Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

קאווע שטיבל • פראפ' מארק שפירא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
153 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 203 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #286
מאנטאג מאי 27, 2013 11:00 am#118393
יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.

אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?
מאנטאג מאי 27, 2013 11:08 am#118395
יאנקל האט געשריבן:א פרישער פאוסטדער דריטער חלק פון דעם פאוסט רעדט וועגן גאר מאדנע מעשיות פון מקובלים פון אותות ומופתים וואס זיי האבן פועל געווען מיט זייער אבר המין. צום ביישפיל, די פאלגנדע געשיכטע:
Ari.jpg


דאכציך מרעדט וועגן דעם שוין נאך ערגעץ אין שטיבל, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, היות כמה פעמים לעצטנס האב איך געהערט פרעגן וועגן די מעשה וואס איז פשט (תומר פרסיקו האט שוין אויך געמאכט צימעס פון דעם).

איז אזוי, לויט די מהלך פון רבי זחיסיאגענעליינו, איז פשוט אז די אלע מעשיות זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען לא שרירין ולא קיימין און מ'טאר זיי נישט גלייבען בכלל.

נאך א פשט קען זיין, אז דאס האט צוטוהן מיט אכשר דרא. ודו"ק.

עוד י"ל ע"פ מה ששמעתי פעם מכ"ק האדמור"ר רדצש"נ מלעלוב שליט"א, שהקשה בענין אברהם אבינו "שים נא ידך תחת ירכי", וואס ער האט באשווירען אליעזר'ן און די נקיטת חפץ איז געוון די ברית קודש, וואס איז פשט פון דעם? והסביר, אז ביי צדיקים איז דאס בלויז א חפץ של מצווה אן קיין שום נגיעה פון תאווה ויצה"ר. ועי' בדרך פקודיך בענין יופי האמהות ודו"ק, וכעי"ז הסבירו צדיקים לגבי יעקב אבינו שאמר הבה את אשתי וגו' אפילו קל שבקלים אינו אומר כן, אז טאקע א קל שבקלים טאר נישט אזוי רעדן, אבער א צדיק ווי יעקב אבינו טאר יא.

אז מרעדט שוין, דערמאן איך זיך מה ששמעתי מאחד מתלמידי הגאון ר' משה פיינשטיין, אז אמאל האבען אפאר תלמידים פארבירט נעמען "שימוש" ביי עם, האט מען אפגערעדט אז יעדער שאלה וואס ער באקומט וועט ער אדורכגיין מיט זיי די נושא. שוין, מארגען אינדערפרי, וואס איז די ערשטע שאלה? עפעס א ספק כרות שפכה. און ר' משה אזוי רוהיגערהייט נעמט זיין פינגער און צייגט אן אויף דעם פונקטליך וויאזוי סזעהט אויס די אלע פרטי ההלכות וכו', די יונגעלייט האבען נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך..
מאנטאג מאי 27, 2013 11:22 am#118402
@לעיקוואד, ס'דוכט זיך דיר גוט, מ'רעדט דערפון אין עובדות וספורי צדיקים - מאחורי.

ס'אינטערעסאנט ווי ער מאכט אזא סומאטאכע פונעם ודו"ק, איז דאס דען די ערשטע מאל ווי אזא געלערענטער שטויסט זיך אן אין דעם ווען ס'מיינט נישט ודוחק קצת? זעט אויס דאס האט צוטוהן מיט יאנקל'ס קול קורא קעגן די וד"ל'ס און ודו"ק'ס.

אין פוס נאטע נומער 9 איז דא א שיין בריוו, מ'דארף אביסל קוקן וואס איז דעמאלס געווען, וואס ס'האט עם געברענגט צו שרייבן אזוי, און וועם ער האט געמיינט.
מאנטאג מאי 27, 2013 11:34 am#118404
@ לעיקוואוד, ייש"כ פארן דערמאנען דעם מעשה, געהערט פון א תלמיד וואס איז געווען דערביי.
מאנטאג מאי 27, 2013 6:21 pm#118620
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.

אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?

כ'כאפ נישט דיין פראבלעם. עס איז א בלאג פאוסט, נישט קיין אקאדעמישער ארטיקל.
מאנטאג מאי 27, 2013 6:25 pm#118622
דו כאפס טאקע נישט מיין פראבלעם?
מיין פראבלעם איז געווען אז כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא א חילוק פון א "בלאג פאוסט" צו אן "אקעדעמישער" ארטיקל.
יעצט ווייס'עך, און אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדען..
ייש"כ.
מאנטאג מאי 27, 2013 6:28 pm#118624
אויך געווען אין עצכ"ח א שמועס איבער דעם מעשה פון מהר"ם גאלאנטי און דער אר"י m http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... um_id=1364 m
מאנטאג מאי 27, 2013 8:13 pm#118648
יידל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.

אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?

כ'כאפ נישט דיין פראבלעם. עס איז א בלאג פאוסט, נישט קיין אקאדעמישער ארטיקל.

ער שרייבט דאך
(According to news reports, the Breslov figure currently in the news for sexual impropriety operated in this way).
ער נעמט נישט גארנישט אן, נאר זאגט אז די נייעס זאגט אזוי.
דינסטאג יוני 18, 2013 1:54 am#125698
כ'בין אריינגעפאלן היינט אין ביהמ"ד עץ חיים אין היילענד פארק ניו גערסי, זעה איך דארט א מאדערענעם איד לערנט פאר ויואל משה פאר עטליכע האלב אפגעגאלטע אידן, איינער גאר מיט א טאטו און א נאז באנד. כ'שטיי אזוי פארוואונדערט, דער מגי"ש קאכט אינעם שיעור, די צוהערער זעהן אויס רעדי צו גיין פראטעסטירן קעגן די מדינה הטמאה.

נאכ'ן שיעור גיי איך צו צום פארלערנער און פרעג אים וואט די העק? איז דיס ריעל? דא לערענט מען סאטמאר רב'ס ספר? מ'האלט דא אויך אזוי ווי כמעט אלע ערליכע אידן וואס האבן נישט נגיעות? זאגט ער מיר יא, סאטמאר רב האט דאס טאקע געשריבן אבער נישט אליינס, "איך האב פון קראנטע מקורות מקובל אז סאטמאר רב האט דאס געשריבן צוזאמען מיט מארק שפירא און דאס איז פשט אינעם נאמען ''ויואל'' איז סאטמאר רב'ס נאמען, און ''משה'' איז ה'רב מ'ארק ש'פירא.'' איך בין שיעור אנידערגעפאלן.

יעצט קען זיך יעדער זעצן לערנען דעם הייליגן ספר.
דינסטאג יוני 18, 2013 8:19 am#125722
:roll:
יו ביסטו פאני.
מיטוואך יולי 10, 2013 10:28 pm#132467
מארק שפירא ליינט קאווע שטיבל - מעתיק פון 'ונבנתה'
אזוי ווי באקנט איז מארק שפירא פארנומען אסאך מיט די עבירה פון פלאגיאריזם און ספרים, יעצט האט ער א נייע פאוסט, ווי ער ברענגט צו צווי שטיקלעך וואס אונזער ונבנתה האב אויפגעדעקט, און דע פאוטנאוטס גיבט ער קרעדיט פאר קאווע שטיבל. seforim.blogspot.com/2013/07/plagiarism-halakhic-paradox-and-malbim.html#disqus_thread

די ארגינעלע פון ונבנתה: kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=5&t=1705
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:15 pm#143280
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:16 pm#145518
א חוב אין יעדע אידיש (מאדערען) שטוב!
m http://seforim.blogspot.com/2013/08/r-s ... d-joe.html m
א פרישע פאוסט פון פרופ' מארק שפירא
נאך נישט געליינט בעיון.
ער שמועס ארום איבער אן ארטיקל פון הרב זוין - אין פעוואר פאר גיוס בני הישיבות -, צו ס'איז טאקע פון אים אדער נישט.
בתוך הדברים שרייבט ער אז אין יעדע מאדערן-ארטו' שטוב זאל הענגן דעם בילד פון די גדולים (אנגעהויבן מיט ר' צ"ה קאלישער, און גע'ענדיגט ביי ר' הערשל שעכטער)!
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:47 pm#156306
פראפעסאר שפירא האט היינט פובליצירט א פרישן פאוסט אויף "ספרים בלאג". דער ארטיקל באהאנדלט ארטסקראל צענזור אויף הרב זוין ז"ל, דאס באדייט פון "מו"ש", בריוו פון הרב אברהם יוסף און הרב יצחק יוסף איבער זייער טאטן הגר"ע יוספ'ס שיטה אז אין א"י איז דעם בית יוספ'ס אתרא דמר, "אכשר דרא'דיגע" בילדער פון קהילת עדת ישראל אין דייטשלאנד, ספר "שבילי ניסן" איבער תלמידים וועלכע זענען מער מחמיר פון זייערע רבי'ס, און נאך אינטערעסאנטע ענינים.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:36 am#158998
פראפ' שפירא גייט געבן א לעקציע אין ברוקלין אין עטליכע וואכן ארום.
m http://seforim.blogspot.com/2013/10/spe ... apiro.html m

Special Lecture by Dr. Marc Shapiro

On Nov. 24, 2013 at 7:30pm, Dr. Marc Shapiro will deliver a lecture at the home of Shlomo and Hannah Sprecher, 1274 East 23rd Street (between Ave. L & M) in Brooklyn. The title of the lecture is Rabbinic Biographies: Personal Reflections on the Balance Between Reverence and Historical Truth. All Seforim Blog readers (and anyone else) are cordially invited to attend.

For those who are interested, Dr. Shapiro will also be speaking at the Kingsway Jewish Center in Brooklyn in Shabbat, Nov. 8-9, and at Bnai Israel-Ohev Zedek in Philadelphia, on Shabbat Nov. 15-16.
זונטאג מערץ 02, 2014 12:55 am#187687
אין די לעצטע ספרים בלאג פאוסט פון מארק שפירא ברענגט ער א געוואלדיגע שטיקל פון שו"ת הרשב"א (ח"ג סי' שצ"ג) אויף די וואס טענה'ן אז מ'קען נישט איינזעצן מענטשן אן צוויי כשר'ע עדים (נפקא מינא לענין מאלעסטערס ודו"ק) וז"ל:

ורואה אני שאם העדים נאמנים אצל הברורים רשאים הן לקנוס קנס ממון או עונש גוף, הכל כפי מה שיראה להם, וזה מקיום העולם, שאם אתם מעמידין הכל על הדינין הקצובים בתורה ושלא לענוש אלא כמו שענשה התורה בחבלות וכיוצא בזה נמצא העולם חרב, שהיינו צריכים עדים והתראה, וכמו שאמרו ז"ל לא חרבה ירושלים אלא שהעמידו דיניהם על דין תורה, וכ"ש בחוצה לארץ שאין דנין בה דיני קנסות ונמצאו קלי דעת פורצין גדרו של עולם ונמצא העולם שמם.
זונטאג מערץ 02, 2014 12:57 am#187689
נאך אן אינטערעסאנטע שטיקל איז וואס ער ברענגט נאך פון דעם טשיקאווע ספר אסורי המלך

" אסיר שברח מבית הסוהר, מברך ברכת הגומל, שאף אם ייתפס וייאסר פעם נוספת אין זה המשך המאסר הקודם אלא מאסר חדש, ואין לומר דכיון שיש חשש שמא ייתפס עדיין לא מקרי שישתחרר לגמרי."
זונטאג מערץ 02, 2014 1:31 am#187693
איש הישר האט געשריבן:אין די לעצטע ספרים בלאג פאוסט פון מארק שפירא ברענגט ער א געוואלדיגע שטיקל פון שו"ת הרשב"א (ח"ג סי' שצ"ג) אויף די וואס טענה'ן אז מ'קען נישט איינזעצן מענטשן אן צוויי כשר'ע עדים (נפקא מינא לענין מאלעסטערס ודו"ק) וז"ל:

ורואה אני שאם העדים נאמנים אצל הברורים רשאים הן לקנוס קנס ממון או עונש גוף, הכל כפי מה שיראה להם, וזה מקיום העולם, שאם אתם מעמידין הכל על הדינין הקצובים בתורה ושלא לענוש אלא כמו שענשה התורה בחבלות וכיוצא בזה נמצא העולם חרב, שהיינו צריכים עדים והתראה, וכמו שאמרו ז"ל לא חרבה ירושלים אלא שהעמידו דיניהם על דין תורה, וכ"ש בחוצה לארץ שאין דנין בה דיני קנסות ונמצאו קלי דעת פורצין גדרו של עולם ונמצא העולם שמם.


איך פארשטיי נישט די חידוש. א בפירושער רמבם הלכות סנהדרין פרק כד אז מען קען זיך פארלאזן אפילו אויף א אשה אדער קרוב. "שאין הדבר מסור אלא ללבו של דיין לפי מה שיראה לו שהוא דין האמת"
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:07 pm#238655
פראפעסאר שפיראס קומענדיקער בוך קען מען שוין באשטעלן אויף אמאזאן.
m http://www.amazon.com/dp/1904113605/ m
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:12 pm#238664
אייטעם דעסקריפשן אויף עמעזאן
About this item

Changing the Immutable focuses on how segments of Orthodox society have taken upon themselves to rewrite the past, by covering up and literally cutting out that which does not fit in with their contemporary world-view. For reasons ranging from theological considerations to internal religious politics to changing religious standards, such Jewish self-censorship abounds, and Marc Shapiro discusses examples from each category, In a number of cases the original text is shown alongside how it looked after it was censored, together with an explanation of what made the text problematic and how the issue was resolved. The author considers how some Orthodox historiography sees truth as entirely instrumental. Drawing on the words of leading rabbis, particularly from the haredi world, he shows that what is important is not historical truth, but a 'truth' that leads to observance and faith in the sages. He concludes with a discussion of the concept of truth in the Jewish tradition, and when this truth can be altered. Changing the Immutable also reflects on the paradox of a society that regards itself as traditional, but at the same time is uncomfortable with much of the inherited tradition and thus feels the need to create an idealized view of the past. It considers this practice in context, showing the precedents for this in Jewish history dating back to talmudic times. Since the subjects of censorship have included such figures as Maimonides, Bahya ibn Pakuda, Rashi, Naphtali Herz Wessely, Moses Mendelssohn, the Hatam Sofer, Samson Raphael Hirsch, the Lubavitcher Rebbe, A. I. Kook, and J. B. Soloveitchik, as well as issues such as Zionism, biblical interpretation, and attitudes to women and gentiles, Changing the Immutable also serves as a study in Jewish intellectual history and how the ideas of one era do not always find favour with future generations.


עס הערט זיך אינטערעסאנט, איך האב געווענליך א פחד פין אזעלכע שרייבער אז זיי הייבן אן זייערע שטודיעס מתוך ההנחה אז אינזער ארטאדקסיע איז קאראפטירט אין ממילא זעען זיי דאס אויף אסאך א גרעסער פארנעם ווי עס איז באמת,
ווייסט איינער כלפי פר' שאפירא צי ער איז בייעסט אדער קראנט ובאיזה מידה
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:17 pm#238666
צי ער איז בייעסד ווייס איך נישט, אבער קראנט איז ער. בכל אופן איז דאס נישט מעלה ומוריד, בסך הכל ברענגט ער דאקומענטירטע פאקטן אין זיין ביכל.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:08 pm#238716
אויש. צוויי טאג שפעט. ביז מאנטאג האט אמאזאן געהאט 30% אראפ פאר אלע ביכער.
מאנטאג יאנואר 12, 2015 9:48 pm#247619
איך שטעל מיך פאר אז איך בין נישט די איינציגסטער וואס ווייסט גארנישט וועגן שפירא צו זאגן חוץ וואס איך האב דא געליינט אין דעם אשכול, אפשר קען איינער געבן דעטאלן איבער זיין ביאגראפיע ? ווי אויכט וואס איז זיין שייכות מיט אינזער קאמיומעטי אז ער איז אזוי פארנומען דער מיט. ישר כח!
מאנטאג אפריל 13, 2015 3:19 pm#265656
שפיראס נייער בוך דערשיינט אט אט. לויט אמאזאן אום יוני, און לויט די פובליקירער נאך אום אפריל. אינטערעסאנט אז נאך אכט יאר צוריק האט שפירא גערעדט וועגן דעם בוך אין אן אינטערוויו מיט דעם 'דזשואיש פרעס', ווי ציטירט דורך 'אן די מיין ליין'.
פרייטאג מאי 15, 2015 9:36 am#275322
Hello,

We now have delivery date(s) for the order you placed on December 11, 2014 (Order# 1###2##6628):

Shapiro, Marc B. "Changing the Immutable: How Orthodox Judaism Rewrites Its History"
Estimated arrival date: June 08, 2015 - June 11, 2015
פרייטאג מאי 15, 2015 9:42 am#275323
קאווע טרינקער האט געשריבן:
Hello,

We now have delivery date(s) for the order you placed on December 11, 2014 (Order# 1###2##6628):

Shapiro, Marc B. "Changing the Immutable: How Orthodox Judaism Rewrites Its History"
Estimated arrival date: June 08, 2015 - June 11, 2015


אמאזאן האט מיך נאכנישט מודיע געווען אז מיין פרי-ארדער איז אויפן וועג. כ'ווארט שוין דריי יאר און כ'האפ עס צו האבן פאר יו" ט המשולש.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:48 pm#277844
שפיראס בוך איז דערשינען די וואך, אבער עס איז נישטא צו באקומען. לייענער לויפן פון איין געשעפט צום צווייטן, אבער ווערן נישט געהאלפן. אמאזאן איז שנעל אויסגעלאפן דערפון, און גיט אן אפשיק-דאטומען אזוי שפעט ווי יולי.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:28 pm#277862
מיינס איז אפען וועג.
פרייטאג מאי 22, 2015 7:41 pm#278044
לקרוא שבועות לכו ונלכה
.
מאנטאג מאי 25, 2015 11:44 pm#278063
Re: פראפ' מארק שפירא
זאל איינער ביטע שריייבן א שטיקל ריוויא כדי מען זאל וויסן במה דברים אמורים,
דינסטאג מאי 26, 2015 2:05 am#278096
כ'האב געפארטיגט דעם בוך איבער יו"ט. כ'וועל ארויפלייגן דריי סאטמאר'ע רעפערענצן מארגן.
דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:19 am#278650
Re: פראפ' מארק שפירא
ווי קען מען זעהן זיינע שיעורים וואס ער געבט אויף Torah in motion?
פרייטאג מאי 29, 2015 6:03 pm#279081
Re: פראפ' מארק שפירא
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווי קען מען זעהן זיינע שיעורים וואס ער געבט אויף Torah in motion?

אפשר דאך?
איך זיך צו הערן/זעהן זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן,
פרייטאג יוני 05, 2015 10:18 am#280826
יואליש האט געשריבן:כ'האב געפארטיגט דעם בוך איבער יו"ט. כ'וועל ארויפלייגן דריי סאטמאר'ע רעפערענצן מארגן.


מיר ווארטן מיט דורשט!

לא רעב לבעלזא ולא צמא למכנובקא כי אם לשמוע את דברי...
פרייטאג יוני 05, 2015 11:55 am#280847
גנדי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'האב געפארטיגט דעם בוך איבער יו"ט. כ'וועל ארויפלייגן דריי סאטמאר'ע רעפערענצן מארגן.


מיר ווארטן מיט דורשט!

לא רעב לבעלזא ולא צמא למכנובקא כי אם לשמוע את דברי...


כ'האב געטוהן מיינס און גענימען בילדער פון די ציטאטן, אבער כ'האב עס נישט געקענט ארויפלאדענען וועגן סייז אישוס. כ'בין צי אומבאלומפערט צו זיך אפגעבן מיט די שרינקן פראצעס. ק"ש וואלט געמעגט צולייגן אזא אפציע.
פרייטאג יוני 05, 2015 12:21 pm#280852
Re: פראפ' מארק שפירא
פארוואס נעמסטו נישט די בילדער גלייך פון די טעפעטאלק קאמארע אפציע?
זונטאג יוני 07, 2015 1:19 am#281040
יעצט אויף זאב ברענער שאו
זונטאג יוני 07, 2015 1:26 am#281043
listen line at 401-347-0304
זונטאג יוני 07, 2015 1:37 am#281045
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווי קען מען זעהן זיינע שיעורים וואס ער געבט אויף Torah in motion?

אפשר דאך?
איך זיך צו הערן/זעהן זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן,
זונטאג יוני 07, 2015 1:54 am#281048
פארוואס איז נישטא קיין IQ TEST פאר די אריינרופערס צו פילטערן די נערישע שאלות... ווי דער פון מאנסי... אבער די פרוי פון מאנהעטן
מיטוואך יוני 10, 2015 2:52 am#281744
מיטוואך יוני 10, 2015 5:05 pm#281890
אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו
שלום וברכה!
איך האב א פארשלאג. עס איז גאנץ מעגליך אז מען האט שוין דאס פראבירט דא אין קאווע שטיבעל, און אפשר אפילו מיט א סאך הצלחה, אבער זייענדיג ניי דא קען איך זיך אזוי גוט אויס מיט די הלוך ילך, און איך ווייס אויך נישט ווי מען דארף אריין שטעלען אט די הערה (אויב עס איז דא ממונים אפשר קענען זיי אוועק שטעלען דער הערה אין די ריכטיגע פלאץ). איך וויל מציע זיין אז מען זאל אנהייבן א "בוק קלאב" (book club) פאר די וואס זענען נישט באקאנט מיט דער באגריף קוקט דא: m http://en.wikipedia.org/wiki/Book_discussion_club m .
ערשט דארף מען אז א פאר מיטגלידער זאלען זיך אנרופען אז זיי זענען אינטרעסירט, נאכדעם דארף מען וועלן א ביך, און אחר קען מען אפמאכען זיך "צאמקומען אונליין" צו ארומרעדען די ביך. איך וואלט מציע געווען צו גיין מהקל אל הכבד. דאס מיינט אנהייבן מיט עפעס לייכט און נאכדעם אריבער גיין מיט עפעס שווערער.
לאז וויסען אויב מען איז אינטרעסירט און מען קען דאס אנהייבן מסדר זיין.
בכבוד רב,
זונטאג יוני 14, 2015 6:47 pm#282584
אינטערוויו מיט שפירא
When I say that not everyone needs to be exposed to the complete truth, let me share a story to illustrate this. I realize that some people might find this story surprising coming from me. Some years ago after a lecture someone approached me. He was quite upset that his son had become a hasid and he wanted my help in this matter. He wanted to know if he should give his son David Assaf’s book on Hasidism, as he thought that seeing some of the unsavory history of the movement would change his son’s views. I told him that I thought this was a bad idea. If his son is happy in his newfound spirituality why attempt to destroy it? If his son is interested in the history of Hasidism, sooner or later he will come to Assaf. But I don’t think it should be a goal to have all hasidim become acquainted with these matters. Isn’t this also how families operate? Does everyone in the family need to know all of the difficult and dark secrets? Often life works out better for them if they are blissfully ignorant of certain things.



m https://kavvanah.wordpress.com/2015/06/ ... s-history/ m
זונטאג מערץ 27, 2016 2:08 pm#326444
וויבאלד ס'איז נישטא קיין אשכול אויף מרן הגה"ק רבי יחיאל יעקב זי"ע, וועל איך עס לייגן דא.

א שטיקל פון די עדה חרדית פורים גליון

- ס'ארבעט מיר נישט די "צולייגן א פייל" - קוק אויף עמוד ב' אונטען. ימ"ש
זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:46 pm#344785
איינער ווייסט אפשר וואו מען קען טרעפן די ספר? -- יישר כח.
זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:00 pm#344788
מעג מען אפילו גלייבן אזא מעשה? איז דאס נישט קיין הימלשרייענדע ליצנות?
מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:45 pm#361683
Re: פראפ' מארק שפירא
ארויפגעברענגט לכבוד דער וועקער פון שבט\אדר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 03, 2020 6:49 pm#445195
פראפ' מארק שפירא
אויף טוויטער איז דא איינער וואס רופט זיך Seforim Chatter וואס פאוסט כסדר אלעס ארום ספרים מיט ביכער, און היות די עולם איז יעצט איינגעשפארט אין די היים צוליב די ווייריס, מאכט ער אינטערוויוס מיט פארשידענע אידן ווי למשל מיט ר׳ ישראל מזרחי פון מזרחי ספרים סטאר.

מיטוואך האט ער אינטערוויוט פראפעסער מארק שפירא, ווי ער האט ארום גערעדט מיט אים איבער פארשידענע זאכן, קודם האט ער גערעדט וועגן זיין שייכות מיט הרב/פראפעסער יצחק אשר (איזידור) טווערסקי וואס איז געווען א פראפעסער מיט א חסידישע רבי צוזאמען (טאלנא רבי) שפירא זאגט אז ער געווען אויפגערעגט אויפן ספר ״הגאון״ פון ר׳ דוב אליאך וואס. באשרייבט דער ווילנא גאון און זיין התנגדות צו חסידות, כידוע זענען אסאך געווען ברוגז אויפן ספר פארן רעדן מיט א זלזול אויף חסידישע גדולים, איין זוהן רבי משה טווערסקי איז גאר געווארן א געהעריגע ליטוואק, ער איז נעבעך געווען צווישען די קדושי הר נוף. אויך רעדט ער ארום וועגן הרב מאיר מאזוז, פון וועם שפירא האלט גאר שטארק, ער זאגט אז קען גאר זיין אז ער איז די גדול הדור מיט זיינע ברייטע ידיעות אין תורה ומדע, אין הרב מאזוז׳ס ישיבה לערענט מען אויך דקדוק כתב ולשון וכדומה אזוי ווי די יהדות ספרד פלעגט אלץ לערנען, שפירא זאגט אז הרב מאזוז באטיטולט אים הרב ״פתח״ וואס איז ר״ת פ׳ראפעסער ת׳למיד ח׳כם. ער דערציילט אויך וועגן זיין קשר מיט הרב אפרים גרינבלאט בעל שו״ת רבבות אפרים ער זאגט אז ער פלעגט אים פרעגן שאלות און ער פלעגט אים קענען ענטפערן א תשובה וואס איז געווען א חידוש אין פסק און אים זאגען ער זאל נישט זאגען אז די תשובה קומט פון אים מורה האבענדיג אז די קנאים וועלן זיך נעמען צו זיינע ביינער, שפירא זאגט אז דאס איז אים געווען א גרויסע חידוש און האט אים אויפגעמאכט די אויגן צו וואס עס גייט פאר אויפן וועלט (קען זיין אז דאס האט אים צוגעפירט זיך אריינצוטוהן אין צענזורירטע ספרים) רעדט ער ארום וועגן זיינע אלע באקאנטע ספרים אין ארטיקלען, און וועגן זיין שרייבעריי אויפן ספרים בלאג.

מארק שפירא זאגט אז ער ארבעט יעצט אויף א ספר וואס טוט דורך הרב קוק׳ס כתבים וואס זענען לעצטענס ערשינען למשל זיין ערשטען ספר וואס ער האט געשריבען וואס הייסט מציאות קטן. דער לעצטען ספר וואס שפירא האט ארויסגעגעבן הייסט ״אגרות מלכי רבנן״, בריווען וואס ער האט זיך געשריבען מיט גדולי ישראל ואנשים חשובים, שפירא זאגט אז ער קען נישט טראכטען פון נאך א ספר וואס האט בריווען פון אלע שיכטען און קרייזען, פון סאטמארע רבנים ביז מאדערענע ציוניסטישע רבנים, שפירא דערציילט אז ער האט זיך געשריבען אפי׳ מיט ר׳ משה בער בעק! און הרב בעק פלעגט אים צוריק ענטפערן מיט לאנגע בריווען מסביר זיין זיין השקפת עולם, אבער ער האט נישט אריינגעלייגט די בריווען אין דעם ספר ווארום הרב בעק איז צו עקסטרעם מיטן גיין צו איראן וכדומה, און עס וואלט פארשוועכט דעם ספר, אבער ער פלאנט איין טאג צו מפרסום זיין די בריווען. ער זאגט נאך א אונטערסאנטע עפיזאד אז דער ספר אגרות מלכי רבנן מיט נאך צוויי אנדערע פון זיינע ספרים זענען די ערשטע אין היסטאריע צו ווערן געדריקט מיט קאטוילישע געלט היות ער איז א פראפעסער אין סקרענטען אוניבערסעטי וואס איז א פריוואטע קאטוילישע קירכע, און זיי האבן באשטייערט געלט צו דריקן די ספרים, און ער קוקט דאס אן אלץ א חשיבות וואס נאך דורות פון רודפ׳ען אידן איז ער געווען די ערשטע וואס זיי האבן גאר געהאלפען מיט ארויסגעבן זיין ספרים.
זונטאג אפריל 05, 2020 12:08 am#445237
זייער אינטערעסאנט, און יישר כוח פאר'ן אראפשרייבן די אלע פרטים – רוב פון זיי חידושים וואס כ'האב נישט געוואוסט פריער.