Re: באגריסונגען
שלום אליכם אליכם השלום!
א הארציגן גריס פאר די ערפינדער און שרייבער פונעם נייעם פארום, איך בין זייער אנטציגט געווארן ליינענדיג דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער" טרעפנדיג ממש וואס איך זיך שוין אזוי לאנג.
וואס מיין איך? איז אזוי.
ס'איז דא אן אנדערער היימישע אידישע פארום יעדער ווייסט מסתם פון וואס איך רעד, וואס איך פארברענגן שוין דארט אפאר יאר, און דארט האב איך אויך אויסגעפונען פון דעם פארום.... , אבער לא מצא ניחא לנפשי, ס'שווער צו רעדן, ס'איז א מואסע זאך זיך צו בארומען מיט יענעמ'ס פעלער, אבער איין ווארט מיז איך זאגן, די יסודות דארט זענען פונקט די פארקערטע פון דא!, און פארדעם איז מיר א גרויסע שמחה אז איך האב געטראפן את אשר יאהב נפשי, איך האף נאר אז די פרייהייט וועט נישט צוברענגן אז ס'זאל פארוואנדעלט ווערן אין פאליטיק אדער סתם פייטס פארום, והי' בזה שלום.
פאר איך בין מסיים דארף מען דערמאנען אז איך ווייס נישט ווי אפט איך וועל דא שרייבן צוליב מיין באגרענצטע ציטריט צום אונטערוועלט, ס'קען זיין ס'וועט זיין זייער זעלטען אבער איך האף אז די פארום וועט גוט אויסארבעטן אז ווען איך קום זאל זיין מיט וועם צו רעדן.
הצלחה רבה
כברכת קאווע.