער די מאורע און איבער די דרשה. (מאורע איז ריכטיג? וויאזוי ספעלט מען עס?)
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:26 am#47299
זייער אינטערסאנט די דרשה.
ער זאגט אז ער ווייסט פון פיר פלעצער ווי רביה"ק שרייבט אויף זאכן וואס אחרונים האבן געשריבן בשם חז"ל, אז עס איז נישט דא אזא חז"ל. ער זאגט אז היינט האט ער געזוכט מיט קאמפיוטער'ס, און ער האט אפילו געפרעגט הגאון חיים קנייבסיקי שליט"א, און קיינער האט טאקע נישט געקענט טרעפן די חז"ל'ס. פון דעם זעהט מען די געוואלדיגע גאונות פון סאטמאר רבי, אז ער האט געקענט פיר מאל זאגן אז עפעס שטייט נישט אין חז"ל און עס שטייט טאקע נישט!!!!
הפלא ופלא!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:47 am#47338
א נייע זאך וואס כאב נישט געוויסט ביז יעצט אז סאטמאר רבי האט געהאט בלויע אויגען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:05 am#47361
ס'זעהט נישט אויס ווי ער רעדט פון די סאטמארע רבי וואס האט געוואוינט אין וומ"ס.

ווער איז דער ראביי?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:36 am#50035
ראשעקאל האט געשריבן:זייער אינטערסאנט די דרשה.
ער זאגט אז ער ווייסט פון פיר פלעצער ווי רביה"ק שרייבט אויף זאכן וואס אחרונים האבן געשריבן בשם חז"ל, אז עס איז נישט דא אזא חז"ל. ער זאגט אז היינט האט ער געזיכט מיט קאפיאטער'ס, און ער האט אפילו גפרעגט הגאון חיים קנייבסיקי שליט"א, און קיינער האט טאקע נישט געקענט טרעפן די חז"ל'ס. פון דעם זעהט מען די געוואלדיגע גאונות פון סאטמאר רבי, אז ער האט געקענט פיר מאל זאגן אז עפעס שטייט נישט אין חז"ל און עס שטייט טאקע נישט!!!!
הפלא ופלא!!

זאגט ער די 4 זאכען ? אין ווען און פארוועם האט דאס די רבי געזאגט?
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:56 am#50047
יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:07 pm#50055
דו ווייסט ניטאמאל וועלכע זייט מען עפענט א תשובה ספר אבער דו האסט שוין א מיינונג ווי א ווילנער גאון.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:22 pm#50065
איחוד פעלד האט געשריבן:יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.


אויב דזשאדזש'טו זיין גאונות בלויז פון זיינע תשובה ספרים, דאן האסטו נישט ארויס דעם בילד.
קודם כל די תשובות איז גאר א קליינע חלק פון אלע זיינע תשובות, מען וואלט געקענט ארויסגעבן א גאנצע סעט, עטליכע בענדער.
קוק אויך אריין אין זיינע חידושי סוגיות, ס'איז דא וואס נתפעל צו ווערן.

אבער בעיקר בעל פה, וואו ער איז געגאנגען און גע'דרש'נט האט ער ארויסגענומען דעם עולם (תלמידי חכמים וגאונים) פון די כלים
סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, ווי גרויסע גאונים האבן זיך מיט אים אדורכגעשמועסט מיט אים בכל מכמני התורה, ממש כל רז לא אניס ליה.
און אלעס האט ער געוואוסט בטוב טעם ודעת, כאילו ער האט עס נארוואס געלערנט.

אויב אזויפיל גאוני הדור זענען נתפעל געווארן, וואס דארפסטו מער ווי דעם.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:25 pm#50069
נישטא וואס צו רעדן, סאטמארער רב איז געווען א גאון! אבער זיין כוח איז נישט געלעגען אין הלכה בכלל און אין הלכה'ישע תשובות בפרט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:20 pm#50347
שמעקעדיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.


אויב דזשאדזש'טו זיין גאונות בלויז פון זיינע תשובה ספרים, דאן האסטו נישט ארויס דעם בילד.
קודם כל די תשובות איז גאר א קליינע חלק פון אלע זיינע תשובות, מען וואלט געקענט ארויסגעבן א גאנצע סעט, עטליכע בענדער.
קוק אויך אריין אין זיינע חידושי סוגיות, ס'איז דא וואס נתפעל צו ווערן.

אבער בעיקר בעל פה, וואו ער איז געגאנגען און גע'דרש'נט האט ער ארויסגענומען דעם עולם (תלמידי חכמים וגאונים) פון די כלים
סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, ווי גרויסע גאונים האבן זיך מיט אים אדורכגעשמועסט מיט אים בכל מכמני התורה, ממש כל רז לא אניס ליה.
און אלעס האט ער געוואוסט בטוב טעם ודעת, כאילו ער האט עס נארוואס געלערנט.

אויב אזויפיל גאוני הדור זענען נתפעל געווארן, וואס דארפסטו מער ווי דעם.

בע״פ האט מען עפ״י רוב גהערט נאר דרוש נישט עמקות אדער פולפול ,וואס מהאט גהערט האט מען פארשריבען,איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך עפעס נישט געדריקט
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:41 pm#50366
נישט דרוש נישט עמקות און נישט פלפול מאכט איינעם פאר א גאון, בקיאות מאכט און ער איז געווען א בקי כידוע
מאנטאג מאי 27, 2013 10:39 am#118386
אין אנדערע אשכלות באוואשט מען אפט דעם סאטמאר רבי'ן, איך פארשטיי אז מאנכע דא זענען אנגעווייטאגט אויף אים, צו מיט רעכט צי אן רעכט, ס'איז נישט נוגע אהער.
איך וויל נישט אלץ פארדרייען דעם שמועס אין אנדערע אשכולות, און כ'מיין אז דא איז דער ריכטיגער אשכול עס אויסצושמועסן.

smartinof האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.

אבער זיין תאווה פון הערשען אויפ'ן מענטשהייט, האט ער יא אויסגעפירט...
כ'זאג נישט, הרב יואל האט אין זיך אייגענארטיגע חשיבות, אבער מאל עס נישט אזוי אראפ ווי פון זיין נאטור וואלט ער דאס נישט געטון נאר ווי נעבעך אן אונס איז ער אריין און די גאנצע מערכה, די סיבה העקרי פון זיין מערכה איז געווען די נגיעה פון זיין נאטור, נאר גראדע איז ער געווען גאנץ גאט פארכטיג, האט ער געבויגן זיין נאטור צו געטליכע ענינים

ווער איך געוואר א נייע זאך, אז דער סאטמאר רב האט געהאט א תאוה פון הערשן אויף די מענטשהייט.
קען מיר איינער זאגן פון וואו דאס שטאמט? עס זענען פאראן אזויפיל סיפורים ווי דער איד איז אנטלאפן פון כבוד, די מערסטע באקאנטע מעשה איז ווי ער האט אויסגעשפילט זיין רייכע קבלת פנים אין סאטמאר,
ער האט זיך געקענט אראפלאזן צו א קליין קינד מיט א ליבשאפט און ענווה,
ער איז ארויס אקעגן די מדינה ווען מען האט אים פארשעמט און באזידעלט איבער די גאנצע וועלט, ער האט נאר דערלייגט דערפון מענטשן און געלט און געבליבן אויסגעשפילט, בבחינת כי במקלי עברתי, ווי א מלך אביון, ער איז געווען גרייט אוועקצוגעבן זיין לעבן פאר דעם, אויב האט ער געהאט א תאווה צו הערשן אויף מענטשן, HOW COME אז ער האט זיך געשאסן אוין די פוס און געטון זאכן וואס האט פארשיקט מענטשן און האבן אים בארעדט?? אתמהה.
מאנטאג מאי 27, 2013 11:00 pm#118699
נישט אז איך האלט אז ער איז דער מורעדיגע כבוד זוכער
אבער די אלע זאכען זענען נישט קיין סימנים פון ענוה
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 2:00 pm#352512
די בילד פון ראחמיסטריווקא רבי איז רשעות׳דיג און די בילד פון רז״ל מיט משה גבאי איז טפשות׳דיג
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 2:36 pm#352514
אחד העם האט געשריבן:@משה פראגער ביסט מיין עילוי, מיין גאון, מיין קאפ שטיק, פון ווען כ'האב נאר טועם געווען אביסל פון דיין חכמה, ממש געוואלד.
איך מיין מיר זענען נאך נישט ראוי פאר דיין חכמה, אונזערע כלים זענען צובראכן פאר דיינע אורות, גייט ערגעץ אנדערש באךייכטען מיט דיין חכמה.

#טיפשות למעלה מן המשוער.

אייגעטנליך וואס גייט מיך אן...

קודם כל, נישט איך מאך די בילדער
והשנית, וואס גייט מיך אן זאג וואס דו ווילסט די בילדער זענען גוט.
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:14 pm#354576
א וויכטיגע מעסעטש פאר די סאטמערע אידן
וויבאלד די עלטערע דור וואס זענען נאך געבוירען געווארן אין אייראפע ווערן ווייניגער אין ווייניגער, אין די קימידיגע עלסטע דור זענען בערך 20 יאר אפגעריקט דאס טייטש אז די 65-70 יעריגע אידן ווערן די עלסטע דור אין זיי גייען דערציילן וואס איז געווען אמאל, אין ביי זיי אמאל מיינט נאר וואס איז געווען אין אמעריקע, אלזא דארף מען וויסן אז רוב אידן וואס זענען נישט געווען לכה"פ חתונה געהאט פאר די סאטמער רב איז געווארן קראנק בשנת תשכ"ח,האבן שוין נישט געקענט געהעריג דעם איד פראזענליך, זיי ווייסן נאר וואס איז געווען ארום דעם איד. אין זענען שוין נתגדל געווארן מיט די סאטמערע שטותים אין זענען אינגאנצען פארדרייט, מען קען זיי נישט גלייבן כמעט קיין איין ווארט וואס זיי רעדן איבערן סאטמער רב. ווייל איינמאל וואס הרה"ק מסאטמער איז קראנק געווארן האט מען שוין נישט געזען זיין סדר היום געהעריג, אין מען האט אנגעהויבן צי פרעדיגען פאר די קינדער, בחורים, אינגעלייט, שטותים מיט שטותים, אין מען האט עס נאך ארויף געלייגט אויף זיין נאמען. ועוד יותר, האט אים געמאכט ווי א גאט רח"ל, אז פין אים ביז משיח וועט קימען דארף א איד זיין נאר אינטערסירט ציוויסן וואס איז געווען מיט אים, אין נישט אינטערסירן גארנישט מער,ווי מען קען זעהן, ווי זיי ברענען מער ווען זיי רעדן פין רבין זי"ע ווען זיי רעדן פינעם אויבערשטען. ממש ווי אין.........

איז ווען זיי האבן צי רעדן דיצומצידיגע שפראך דארף מען שמייכלן אין אוועק וואקן אין וויסן אז דאס האט נישט קיין שייכות מיטן עבר, מסורה, אמאל,

ריכטיג עבר, מסורה, אמאל, טייטש די צורה פין א ערליכע איד וואס האט נאך געלעבט פארן קריג מיט פשטות אין תמימות אין געוויסט צי דערציילן, אין ער איז געווען אינטערסירט אין אלע ערילכע אידן, אפילו ער האט זיך געווייקט ביי איין צדיק, ווי מען קען הערן די אינטערוויאס אויף קול מבשר ביי טעם זקנים אפטיילונג, וואס ווער עס איז זיך מתבונן זעט אז אזא מרחק ציווישן די 2 דורות איז מסתמא נאך נישט געווען זייטן דור פין פארן חורבן הבית אין דור נאכן חורבן הבית.
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:36 am#358143
'דער איד' שרייבט נישט מער נישט ווייניגער ווי דאס אז דער סאטמאר רב איז געוועהן דער FOUNDER & CEO פון נישט ווייניגער ווי פיר פאבריקן!
1) א שיך פאבריק, זיי האבן אפילו דעם אדרעסס רחוב חפץ חיים 82
2) א ציגל פאבריק... נישט קיין קליינע, נאר א גרויסע... ווי מען האט פאקטיש פרדוצירט ציגל.
3) א נייען פאבריק
4) טאפעציר פאבריק, שוק מאה שערים 37

א פאבריק, איהר הערט?
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:46 am#358146
מיינסט צו זאגן די פאונדער נישט ceo עס איז א שטיקל חילוק
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 12:19 pm#358148
אפגעזען צי ער איז געווען דער גרינדער צי נישט, דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז ווען דער רבי האט געזען ווי בחורים זענען נישט אין דער מדריגה פון זיין אין א פול טיים ישיבה, האט ער זיי נישט געווארפן צו די הונט אין גאס, נאר אינזין געהאט זיי זאלן גיין ארבעטן אין א אויסגעהאלטענע ענווייראמענט.

ווי נעמט מען היינט אזא רבי'ן.
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 4:43 pm#358181
שמעקעדיג האט געשריבן:אפגעזען צי ער איז געווען דער גרינדער צי נישט, דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז ווען דער רבי האט געזען ווי בחורים זענען נישט אין דער מדריגה פון זיין אין א פול טיים ישיבה, האט ער זיי נישט געווארפן צו די הונט אין גאס, נאר אינזין געהאט זיי זאלן גיין ארבעטן אין א אויסגעהאלטענע ענווייראמענט.

ווי נעמט מען היינט אזא רבי'ן.


אז ער איז יא געוועהן אזוי טויגלעך פארוואס איז ער געוועהן אזא coward און היפקאריט ביי די צווייטע וועלטס מלחמה? ווען ער האט געזאגט זיינע חסידים זאלן נישט אנטלויפן נאכדערצו מיט די ציונים בשעת ווען ער האט זיך געמאכט שטילערהייט פלענער צוטוהן אקאורט פארקערט פון וואס ער האט געפרעדיגט!. ווען סאיז געקומען א לעבעדיגע עדות, א איד פון פוילן אין זיין שטאט שרייען אז מ׳זאל מאכן פלענער צו אנטלויפן ווייל די נאציס גיין אנקומען דא אויך האט ר׳ יואליש געשריגן אז מ׳דארף די איד אריינלייגן אין חרם! און דערנאך ווען סאיז איבערגעבליבן צוויי טיקעטס אויף צו אנטלויפן האט דער ׳שיפ׳ס קאפיטאן׳- דער רב פון שטאט דאס גענומען פאר זיך! און דערנאך האט ער זיך אין זיין לעבן נישט אויפגעשטעלט ביי א כ״א כסלו און באדאנקט זיינע רעטער און פארציילט די אמתע מעשה וואס איז דארט פארגעגאנגען-נאר פארקערט ער האט זיי נישט אויפגעהערט צו שעלטן.

און דערנאך איז ער געקומען קיין אר״י און אמעריקע און אנגעפירט די רשעות׳דיגע סיסטעם וואס אונז אלע ליידן נאך היינט פון זיינע ׳ גזירות׳ מיט די שטרימפ און סיעמס וכו׳ וכו׳, ער איז אסאך שולדיג פאר די דורכגעפוילטע בארבארישע סיסטעם אין וואס חסידישע אידן לעבן היינט! ער איז געוועהן א געפערליכע עקסטרימיסט און א מיניפילעטאר, ווי ער האט אויסגעלערנט זיינע אינגען זיך אויפצופירן מיט חוצפה און עזות צו א יעדעם וואס גייט נישט אין זייער שפאן, ער האט קאמאנדוועט אויף אלע קליינע רבנים אין וויליאמסבורג און זיי קאנטראלירט וואסערע זמן צוהאלטן שבת און וועלכע הכשרים צו עסען, אך און וויי אז איינער האט זיך דערוואגט צו זאגן א ווארט קעגן דעם דיקטעטאר מיט א בעקיטשע.

בלי ספק אז קיין איין אמתע ערליכע איד וואלט זיך נישט אזוי אויפגעפירט ווי דער ציווילדעוועטר ר׳ יואליש, פאר יעדעם האט ער אריינגעפליקט, מיט יעדע רב אדער רבי האט ער זיך געטעהנט, ער איז געקומען קיין בני ברק לעבן שיכון וויזניץ אויף א שבת און געשאטן פעך און שוועבל אויף אגודה, זענען די וויזניצער חסידים אריין צו ר׳ חיים מאירל זצ״ל און געבעטן דעם רבין ער זאל אים ענטפערן, האט ר׳ חיים מאיר וואס איז געוועהן א אמתע אוהב שלום געזאגט אפילו ער וועט מיר אראפנעמען די היטל וועל איך אים נישט ענטפערן! און ר׳ חיים מאירל איז אים געגאנגען באזוכן דוקא מאנטיג ווען ער האט געמאכט א תענית דיבור! (ר׳ חיים מאירל האט זיך געפירט אז יעדע מאנטיג און דאנערשטיג האט ער געמאכט א תענית דיבור)

דריי נישט קיין קאפ! אזא רבי זאל כלל ישראל קיינמאל מעהר נישט האבן!
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 5:25 pm#358182
ער האט געזאגט פאר יעדן צו אנטלויפן פון די נאציס,

טאקע אמת אז פאר די דייטשע אינוואדירונג, האט ער געצה'ט יעדן זיך נישט אנשליסן מיט די ציונים און עולה זיין קיין אר"י, אבער דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין רעדע פון "אנטלויפן",
און כדי צו ניצל ווערן פון די רשעים האט מען נישט געמוזט פארן ביז אר"י, בלויז אריבער דער ראמענישער גרעניץ איז געווען א הצלה,

ער האט זיך באדאנקט פאר יעדער וואס האט זיך געשתלדט פאר איהם, זאל זיין א פרומער צו א פרייער צו א גוי צו א איד, און אוואדי זיי קיינמאל געשאלטן,
דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 5:39 pm#358183
ליגענט זאגן ליגענט זאגן טאג מען נישט ווייל סאיז א נעביירא! קענסט דעם ניגון?
סאיז נישט מעהר ווי געראכטן אז די סאקמורים גייען ליייקענען היסטאריע. הער אויס מיר קענסטו מעהר נישט פארקויפן קיין לאקשן!
זאג? ער האט נישט געשאלטן די ציונים ? נישט געשאלטן?. אוואדי א רבי שעלט נישט, זיינע קללות זענען ברכות, און ווי יעדער ווייסט ער האט זיי א יעדן טאג געבענטש מיט כל מיני ברכות!

קענסט נישט ליייקענען קיין היסטאריע מיין פריינד!

אזא רבי ווי רבינו יואל איז געוועהן א גרויסע בראך פאר כלל ישראל און מיר ליידן נאך פון אים ביזן היינטיגן טאג!
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:53 am#358214
ווען געשאלטן? וואו געשאלטן?
איך הער שטענדיג זיינע רייד, קיינמאל געהערט קיין קללה אויף קיין איד.

ווען האט ער געהייסן נישט אנטלויפן? תש"ג, ווען די נאציס זענען נאך געווען ווייט אוועק פון אונגארן. מען האט נאך נישט געוואוסט דאן פון קיין מלחמה אין סאטמאר.
פרעג דיך נאך אביסל היסטאריע.

אויב דיך באדערט דיין ווייב'ס סיעמס, זאג אזוי און פערטיג. קריך נישט ווייטער מיט שטותים פאר גארנישט.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:15 am#358218
איין זאך יא אויב מ׳רעדט שוין, א בעל צדקה איז ער געוועהן א גרויסע, אבער יש אומרים אז ער האט דוקא געשיקט געלט פאר די קליינע רבילעך אין וויליאמסבורג כדאי זיי צו קאנטראלירן, נאר אזויווי איך האב ליב דעם ריינעם אמת וועל איך מודה זיין אז צדקה און חסד האט ער יא געטוהן, און אויך אויסגעלערנט זיין עדה צוטוהן חסד אויף גאר א גרויסע פארנעם וואס מ׳זעט נישט כמעט אין אנדערע חסידות. גרויסע סומעס פון געלט האט ער זיכער געטיילט עכ״פ דא אין אמעריקע נאך די מלחמה, א פארמעגליכער איד פון עסטרייך האט מיר פארציילט אז סאטמערער רב האט אים חתונה געמאכט זיין קינד נאכדעם וואס ער פלוצלינג געווארן א יורד, ער האט אים בכלל נישט געקענט אדער געזעהן פארדעם קיינמאל! איך מאך דאס נישט אוועק, אבער די אנדערע זאכן וואס כהאלט אויף אים איז נאך אלץ גילטיג.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 5:38 pm#358260
די ציונים האט ער געשאלטן, sure, קיינער איז נישט מחולק, אבער אונז רעד מיר פון די פערזעליכקייטן וואס האבן זיך געפארעט פאר זיין הצלה נישט קיין ציונים
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:22 pm#358285
גאלד האט געשריבן:די ציונים האט ער געשאלטן, sure, קיינער איז נישט מחולק, אבער אונז רעד מיר פון די פערזעליכקייטן וואס האבן זיך געפארעט פאר זיין הצלה נישט קיין ציונים

געשאלטן? קיינמאל.
אן אויסנאם איז אבער אלס פארהאן:
איינמאל האט אים איינער גאר שטארק אויפגערעגט ווען ער האט אויסגערימט הרה"ק רב קוק זצוק"ל, ר' יואל האט דאן ארויסגעזאגט: 'שם רשעים ירקב', און האט חרטה געהאט באלד דערויף.

עס איז אמאל געווען אנדערע צייטן. עס איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן, מחלוקת, אבער נישט קיין שעלטונגען.

אין ביהמ"ד וואו איך דאווען טעגליך האט זיך עפעס אן עלטערער איד אמאל צובייזערט אויף א געוויסער מנהג וואס די ארטיגער קרייז פירט זיך. אן אנוועזנדער בחור וואס געהער צו יענער סעקטע האט זיך אנגערופן צו אים: 'עפרא לפומיה'. איך בין אויפגעשוידערט געווארן דערפון. דאס איז א קללה וואס מיינט טויט שטראף רח"ל. זינט איין מנהיג האט עס גענוצט בעת רתחנותא דאורייתא קעגן א צווייטן עלטערן מנהיג וואס האט זיך מתחצף געווען צו זיין טאטן, איז עס געווארן אזוי לייכט ארויסצוזאגן ה"י.
מען כאפט ניטאמאל אז עפעס איז נישט בסדר דערמיט.
דינסטאג מערץ 21, 2017 3:22 pm#366276
היינט געזעהן די זיסע מעשה.

בהיותו בירושלים בא' מן הפעמים, באו אצלו קנאי ירושלים שיחתום על איסור להצביע בבחירות לעירייה, שכידוע לא יצא איסור מפיו על זה, והוא סירב, והלה לא שקטו, ושמעתי שאפילו כתבו מכתב מזויף כאילו חתם, כי קוו כי אם יראה שיש כבר מכתב בדיעבד יסכים לזה, אמנם הוא סירב עדיין לזה, ואז נענה ואמר, בארה"ב נותנים לי כסף ומבקשים ממני עצות, ובירושלים נותנים לי עצות, ומבקשים ממני כסף...
דינסטאג מערץ 21, 2017 3:30 pm#366277
איך אויך האט געשריבן:היינט געזעהן די זיסע מעשה.

בהיותו בירושלים בא' מן הפעמים, באו אצלו קנאי ירושלים שיחתום על איסור להצביע בבחירות לעירייה, שכידוע לא יצא איסור מפיו על זה, והוא סירב, והלה לא שקטו, ושמעתי שאפילו כתבו מכתב מזויף כאילו חתם, כי קוו כי אם יראה שיש כבר מכתב בדיעבד יסכים לזה, אמנם הוא סירב עדיין לזה, ואז נענה ואמר, בארה"ב נותנים לי כסף ומבקשים ממני עצות, ובירושלים נותנים לי עצות, ומבקשים ממני כסף...

דער ריינער לשון זיינער איז נאך שטערקער ווי דא שטייט:
"אין אמריקע פרעגט מען מיר וואס צו טון און מען גיבט מיר געלט, אין ארץ ישראל טיילט מען מיר איין וואס צו טון און זיי קאסטן מיר נאך געלט...".
מאנטאג יוני 19, 2017 12:10 pm#375838
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
villager האט געשריבן:איך האב מיר אנגעשטויסן לעצטענס אין א קליפ ווי א רב אין מיאימי-פלארידא איז מגדיר דעם סאטמאר'ן רב, פאר מיר איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.



איך האב פאר א צייט צוריק אראפגעלאדענט דעם ווידעא פין יוטוב, היינט האב איך אויסגעהערט א חלק, רוב זאכן זענען נישט קיין חידושים,אבער איין זאך איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט אין איך וויל וויסן צי דער עולם האט דא עפעס מער ידיעות בנוגע זה,
ער דערציילט דארט בשם הרב אפרים גרינבלאט ז''ל א תלמיד מובהק פון ר' משה פיינשטיין זצ''ל אין האט כמה שנים געלערנט בחברותא מיט אים, אז כמה פעמים ווען ר' משה האט געהאט א שוועריקייט אין לערנען האט ער אריבערגעשיקט רב גרינבלט צום סאטמאר רב פרעגן פשט אין סאטמאר רב פלעגט אים שיין אוינעמען אין ענטפערן כהרף עין אין כאילו ער ליגט יעצט אין דער סוגיה,
דערציילט דער דרשן אז ער האט אנגעריפן רב גרינבלאט אין אים געפרעגט א, האט ר' משה געשיקט פרעגן נאכאיינעם אחוץ סאטמאר רב? זאגט ער ניין, ב, האט ר' משה אנגענימן זיינע תשובות? זאגט ער אלעמאל,
דוכט זיך אז די מעשה האב איך נאכנישט געהערט אין סאטמארע קרייזן איך בעט אויב אייינער האט מער ידיעות דערביי זאל ער זיך לאזן הערן

זיך אנגעשטויסען אין די תגובה
@קאווע טרינקער אין א אנדערע אשכול מיט א טענה ווי קען די סאטמר רב זיין צדיק הדור היות ר' משה פיינשטיין איז געווען בדורו.
דא האט איר די ענטפער
מאנטאג יוני 19, 2017 2:19 pm#375861
מיר וועלן מיזן דא גיין לשיטתו לגבי גלייבן מעשיות
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:14 am#376491
ברוך שאמר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
villager האט געשריבן:איך האב מיר אנגעשטויסן לעצטענס אין א קליפ ווי א רב אין מיאימי-פלארידא איז מגדיר דעם סאטמאר'ן רב, פאר מיר איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.



איך האב פאר א צייט צוריק אראפגעלאדענט דעם ווידעא פין יוטוב, היינט האב איך אויסגעהערט א חלק, רוב זאכן זענען נישט קיין חידושים,אבער איין זאך איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט אין איך וויל וויסן צי דער עולם האט דא עפעס מער ידיעות בנוגע זה,
ער דערציילט דארט בשם הרב אפרים גרינבלאט ז''ל א תלמיד מובהק פון ר' משה פיינשטיין זצ''ל אין האט כמה שנים געלערנט בחברותא מיט אים, אז כמה פעמים ווען ר' משה האט געהאט א שוועריקייט אין לערנען האט ער אריבערגעשיקט רב גרינבלט צום סאטמאר רב פרעגן פשט אין סאטמאר רב פלעגט אים שיין אוינעמען אין ענטפערן כהרף עין אין כאילו ער ליגט יעצט אין דער סוגיה,
דערציילט דער דרשן אז ער האט אנגעריפן רב גרינבלאט אין אים געפרעגט א, האט ר' משה געשיקט פרעגן נאכאיינעם אחוץ סאטמאר רב? זאגט ער ניין, ב, האט ר' משה אנגענימן זיינע תשובות? זאגט ער אלעמאל,
דוכט זיך אז די מעשה האב איך נאכנישט געהערט אין סאטמארע קרייזן איך בעט אויב אייינער האט מער ידיעות דערביי זאל ער זיך לאזן הערן

הרב גרינבלאט שרייבט מער דערוועגן אין אסיפות דברי יואל (אזוי געדענק איך, קען זיין כ'בין זיך טועה).

יא אמת איך האב אין מיין באזיץ א copy פין די א'ד' יואל אין ער האט טאקע אזוי געשריבן אגב איך האב עס געוויזן פאר א עלטערע באיאנער חסיד אין ער האט מיר ממש תוך כדי דיבור געזאגט. וז"ל this is for sure a paid announcement paid in full

דא
זאגט מיר איינער אז דער בריוו איז געשריבן געווארן צו א בחור'ל, יענער איז היינט א שיינער ת"ח אבער אלץ בחור איז ער געווען פארנומען שנארן בריוון פון ווער ס'האט געדענקט סאטמאר רב, אלזא "באצאלט" איז דאס לכאורה נישט, אבער מעגליך אז ער געוואלט מאכן דעם בחור גוט שפירן.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:33 am#376497
פ"וו זאגען עס נישט נאך מענשען
דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:51 pm#376508
Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
אז דו ברענגסט דעם קליפ, ברענג שוין אויך וואס @ישבב הסופר זאגט אויף דעם: l viewtopic.php?p=297167#p297167 l
מיטוואך אוגוסט 16, 2017 7:31 pm#382660
דרשה נפלאה מתלמיד מהרב מסאטמער, הרב מוואדריטש.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:51 pm#400270
הערט אויס א סאטמאר תלמוד
הרב לעבאוויץ.MP3
(1.54 MiB) אראפגעלאדנט 437 מאל


14 12 6 # 7189066428
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:16 pm#400291
calculator האט געשריבן:הערט אויס א סאטמאר תלמוד
הרב לעבאוויץ.MP3


14 12 6 # 7189066428

איך בין מסכים אז ס'דא זאכן וואס מ'פארקויפט אלץ אידישקייט און באמת איז עס היפך כוונת התורה, איך בין נאר נישט זיכער אז ער איז נישט נכשל אין דעם.
פרייטאג אפריל 20, 2018 10:44 am#400338
Could be but the satmar chasidim is far sure in this prablem
פרייטאג אפריל 20, 2018 3:04 pm#400372
הערר קאלקיולעיטאר:Ha maga nem tud irni (es beszelny) angolul' akkor irya egy masik nyelven. Erti...?

Si usted no save escribar las palabras en Ingles. Que las escribe en una otra idioma...Entendiste...?

נ.ב.