Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
153 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 203 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #286
מיטוואך מערץ 28, 2012 12:57 am#3250
פראפ' מארק שפירא
אין דער וועלט פון תורה ומחשבה איז אוממעגליך אויסצולאזן די פערזענליכקייט פון הגאון המופלג פראפעסאר מארק (מלך) שפירא, וועלכער איז בארימט מיט זיין גדלות בתורה און אומגעהויערע ידיעות אין תורה, מחשבה, און היסטאריע.
שפירא האט באקומען זיין דאקטאראט אין הארווארד אוניווערסיטעט, וואו ער איז געווען א תלמיד פון פראפ' יצחק (איזידאר) טווערסקי ז"ל מטאלנע, איידעם פון הגרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל.
ער האט געשריבן עטליכע ביכער און שרייבט כסדר מאמרים אויף דעם וועב און אין קובצים. ער גיט אויך שיעורים אויף "תורה אין מאשען". שפירא איז שטארק בארימט פאר זיין בוך "די גרעניצן פון ארטאדאקסישער טעאלאגיע: דעם רמב"מ'ס 13 עקרים פריש אפגעשאצט", וואו ער ווייזט אויף אז די 13 עקרים זענען נישט געווען קיין אנגענומענע דאגמעס אין לויף פון דער היסטאריע. שפירא האט אויך ארויסגעגעבן א ביכל איבער הגר"ש ליבערמאן ז"ל און זיין פארוואלקנטער שייכות צו דער ארטאדאקסישער וועלט, און א בוך איבער הגרי"י וויינבערג ז"ל (חוץ די "כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג זצ"ל", ב"כ).
נאך א ביכל, "טוישן די אומטוישבארע: וויאזוי ארטאדאקסישע אידישקייט שרייבט איבער איר היסטאריע", האט געזאלט געדרוקט ווערן אין 2011, אבער איז אפגעשטיפט געווארן צו 2013 צוליב דעם וואס שפירא האט אוועקגעגעבן א סך צייט פאר די רייזעס וועלכע ער פירט אן קיין אייראפע.
מארק שפירא'ס א מאמר איז אייביג מלא וגדוש מיט חידושים נפלאים; פון יעדער שורה קען מען ארויסנעמען ידיעות נפלאות להפליא. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די חברי הקאווע שטיבל זאלן לייענען שפירא'ס מאמרים, און דן זיין בדבריו הנפלאים. שפירא שרייבט גאנץ אפט אויף דעם פאפולערן "ספרים בלאג", און איך וועל טאקע אנפאנגען מיט זיין פרישסטן מאמר.
מיטוואך מערץ 28, 2012 12:58 am#3251
Re: פראפ' מארק שפירא
שפירא איז אין זיין פרישן מאמר דן איבער דעם פסוק אין קהלת (ב,ח) "עשיתי לי שרים ושרות". וואס איז פשוט טייטש: דו האסט געמאכט פאר מיר זינגערס און זינגערינס. אין לעצטן מאמר האט שפירא צוגעברענגט פארשידענע שיטות וויאזוי אפצולערנען דעם פסוק, און וויאזוי טראדיציאנעלע מפרשים האבן זיך געספראוועט מיט דעם פראבלעם פון קול באשה. יעצט ברענגט ער צו אן אינטערעסאנטן פירוש פון קהלת רבתי אויף די ווייטערדיגע ווערטער אין דעם זעלבן פסוק "שידה ושידות". דער מדרש טייטשט דאס: "שדה ושדות: דיינים זכרים ודיינות נקבות."
שפירא גייט אריין אין אן אינטערסאנטן שמועס איבער דעם ענין, אויפברענגענדיג די קאנטראווערסיע מיט שרה הורביצ'ס רבנות. בנוגע דעם ווייטערדיגן טענדענץ, זאגט שפירא פאר אז ארטאדאקסיע וועט למעשה אננעמען פרויען רבניות, ער האלט אבער אז ארטאדאקסיע איז נאך נישט גרייט דערפאר. אלץ א ביישפיל ברענגט ער דעם פאקט אז עס איז נאך נישט ארויסגעקומען קיין איין איינציגן ספר מיט א פירוש אויף א מסכת אין ש"ס דורך אן ארטאדאקסישער פרוי.
שפירא דערמאנט דעם אינטערעסאנט פאקט וועלכער איז רעקארדירט דורך מהר"ם מראטנבורג, אז אין זיינער צייט האט מען זיך געפירט אין "רוב ערטער" אז פרויען האבן געדינט אלץ סנדק ביי ברית'ן. דער מהר"ם איז געווען קעגן דעם מנהג, און האט סוקסעספול באוויזן דאס אויסצורייסן.
אן אינטערעסאנטן ציטאט ברענגט ער אין א הערה, פון הג"ר יצחק שחיבר, ספרדישער רב אין בוענאס-איירעס: "ואשר לעניין מראות הדמים לא נהגנו בזה כלל, כי מעולם לא ראיתי להרבנים באר"צ [ארם צובה] שטפלו בזה, אך הנהיגו את הנשים שכל מראה הדומה למראית אדמומית שהוא טמא, זולתי אם יהיה כמראה לבן או ירוק שהוא טוהר."

צוריקגייענדיג צו א פריערדיגן ענין, דערמאנט שפירא דעם מאמר פון שלמה לעווינזאהן וועלכער ערשיינט אין דער ווילנא משניות, וואו עס ווערט ברמז דערמאנט די שיטה פון די ביבל-קריטיקער אז קהלת איז געשריבן פיל שפעטער ווי דער מסורה, און האט נישט געקענט געשריבן ווערן דורך שלמה המלך. שפירא האט אנגעצייכנט אין א פריערדיגן מאמר אז עס איז אינטערעסאנט אז דווקא ר' משה קוניצ'ס ביאגראפיע פון ר' יהודה הנשיא איז צענזורירט געווארן פון היינטיגע דרוקן פון דער משניות, אבער די פיל מער צווייפלהאפטיגע ווערטער פון לעווינזאהן זענען געבליבן. שפירא ווייזט אבער יעצט אן אז אין משניות "זכר חנוך" פון הוצאת וגשל האט מען משנה געווען לעווינזאהנ'ס ווערטער אזוי אז דער רמז זאל פארלוירן ווערן.

פון דא פירט שפירא אריין די לייענער אין דער סוגיא פון די "אויסגעלאסענע" בילדער וועלכע האבן באצירט די שער-בלעטער פון אמאליגע ספרים. דאס איז שוין באמת עטליכע מאל דיסקוטירט געווארן אויף "ספרים בלאג" און אויך אין "ספרים וסופרים".

אן אינטערעסאנטע שאלה איז שפירא דן במשנתו פון הגר"ע יוסף, צי אן אשכנזי'שער איד וועלכער וואוינט אין א"י מעג אויף זיך מקבל זיין צו גענצליך אדאפטירן די מנהגי הספרדים. ווי באקאנט, האלט הגר"ע יוסף אז א"י האט א דין ווי אתרא דמר פון רבי יוסף קארו בעל השלחן ערוך, און דעריבער נעמט די מנהגי הספרדים פרעצעדענט איבער די מנהגי האשכנזים. הרב יוסף זאגט נישט אז אן אשכנזי דארף זיך פירן אין א"י מיט מנהגי הספרדים, די שאלה איז אבער יא צי אן אשכנזי קען אויף זיך נעמען די מנהגי הספרדים בין לקולא ובין לחומרא. און דאס איז היבש נוגע צום יו"ט פסח לגבי דעם אשכנזי'שן איסור אויף אכילת קטניות. שפירא ברענגט קעגנזייטיגע בריוו פון צוויי אנדערע קינדער פון הרב יוסף. הרב אברהם יוסף האלט אז זיין טאטע האלט אז אן אשכנזי מעג גענצליך נעמען אויף זיך די מנהגי הספרדים, אבער הרב יצחק יוסף האלט אז זיין טאטע האלט אז מ'קען נישט. לויט אים קען בלויז א בעל-תשובה אויף זיך מקבל זיין ספרדי'שע מנהגים.
פארשטייט זיך אז הרבה יותר ממה שכתב כאן איז דא צו געפינען אין שפירא'ס מאמר. איך האב בלויז מסכם געווען אויפ'ן שפיץ גאפל.
מיטוואך מערץ 28, 2012 1:02 am#3252
Re: פראפ' מארק שפירא
אן אינטערעסאנטע הוספה וויל איך צולייגן צו שפירא'ס שמועס איבער נשים רבניות און פסקים אויף כתמים, וואס עס ווערט געברענגט אין קובץ בית הלל (צו וועלכן שפירא צייכנט צו אלץ א מקור צו הרב שחיבר'ס ציטאט). עס ווערט דארטן געברענגט בשם הגאונים אויערבאך, אלישיב און שיינבערג, "שאין צורך בשימוש או מסורת מיוחדת כדי לפסוק במראות, ושכן הורו להלכה למעשה, שכל המכיר צבע אדום ראוי להורות ועל זה יחליט כל חכם לפי חכמתו בלבד."
מיטוואך מערץ 28, 2012 1:20 am#3253
Re: פראפ' מארק שפירא
ווען מ'רעדט פון ר' מלך שפירא איז אוממעגליך נישט צו ווערן נתפעל. וויל איך טאקע הארציג באדאנקען כבוד ידידינו ר' קארל פארן ארויפברענגן אזא חשובע פערזענליכקייט אויפן טיש און אזוי רייך ארומשמועסן. קארל כה לחי!

אויב האט איר שוין אמאל זיך געוואונדערט וואס מיינט דאס "אין עושין נפשות של צדיקים שדבריהם הן הן זכרונם" וועט איר דאס זיכער געוואור ווערן ווען איר וועט לייענען דעם אשכול, ווייל עס איז אוממעגליך צו שמועסן איבער שפירא אן שמועסן איבער זיינע ברייטפארצווייגטע שרייבערייען.

קודם וועל איך צולייגן אפאר נקודות אויף וואס קארל האט געזאגט און איך האף צו פארברייטערען אין א צווייטע געלעגנהייט. צום ערשט, ר' מלך האט אויך סמיכה לרבנות (הוראה, ווי מ'רופט עס ביי אונז) פון הרב זלמן נחמיה גאלדבערג מירושלים, תלמידו המובהר של הגרשז"א אויערבאך.

צווייטענס, ר'' מלך'ס בוך אבער די דרייצען עיקרים וויזט לאו דוקא אויף אז די י"ג עיקרים פער סע זענען נישט געווען קיין דאגמא, נאר אז די י"ג עיקרים וויאזוי דער רמב"ם האט זיי אראפגעלייגט איז נישט געווען קיין דאגמא. שפירא איז דאס שטארק מדגיש אין זיין הקדמה צום בוך, אז ווער עס גלייבט נישט אין יעדען איינציגען פרט פון די י"ג עקרים איז א כופר לויטן רמב"ם, און אסאך גדולי ישראל האבן זיך ארומגעקריט מיטן רמב"ם אין פרטים.

זיין בוך איבער הגרי"י ווינבערג איז נישט סתם א בוך נאר דאס איז ממש די גולת הכותרת פון שפירא'ס ביכער, א ריכטיגע מייסטער ארבייט. נאך א בוך וועלכע קארל האט נישט אויסגערכנט איז זיין בוך "חקירות און רמב"ם און אין זיינע מפרשים" ווי ער איז מסביר דעם חילוק פון די טראדיציאנאלער צוגאנג צום רמב"ם און דער אקאדעמישער צוגאנג, און ער צייגט ווי אפט די אקאדעמיקער נוצן די כלים פון די מפרשים און פארקערט ווי די מפרשים האבן אויך געזאגט זאכן וועלכע מיר וואלטן ווען ערווארטערט צו הערן פון די חוקרים.

די ביכל וועלכע האט געזאלט ארויסקומען אין 2011 איז נישט נאר אפגעשטופט געווארן צוליב די נסיעות נאר אויך צוליב די איבערפלוס פון חומר וואס איז דא פאר דעם בוך. דער טעמע פונעם בוך איז א באליבטער טעמע דא אין קאווע שטיבל: צענזור. שפירא גייט דורך טויזענטע פעלער ווי מ'האט צענזורירט (נישט די גויאישע צענזור, נאר אידן, די מדפיסי ספרים וכדו') ווייל מ'האט געוואלט באהאלטן דעם טרוקענעם אמת כהוויתו. די ביכל פארשפרעכט צו זיין א קנאק פון א זאך.

די לעצטע נקודה וועלכע איך וועל יעצט שרייבן איז אז פאר א צייט צוריק האט שפירא מרמז געווען אין א ספרים בלאג מאמר אז ער גייט שרייבען גוטס איבער די חסידישע געמיינדע. דערווייל זוימט זיך נאך דער מאמר, אבער ווען שפירא זאגט אז ס'קומט גוטס דעליווערט ער געווענטליך.
מיטוואך מערץ 28, 2012 1:22 am#3254
Re: פראפ' מארק שפירא
אה כ'הב מיך דערמאנט נאך איין זאך וואס כ'האב געוואלט זאגן. איינס, מארק שפירא איז געווען דער לעצטער מענטש צו באקומען א דאקטאראט פון ר' פרופ' יצחק טווערסקי. צווייטענס, שפירא זאגט אז ער איז געווען דער איינציגסטער וועלכער האט באוויזען ארויס צו ציען א שמייכל פון פרופ' טווערסקי ביים שיעור. אבער די מעשה וועט שוין ווארטן אויף מארגען
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:43 pm#3333
Re: פראפ' מארק שפירא
דאס איז פאר קארל, :like צו נעמען א גאנצע אקאדעמישע מאמר און אונז געבן די תמצית דערפון איז א חכמה ומלאכה, תשואות חן חן חן חן לו
און דא :like פאר יידל פארן אונז עדיוקעיטן איבער מארק'ס ווערק אויף הרב וויינבערג.
די נושא פון הרב וויינבערג פאדערט א באזונדערע אשכול, א איד וואס אזוי ווי אסתר איז "כל אחד נדמה לו כאומתו", די בני תורה גלייכן אים און ווילן פארגעסן זיין בערלינער חלק, און די מאדערנע ווילן פארגעסן זיין סלאבאדקע עבר. ווי כאראקטעריסטיש איז וואס האט זיך אפגעטון ביי זיין לווייה ווען די בני תורה האבן אים געשלעפט קיין הר המנוחות חלקת הרבנים און די מאדערנע האבן אים געשלעפט צו א מזרחי חלקה.... רבי מיילעך שפירא'ס בוך איז א לעבעדיגע עדות, קעגן די חרדישע ווערק "לפרקים" וועלכע איז געווען פארהאלטנסמעסיג גאנץ אויפריכטיג, אבער פארט היימיש גענויגט.
ווער ווייסט אפשר וועט נאך איינער ארויסגעבן איין טאג א צענזורירטע ספר פון האי גברא רבה, איש האשכולות, חכם הרזים מורנו הרב אלימלך שפירא זצ"ל, און זיינע אנהענגער וועלן שפרינגען. אזוי גייט עס.
מיטוואך מערץ 28, 2012 5:07 pm#3341
Re: פראפ' מארק שפירא
א גרויסן דאנק פאר׳ן עפענען דעם אשכול. איך האב געליינט טייל פון שפירא׳ס ביכער, ווי אויך א גרויס חלק פון זיינע ספרים בלאג פאוסטס. מ׳קען רעדן און רעדן פון זיינע חידושים און נישט פארטיג ווערן (אז איינער לייענט זיינס א מאמר און לאזט אויס אפילו בלויז א הערה, איז ער פארזיכערט צו פארפאסן א דבר חידוש).

יידל, ס׳איז שוין ״מארגן״. מיר ווארטן יעצט צו הערן די מעשה וויאזוי פראפ׳ שפירא האט ארויסגעצויגן א שמייכל פון פראפ׳ טווערסקי.
מיטוואך מערץ 28, 2012 5:54 pm#3351
Re: פראפ' מארק שפירא
זייער אינטרעסאנט חברה, וואס איז פשט אז פרחה ששון רעדט פון זיך בלשון זכר?
בילד
מיטוואך מערץ 28, 2012 10:32 pm#3386
Re: פראפ' מארק שפירא
וואס האט פראפעסער שפירא געהאט אין פלאן צו שרייבן איבער חסידישע אידן האט ער געשריבן דעטאלן?
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:50 am#3438
Re: פראפ' מארק שפירא
קופערניקוס האט געשריבן:וואס האט פראפעסער שפירא געהאט אין פלאן צו שרייבן איבער חסידישע אידן האט ער געשריבן דעטאלן?

יא, ער האט געשריבן אז ס'רעדט זיך וועגן טאלעראנץ פון אנדערע ובפרט גויים ביי חסידים.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:17 pm#3449
Re: פראפ' מארק שפירא
וואס ער האט באוואונדערט אונזער טאלעראנץ? לעצטע מאל איך האב בודק געווען איז ביי אונז נישט געווען קיין טאלעראנץ אפילו צווישן ארונים און זאלונים, און ווער רעדט שוין אין די צוויי פראקציעס אין די זאלונים וכו'.......
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:10 pm#3457
Re: פראפ' מארק שפירא
קופערניקוס האט געשריבן:וואס ער האט באוואונדערט אונזער טאלעראנץ? לעצטע מאל איך האב בודק געווען איז ביי אונז נישט געווען קיין טאלעראנץ אפילו צווישן ארונים און זאלונים, און ווער רעדט שוין אין די צוויי פראקציעס אין די זאלונים וכו'.......

ער באוואונדערט נישט אונזער טאלעראנץ, ער באוואונדערט.... ווייסטו וואס? איך וועל דיר אים ברענגען ככתבו וכלשונו:

מלך שפירא האט געשריבן:In two posts from now, I will discuss a dispute currently taking place in the hasidic world in America about how to relate to non-Jews. For now I will simply note that a common theme among virtually all who abandon hasidic life, in explaining what they found objectionable in their former lifestyle, is the denigration of “the other” found in the hasidic world. In the forthcoming post, I will deal with a brave voice from that world who is putting forth a different approach.


אין מאמע לשון: אין צוויי פאוסטס פון יעצט, וועל איך ארומם רעדן וועגן א ויכוח וואס קומט יעצט פאר אין די חסידישע וועלט אין אמעריקא לגבי וויאזוי זיך צו באגיין מיט נישט-אידן. יעצט וועל איך נאר זאגן אז עס איז פארהאן א הסכמה צווישן כמעט אלע וואס האבן פארלאזט די חסידישע וועלט, אז א חלק פון די סיבה פארוואס זיי האבן פארלאזט זייער אלטן לעבנסשטייגער, איז די דעניגראציע פון "דער אנדערער" וואס מ'טרעפט אין די חסידישע וועלט. אין די פארקומענדע פאוסט וועל איך רעדן וועגן א בראווע שטימע ביי חסידים וועלכע שטעלט פאר א צווייטער צוגאנג". עכ"ל.
פון דא.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:50 pm#3468
Re: פראפ' מארק שפירא
א דאנק, אבער עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא.. ער האט ווי עס שיינט פארגעסן?
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:49 pm#3477
Re: פראפ' מארק שפירא
קופערניקוס האט געשריבן:א דאנק, אבער עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא.. ער האט ווי עס שיינט פארגעסן?

א חבר מיינע האט גערעדט צו שפירא, האט ער אים געזאגט אז דער ויכוח גייט נאך אן, און ווי נאר דער ויכוח וועט געפערטיגט ווערן וועט ער פאסוטען דעם פאסוט. ווי ס'שיינט מיינט ער מיט "ויכוח" א געשריבענער ויכוח און ער ווארט אז די לעצטע ווארט אין דעם ויכוח זאל געזאגט ווערן.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:59 pm#3541
Re: פראפ' מארק שפירא
פון וועלכער ויכוח רעדט ער. איך בין אין דער חסידישער וועלט און איך ווייס נישט פון קיין ויכוח וואס גייט אן...

אגב, יידל, מיר ווארטן נאך אויף דער מעשה.
פרייטאג מערץ 30, 2012 10:48 am#3573
Re: פראפ' מארק שפירא
איך האב פרובירט צו טרעפן אוואו איך האב די סיפור געזען, דערווייל אן הצלחה. ווי נאר איך וועל עס געפינען וועל איך עס גלייך ארויפלייגען.
מאנטאג אפריל 02, 2012 1:59 am#3727
Re: פראפ' מארק שפירא
יידל,
פארוואס האלטסטו אז שפירא׳ס בוך אויף הגרי״י וויינבערג איז זיין גולת הכותרת?
מאנטאג אפריל 02, 2012 10:46 am#3737
Re: פראפ' מארק שפירא
יאנקל האט געשריבן:יידל,
פארוואס האלטסטו אז שפירא׳ס בוך אויף הגרי״י וויינבערג איז זיין גולת הכותרת?

ווייל אויף דעם בוך האט ער געארבייט די שווערסטע, די מערסטע גוחות אריינגעלייגט און עס איז טאקע די בעסטע באשריבען און בעארבייט פון אלע זיינע ביכער. די אנדערע זענען על פי רוב אויסגעוואקסן פון ארטיקלן, און האבן זיך - מער ווייניגער - ארויסגעגאסן פון זיין ארבעל. די איינציגסטע בוך וועלכע דראעט איבערצושטייגן דעם בוך איז זיין קומענדיגע בוך אויף זעלבסט צענזור ביי אידן.
מאנטאג אפריל 02, 2012 7:14 pm#3803
Re: פראפ' מארק שפירא
ס'איז מיר סתם אזוי געווען אינטערעסאנט אז פראפעסאר שפירא טראגט א מערידזש רינג:
Marc Shapiro.png
Marc Shapiro.png (77.3 KiB) געזען געווארן 13701 מאל
מאנטאג אפריל 02, 2012 8:06 pm#3820
Re: פראפ' מארק שפירא
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'איז מיר סתם אזוי געווען אינטערעסאנט אז פראפעסאר שפירא טראגט א מערידזש רינג:

ס'דא וואס זאגן אז ער גייט אויך נישט מיט חסידישע גאטיעס...
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:00 pm#3891
Re: פראפ' מארק שפירא
ער שרייבט אין קובץ אור ישראל m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 65&hilite= m
דינסטאג אפריל 03, 2012 6:08 pm#3927
Re: פראפ' מארק שפירא
ס'איז אינטרעסאנט אז איך זעה דארט אז ער הייסט טאקע "מלך" (קעניג), איך האב געמיינט אז עס איז בלויז א קיצור פון אלימלך
דינסטאג אפריל 03, 2012 6:50 pm#3929
Re: פראפ' מארק שפירא
קרעמער1 האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט אז איך זעה דארט אז ער הייסט טאקע "מלך" (קעניג), איך האב געמיינט אז עס איז בלויז א קיצור פון אלימלך

יא טאקע אן אינטערעסאנטע זאך. אויף דזשעני האב איך געזען נאך איינער מיט דעם נאמען m http://www.geni.com/people/Shapira-Mele ... 4012491417 m . אויף היבור בוקס האב איך געטראפן איינעם מיטן נאמען מלך m http://hebrewbooks.org/49681 m און אויף דעם סייט m http://www.behindthename.com/name/melech m שטייט אז אין תנ"ך שטייט אז מיכה (נישט די נביא) האט געהאט א זון מלך. אבער איך ווייס נישט ווי אין תנ"ך דאס שטייט.
דינסטאג אפריל 10, 2012 1:26 am#4257
Re: פראפ' מארק שפירא
Recently failed messiah had a dispute with professor Shapiro about Rabbi Elyashiv, Im wondering what der olen halt who is right ?
.I believe shpiro is correct with his point, if he said something in a class its not meant to be publicized on the web under his name.
I apologize if this is a political question not a torah’digeh.

m http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-456.html m
[url][/url]
דינסטאג אפריל 10, 2012 1:35 am#4262
Re: פראפ' מארק שפירא
איך האב גראדע געוואלט שרייבן וועגן דעם, האב איך דיר געגעבן א לייק פארן אויסכאפן... (זעט אויס איך בין געבוירן געווארן שפעט, נישט דו...)
פעילד מעסייע איז א גייסטיש-צערודערטער, אומבאלאנצירטער, אנטי-סאציאלער פארשוין. עס איז א סכנה בכלל ארויפצוקומען אויף זיין ראדאר. אוודאי איז שפירא גערעכט אז פעילד מעסייע האט נישט קיין רעכט צו נעמען א פאר ווערטער וועלכע ער האט געזאגט אין א פריוואטער לעקציע, און אויף דעם בויען ווייטער אז הגרי״ש אלישיב שליט״א איז א ״sick, evil, vindictive man״, ר״ל.
זונטאג יולי 01, 2012 6:45 pm#21030
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען]...

אההה, קארל סעיגען! איי געט איט!
זונטאג יולי 01, 2012 7:24 pm#21038
געפילטע פיש האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען]...

אההה, קארל סעיגען! איי געט איט!

גוט קעפעלע, קע״ה...
זונטאג יולי 01, 2012 7:41 pm#21040
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען] האב פרובירט אריינצוהאקן אין קאפ פון די אייוועלטיסטן אין מיין טרויעריג-בארימטן אשכול "וואס אנדערע ירושלימער איינוואוינער זאגן".

שטארק הנאה געהאט פון דיין געשרייבעריי דארטען, ליידער האבען די פירערס פון אייוועלט מחליט געווען אז מען מיז אפשפארען דעם אשכול, אפשר ברענגסטו אהער דעם דעבאטע?
מאנטאג יולי 02, 2012 8:04 am#21101
קארל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען]...

אההה, קארל סעיגען! איי געט איט!

גוט קעפעלע, קע״ה...

ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...
מאנטאג יולי 02, 2012 10:30 am#21121
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?
מאנטאג יולי 02, 2012 10:32 am#21123
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!
מאנטאג יולי 02, 2012 10:53 am#21131
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!

אה, שכויעך, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו זאגן אז איך זאג אלטע נייעס, כאפענדיג א שפאציר אין אייוועלט האב איך באמערקט אז דאס איז קאמען נאלעדש
קארל אין אייוועלט האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן מיין קאריערע אין "אייוועלט" מיט דעם ניק "סעיגען". עס געדענקען נאך אוודאי דא א סך דעם ניק הידוע לשמצה...

אבער היות איך האב מיך קיינמאל נישט געדרייט דארט האב איך נישט געוויסט דערפון.

צוריק צו הרב שפירא, כ'האב נעכטן געגעבן א קאלט גלאז וואסער פאר'ן ספאנישען דעליווערי בוי, לכאורה האב איך עובר געווען אויף לא תחנם, ניין?
מאנטאג יולי 02, 2012 10:57 am#21133
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!

אה, שכויעך, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו זאגן אז איך זאג אלטע נייעס, כאפענדיג א שפאציר אין אייוועלט האב איך באמערקט אז דאס איז קאמען נאלעדש
קארל אין אייוועלט האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן מיין קאריערע אין "אייוועלט" מיט דעם ניק "סעיגען". עס געדענקען נאך אוודאי דא א סך דעם ניק הידוע לשמצה...

אבער היות איך האב מיך קיינמאל נישט געדרייט דארט האב איך נישט געוויסט דערפון.


איך גלייב נישט אז איינער אויף אייוועלט האב בכלל געמאכט דעם צאם שטעל פון קארל/סעיגן דער ניק, מיט קארל סעיגן דער גאון.
געפילטע פיש האט געשריבן:צוריק צו הרב שפירא, כ'האב נעכטן געגעבן א קאלט גלאז וואסער פאר'ן ספאנישען דעליווערי בוי, לכאורה האב איך עובר געווען אויף לא תחנם, ניין?

ניין, ווייל משום איבה איז מותר...
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:22 pm#41155
שפירא האט פובליצירט א נייע פאוסט היינט
m http://seforim.blogspot.com/2012/08/con ... tters.html m
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:18 pm#41177
דא האב איך אראפגעברענגט איין שטיקל פון שפירא'ס פאוסט, איבער פלאגיאריזם פון הרב יחיאל מיכל שטערן.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:55 pm#41190
א שטיקל וועלכע קען נישט ווארטן פאר א מער גרינטליכע איבערזיכט פון שפירא'ס פאוסט (קארל ווי ביזטו?):

שפירא ברענגט פון "מעשה איש" ביי צבי יברוב דעם פאלגענדעם מעשה:

העיד אחד מגדולי תלמידי רבינו: מעולם לא ראו את הרבי עם אצבע באף (מהרב מרדכי ויספיש)

קאמענטארן זענען איבעריג... (שפירא'ס פוינט איז אז יברוב ווייסט נישט צו מבחין זיין צווישן וועלכע מעשה עס מאכט סענס מפרסם צו זיין און וועלכע נישט).
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:37 am#41376
פראפ' שפירא הייבט אן דעם פאוסט מיט הוסופות צו זיין מאמר איבער דעם זוהר און גדולי ישראל וואס האבן מפקפק געווען דערין. (דא האב איך געברענגט טייל מראי מקומות, מען קען ליינען דעם גאנצן מאמר אין לשה"ק דא.) שפירא איז קודם דן איבער די ראיה וואס ברוריה הוטנער ברענגט פון דעם אז דער מהר"ץ חיות רעכנט זיך נישט אז די נאמען רזיאל ערשיינט שוין אין זוהר, און שרייבט אז די נאמען רזיאל קומט פון נאך ימי התלמוד. שפירא ברענגט א ראיה להיפך פון א טעלער מימי התלמוד אין וועלכע מ'האט געפונען אויסגעקריצט דעם שם רזיאל. שפירא לייגט אבער צו אז אינעם טעלער רעפערירט מען צו גאט און נישט צו א מלאך, משא"כ דער מהר"ץ חיות רעדט מעגליך פון רזיאל נאר אלס נאמען פון א מלאך.
דערנאך ברענגט ער פון שאול בערלין אז די פאקט אז זוהר פארמאגט אן הקדמה, אנדערש ווי אלע ספרים מימי קדם מאכט אים נוטה זיין לדעתו פון זיין אור-פעטער דער יעב"ץ. דערנאך ברענגט ער צו פון הרב יעקב ישראל סטל (מח"ס סגולה ועוד, עיין כאן) אז ער ברענגט אין די הערות צו ספר קושיות לאחד מן הראשונים (הערה 887) א גאנצע געטואכטס אז דער זוהר ברענגט דעם אויסדרוק "אם יום תעזבני יומים אעזבך" אלס א פסוק, און דערווייל שטייט עס בכלל נישט אין תנ"ך:

בילד

בילד

ער ברענגט אויך פונעם מקובל תלמיד הגר"א רי"א חבר דעם פאלגענדעם לשון:
ובאמת ספר הזוהר נכתב כמה דורות אחר רשב"י מה שנכתב ונתקבל משמו ומשאר חבריו ותלמידו שהיו בימיו, וגם זה נעשה בו הוספות רבות עד מאוד מן אחרוני האחרונים אחר שבאו בכתב וניתנו להעתיק ושלטו בו ידי רבים כל אחד מה שנראה בדעתו ומה שנתחדש לו וכתב בגליון על ספר הזוה"ק מן הצד ואח"ז בא ריעהו מעתיק מן המעתיק ומצא בגליון דברים רבים ובמעט התבוננות חשב שזה היה חסרון בגוף ספר והכניסם בפנים.

נאך ברענגט ער אז כאטש גרויסע אין קבלה (ווי למשל ר' אברהם בן הגר"א) האבן גע'טענה'ט אז רש"י האט געזען דעם זוהר, שרייבט רי"א חבר פארקערט, אז די וואס האבן געשריבן דעם זוהר האבן אריינגעלייגט דערין זאכן פון רש"י און ר"ת.

איינע פון די זאכן אין זוהר וואס קומען פון ר"ת איז ר"ת'ס פסק לגבי דעם גמרא אין קידושין (ל, ב). די גמ' זאגט אז מ'דארף משלש זיין שנותיו, שליש במקרא, שליש במשנה ושליש בגמרא. זאגט ר"ת אז מיט תלמוד בבלי איז מען יוצא די חיוב פון משלש זיין וויבאלד די גמרא זאגט אין סנהדרין אז תלמוד בבלי איז בלול פון מקרא משנה און גמרא. עס שטעלט זיך ארויס אז אין זוהר (זוהר חדשת תיקונים עמ' ק"ז ע"ב) שטייט ממש די זעלבע זאך בהאי לשינא:
תקינו רבנן לשלש שנותינו במקרא בתלמוד . . . ואוקמוה דמאן דמתעסק (במשנה) [בתלמוד] כאלו התעסק בכלא בגין דאיהי בלילא במקרא במשנה בתלמוד.

אז ער רעדט שוין פון דעם מאמר חז"ל, ברענגט שפירא אפאר מקורות איבער דעם אז אין אשכנז האט מען נישט עוסק געווען אין נ"ך. לדוגמא, ער ברענגט א שטיקל רש"ש (ב"ב ח ע"א) ווי ער שרייבט:
משמע דאפשר שיהיו בעלי משנה או בעלי גמרא ולא בעלי מקרא . . . ודלא כאותן ששופכין בוז על מקצת גדולי זמנינו בש"ס ופוסקים ואין להם יד כ"כ במקרא.

ער ברענגט אויך דעם שטיקל פלאגיאריזם פון הרב שטערן איבער וועלכע איך האב געשריבן נעכטן דא.

המשך יבוא אי"ה.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:02 pm#42108
אין הערה איינס אינעם פאוסט ברענגט שפירא א ליסטע מקורות איבערן זוהר וואס הרב משה צוריאל האט אים צוגעשיקט. אט איז די ליסטע:

[א] ספר "אור החמה", ביאור בשלשה כרכים על הזוהר, נלקט ע"י הרב אברהם אזולאי, מביא דברי ר' אברהם גלאנטי שם על זהר ח"א קסח, והוא בנדפס דף קנט ע"א ראש טור שמאל, "הם דברי מחבר הספר בימי הגאונים או חכמים אחרים שחברו כל המימרות יחד שכתב ר' אבא, שהיה סופר של רשב"י והם חלקום לפרשיות כל פסוק בפרשה שלו, והם אמרו משלהם".

[ב] בפירוש ר' יוסף חיים מבבל (בן איש חי) בשם "בניהו" (דף ד ע"ב בנדפס) פירוש על תיקוני זהר, בתחילת ההקדמה לתקו"ז (ב ע"ב) מזכיר "ועל האי ציפור רמיזו רבנן בהגדה דבתרא דרבה בר בר חנה" כותב הרב: "נראה פשוט בספר בתקונים הראשון אשר הועתק מכתיבת יד חכמי הזוהר כך כתוב 'קא רמיזו רבנן' וכו' אך חכם אחרון שראה דבר זה כתוב בגמרא דבתרא במאמרי רבב"ח הוסיף על הגליון תיבות אלו בהגדה דבתרא דרבב"ח וכו' ואחר כמה שנים המדפיסים הכניסו בפנים מה שראו כתוב בגליון. ועל חינם הגאון יעב"ץ הרעיש העולם לערער בדבר זה וכיוצא בו".

[ג] אדמו"ר ר' יצחק אייזיק קומרנא בספרו "נתיב מצותיך" שביל התורה אלף, מהד' שנת תש"ל עמ' קא כתב: "ור' אבא היה כותב כל מה ששמע, הן ממנו הן מהחברים וכו' בסוף ימי רבנן סבוראי תחילת הגאונים היה איש קדוש אאחד שהיה בו נשמת משה רבנו ממש וכו' וכו' והוא חיבר ספר רעיא מהימנא וקרא לזוהר חיבורא קדמאה".

[ד] ר' צבי אלימלך (מחבר בני יששכר) בספרו "הגהות מהרצ"א" (נמצא בתוכנת אוצר החכמה) על פרשת בא לח ע"א (בנדפס בספר שם דף קכו) כותב: "לפי גירסא הזו ע"כ [על כרחך] צ"ל דהזהר נתחבר בג"ע [בגן עדן] בזמן הגאונים, דהרי רב חסדא אמורא היה בזמן האמוראים" עכ"ל.

[ה] הרב אברהם יצחק קוק, מאמרי הראי"ה, עמ' 519: מתוך מכתב להרב קאפח: "אפילו אם נשתלשלו דורות רבים והיו בהם הוספות והערות מחכמים שונים, ואם אפילו נתערבו בהם איזה דברים שראויים לביקורת, כמו שעשה הגאון יעב"ץ במטפחתו, אין העיקר בטל בכך".
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:34 pm#45494
ווי קען מען קויפען זיינע ספרים
האט ער ספרים אין לשון קודיש?
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:36 pm#45495
צו וואס מאכט זיך נישט אויף ביי מיר
זיין ספר אין הוברה באקס
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:58 am#67896
שפירא האט נעכטן פארעפנטליכט א נייער בלאג פאוסט מיט פרישע ווארע, אן אינהאלטסרייכע פאוסט ווי אלעמאל. פאר אונז סאטמערע אידן איז דער פאוסט נישט אינטערעסאנט, אחוץ די פאלגענדע אינטערעסאנטע פאשקעוויל וואס ווי שפירא גיבט איבער האט ער עס געפונען אין די "ליא יונג ארכיוון" אין ישיבה אוניווערזיטעט.

בילד
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:44 am#68173
[quote="יידל"] פאר אונז סאטמערע אידן איז דער פאוסט נישט אינטערעסאנט,[quote][quote]
און וואס איז מיט דאס וואס ער צונעמט אין די הערות דער ספר פון הרב בלאך "באמונה שלימה" וואס מהאעט ארומגערעדט דא אין ספרים אשכול?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:39 pm#68714
לעיקוואד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: פאר אונז סאטמערע אידן איז דער פאוסט נישט אינטערעסאנט,
און וואס איז מיט דאס וואס ער צונעמט אין די הערות דער ספר פון הרב בלאך "באמונה שלימה" וואס מהאעט ארומגערעדט דא אין ספרים אשכול?

גערעכט, כ'האב באמערקט דעם הערה הערשט נאכן פאוסטן דא.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:11 pm#69404
בדרך כלל דארף מען וויסען אין די פאוסטס פון מארק שפירא צו ליינען אויך די הערות אונטען וייל עס איז נישט נאר מראי מקומות נאר אלעמאל לייגט ער דארט צו נאך אסאך אינטרעסאנטע נקודות און ענינים דארט.

אויך איז אינטרעסאנט צו באצייכענען די חידה וואס ער האט געפרעגט לעצטע מאל, וואס ער זאגט אז קייער האט נישט גענטפערט. אויך אני הקטן האב געפרעגט כמה בקיאים און זיי האבען נישט געוואסט. וואו איז דער איינציגסטע פלאץ אין שולחן ערוך ווי דער מחבר דערמאנט א מושג פון קבלה?

[דער תשובה זאג איך נישט אויס דא, ווער סוויל וויסען זאל קוקען אין ספרים בלאג. א רמז: עס איז אין די ערשטע חלק משנ"ב.]
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:08 pm#71516
נעכטן האט מארק שפירא געפאוסט א לענגערן בריוו פון הג"ר נתן קאמינעצקי אין רעאקציע צו שפירא'ס לעצטע פאוסט. די בריוו איז אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע היסטארישע אנעקדאטן און פרטים פון סלאבדאקע ישיבה און מירער ישיבה אין ליטא. איין גאר אינטערעסאנטע און קאנטראווערסיאלע זאך וואס ער שרייבט איז אז הג"ר ירוחם לייבאוויץ האט נישט ערלויבט אז הג"ר אברהם קאלמענאוויטש זאל פארלערנען שיעורים אין ישיבה וויבאלד ער האט געהאלטן אז הג"ר אברהם'ס עסקנות איז נישט פאסיג פאר די אימעדזש וואס א ראש ישיבה דארף האבן...
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:13 pm#71520
עפשער ברעגסט עס אהיער
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:16 pm#71522
אופס, כ'האב פארגעסן צו לייגן דעם לינק. דא: m http://seforim.blogspot.com/2012/12/a-l ... etsky.html m
מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:43 am#79725
Hakirah, Metzitzah, and More
אוודאי וועט איינער פון אונזערע חכמים באלד קומען און געבן אן איבערזיכט איבער דער ארטיקל, איך האב עם נאר געוואלט אויסכאפן מיטן ברענגן דער לינק :D
מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:18 am#79729
נישט יושר! ווער ס'ברענגט די לינק מוז שרייבן אן איבערזיכט.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:19 am#79730
א דאנק לעיקוואד פאר'ן צואווייזן דעם פרישן פאוסט.
איבער דעם ענין פון מציצה בפה שרייבט שפירא איבער וויאזוי די התנגדות צו מציצה בכלי האט זיך אנטוויקלט:
מארק שפירא האט געשריבן:Finally, for those who want to understand why it was only in the nineteenth century that metzitzah came to be regarded as central to the mitzvah of milah, Jacob Katz’s article “Polmos ha-Metzitzah” in his Ha-Halakhah ba-Metzar is crucial. In short, the centrality of metzitzah, and its description as a basic part of milah, is a product of the Orthodox defense of metzitzah in the face of Reform attacks.

צו דעם וויל איך צוצייכנען וואס איך האב געשריבן איבער דעם ענין:
וויאזוי גדולי ישראל שאפן איסורים לצורך השעה