איך לערן לעצטענס מסכת נגעים מיט מיין אינגעל, און ווען מ׳איז אנגעקומען צו פרק יא, האבען מיר זיך מתקשה געווען מיט די מציאות פון טוויה און אריגה פון דער משנה. דער בילד אין דער מראות חיים משניות איז אונז נישט גענוג געווען, און מ׳האט געזוכט מער מסביר צו זיין דער ענין.
איך האב געשיקט אן אימייל צו הגאון ר׳ מאיר פוזנא (מח"ס אור מאיר ועוד ומומחה מפורסם במקוואות וכדו׳) וואס האט מיר גע׳ענטפערט אז זיין ברודער הרב משה אליעזר זצ"ל האט פון דעם געשריבען אין זיין חיבור אויף כלים. טוה איך דארט א קוק, און איך טרעף אט די בילד.

שוין, זייער פיין.
היינט צופרי, בינאיך געווען אין א בית המדרש און איך האב געוואלט לערנען אביסל נגעים. זע׳ענדיג דער ׳סייעתא דשמיא׳ משניות, האב איך עס ארויסגענומען פון פאליצע, און וואונדער אויף וואונדער, זעי איך אט דער בילד

איך האב געזוכט אין די הקדמה פאר א ייש"כ צו כאטש א דערמאנונד, ואיננו.
דער סייעתא דשמיא משניות איז געדרוקט געווארען אין תשע"ב און דער תבנית כלים איז געדרוקט געווארען אין תשס"ג.


דער וואס קען פארענטפערען ווערט געבעטען....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk