Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » פלאגיאריזם אין ספרים

פלאגיאריזם אין ספרים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
67 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 70 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1705
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:15 pm#41176
פלאגיאריזם אין ספרים
פלאגיאריזם אין ספרים איז א פאפולערע נושא און אסאך מחברים ווערן באשולדיגט דערין. ביז היינט האבן מיר דא אויף קאווע שטיבל נאר דיסקוסירט פלאגיאריזם אין ביכער און אין אויסגאבעס, און מיר האבן נאכנישט איבער פלאגיאריזם אין ספרים, און די אשכול קומט אנפילן די לאך.

הרב יחיאל מיכל שטערן איז א מחבר ספרים און א מלקט וואס געט ארויס ספרים כמעט יערליך. לויט מארק שפירא איז ער מסתמא די מערסט-פראליפיק מחבר פון ספרי קודש בימינו. שפירא אין זיין לעצטע פאוסט אויף ספרים בלאג דאקומענטירט א גע'גנב'טע שטיקל פון שטערן און וואונדערט זיך וואס איז פשט פון אזא גראבע גניבה.

אט איז די אריגינעלע
בילד
און דא איז הרב שטערן'ס גניבה (הערה ג):
בילד
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:27 pm#41181
אינטערעסאנט אז ער האט ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג ארום צו דרייען די לשון אביסל.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:40 pm#41185
כאפ א שמועס מיט הרב אברהם מייזעלס פון מאנטריאל וואס רעדט זיך אפ אז הרב שטערן אין זיינע בענדער 'אוצר הידיעות' קאפירט גאנצע שטיקער פון זיין מאנומענטאלער ספר 'מטבע שטבעו חכמים' און ניטאמאל האט ער געטוישט דעם לשון.

קענסט עס לאזן וויסן פאר מארק שאפירא, און ער וועט שוין מאכן דערפון מטעמים.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:48 pm#41188
געלאזט וויסן. יישר כוח פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע. עס איז נישט ממש פלאגיאריזם, ווייל הרב מייזלעס שרייבט גארנישט אייגנס, ער איז א בלויזע מלקט ככתבם וכלשונם פון די פון וועם ער ברענגט, אבער גניבה איז עס.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:10 pm#41223
עס איז טאקע נישט ממש פלאגיאריזם אבער אין זיינע ספרים טוט הרב מייזעלס אפט טוישן דעם לשון פון די מחברים און הרב שטערן קאפירט דעם לשון פון מייזעלס און נישט פונעם אריגינעלן מקור.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:35 pm#41244
.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:41 pm#41250
איך אויך האט געשריבן:.

דו האסט א פוינט!
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:43 pm#41254
אדער א שפיץ בלשון ק"ש.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:30 am#41289
כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite= m

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459 m

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:47 am#41307
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].


ס'מוז זיין ידי זרים, ווייל טאמער נישט...?
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:56 am#41308
יידל האט געשריבן:פלאגיאריזם אין ספרים איז א פאפולערע נושא און אסאך מחברים ווערן באשולדיגט דערין. ביז היינט האבן מיר דא אויף קאווע שטיבל נאר דיסקוסירט פלאגיאריזם אין ביכער און אין אויסגאבעס, און מיר האבן נאכנישט איבער פלאגיאריזם אין ספרים, און די אשכול קומט אנפילן די לאך.

הרב יחיאל מיכל שטערן איז א מחבר ספרים און א מלקט וואס געט ארויס ספרים כמעט יערליך. לויט מארק שפירא איז ער מסתמא די מערסט-פראליפיק מחבר פון ספרי קודש בימינו. שפירא אין זיין לעצטע פאוסט אויף ספרים בלאג דאקומענטירט א גע'גנב'טע שטיקל פון שטערן און וואונדערט זיך וואס איז פשט פון אזא גראבע גניבה.

אט איז די אריגינעלע
בילד
און דא איז הרב שטערן'ס גניבה (הערה ג):
בילד


'ך מיין אז זיין א פלאגיאט איז גאר א הארבע זאך אין די אקאדעמישע וועלט, מ'קען כמעט זאגן אז ס'ענדלט אין די שלש חמורות אבער ביי אידן איז דאס קיינמאל געווען אזוי געפערליך. יא, טאקע א מתעטר בנזר שאינו שלו, אבער נישט געפערליך. למשל, פון מיין זיידן האביך געהערט אז א קינד וואס זיין רבי'ן האט געכאפט גנב'ענען א קושיה האט ערעם געהייסן צאלן כפל!...
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:19 am#41312
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].

איך וואלט געוואלט זען די ראיות. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אינעם משנ"ב האבן שולט געווען ידי זרים. די משנ"ב איז נישט עפעס א זוהר וואס איז געווען באהאלטן יארן לאנג איז נתפרסם געווארן טויזענט יאר נאכ'ן מחבר'ס פטירה, עס איז דאך פארשפרייט געווארן נאך בחיים חיותו פונעם מחבר ווען ער איז נאך געווען ביים קלארן זינען! נאר וואס דען? עס זעט מיר ענדערש אויס אז די ריזן שטיקל פלאגיאריזם אין ביאור הלכה, ממש ווארט ביי ווארט פונעם שו"ע הרב און נאך מיטן אויספיר "זהו תמצית דברי האחרונים", איז א הוכחה פורתא אז דער חפץ חיים'ס זון איז אויך געווען א שרייבער פון דעם משנה ברורה. (אויפן ח"ח אליינס גלייב איך שווער אז ער וואלט אזאנס געטון, כאטשיג כ'האב נישט קיין שום ראיה אז נישט).

דבילה האט געשריבן:ס'מוז זיין ידי זרים, ווייל טאמער נישט...?

טאמער נישט איז דער חפץ חיים געווען א פלאגיאט, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל.

דער אמת איז אז עס ווייזט אויס אז יעדע פראליפיק מחבר גנב'ט דא און דארט... אז מ'גנב'ט נישט קען מען דאך משוגע ווערן, צו דארפן שרייבן אזוי סאך אריגינעלע סחורה....
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:24 am#41314
אךשמח האט געשריבן:עס איז טאקע נישט ממש פלאגיאריזם אבער אין זיינע ספרים טוט הרב מייזעלס אפט טוישן דעם לשון פון די מחברים און הרב שטערן קאפירט דעם לשון פון מייזעלס און נישט פונעם אריגינעלן מקור.

אויב קען מען טרעפן אזעלכע פעלער איז דאס אודאי יא פלאגיאריזם (איך האב נישט געוויסט אז הרב מייזעלס טוישט לשונות).
אינטערעסאנט איז אז אין אמעריקאנע געזעץ פעלט נישט אויס מער ווי צוצייכענען א מקור פון ווי מ'האט גע'גנב'ט און דערמיט יוצא זיין ידי חובת קאפירייט רעכטן. (פארשטייט זיך אז עס העלפט נישט אויב רוב חיבור קומט נאר פון איין מקור.) אבער ווי דבילה שרייבט איז פלאגיאריזם ביי אונז ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע חטא.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:10 am#41370
ייש"כ יידל. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דעם חשד אויף הרב שטערן.
איך וואלט אבער געוואלט צולייגן (כ'גיי טאקע טוהן אזוי למעשה)
1) אסאך מאהל זעהט מען אין קובצים און אפילו און ספרים פשוט'ע זאכן, למשל דעם ענין פון בבלי ירושלמי, און ער פילט נישט פאר וויכטיג צו לייגן א מקור, ווייל ס'ליינט זיך בעסער אן קיין מראי מקומות.
2) אזא גרויסע בעל מלקט, איז שווער צו געדענקען מקורות, מ'מאכט קאפיס, אמאל פארגעסט מען פון וועלכע ספר ס'קומט, און אפילו ס'שטייט דער נאמען פון ספר אויפן קאפי, נישט אייביג ווייסט מען פון וועלכע חלק ס'קומט.
3) אסאך ליקוטים ספרים זענען "נעשית על ידי אחרים" (ו"שדה צופים יוכיח, ואין כאן המקום להאריך)
4) והוא העיקר, הרב שטערן האט ארויסגעגעבן אסאך אייגענע ספרים, וואס זענען געווען חידושים בשעתו, למשל על ארבעה מינים.
5) הרב שטערן האט ארויסגעגעבן א ספר "פניני קדם" - חידושים על התורה וואס ער האט מלקט געווען איינס ביי איינס פון כתבי ידות און אלטע ספרים וואס ער האט געטראפען אין לייברעריס אין ארץ ישראל. - ס'איז גראדע דא אן אינטערסאנטע מעשה וויאזוי דער ספר איז נתפרסם געווארן.

וואס כ'מיין צו זאגן, אז הרב שטערן צו "אינדערזייט" אויך א ליקוט ארבעט, בכלל נישט להתגדל בה, נאר סתם צו מחבר זיין לויט ווי ער פילט מענטשען וועלען הנאה האבן.
איך בין זיכער אז די וועסט פרעגן הרב שטערן פארוואס ער האט גענומען פון מטבע שטבעו חכמים, וועט ער ענטפערען, אז מייזליש ברענגט אויך אסאך מאדנע זאכן, ע"כ האב איך געוואלט מזכה זיין אידן מיט אן ענדליכע ליקוט.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:29 am#41374
דורך זען זיין לשון אין די 'אוצר הידיעות' בענדער, האט הרב מייזעלס געזען אז עס קומט פון זיינע ספרים.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:51 am#41378
קאווע טרינקער האט געשריבן:3) אסאך ליקוטים ספרים זענען "נעשית על ידי אחרים" (ו"שדה צופים יוכיח, ואין כאן המקום להאריך)

וואו דען איז מקום להאריך?

קאווע טרינקער האט געשריבן:4) והוא העיקר, הרב שטערן האט ארויסגעגעבן אסאך אייגענע ספרים, וואס זענען געווען חידושים בשעתו, למשל על ארבעה מינים.

נו, איז וואס? ס'פעלן פראליפיק מחברים וואס האבן פלאגיאריזירט?
קאווע טרינקער האט געשריבן:5) הרב שטערן האט ארויסגעגעבן א ספר "פניני קדם" - חידושים על התורה וואס ער האט מלקט געווען איינס ביי איינס פון כתבי ידות און אלטע ספרים וואס ער האט געטראפען אין לייברעריס אין ארץ ישראל. - ס'איז גראדע דא אן אינטערסאנטע מעשה וויאזוי דער ספר איז נתפרסם געווארן.

נו, אדרבא! פארצייל!
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס כ'מיין צו זאגן, אז הרב שטערן צו "אינדערזייט" אויך א ליקוט ארבעט, בכלל נישט להתגדל בה, נאר סתם צו מחבר זיין לויט ווי ער פילט מענטשען וועלען הנאה האבן.
איך בין זיכער אז די וועסט פרעגן הרב שטערן פארוואס ער האט גענומען פון מטבע שטבעו חכמים, וועט ער ענטפערען, אז מייזליש ברענגט אויך אסאך מאדנע זאכן, ע"כ האב איך געוואלט מזכה זיין אידן מיט אן ענדליכע ליקוט.

נישט קיין תירוץ, חוץ אויב דו מיינסט דאס וואס דבילה האט שוין אויבן געשריבן אז ביי היימישע אידן איז פלאגיאריזם נישט קיין עוולה.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:15 am#41387
כ'האב געמיינט צו זאגן אז זיין חצי-גניבה ווייזט נישט אויף דעם גאנצען מענטש
ס'איז אינו דומה צו אן ארטיקל אין איינע פון די פעמונים איבער איינער יעב"ץ וואס האט קאפירט ספרים אין גרויסען

די מעשה מיט פניני קדם, איז געשטאנען כמדומה אין "משפחה", ס'איז עפעס נישט געגאנגען, די מוכרי ספרים האבן אים גערופען אויפצופיקן די סחורה...
בצר לו, - איז ער געגאנגען צום כותל, מיט'ן טענה אז ער האט שווער געארבייט מפרסם זיין דברי תורה וואס זענען געווען ביז יעצט פארהוילן פונעם ציבור.
אויף וועג ארויס טרעפט אים אן אמריקאנער איד (הרב שטערן טוט אסאך אין מייסד זיין מוסדות, ע"כ קען ער געלט מענטשען אויך), דער איד פרעגט אים: כ'מאך בר מצוה, כ'וויל פארטיילן 5000 ספרים (עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ). 5000 איז געווען פונקט די מספר פון ספרים וואס ער האט געהאט ביי זיך.
נאכדעם וואס די ספרים פניני קדם איז נתפרסם געווארן אין אמעריקא, האט עס אנגעהויבן צו גייט הייס אין ישראל

בנוגע שדה צופים, דער מחבר האט לעצטנעס געפראוועט א סיום מיט אסאך גדולים. אבער דער גאנצער ספר האט א צווייטער געמאכט.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:23 am#41390
שדה צופים האט דער מחבר (אדער מוציא לאור...) באצאלט פאר די חידושים און מעגליך אז טייל פונעם ספר איז יא אייגנס, ממילא קומט עס נישט אריין אין דעם אשכול.

עס דערציילט מיר א חשובער איד וואס האט געוואלט איבערדרוקן זיין זיידנס א ספר, און בעת'ן איבערזעצן האט אים דער טייפיסט אנגערופן אז איין מאמר האט ער געטראפן אין איינס פון די תורה פראגראמען אז עס שטאמט פון א פריערדיגן. עס איז אים געווען א גרויסער חידוש און א סורפרייז אז זיין זיידע, אליינס א מחדש נפלא, זאל נעמען נישט זיינס א זאך און עס דרוקן כאילו עס איז אייגנס?! איז ער נאכגעגאנגען די זאך און גענישטערט צו באקומען דעם אריגינעלן כתב יד און האט עס דארט נישט געטראפן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א געוויסער ספרדי האט איבערגעדרוקט דעם קדמונ'ס ספר און כדי שלא להשאיר הנייר חלק האט ער אריינגערוקט דעם שיינעם מאמר פונעם זיידן...

אט אזוי קען מען פלאגיאטירן אן אומשולדיגן מחבר ספרים.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:31 pm#41529
דבילה האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].


ס'מוז זיין ידי זרים, ווייל טאמער נישט...?

די ראי' איז נישט נאר פון די גניבה, ער האט אסאך ראיות, אפענע סתירות, גראבע נארישקייטן וכדומה.

ממילא אז איך ברענג אזא גניבה דארף איך דאס צוצייכענען.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:35 pm#41533
יידל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].

איך וואלט געוואלט זען די ראיות. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אינעם משנ"ב האבן שולט געווען ידי זרים. די משנ"ב איז נישט עפעס א זוהר וואס איז געווען באהאלטן יארן לאנג איז נתפרסם געווארן טויזענט יאר נאכ'ן מחבר'ס פטירה, עס איז דאך פארשפרייט געווארן נאך בחיים חיותו פונעם מחבר ווען ער איז נאך געווען ביים קלארן זינען! נאר וואס דען? עס זעט מיר ענדערש אויס אז די ריזן שטיקל פלאגיאריזם אין ביאור הלכה, ממש ווארט ביי ווארט פונעם שו"ע הרב און נאך מיטן אויספיר "זהו תמצית דברי האחרונים", איז א הוכחה פורתא אז דער חפץ חיים'ס זון איז אויך געווען א שרייבער פון דעם משנה ברורה. (אויפן ח"ח אליינס גלייב איך שווער אז ער וואלט אזאנס געטון, כאטשיג כ'האב נישט קיין שום ראיה אז נישט).

דאס האב איך געמיינט מיט 'ידי זרים' אז עס זענען געווען נאך שרייבער [בידיעתו של המחבר].

ושמעתי אז זיין זוהן שרייבט ערגעץ דערוועגן.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:57 pm#41550
דא האט איהר נאך א גוט שטיקל.

שו"ת השיב משה חו"מ סי' פ"ז.
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=207 m

און דא איז עס אות באות אין שו"ת אבני נזר חו"מ סי' ק"א.
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=139 m

די יאהר האט מען פארשטייט זיך געטוישט פון תקמ"ג צו תרל"ב, פונעם שואל 'משה ש"נ' האט מען געמאכט 'משה אבד"ק שינאווי' [וואס איז לכאורה אן עמעראצעס, ווייל ש"נ מיינט שיחי' נצח, און אז מען רעדט שוין: כמה ממדפיסי ספרי הקצות מאכן דעם זעלבן טעות מיט'ן שרייבן אויפן שער בלאט ש"ן מיינענדיג אז דאס איז א חלק פונעם נאמען פונעם קצות], זעהט אויס אז דער גנב האט עס געוואלט קונה זיין בשינוי הש"ם...

אבער איין זאך האט דער זייפן נישט געכאפט אז ער דארף ארויסנעמען, די שאלה הייבט זיך אן: דבר זה מתורת משה ילמדני מה שנסתפקתי וכו', און נישט כאפענדיג אז 'מתורת משה' איז א מליצה אויפן ישמח משה האט ער דאס אויך מעתיק געווען צום אבני נזר...
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 6:13 pm#41605
ווערי אינטערסטינג.
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:34 pm#41971
יידל האט געשריבן: א הוכחה פורתא אז דער חפץ חיים'ס זון איז אויך געווען א שרייבער פון דעם משנה ברורה.

איינער האט מיר צוגעשיקט וואס דער חפץ חיים'ס זוהן שרייבט אין קיצור תולדות החפץ חיים:

בא מר אבי לבקרני ואחרי משא ומתן בינינו הציע לי אבי להשתתף במלאכתו בחיבור השו"ע כו' לישב בביתי ולעסוק בהלכות שבת בעיון גדול והוא יסמן לי סימני השו"ע שצריך אני ללמוד ולעיין ולברר ולהעלות בכתב את אשר הגה רוחי הן בפירוש השו"ע והן בביאור הלכה וכמעשהו הוא ולשלוח אליו הקונטרסים והוא יחזור עליהם ביחד עם חתנו הר' צבי והטוב בעיניהם יבחרו ויעלה אותם בכתביו כו'.

וקבלתי עלי אז את העבודה הכבדה אשר אכלה כל עתותי מבלי להתעניין בשום לימוד אחר ושלחתי אליו פרי מחשבותי בכמה וכמה סימנים אמנם בכמה סימנים אחרתי לשלוח אליו והוא בזריזותו הגדולה קדמני וגמר בעצמו הסימן ונשארו מעשי ידי אצלי אמנם חלק היותר גדול בהלכות שבת חיבר מר אבא בעצמו או למד עם חתנו הר' צבי.

אם כי אין מאמרי מיועד לחידושי תורה רק לתאר ולספר לדור דברי ימי אבי אף על פי כן אעיר בכאן את הקורא התורני כי בשביל שהכתבים לא יצאו תמיד מעט אחת נמצא לפעמים סתירות שהרב המחבר לא עמד עליהם יעיין התורני במ"ב סימן שי"ח סקי"ד שכתב אבל במוצאי שבת מותר מיד וכו' ובסימן שכ"ח סקס"ג כתב ומה שנשאר למוצאי שבת אסור אפילו לחולה בעצמו עיין שם וסיבת הדבר הוא שבסימן שי"ח הוא מיסודו של מר אבא והוא אחז בשיטת הרא"ה וכמו שהעתיק הרמ"א ביו"ד סוף סימן קי"ג להלכה ובסימן שכ"ח הוא כתב ידי ואנכי העתקתי להלכה שיטת הרשב"א שחולק על הרא"ה עיין שם בסוף סימן קי"ג בט"ז ובנקודות הכסף והפרי חדש שם הכריע כהרשב"א וכן העתיק בחיי אדם.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:19 am#42031
יידל האט געשריבן:געלאזט וויסן. יישר כוח פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע. עס איז נישט ממש פלאגיאריזם, ווייל הרב מייזלעס שרייבט גארנישט אייגנס, ער איז א בלויזע מלקט ככתבם וכלשונם פון די פון וועם ער ברענגט, אבער גניבה איז עס.

אמת. ער איז בלויז א מלקט. אבער ער דארף געבן קרעדיט פון וואו ער האט עס קאפירט. אדער אין'ם לשון אליין. אדער אין מראי מקומות. ס'דא נארישע מענטשן וואס זאגן אז דער משנה ברורה איז בלויז א מלקט. דאס ווערט געזאגט דרך בזיון. אבער ווי נאריש און אומוויסנד זענען זיי. ווייל ווען איינער לערנט שו"ע מיט די נו"כ און נאכדעם לערנט ער משנה ברורה זעט שוין אליין דאס גדלות פון בעהמח"ב. חוץ דעם, ברענגט דער ח"ח אלע מראי מקומות אין שער הציון. :oops:
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:57 am#42106
ישר כוח ונבנתה העיר פאר די גאר אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכע דו ברענגסט. אויב איז שייך מער מאריך צו זיין לגבי די ראיות אז ידי זרים שלטו אינעם משנ"ב. עס וואלט אויך געווען אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די ספרים אויפן משנ"ב (א שטייגער ווי די מתיבתא'ס ביאור וכדו') ספראווען זיך מיט וואס דו רופסט אן "גראבע נארישקייטן".
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:27 am#42404
עס טוהט מיר לייד אז לע״ע האב איך נישט די אינפארמאציע.

יענער איז א מורה הוראה מפורסם און ממילא גוט אויסגעקאכט אין מ״ב, ער האט זיך דורך די יאהרן אנגעזאמלט א לאנגע ליסטע כנ״ל.

וויפיהל איך געדענק איז נאר אז ער האט אנגעוויזן ווי אין הל׳ עירובין איז דער מ״ב מעתיק עפעס מדברי הפוסקים און אז מען קוקט נאך אינעווייניג זעהט מען אז יענעמס כונה איז פונקט פארקערט.
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:06 pm#42484
דער בעל דף היומי האט גע'גנב'עט גאנצע מסכתות פון בבלי. ובאמת טרעפען מיר נאך פיהל פריער, אז דוד המלך ע"ה האט פשוט איבערגעשריבען ווארט ביי ווארט גאנצע שטיקער פונעם סידור.
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:12 pm#42513
אנעים זמירות האט געשריבן:דער בעל דף היומי האט גע'גנב'עט גאנצע מסכתות פון בבלי. ובאמת טרעפען מיר נאך פיהל פריער, אז דוד המלך ע"ה האט פשוט איבערגעשריבען ווארט ביי ווארט גאנצע שטיקער פונעם סידור.

כידוע ר' מאיר שפירא איז געווען א עילוי
און דיין נאמען "אנעים זמירות" האסטו גע'גנב'ט פון ר' שמואל החסיד.

בד"וו, אין דיין חתימה בעהט'סטו דיך פאר לייקס, אבער אומר ואינו עושה?
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:30 pm#42530
קאווע טרינקער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:דער בעל דף היומי האט גע'גנב'עט גאנצע מסכתות פון בבלי. ובאמת טרעפען מיר נאך פיהל פריער, אז דוד המלך ע"ה האט פשוט איבערגעשריבען ווארט ביי ווארט גאנצע שטיקער פונעם סידור.

כידוע ר' מאיר שפירא איז געווען א עילוי
און דיין נאמען "אנעים זמירות" האסטו גע'גנב'ט פון ר' שמואל החסיד.

בד"וו, אין דיין חתימה בעהט'סטו דיך פאר לייקס, אבער אומר ואינו עושה?


איך בעט נישט פאר קיין לייקס ווייל למען האמת גיבט עס מיר גאנץ ווייניג צו. למעשה אבער היות ווען איינער טוט ליעבען מיין הודעה מיינט ער צו זאגען 'שיין געזאגט', און מן הדין וואלט איך געדארפט ענטפערן ייש"כ - ווי וואלט אבער אויסגעזעהן ווען איך פארפלייץ אלע אשכולות מיט ייש"כ? דערפאר האב איך אין מיין חתימה געשריבען א כלליות'דיגע דאנק פאר אלע וואס נעמען די מיה.
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:39 pm#42534
יעצט פארשיי איך שוין די המשך פון דיי חתימה
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.

ס'שטימט



just kidding
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:30 pm#42575
דער לעצטע לייק איז געוועהן אויף דיין חתימה. פארפאלען, ווען דו זאגסט גוט זאגסטו גוט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:31 am#47369
די חתם סופר האט געזאגט צו זיינע תלמידים בעפאר זיי זענען אהיימגעפארן פון ישיבה "ענק מעגן נאכזאגען מיינע חידושים און ענקער נאמען אבער ענק זאלן נישט זאגען ענקערע חידושים און מיין נאמען"

די משנה אין אבות זאגט : אם למד תורה לשמה .. זכה לדברים הרבה .. ומלכתו נעשה על ידי אחרים... איז דא א ווארט בדרך צחות אז אויב מען לערנט תורה לשמה זאגען אנדערע נאך די אייגענע תורות אין זיין נאמען.(א בחינה דאס וואס די עולם זאגט ווערטליך אינעם נאמען פון יארמער רב זז"ג
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:15 am#48038
אין די אנטיקען מארקעט דרייט זיך ארים צענדליגע דפוס ראשון'ס פון די משנה ברורה ווי עס איז ציגעצייכענט בכתב יד פונעם מחבר "מוגה"

איך אליינס האב אמאל געטראפען איין אזא ארגינעלע משנה ברורה און עס איז גאר ענליך געווען צי זיין כתב יד.

סעפערעטלי, פלעגט דער חפץ חיים בכבודו ובעצמו ארום פעדלען די בענדער און איז געווען גאר אקטיוו מיט שנארען צי דעקען די קאסטען פון דריקען און אזוי ווייטער

האט ער געהאט עדיטארס? מן הסתם. ידי זרים? לכאורה נישט.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:42 am#48043
פערינא האט געשריבן:האט ער געהאט עדיטארס? מן הסתם. ידי זרים? לכאורה נישט.

ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס האב איך געמיינט מיט 'ידי זרים' אז עס זענען געווען נאך שרייבער [בידיעתו של המחבר].
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:43 am#48045
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס טוהט מיר לייד אז לע״ע האב איך נישט די אינפארמאציע.

יענער איז א מורה הוראה מפורסם און ממילא גוט אויסגעקאכט אין מ״ב, ער האט זיך דורך די יאהרן אנגעזאמלט א לאנגע ליסטע כנ״ל.

וויפיהל איך געדענק איז נאר אז ער האט אנגעוויזן ווי אין הל׳ עירובין איז דער מ״ב מעתיק עפעס מדברי הפוסקים און אז מען קוקט נאך אינעווייניג זעהט מען אז יענעמס כונה איז פונקט פארקערט.



דיין גדול מיז זיין א ליטווישע, ביי זיי לערנט מען די משנה ברורה ווי עס וואלט געשריבען געווארן ברוח קודש. זיי נישט קיין נאר, ער קען מאכען מיסטעיקס.

ווי מיין הייליגע באבע מורמלט זיך שטענדיג אינטער:
אדם א מענטש קאטשקע דריידעל
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:12 am#71684
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].


סאיז ידוע אז "אחרונים" בדברי מרן המשנה ברורה זצ"ל מיינט הרבה פעמים דער שו"ע הרב.
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:31 am#71696
ווען ער ברענגט א שיטה אדער א טעם וביאור וכדומה, איז נאך א האלבע צרה, אבער אנהייבן מיט ואבאר קצת און ענדיגן מיט זהו 'תמצית' דברי האחרונים, ווען דער גאנצער לאנגער שטיקל אינדערמיט איז אות באות פון שו"ע הרב, שמעקט - שיין געזאגט - פון א פארביסענער מתנגד.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:05 pm#72349
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען ער ברענגט א שיטה אדער א טעם וביאור וכדומה, איז נאך א האלבע צרה, אבער אנהייבן מיט ואבאר קצת און ענדיגן מיט זהו 'תמצית' דברי האחרונים, ווען דער גאנצער לאנגער שטיקל אינדערמיט איז אות באות פון שו"ע הרב, שמעקט - שיין געזאגט - פון א פארביסענער מתנגד.

איך ווינדער זיך צו עטץ האטס אדורך געלערנט די שטיקלעך דארט, מיך קוקט אויס אז דער מש״ב האט זיכער דורך געלערנט די מקור פון ווי דער תניא האט עס גענומען , דער חזקוני אין די שו״ת משאת בנימין, מג״א און די מחצת השקל, אן דעם וואס דער תניא זאל עם זאגען די מראה מקומות (ווייל דארט איז נישטא קיין מ״מ אין די תניא) יעצט ווייטער, איך האב דורך געלערנט ביידע שטיקלעך סאיז נישט ממש ווארט ביי ווארט ווי ונבנתה טענהט, חוץ מזה ברענגט די מש״ב דעות חולקים וואס דער תניא ברענגט בכלל נישט אראפ , נאר וואס ער האט מסתםתאויך געזען וואס די תניא שרייבט האט ער אביסעל גענוצט זיין לשון
יעצט איז מיין שאלה האט דער מש״ב בכלל געהאט א תניא אין שאנק? איז דאס די איינציגסטע מאל וואס ער ניצט זיין לשון?
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:54 pm#72361
אוהב דעת האט געשריבן:יעצט איז מיין שאלה האט דער מש״ב בכלל געהאט א תניא אין שאנק? איז דאס די איינציגסטע מאל וואס ער ניצט זיין לשון?


ער רעכענט אויס אין די הקדמה צווישן די ספרים פון ווי ער האט מלקט געווען "שו״ע הגרש״ז"
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:11 pm#72368
איך וואלט עס גזאגט א משהו אנדערש. דאס איז נישט דא קיין חידוש פונעם בעל התניא זצ"ל. נאר ער איז דאס מסכם זייער שיין, סא האט דער משנ"ב "גבארגט" זיין לשון, און ער ברענגט דאס בשם "אחרונים" אזוי ווי זיין שטייגער איז צו טוהן לגבי דעם בעל התניא צענדליגע מאל.
איי וועסטו פרעגן פארוואס האט ער טאקע דאס גטוהן? קען איך שפאקולירן כמה וכמה סיבות. איינע פון זיי איז מעגליך אז ער האט נישט גוואלט מתנגדישע מענטשן זאלן האבן טענות, ער האט נישט גוואלט מ'זאל זאגן אז ער איז א חסיד, [אויף פלעצער ווי ער איז מחולק] מ'זאל נישט זאגן אז חסידות/התנגדות שפילט א ראלע. איך קען טראכטן פון נאך סיבות, דער עיקר איז אז דאס איז גווען זיין מהלך ביים שרייבן, און היות ער גיט קרעדיט פארן בעל התניא אין זיין הקדמה איז ער שוין מער נישט "מחוייב" צוצברענגען מיטן נאמן. ממילא איז אין סימן תצ"ד נישט קיין אויסנאם סיבה ער זאל יא דערמאנן ביים נאמען.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:08 pm#72391
ווען די משנ״ב זאל ברענגען א שטיקעל מחצהש״ק א דערנאך אנדערע דעות האסטו א פראבלעם?
למעשה ברענגט ער דא נאך א שיטה וואס דער תניא ברענגט נישט , סא וואס איז שלעכט אז ער ברענגט אראפ שטיקקלעך פון די תניא ?
און אזוי איך האב פריער געזאגט ער האט יא אדורך געלערנט אלע מפרשים אן דעם וואס דער תניא זאל עם געבן די מקור ...
אז די וועסט אדורך לערנען די ענין דארט וועסטו זען אז דער תניא אליינס ברענגט פון אנדערע מפרשים ממש כלשונם...
איך מיין אז די דארפסט גיין צו זיין קבר מיט מנין עם בעטן מחילה, אשפ״ג.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:12 pm#72397
ועוד, איז דען נישט דער בעל התניא זצ"ל דער גרעסטער ברענגער פון אנדערע ספרים מבלי להזכיר שמותם. דאס איז זיין דרך גווען פון שרייבן זיין ספר. אזוי ווי דער מחבר האט גטוהן כמעט איבעראל. סא, דער משנ"ב טוט אויך ווי טייל מפרשי השו"ע טוהען - ער ברענגט בשם אחרונים, כדי נישט צי ווערן פארנומען מיט נעמען פון שיטות נאר זיך קאנציטרירן אויף די עיקר זאך אליינס.
מוצ"ש יאנואר 19, 2013 10:21 pm#80828
כ'האב דעם שבת אין שול געזען אין א קובץ (כ'געדענק נישט די נאמען) אן אינטערעסאנטן זאך, אז אין ספר בנין שלום אויף הל' שבת איז דא אין סימן ש"ח א שטיקל איבער דעם דעת פון בעל הדברי יואל זי"ע אנטקעגן פארן מיט ביציקלעך און שפילן מיט טאבעס (באל בלע"ז). דער שרייבער אין יענעם קובץ שרייבט אז די גאנצע שטיקל ווארט ביי ווארט איז גע'גנב'ט פון דעם בוך "רצון צדיק" וואו עס ווערט באשריבן די היסטאריע פונעם גרינדונג פון קרית יואל. דער שרייבער שרייבט נישט אפן און גראב אז ס'איז גע'גנב'ט נאר אז דער בעמ"ח בנין שלם "שכח לציין שלקח את כל הקטע מספר רצון צדיק"...
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:38 am#82667
איך ווייס נישט צו עס גייט אריין אין גדר פון פאלגיאריזם אדער ענדערשט איז עס בבחינת שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.
אין מאור ושמש (רמזים לז׳ של פסח) ברענגט ער א שיין ווארט וז״ל; ״ושמעתי בשם הרב הקדוש המנוח דקהלת קודש ניקלשבורג ז״ל, על המדרש בקשו מלאכי השרת לומר שירה, אמר להם הקב״ה, מעשי ידי טבעו בים, ואתם אומרים שירה, דהיינו שמלאכי השרת בקשו לומר שירה כדי שישמעו מצרים נעימות הקול שלהם ויצאו נשמתם, כמו שהיה בסנחריב וחיילותיו ששמעו שירה ממלאכי השרת ויצאו נשמתן, אמר הקב״ה מעשי ידי טובעים בים, כלומר שהמצריים טבעו את מעשי ידי שהם ישראל בים, דהיינו שהשליכו אותם ליאור, וצריך אני להיפרע מהם מדה כנגד מדה שיטבעו בים, עכ״ל״.
אינטערעסנט איז אז אין חנוכת התורה ווערט געברענגט אקארט דעם זעלבן ווארט, ווי ערווענט קען זיין אז עס איז פשוט איינגעפאלן פאר ביידע דעם זעלבן ווארט. אויפן צד אז עס איז יא פאלגיאריזם איז ביי מיר אלטס חסיד פשוט אז דאס ווארט איז ר׳ שמעלק׳ס, איי ר׳ העשיל האט דאך געלעבט אסאך פאר דעם? א גוטע קשיא וצ״ע, אבער מיין מיינונג טוישט זיך נאכאלטס נישט. (אין חתם סופר ברענגט ער אויך דעם ווארט בשם חכם אחד, און הרב שטערן וואס האט געמאכט די הגהות האט אויך פארשטאנען מיט א פשטות אז דאס ווארט איז ר׳ שמעלק׳ס ווי ער צייכנט דארט צו צום מאור ושמש).
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:43 am#82671
דער חנוכת התורה איז א ליקוט פון די תורות פון רבי העשיל מקראקא, עס איז נישט נתחבר געווארן דורך אים, און עס איז פארשטענדליך אז דער ווארט איז געווארן נאכגעזאגט אין נאמען פון רבי העשיל, אזוי ווי אסאך גוטע ווערטער וואס ווערן נאכגעזאגט פון מערערע גדולים, האט עס דער מחבר אריינגעלייגט. אגב, דער זעלבער ווארט ווערט אויך געברענגט אין ספר מדרש יהונתן מאמר צ"ד בשם רבי טיאה ווייל, א זון פון קרבן נתנאל און א תלמיד פון רבי יהונתן אייבשיץ.
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:59 pm#235312
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].

ונבנתה: ייש"כ. איך האב שוין באמערקט אט די מאדנע פליאה ווייל אין ביהמ"ד קוק איך אפט אריין סיי אין משנה ברורה-באר היטב, און סיי אין שולחן ערוך הרב. ס'דא נאך פלעצער וואו ס'דא א שטארקע ענליכקייט, כמעט ככתבו וכלשונו. נאר דער בעל משנה ברורה, ברענגט אין שער הציון כמעט איבעראל צו חידושים בשם הגר"ז. און אינז ווייסן וועים ער מיינט. דעם בעל התניא..!
דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:18 am#288311
איך האב שוין לאנג באמערקט אז אין דברי יואל סוף פרשת אמור איז דא א הערליכע תורה אויף די הפטורה אין יחזקאל נבילה וטריפה לא יאכלו הכוהנים וואס די גמרא זאגט פרשה זו אליהו עתיד לדורשה, די תורה איז אויף דף רע''ב ביז בערך רע''ד-ה, די תורה איז מלה במלה פון חתם סופר סוף פרשת אמור מיט איין חילוק אז דער חת''ס שרייבט דאס אין א האלבן עמוד כדרכו, און די דברי יואל שרייבער'ס ציען דאס אויס איבער 5 עמודים, למעשה האב איך געזען אז עס שטייט טאקע צוגעשריבן פון אונטן ''ועיין בעניין זה בחת''ס וכו'', אבער למעשה פיל איך נאך אלץ אז דאס איז ווייט פון גענוג אין די צייט וואס עס איז קלאר אז סאטמאר רבי האט דאס גענומען פון חת''ס (ער פלעגט אריינקוקן אסאך אין תורת משה, אין חת''ס עה''ת ווייניגער), א לימוד זכות קען אבער זיין אז די תורה שרייבער'ס האבן נישט געהערט אז ער זאגט עס נאך פון חת''ס און האבן געמיינט עס איז אייגנס (די בעלזער זאגן גאר אזאנס אויפ'ן חת''ס אז אפאר פון זיינע שיינע תורות זענען גאר פונעם בעלזער רב וואס דער חת''ס האט פארשריבן און די מעתיקים האבן געמיינט עס איז זיינס, איך גלייב דאס אבער נישט והמוציא מחבירו עליו הראיה) , אדער קען זיין דער זיכרון איז א גנב כידוע.

די תורה קען מען דערקענען אז עס איז נישט אייגנס, סאטמאר רבי האט טאקע געזאגט שיינע דרושים אבער עפ''י רוב איז דער עיקר חידוש נאר מיט'ן פארענטפערן די מדרשים, דער עצם חידוש איז רוב מאל נישט אזא בליץ, ביים חת''ס איז אלעמאל דא א אריגינעלן געדאנק וואס ארום דעם בויט זיך דער דרוש, ביים סאטמאר רבי איז עס עפ''י רוב דער זעלבער געדאנק וואס לויפט דורך אלע תורות, און אסאך פון די שיינע תורות זענען טאקע גענאשט פון אנדערע.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:58 am#288321
מיימון האט געשריבן:איך האב שוין לאנג באמערקט אז אין דברי יואל סוף פרשת אמור איז דא א הערליכע תורה אויף די הפטורה אין יחזקאל נבילה וטריפה לא יאכלו הכוהנים וואס די גמרא זאגט פרשה זו אליהו עתיד לדורשה, די תורה איז אויף דף רע''ב ביז בערך רע''ד-ה, די תורה איז מלה במלה פון חתם סופר סוף פרשת אמור מיט איין חילוק אז דער חת''ס שרייבט דאס אין א האלבן עמוד כדרכו, און די דברי יואל שרייבער'ס ציען דאס אויס איבער 5 עמודים, למעשה האב איך געזען אז עס שטייט טאקע צוגעשריבן פון אונטן ''ועיין בעניין זה בחת''ס וכו'', אבער למעשה פיל איך נאך אלץ אז דאס איז ווייט פון גענוג אין די צייט וואס עס איז קלאר אז סאטמאר רבי האט דאס גענומען פון חת''ס (ער פלעגט אריינקוקן אסאך אין תורת משה, אין חת''ס עה''ת ווייניגער), א לימוד זכות קען אבער זיין אז די תורה שרייבער'ס האבן נישט געהערט אז ער זאגט עס נאך פון חת''ס און האבן געמיינט עס איז אייגנס (די בעלזער זאגן גאר אזאנס אויפ'ן חת''ס אז אפאר פון זיינע שיינע תורות זענען גאר פונעם בעלזער רב וואס דער חת''ס האט פארשריבן און די מעתיקים האבן געמיינט עס איז זיינס, איך גלייב דאס אבער נישט והמוציא מחבירו עליו הראיה)

איך פארשטיי נישט.
סאטמאר רב האט געהאט א גרעסערע חוש אין פלאגיאריזם ווי דער חת"ס?
מהיכי?
סקען אז זיי זענען ביידע געווען געשולט אין פלאגיאריזם.
סקען זיין אז זיי האבען ביידע נישט געהאט קיין שייכות מיט פלאגיאריזם.
סקען זיין איינער יא און איינער נישט.
קען גאר זיין אז פלאגיאריזם איז א אונגערישע מידה...
כמיין פלאגיאריזם איז פונקט אזוי וועלקאם ביים חת"ס ווי ביים סאאמערן.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:05 am#288323
דער חת''ס איז באקאנט אלס א געוואלדיגער מחדש, יעדע שטיקל איז פול מיט אריגינעלע געדאנקען און בייפאלן וואס מ'קען דערויף בויען א גאנצן שמועס, און דאס איז דער סוד פארוואס דער חת''ס איז אזוי פאפולער צווישן דרשנים און מגידים, דער בעלזער רב האט טאקע געזאגט שיינע תורות אבער נישט קיין סאך פון זיי זענען באקאנט, צו זאגן א געוויסע תורות זענען פון בעלזער רב אן קיין שום ראיה איז נישט מער ווי בלויז חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם, סאטמאר רבי ווידער האט נישט געזאגט תורות אויף דעם גאנג, און ווען מ'טרעפט דאס געדרוקט אין א ספר וואס ער האט זיכער געלערנט איז בהכרח אז ער האט דאס דארט געזען נאר דער זיכרון האט אים פארנארט ווי עס טרעפט זיך זייער אסאך מאל.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:09 am#288326
מיימון האט געשריבן:דער חת''ס איז באקאנט אלס א געוואלדיגער מחדש, יעדע שטיקל איז פול מיט אריגינעלע געדאנקען און בייפאלן וואס מ'קען דערויף בויען א גאנצן שמועס, און דאס איז דער סוד פארוואס דער חת''ס איז אזוי פאפולער צווישן דרשנים און מגידים, דער בעלזער רב האט טאקע געזאגט שיינע תורות אבער נישט קיין סאך פון זיי זענען באקאנט, צו זאגן א געוויסע תורות זענען פון בעלזער רב אן קיין שום ראיה איז נישט מער ווי בלויז חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם, סאטמאר רבי ווידער האט נישט געזאגט תורות אויף דעם גאנג, און ווען מ'טרעפט דאס געדרוקט אין א ספר וואס ער האט זיכער געלערנט איז בהכרח אז ער האט דאס דארט געזען נאר דער זיכרון האט אים פארנארט ווי עס טרעפט זיך זייער אסאך מאל.

פאלט דיר נישט ביי אז דיין אמונה פשוטה אינעם חת"ס, איז אויך נישט עפעס מער ווי חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם ולתמיד?

זיין כח החידוש איז נישט קיין דיירעקטע סתירה מיט פלאגיאריזם.