Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
153 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 203 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #286
מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:36 am#79732
אויך די חלק וואס ער שרייבט:

I saw on one of the blogs (I can’t locate it at present) that someone stated as self-evident that metzitzah ba-peh is only done with babies, not adults.

מיר האבן געהאט דא אין קאווע שטיבל א גאנצע שמועס דערוועגן l viewtopic.php?p=28695#p28695 l
מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:46 am#79735
אה, א גוט ווארט.

Yeshayahu Leibowitz quipped that the Sages must have had a good sense of humor, since they included the following passage in the Talmud
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:59 am#79739
וועגן די חכמי התלמוד ווייס איך נישט, אבער שפירא האט זיכער א גוטע סענס אוו הומאר:
Yet it is still difficult for outsiders to grasp why some rabbinic leaders of these communities seem entirely oblivious to any medical dangers associated with the practice, וסלחת לעונם כי רבנים המה
מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:08 am#80209
און שוין וייטער..
m http://seforim.blogspot.co.il/2013/01/quiz-runoff.html m
מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:20 pm#80266
מיין תשובה

פרקי אליהו
לאליהו בן אשר הלוי אשכנזי (הבחור)

פזרו Pesaro
שנת ר"פ

איז נישט געווען ריכטיג.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:59 pm#90238
יעצט לייוו, פון 9 ביז 10

m http://torahinmotion.adobeconnect.com/shapiro2012/ m
זונטאג מערץ 03, 2013 12:23 am#91889
יידל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:א דאנק, אבער עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא.. ער האט ווי עס שיינט פארגעסן?

א חבר מיינע האט גערעדט צו שפירא, האט ער אים געזאגט אז דער ויכוח גייט נאך אן, און ווי נאר דער ויכוח וועט געפערטיגט ווערן וועט ער פאסוטען דעם פאסוט. ווי ס'שיינט מיינט ער מיט "ויכוח" א געשריבענער ויכוח און ער ווארט אז די לעצטע ווארט אין דעם ויכוח זאל געזאגט ווערן.

איך מיין אז דער איינציגער וויכוח וואס גייט ליידער אן צווישן חסידישע יודן איז דער וויכוח מיט "הענט".
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:02 pm#92828
יעצט לייוו פון 9 ביז 10
torahinmotion.adobeconnect.com/shapiro2012/
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:06 pm#92830
קאווע וואס איז דיין נאמען דארטן?
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:08 pm#92831
יידל דיינס?
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:12 pm#92835
ted אדער mel. כ'האב א שטיקל אידענטיטעט קריזיס.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:12 pm#92836
יידל האט געשריבן:קאווע וואס איז דיין נאמען דארטן?

כ'בין אריינגעסיינט מיט דבורה'ס ניק.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:49 pm#92870
ער מאכט פורים, כ'מיין, מגילת אסתר, פון דער מונקאטשער...
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:00 pm#92876
לשיטתו, אפשר זאל מען אויפנעמען רב סאקס פאר די נייע פאופ?
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:05 pm#92883
יידל, שותה קאווע
נא לפרט ולהסביר לטובת אלו שלא זכו לשמוע.
[איך האב פראבירט, אבער מיין קאנעקשין האקט זיך אפ יעדער פאר מינוט, מחשבה טובה..]
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:10 pm#92884
ער זאגט אז דער ספר מגילת אסתר, וואס פון דארט איז געבויט די קנאי'אישע שיטה, סאטמער און מונקאטש, אז כהיום אין מצוה ביישוב ארץ ישראל, איז נישט קיין ספר יסוד ומפורסם לעומת החולקים.
אויף דעם איז געווען מיין הערה...

ער זאגט אז ר' יונתן סקס איז מער נערץ ביי די קריסטען ווי ביי זיין אייגן פאלק.
אויף דעם איז געווען מיין הערה...
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:23 am#96003
א נייער הערליכער פאוסט פון מארק שפירא איז די נאכט ארויפגעשטעלט געווארן אויף "ספרים בלאג". דאס איז דער ערשטער אין א דריי-חלקים סעריע איבער "תורה מסיני", און כדרכו פארט עס אריין אין נאך ענינים. רעדנדיג איבער סעקסואלער אביוז שרייבט ער אז הרב יששכר כץ האט אים דערציילט איבער א דיסקוסיע אויף "קאווע שטיבל", און ער לינקט צו בענדזשאמין פרענקלינ'ס שמועס איבער א תשובה אין חוות יאיר. (אז דער "ניו יארק טיימס" דערמאנט אונז, מעג פראפעסאר שפירא אויך...)
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:43 am#96021
אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו סעקסועל אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.
דינסטאג מערץ 12, 2013 12:18 pm#96044
יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו סעקסועל אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.

די חוות יאיר איז משפחה מיט דיר?
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:40 pm#96102
אינטערסאנט אז ער באציט זיך צו ר' שלמה פישר'ס התנגדות צו ר' משה פיינשטיין ז"ל, איך האב געהערט פון עטליכע אידען אז זיין התנגדות קעגען עם איז נישט נאר געווען איבער דעם ענין וואס פרופ' מארק שרייבט, נאר איבער זיין גאנצע גאונות, ער האט כמה פעמים זיך אויסגעדריקט שטארק נישט סימאפטיש קעגען זיינע חידושים ותשובות.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ר' משה איז געווארען א' 'גדול הדור' דורך די אמעריקע'נר פרויען וואס האבען נישט געוויסט בחייהון, זיי פלעגען עם אנרופען און פרעגען: "רב, ווען דארף מען צינדען היינט ליכט"? "5:16" האט ר' משה גענטפערט, האט די פרוי געזאגט "אהה שכויח שכויח פוסק הדור" אזוי אזי עס געווען וואך איין וואך אויס ביי אלע ניו יארקע פרויען ביז ער איז געווארען 'דער גדול'.
דינסטאג מערץ 12, 2013 2:14 pm#96122
יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו סעקסועל אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.

נו, שרייבט דען שפירא פארקערט?
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:07 pm#96286
ניין. איך ברענג נאר ארויס די איראניע. דער חסידי'שער בענזשאמין שרייט אז דער חוות יאיר איז פארקערט ווי די חרדי'שע השקפה, און דער מאדערן ארטאדאקס פראפעסאר זאגט אז ניין, דאס איז ממש די חרדי'שע השקפה.
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:07 pm#96288
ידען האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו סעקסועל אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.

די חוות יאיר איז משפחה מיט דיר?

די חוות יאיר האב איך געבויט מיט מיינע צען פינגער.
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:20 pm#96291
איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...

:ביי :ביי
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:24 pm#96293
זר, איך בין נייגעריג אויב אויב דז'מי קימעל לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צו דו וואלסט אים אויסגעהערט.
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:25 pm#96295
זיכער, ער וואלט גארנישט געדארפט זאגן און מ'וואלט זיך געהאלטן ביי די זייטן...

בד"וו ס'נישט שיין צו קאפי פעיסטן א צווייטענס תגובה. ;)
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:30 pm#96299
זר זהב האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...

:ביי :ביי

לאל, איך בין נייגעריג צו ווען הרב יואל טייטלבוים וואלט געווען א פראפעסאר אוו דזשואיש שטודיעס אין סטענפארד אוניווערזיטעט און וואלט אפגעשריבן דעם ויואל משה אלס זיין דאקטאראט פאפיר, צו איינער פון די סאטמארע אידן וואלט אמאל אריינגעקוקט דערין.
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:35 pm#96302
זיי וואלטן נישט. מ'לערנט זיינע ספרים ווייל ער איז געווען אן ערליכע איד "פוירסט".

מיין נקודה איז, מארק שפירא דינט מען דא ווייל ס'קיהל.

אויב וואלט מארק שפירא אפגעשריבן דעם ויואל משה גלייב איך אז רוב רובו דא וואלטן עס אנגענומען ווי תורת משה מסיני...
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:38 pm#96304
זר, אויב דו גאנצע סיבה פארוואס דער ויואל משה איז גערעכט איז ווייל ער איז געווען אן ערליכער איד, אתמהה, איז ער געווען דער איינציגער ערליכער איד אין זיין דור? און פארוואס איז עס אמת כתורה מסיני, ווייל עס איז פערצופאל געשריבן געווארן דורך אן ערליכער איד?
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:39 pm#96305
איך האב נישט דאס געזאגט. איך האב געזאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס ערליכע אידן לערנען עס. והבן
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:45 pm#96307
אבער פארוואס נאכ'ן לערנען ווערן אלע סאטמארע אידן איבערצייגט אז נאר דאס איז אמת און יעדער וואס זאגט אנדערש איז א מסלף דברי אלקים חיים? איז דאס צוליב זיין הייליגע בארד אדער ווייל זיינע טענות זענען אזוי איבערצייגנד? אויב איז עס צוליב די צווייטע סיבה, דעמאלט איז נישט קיין חילוק צו הרב טייטלבוים זאגט עס אדער פרופ' שפירא זאגט עס.
דינסטאג מערץ 12, 2013 9:48 pm#96309
לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.
דינסטאג מערץ 12, 2013 10:00 pm#96317
זר זהב האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...

:ביי :ביי

יויש, פונקט אין הרב שמעיה גרינבוים האסטו געמוזט אריינבייסן? איך בין א גרויסער פען פון אים, ווייל ער ליידט אויך אויף דעם "קיהל" סינדראם, נאר אין א פּרי-אינטערנעט וועג...

און אגב, דיין "קיהל" טעאריע איז שוואכע מעשיות.
דינסטאג מערץ 12, 2013 10:04 pm#96318
די קיהל טעאריע איז נאך אזוי גוט ווי אלע אנדערע טעאריעס, ווי די טעאריע פון עוואלוציע אדער די טעאריע פון רעלאטיוויטעט. ס'אלעס טעאריעס.
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:31 pm#96357
בילד
מיטוואך מערץ 13, 2013 6:01 pm#96722
יאיר האט געשריבן:אבער פארוואס נאכ'ן לערנען ווערן אלע סאטמארע אידן איבערצייגט אז נאר דאס איז אמת און יעדער וואס זאגט אנדערש איז א מסלף דברי אלקים חיים? איז דאס צוליב זיין הייליגע בארד אדער ווייל זיינע טענות זענען אזוי איבערצייגנד? אויב איז עס צוליב די צווייטע סיבה, דעמאלט איז נישט קיין חילוק צו הרב טייטלבוים זאגט עס אדער פרופ' שפירא זאגט עס.

דאס זעלבע ווי די קיהל'ע חברה נעמען אהן אלעס וואס די הייליגע סייענטיסטען זאגען.
די אממייסטענס באקאנטער סייענטפישע טעאריע איז פון איינשטיין. עס האט איבערגעדרייט די וועלט בשעת עס איז געווארען באשטעטיגט ביי די הייליגע סייענטיסטען מעריב אפריקע. אויף דעם עקספידישען זאגט סטיפען האוקינג
Einstein’s prediction of light deflection could not be tested immediately in 1915, because the First World
War was in progress, and it was not until 1919 that a British expedition, observing an eclipse from West Africa,
showed that light was indeed deflected by the sun, just as predicted by the theory. This proof of a German
theory by British scientists was hailed as a great act of reconciliation between the two countries after the war. It
is ironic, therefore, that later examination of the photographs taken on that expedition showed the errors were as
great as the effect they were trying to measure
. Their measurement had been sheer luck, or a case of knowing
the result they wanted to get,
not an uncommon occurrence in science. The light deflection has, however, been
accurately confirmed by a number of later observations.

עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה (ילקוט שמעוני תהילם רמז תתנ"ט)
מיטוואך מערץ 13, 2013 7:08 pm#96758
ליינענדיג דעם אשכול קוקט מיר אויס ווי דער הרב שפירא איז באמת א תלמיד חכם עצום בכל מכמני תורה, הלכה, מנהג, קורות ימי הדורות, ועוד.
ווי אויך זע איך אז ס'איז דא אזעלכע וואס האבן מיט אים א פערזענליכע קאראספעדאנץ, וועלט איך געוואלט בעטן א טובה.
ס'איז דא פארשידענע אגדות חז"ל וואס זענען מיר שווער און איך פארשטיי זיי נישט, אפשר וואלט איינער דא געקענט אנפרעגן הדרת גאונו פשט דערין.
1. ראשית חכמה יראת ה'. איך וואלט פארשטאנען ראשית חכמה חכמת ה', וואס האט יראה מיט חכמה.
2. אין דבר תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה, שבת פ"ג ב'. איז נישטא קיין תלמידי חכמים וואס געבן זיך נאך אלע תענוגי עוה"ז כאוות נפשם הטוב?!
3. כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת, וכל שחכמתו אינו קודמת ליראת חטאו אין חכמתו מתקיימת, אבות פ"ג ב'. וואס איז דער לאגיק דערפון? לכאורה אז מ'לערנט דארף מען צו קענען.
4. כל אדם שיש בו תורה ואין בו יראת שמים דומה לגזבר שמסרו לו מפתחות הפנימיות וכו', שבת ל"א ב'.
5. כל האומר אין לו אלא תורה אף תורה אין לו, יבמות ק"ט ב'. וואס איז פשט? ער האט דאך יא תורה.
6. אמר להו רבא לרבנן במטותא מינייכו לא תירתון תרתי לגיהונם, וברש"י, להיות יגיעים ועמלים בעוה"ז בתורה ולא תקיימהו. יומא ע"ב ב'. איך פארשטיי נישט, איז דען נישט תורה לערנען א מצוה? באקומט מען נישט דערפאר קיין שכר.
וכהנה וכהנה, איך מיין נישט סארקאסטיש, און איך זאג נישט אז הרב שפירא איז נישט ערליך, איך ווייל פשוט וויסן, וואס האט תורה מיט יראה? קען מען דען נישט זיין א תלמיד חכם אפילו אויב מ'איז זיך נישט מתנזר מכל חמדת העולם? און אפילו מ'איז נישט מדקדק על כל קוץ וקוץ בקלה כבחמורה אזויווי אונזערע גדולי ישראל?
מיטוואך מערץ 13, 2013 7:59 pm#96788
רוב פון דיינע שאלות זענען עניני יראה, ס'כדאי זאלסט פרעגן דיין רבי שליט"א
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:49 am#96965
קאווע טרינקער האט געשריבן:רוב פון דיינע שאלות זענען עניני יראה, ס'כדאי זאלסט פרעגן דיין רבי שליט"א

וואס ענטפערסטו?
א מענטש וואס האט חשבונות און נגיעות, וועט נישט זעהן דעם אמת.
האט ער דאך אן ערענסטע שאלה. א מענטש וואס איז שקוע בהבלי עולם הזה, וויל זעהן זאכען וואס זאל אים נישט שטערן מיט זיינע רצונות. איז דאך זיין קשיא פון אלע מאמרי חז"ל אייזען שטארק.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:28 am#96981
גוטע פינטעלך האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער באציט זיך צו ר' שלמה פישר'ס התנגדות צו ר' משה פיינשטיין ז"ל, איך האב געהערט פון עטליכע אידען אז זיין התנגדות קעגען עם איז נישט נאר געווען איבער דעם ענין וואס פרופ' מארק שרייבט, נאר איבער זיין גאנצע גאונות, ער האט כמה פעמים זיך אויסגעדריקט שטארק נישט סימאפטיש קעגען זיינע חידושים ותשובות.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ר' משה איז געווארען א' 'גדול הדור' דורך די אמעריקע'נר פרויען וואס האבען נישט געוויסט בחייהון, זיי פלעגען עם אנרופען און פרעגען: "רב, ווען דארף מען צינדען היינט ליכט"? "5:16" האט ר' משה גענטפערט, האט די פרוי געזאגט "אהה שכויח שכויח פוסק הדור" אזוי אזי עס געווען וואך איין וואך אויס ביי אלע ניו יארקע פרויען ביז ער איז געווארען 'דער גדול'.

איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי א מקורב צו ר' שלמה'ן וועגן דעם און ער האט מכחיש געווען און געזאגט אז סנישט מסתבר אז ער איז אזוי מזלזל אין ר' משה פיינשטיין.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:22 am#101169
שוין געברענגט דא? א מאמר בנוגע ווער עס האט מסדר געווען דעם זוהר.

אינעם מאמר גייט ער א גאנצע צייט ווי מער א היימישער מסורהדיגער איד נישט קיין אקאדעמישער, ער איז פשוט מער בקי בקורות עמינו ווי א טיפישער וויליאמסבורגער אינגערמאנטשיק.

איך מיין דער קעפל איז עפטער אלל א שטיקל עוולה קעגן אזא פערזענליכקייט, מען דארף עס טוישן צו הגאון הגדול [אלי?]מלך שפירא שליט"א, (א בארד האט ער גענוי די זעלבע ווי דער הייליגער רמ"ע מפאנו) און דאן וועט זר זהב אויך זיין צופרידן.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:10 pm#101289
(ער הייסט מלך אן דער אלי)
מיטוואך מאי 01, 2013 7:23 am#110607
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'איז מיר סתם אזוי געווען אינטערעסאנט אז פראפעסאר שפירא טראגט א מערידזש רינג:
Marc Shapiro.png

ר' קאפל שווארץ, אין זיין נייעם יקב אפרים, שרייבט א תשובה צו עפעס א רבי'לע וואס פרעגט אן וואס צו טוען ווען איינציגסטער בעל קריאה און בעל תפילה אין זיין בעסמענט שול, גייט א רינגל רח"ל.
ער פירט אויס אז ס'קיין פראבלעם.
זונטאג מאי 05, 2013 9:04 pm#112159
זר זהב האט געשריבן:לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.

אבער זיין תאווה פון הערשען אויפ'ן מענטשהייט, האט ער יא אויסגעפירט...
כ'זאג נישט הרב יואל האט און זיך אייגענארטיגע חשיבות, אבער מאל עס נישט אזוי אראפ ווי פון זיין נאטור וואלט ער דאס נישט געטון נאר ווי נעבעך אן אונס איז ער אריין און די גאנצע מערכה, די סיבה העקרי פון זיין מערכה איז געווען די נגיעה פון זיין נאטור, נאר גראדע איז ער געווען גאנץ גאט פארכטיג, האט ער געבויגען זיין נאטור צו גטליכע ענינים,
מאנטאג מאי 27, 2013 1:10 am#118295
א פרישער פאוסט פון מארק שפירא האט א לענגערע אפהאנדלונג איבער "פארטנערשיפ מנינים", א נייער טרענד ביי מאדערנע ארטאדאקסן וואו פרויען פירן זענען יורד לפני התיבה פאר קבלת שבת. נאך אן ענין איז איבער די י"ג עקרים ווי דאגמעס, מיט אינטערעסאנטע פרישע ציטאציעס. דער דריטער חלק פון דעם פאוסט רעדט וועגן גאר מאדנע מעשיות פון מקובלים פון אותות ומופתים וואס זיי האבן פועל געווען מיט זייער אבר המין. צום ביישפיל, די פאלגנדע געשיכטע:
Ari.jpg
Ari.jpg (36.19 KiB) געזען געווארן 2259 מאל

שפירא ברענגט א מאדנע תשובה פון הגאון רבי עובדיה יוסף שליט"א אין שו"ת "מעין אומר" אז א מקובל וואס קען היילן א פרוי מיט קענסער נאר אויב זי טוט זיך אויס און רירט איר צו, מעג עס טון במקום פיקוח נפש, אבער צורירן זאל ער נאר מיט הענטשוך. אין א בריוו צו שפירא מאכט אבער הרב יוספ'ס זון קלאר אז מ'רעדט נישט פון אויסטון אלע בגדים, נאר פון דעם געשלאגענעם מקום.
מאנטאג מאי 27, 2013 1:14 am#118297
ותשא בריתי עלי פיך
מאנטאג מאי 27, 2013 1:57 am#118313
איך קען איינער וואס האט דאס פראבירט מיט זיין ווייב פאר יארן לאנג אבער קיין קינדער האט ער נישט געהאט...

לעניננו, איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי די כרוז האט אויסגעזען, פארט ארום א קאר מיט אויכהילכער אויפן דאך, און שרייט אויס הויעך אויפן קול, "קום טו די ריידס, קום טו די ריידס, ווער ס'איז א נוטר ברית ווערט געבעטן צו קומען קיין מיימאנעדיס האספיטאל, לעיבער ענד דעליווערי רום נאמבער 214, בעט נאמבער איינס, און אריינלייגן.... וכו' VDL... באסעס וועלן ארויספארן אויף די האלבע שעה, ווער ס'נישט געווען אין מקוה זאל נישט צורירן".
מאנטאג מאי 27, 2013 8:37 am#118346
לויט די עדות פון טעמעשווארע רבי זי"ע במעמד רבים, אז זיין זוהן, ר' יהושע איז א נוטר ברית, האמער דא א פרישע אינקאם פאר עוז והדר מהדורת פרידמאן.
מאנטאג מאי 27, 2013 9:05 am#118351
@יאנקל, דער ספר הייסט א אנגעומענער מקור? ווער איז דער מחבר? און צי איז די מעשה שוין געשטאנען ערגעץ בעפארן ווערן געדריקט אין דעם ספר?
מאנטאג מאי 27, 2013 10:19 am#118380
ער דערמאנט אין די הערות א תשובה פון אבני נזר (אבה"ע מד) אז א פרוי קען נישט נתעבר ווערן פון רעיפ, נאר אויב עס איז געווען תחילתו באונס וסופו ברצון.

פילייכט האט זיך הרב טאדד עקין סומך געווען אויף דעם.